רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
דא האט איר א ווידיאו ווי מען האט אינטערוויאוד דעם שוטה מעטיא היימבאך, דער פירער פון די נעא נאצי באוועגונג דא אין אמעריקע.
דער תלוש איז ניטאמאל קיין ריינער אריער און ער פארמאגט נישט די בלאנד בלוי צייכענעס, און צו קומען פארקויפן נאציאנאליזם פאר פריקן אימיגראנטן איז זייער א לעכערליכע זאך...
אכטונג: עברית
https://www.youtube.com/watch?v=YtUgELEREqw

-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
טאקע א שאד.
לאמיר יעצט איבערדרייען א וועלט.
איך בין גרייט.
די גרינגסטע וועג איבער צו דרייען די וועלט איז אויף א קאמפיוטער, נעם א פיקטשער פין די וועלט, און מיט די מייזעל גיבט א קליק אויף ראטעט, און די גאנצע מעשה דרייט זיך איבער, אזוי ווי סדום.
לאמיר עס טוהן אויף איינמאל אזוי ווען עס האבן א שטערקערע עפפעקט. סא לאז מיך וויסן ווען איר זענט גרייט. שעקויעך.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
מ׳דארף איבער דרייען די וועלט אזוי וועלן די ראקעטס וואס איראן שיסט ארויס לאנדן אויף די לבנה.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
טראכטכמוני האט געשריבן:מ׳דארף איבער דרייען די וועלט אזוי וועלן די ראקעטס וואס איראן שיסט ארויס לאנדן אויף די לבנה.
אונז קענען טרעפן א שטיקל קשר צווישן איראן אין די לבנה. דער מו״נ (ח״ג פכ״ט) זאגט אז די עוע״ז פלעגן בויען פאר די זון גאלדענע צלמים און פאר די לבנה זילבערנע ע״ש. און ביי די חלום פון נבוכדנצר (דניאל ב לט) טרעפן מיר אז מלכות פרס איז נמשל לכסף.
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
ווערן גוים איז דער נומבער איינס סיבה צו אנטיסעמיטיזים, ווען מיר אידן האבן פרובירט צו ווערן א גוי כאחד הגוים האט זיך אנטיסמיטיזים גענומען פלאקערן אויפן שטערקסטן פארנעם. דער אמעריקענער גוי האט נישט קיין פרובלעים מיטן חסידישע איד ער קען דאס סובל זיין ער קען נישט סובל זיין ווען דער חסידישער איד איז א גוי.אישתישבי האט געשריבן:אונז קענען גארנישט טוהן אוועקצונעמען אנטיסעמיטיזם.
חוץ, ווערען גוים רח"ל.
און מתפלל זיין.
טרעפען דער שורש און פאררעכטן איז חלומות.
נאך אן עצה אין פארען וואוינען אין אייגענע ײדישע מדינה.
Sent from my iPhone using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מיינונגזאגער: מ' האט עס שוין פרובירט. אין שפאניע מיט 500 יאר צוריק. און שפעטער אין דייטשלאנד. אין אנהויב (אנהייב די תקופה פון די רעפארמער) האט עס אויסגעזעהן גוט. די גויים האבן געשמייכלט צו די אידן. זיי האבן געגעבן קאמפלימענטן פאר די אידן אז זיי הייבן אן זיך אויסצומענטשלען. זיי זענען געגאנגען צו די זעלבע פארטיס. און אידן האבן אנגעהויבן זיך עכט אויסמישן מיט די גויים. די אידישע סטודענטן וועלכע האבן געהאלטן ביי ווערן דאקטוירים האבן חתונה געהאט מיט שיקסעס. און אידישע מיידלעך האבן חתונה געהאט מיט שקצים. און דער ..."אידישער"...מחותן האט איינגעלאדנט זיין גוי'אישן מחותן צו זיין טעמפל. ער זאלל זעהן ווי שטארק פראגרעסיוו זיי זענען. א מענטש צוגלייך מיט מענטשן...! און נאכדעים איז דער (גוי'אישע) מחותן מיט די מחותנס'טע געגאנגען עסן לאנטש צו די מחותנים. וואו מ'האט סערווירט חזיר צוזאמען מיט די אייער-צוויבל. נאך די ..."סעודה"... איז מען געגאנגען פאר א שפאציר. און מ'האט אפגעשמועסט דעם זמן החתונה... די חתונה איז אדורך מיט גרויס פאראד. מ'האט ליתר שאת איינגעלאדנט דעם גלח אויך צו די .."חופה"... (כאטש דער רעפארם ראביי איז געווען מער גוי'איש ווי דער גלח אליין). און זיי האבן געהאט קינדער. און דער אידישער בחור איז געווארן א גרויסער, בארימטער דאקטער. און זייערע קינדער האבן אויך חתונה געהאט מיט דייטשע גויים. 