real fake news האט געשריבן:רעכן פליז אויס די רוב ווייל איך זעה עס נישט. ר רפאל שור און ר משה גרין זאגן זיי האבן יא געחתמט
ר' רפאל זאגט אז ער האט נאר געחתמ'ט ווייל ר' משה האט אין מען ארבייט אז ר' משה זאל ציריק ציען ווייל ער האט קיינמאל נישט געהערט ר' שמואלס שיעורים מען האט איהם נאר געזאגט וואס ער זאגט
Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
הייסט מ'פרובירט צו מאכן א הפקעת החתימה למפרע. אויב ר' משה גייט אמאל צוריקציען, גייט ר' רפאל קיינמאל נישט האבן אונטערגעשריבן....

[emoji38] [emoji38]
הייסט מ'פרובירט צו מאכן א הפקעת החתימה למפרע. אויב ר' משה גייט אמאל צוריקציען, גייט ר' רפאל קיינמאל נישט האבן אונטערגעשריבן....
אזוי ווי די זאגסט ר' שמואלס טאטע איז פון די רבנים פונם אלטן דור ער רופט ארום רבנים זיי פרעגן צו זיי האבן שוין געהערט ר שמואלס שיעורים רוב רובם ענפערן אז נישט נאר זיי האבן געהערט פון א צווייטן אין ר' שמואלס טאטע פרעגט זיי ווי קען מען מקבל זיין לשון הרע
1) די עיקר פראבלעם זענען די אזוי געריפענע ציפידעלטע עסקנים וואס שטייען אונטער דעם אומפארשעמטען אקט פון שפיכת דמים, מען דארף געוואר ווערען ווער ס'שטייט אונטער דעם, און זיי אויסשמירען ברבים !!!! זיי באהאלטען זיך אונטער רבנים, ליידער איז דא אסאך רבנים וואס האבען נישט די שטארקסטע איי קיו און מען קען זיי שפילען ווי א פידל ! מען ברויך אויסשמירען דעי "עסקנים" ברבים, דאס איז איינס,
2) אזוי ווי דעי עסקנים/רבנים האבען פארגאסען אידיש בלוט, און רציחה א שרעקליכע זינד, ברויך כלל ישראל ארויסקומען און ווייזען אז אין לנו חלק און דעי שרעקליכע זינד ! ידינו לא שפכו את הדם הזה !!!!! און א גוטע וועג דאס צו טוהן, סיי צו פארגיטיגען הרב ניימאן און סיי צו ווייזען פאר די רבנים רשעים אז מיר פייפען זיך אויס אויף זיי, איז צו מאכען א "go fund me" קאמפיין פאר הרב ניימאן, און אים פארגיטיגען מיט געלט פאר די שרעליכע צער וואס ער איז אדורך,
אז אזא קאמפיין וועט אנקומען צי א מיליאן דולר !!! דאס איז די בעסטע וועג צו ווייזען פאר די רבנים רשעים אז זיי זענען חוזק !!! און אז כלל ישראל איז נישט מיט זיי !!! כלל ישראל שרייט אויס הבדלו מתוך העדה הרעה הזאת !!!! גענוג מיט די רשעות וואס אזאלכע רבנים טוען !!!! ווער האט זיי בכלל געפרעגט ??? ווער זענען זיי בכלל ???? זיי זענען דא צו טרינקען אידיש בלוט !!!! און צו גנבנען אידיש געלט !!!! און אז ס'דא עפעס א נארמאלע רב וואס איז יא געטריי פאר כלל ישראל, קומען זיי ארויס מיט קול קורא'ס ...... דעי צייטען האבען זיך גענדיגט !!!!! די רבנים זענען דא צו באדינען כלל ישראל !!!! נישט פארקערט !!! אזוי ווי יס'שטייט און די גמרא : אמר להם, כמדומין אתם ששררה אני נותן לכם? עבדות אני נותן לכם, שנאמר (מלכים א יב) "וידברו אליו לאמר אם היום תהיה עבד לעם הזה".