2 פון זייערע קינדער זענען אויך געווארן בארימטע דאקטוירים. און איינע פון די טעכטער האט חתונה געהאט צו א (אידישן) לאיער. און די צווייטע האט חתונה געהאט צו א דזשאדזש...ביז... איין טאג האט איינער א בארימטער פאליטישן מיט'ן נאמען ביסמארק אנגעהויבן שטארק העצן אקעגן אידן. (עטץ מיינטס אז דאס אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד האטציך אנגעהויבן ביי היטלער און די נאציס, ימ"ש)...און ער האט צוגעצויגן צו זיך א סאך בארימטע שרייבערס און פאליטישנס. און זיי האבן געגרינדעט א פאליטישע אנטיסעמיטישע פארטיי. אבער די אידן זענען געווען בלינד צו די רעאליטעט. און זיי האבן זיך איינגערעדט אז ..."דאס געזעץ"... וועט זיי באשיצן...פלוצלינג איז אויפגעשטאנען איינער אן אומגעלערנטער פויער. אבער א וויסטער אנטיסעמיט. און ר'האט אנגעהויבן זייער שטארק צו העצן אקעגן די אידן. אבער די אידן האבן זיך נאכאלץ פארזיכערט אין ..."געזעץ"... און די קאנסטיטוציע. זיי האבן געטענה'ט אז זיי זענען דייטשן. פונקט ווי די גויים. אבער ס'האט זיי גארנישט געהאלפן. ווייל צום סוף האט מען זיי אלעס צוגענומען און פארטריבן. נאך ערגער ווי די גירוש שפאניע...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
@berelbalagueh
כ'מיין אז אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד האט זיך עכט אנגהויבן אסאך פאר ביסמארק, נאך ווען דער גלח און פראפעסאר מארטין לוטער האט זיך אפגעטיילט פון די קאטאלישע קירכע און געגרינדעט די פראטעסטאנטישע קירכע און 1517 למס'. שפעטער בערך אין אין די יארן פון 1530 ביז 1540 האט ער פרובירט צו משכנע זיין די דייטשע אידן זאלן זיך שמד'ן און מיט גיין מיט איהם צו לוטערניזם, און ווען די אידן האבן זיך אנטזאגט, האט ער געשריבן א בוך מיטן נאמען "די אידן און זייערע ליגענט" און דארט האט ער געהעצט זייער שטארק קעגן די אידן. אויף אזוי ווייט אז פיר הונדערט יאר שפעטער ווען די נאציס האבן דורכגעפירט זייערע ראלליס פלעגן זיי האלטן דעם בוך אין די הייעך. ס'אפילו אנגענומען אז די בוך און זיינע העצערייען קעגן די אידן איז געווען א גרויסע גורם צו מאדערנע אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד
כ'מיין אז אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד האט זיך עכט אנגהויבן אסאך פאר ביסמארק, נאך ווען דער גלח און פראפעסאר מארטין לוטער האט זיך אפגעטיילט פון די קאטאלישע קירכע און געגרינדעט די פראטעסטאנטישע קירכע און 1517 למס'. שפעטער בערך אין אין די יארן פון 1530 ביז 1540 האט ער פרובירט צו משכנע זיין די דייטשע אידן זאלן זיך שמד'ן און מיט גיין מיט איהם צו לוטערניזם, און ווען די אידן האבן זיך אנטזאגט, האט ער געשריבן א בוך מיטן נאמען "די אידן און זייערע ליגענט" און דארט האט ער געהעצט זייער שטארק קעגן די אידן. אויף אזוי ווייט אז פיר הונדערט יאר שפעטער ווען די נאציס האבן דורכגעפירט זייערע ראלליס פלעגן זיי האלטן דעם בוך אין די הייעך. ס'אפילו אנגענומען אז די בוך און זיינע העצערייען קעגן די אידן איז געווען א גרויסע גורם צו מאדערנע אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער: דו ביסט גערעכט. דאס אנטיסעמיטיזם האטציך טאקע אנגעהויבן ביי און דורך מארטין לוטער, ימ"ש. אבער דאס פאליטישע אנטיסעמיטיזם אויף א מאסן פארנעם איז ערשט אריין אין פוללן שוואונג דורך ביסמארק. וועלכער איז געווען א פאליטישן און א דיפלאמאט. ער האט פאראייניגט די אלע פראווינצן און געגנטן, וועלכע האבן גערעדט די דייטשע שפראך (אויסער עסטרייך) פון מזרח און צענטראל אייראפע אלס איין לאנד. ער איז געווען פארהייליגט ביי די באפעלקערונג אזוי ווי , להבדיל, דזשארדזש וואשינגטאן אין אמעריקע. אדער ארטיגאס אין אורוגוויי...!
די סצענעס וואס איך באשרייב. מיט די טעמפל ערשיינונג און די ..."שבת'דיגע סעודה"...פון די ..."מחותנים"... זענען נישט פרי דמיוני. נאר זענען באזירט אויף א בוך פון הרב מאיר לעהמאן. וואו ער שילדערט דעם ..."סטראגגל"...און די דילעמע פון א אידישן בחור, פאר וועם ס'איז אנגעשטאנען חתונה צו האבן מיט א שיקסע. די טאכטער פון א פריץ. און אויך ווערן א גוי. אדער בלייבן א איד. די מעשה הייסט..."רוזן או יהודי"...!
די סצענעס וואס איך באשרייב. מיט די טעמפל ערשיינונג און די ..."שבת'דיגע סעודה"...פון די ..."מחותנים"... זענען נישט פרי דמיוני. נאר זענען באזירט אויף א בוך פון הרב מאיר לעהמאן. וואו ער שילדערט דעם ..."סטראגגל"...און די דילעמע פון א אידישן בחור, פאר וועם ס'איז אנגעשטאנען חתונה צו האבן מיט א שיקסע. די טאכטער פון א פריץ. און אויך ווערן א גוי. אדער בלייבן א איד. די מעשה הייסט..."רוזן או יהודי"...!
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
עקזעקטלי מיין פאוינט.berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: מ' האט עס שוין פרובירט. אין שפאניע מיט 500 יאר צוריק. און שפעטער אין דייטשלאנד. אין אנהויב (אנהייב די תקופה פון די רעפארמער) האט עס אויסגעזעהן גוט. די גויים האבן געשמייכלט צו די אידן. זיי האבן געגעבן קאמפלימענטן פאר די אידן אז זיי הייבן אן זיך אויסצומענטשלען. זיי זענען געגאנגען צו די זעלבע פארטיס. און אידן האבן אנגעהויבן זיך עכט אויסמישן מיט די גויים. די אידישע סטודענטן וועלכע האבן געהאלטן ביי ווערן דאקטוירים האבן חתונה געהאט מיט שיקסעס. און אידישע מיידלעך האבן חתונה געהאט מיט שקצים. און דער ..."אידישער"...מחותן האט איינגעלאדנט זיין גוי'אישן מחותן צו זיין טעמפל. ער זאלל זעהן ווי שטארק פראגרעסיוו זיי זענען. א מענטש צוגלייך מיט מענטשן...! און נאכדעים איז דער (גוי'אישע) מחותן מיט די מחותנס'טע געגאנגען עסן לאנטש צו די מחותנים. וואו מ'האט סערווירט חזיר צוזאמען מיט די אייער-צוויבל. נאך די ..."סעודה"... איז מען געגאנגען פאר א שפאציר. און מ'האט אפגעשמועסט דעם זמן החתונה... די חתונה איז אדורך מיט גרויס פאראד. מ'האט ליתר שאת איינגעלאדנט דעם גלח אויך צו די .."חופה"... (כאטש דער רעפארם ראביי איז געווען מער גוי'איש ווי דער גלח אליין). און זיי האבן געהאט קינדער. און דער אידישער בחור איז געווארן א גרויסער, בארימטער דאקטער. און זייערע קינדער האבן אויך חתונה געהאט מיט דייטשע גויים. 2 פון זייערע קינדער זענען אויך געווארן בארימטע דאקטוירים. און איינע פון די טעכטער האט חתונה געהאט צו א (אידישן) לאיער. און די צווייטע האט חתונה געהאט צו א דזשאדזש...ביז... איין טאג האט איינער א בארימטער פאליטישן מיט'ן נאמען ביסמארק אנגעהויבן שטארק העצן אקעגן אידן. (עטץ מיינטס אז דאס אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד האטציך אנגעהויבן ביי היטלער און די נאציס, ימ"ש)...און ער האט צוגעצויגן צו זיך א סאך בארימטע שרייבערס און פאליטישנס. און זיי האבן געגרינדעט א פאליטישע אנטיסעמיטישע פארטיי. אבער די אידן זענען געווען בלינד צו די רעאליטעט. און זיי האבן זיך איינגערעדט אז ..."דאס געזעץ"... וועט זיי באשיצן...פלוצלינג איז אויפגעשטאנען איינער אן אומגעלערנטער פויער. אבער א וויסטער אנטיסעמיט. און ר'האט אנגעהויבן זייער שטארק צו העצן אקעגן די אידן. אבער די אידן האבן זיך נאכאלץ פארזיכערט אין ..."געזעץ"... און די קאנסטיטוציע. זיי האבן געטענה'ט אז זיי זענען דייטשן. פונקט ווי די גויים. אבער ס'האט זיי גארנישט געהאלפן. ווייל צום סוף האט מען זיי אלעס צוגענומען און פארטריבן. נאך ערגער ווי די גירוש שפאניע...!