די רבנים און די רבי'ס ברויכען צו וויסען אז זיי זענען קנעכט פאר כלל ישראל, און זיי דארפען זיך אויפפירען מיט דרך ארץ אין מיט רעספעקט, די רגע זיי ווערען אנגעבלאזען זענען זיי מער נישט קיין רבנים נאר ליידיגע יונגען מחוצפים און עזות פענימער, וואס מען ברויך זיי אויספראקען כדי צו ציקלאפען אביסעל זייער אומווערדיגע גאות !!!
שטותים און נארישקייטן, איך האב יעצט גערעדט מיט קאסובער רבינ'ס גבאי און ער זאגט אז ער איז קיינמאל צו גיין שום רב נישט ארמגעגאנגען לטובת ר' שמואל, ער האט נאר סך הכל געזאגט אז ער גלייבט נישט יעדע זאך וואס דירענפעלד און שטערן ברענגן אים, ער קען ר' שמואל םון דער נאנט און האלט נישט ביים חתמענ'ן.
ווי אויך בין איך א קרוב מיט רבי בערל ז"ל און איך ווייס בברור און ער איז נאר איינמאל אראפגעקומען רעדן צו ר' שמואל מיט אפאר אנדערע רבנים אינאיינעם ביי די איין מיטינג וואס איז געוועען אין מאנסי מיט אפאר רבנים פאר בערך 3 יאר צירוק און ער האט דארט צוזאמגעזידעלט ר' שמואל איבער'ן קאפ, און ווען ער איז קראנק געווארן נישט לאנג דערנאך האט ער געזאגט פאר די משפחה אז ער האט מורא אז ס'איז צוליב דעם ווייל ער האט מבייש א ת"ח וגאון ברבים און האט געשיקט זיין זוהן זאל אריהערגיין איבערבעטן בשמו (איר קענט זיך נאכפרעגן ביי דו משפחה)
קול קורא האט געשריבן:שטותים און נארישקייטן, איך האב יעצט גערעדט מיט קאסובער רבינ'ס גבאי און ער זאגט אז ער איז קיינמאל צו גיין שום רב נישט ארמגעגאנגען לטובת ר' שמואל, ער האט נאר סך הכל געזאגט אז ער גלייבט נישט יעדע זאך וואס דירענפעלד און שטערן ברענגן אים, ער קען ר' שמואל םון דער נאנט און האלט נישט ביים חתמענ'ן.
ווי אויך בין איך א קרוב מיט רבי בערל ז"ל און איך ווייס בברור און ער איז נאר איינמאל אראפגעקומען רעדן צו ר' שמואל מיט אפאר אנדערע רבנים אינאיינעם ביי די איין מיטינג וואס איז געוועען אין מאנסי מיט אפאר רבנים פאר בערך 3 יאר צירוק און ער האט דארט צוזאמגעזידעלט ר' שמואל איבער'ן קאפ, און ווען ער איז קראנק געווארן נישט לאנג דערנאך האט ער געזאגט פאר די משפחה אז ער האט מורא אז ס'איז צוליב דעם ווייל ער האט מבייש א ת"ח וגאון ברבים און האט געשיקט זיין זוהן זאל אריהערגיין איבערבעטן בשמו (איר קענט זיך נאכפרעגן ביי דו משפחה)
ס׳איז א נחת די ערנסטע משא ומתן אויף עפעס א פארוואגלטע אנאנימער פאוסט וואס איינער האט ווארשיינליך ארויסגעגרעפסט אן טראכטן בכלל בשעת׳ן זיך אויסלופטערן אין בית הכבוד נאך א שווערע טשאלנט און א שלאפלאזע נאכט
טעותי!! איך האב אים יעצט געפרעגט און איך בין מודה ומתוודה אז ער האט מיר געזאגט אז ער האט עס קיימאל נישט ארויסגעשיקט, אבער דאס האט ער מיר יא געזאגט אז דער וואס האט משוגע געמאכט זיין טאטע יומם ולילה בענין זה איז געווען אברהם אבא לעזער, אן איידעם ביי אברהם אהרן לעזער