כל זמן אידן זענען געווען אידן האט אנטיסמיטיזים בכלל נישט געבודשזעוועט גאר פארקערט מען האט מכבד געווען דעם איינשטענדיגער איד נאר ווייל ער איז א איד, א איד איז נישט קיין באטריגער, א איד איז אן ערליכער פערזענליכקייט מען קען אים געטרויען נאר ווייל ער איז א איד און ער וועט נישט גאנבענען, באעוולען אדער אפי׳ משיג גביל זיין. ווי נאר דער איד האט זיך אנגעהויבן פארגויאישען דאן האבן זיך די צרות אנגעהויבן.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
אבער מאיר לעהמאן האט געחולמט די פאקטן וואס האבן בכלל נישט פאסירט, אבער עס איז נאך אלץ אמת אז די געמויזעכטס איז אנגעגאנגען דאן.berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: דו ביסט גערעכט. דאס אנטיסעמיטיזם האטציך טאקע אנגעהויבן ביי און דורך מארטין לוטער, ימ"ש. אבער דאס פאליטישע אנטיסעמיטיזם אויף א מאסן פארנעם איז ערשט אריין אין פוללן שוואונג דורך ביסמארק. וועלכער איז געווען א פאליטישן און א דיפלאמאט. ער האט פאראייניגט די אלע פראווינצן און געגנטן, וועלכע האבן גערעדט די דייטשע שפראך (אויסער עסטרייך) פון מזרח און צענטראל אייראפע אלס איין לאנד. ער איז געווען פארהייליגט ביי די באפעלקערונג אזוי ווי , להבדיל, דזשארדזש וואשינגטאן אין אמעריקע. אדער ארטיגאס אין אורוגוויי...!
די סצענעס וואס איך באשרייב. מיט די טעמפל ערשיינונג און די ..."שבת'דיגע סעודה"...פון די ..."מחותנים"... זענען נישט פרי דמיוני. נאר זענען באזירט אויף א בוך פון הרב מאיר לעהמאן. וואו ער שילדערט דעם ..."סטראגגל"...און די דילעמע פון א אידישן בחור, פאר וועם ס'איז אנגעשטאנען חתונה צו האבן מיט א שיקסע. די טאכטער פון א פריץ. און אויך ווערן א גוי. אדער בלייבן א איד. די מעשה הייסט..."רוזן או יהודי"...!
Sent from my iPhone using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מיינונגזאגער: דו ביסט 100% גערעכט. איך האב געוואלט צו שרייבן אז די שילדערונג פון די געשיכטע מיט די רעפארם טעמפל ערשיינונג און די ..."שבת'דיגע סעודה"...פון די גוי' אישע מחותנים איז נישט פרי דמיוני. נאר די פרי דמיונו פון הרב מאיר לעהמאן אבער דאך. ער שילדערט אין זיין באשרייבונג וואס איז א נאוועללע באזירט אויף די אמת'ע געשיכטע דעם אלגעמיינעם מצב אין דייטשלאנד אין יענע תקופה...!
די איינציגע גוטע זאך וואס איז ארויסגעקומען פון די רעפארם באוועגונג און די געמישטע חתונות איז געווען אז די קינדער וועלכע זענען געבוירן ביי די געמישטע פאר פעלקער, און די נאציס, ימ"ש האבן זיי גערופן ..."מישלינגען"...און ביי די נאציס האבן זיי געהייסן ..."אידן"...א סאך פון זיי זענען געווארן אנגענומען אין די נאצי פארטיי. און אפילו אין די עס.עס. אבער די הויפט נאצי פיהרער האבן זיי געהאלטן אין אן אומ-זיכער'ן מצב. זיי האבן אייביג מורא געהאט אז מ'וועט זיי פארשיקן אין די קאנצענטראציע לאגער'ן. און זיי האבן געהאט א שטילן פארבאנד צווישן זיך. און ווען דער בעלזער רב זצ"ל מיט זיין ברודער זענען אנגעקומען צום גרעניץ פון עסטרייך האבן די אלע האלבע אידן געהאלפן אדורכשמוגלען די צוויי הייליגע ברודער אפילו דורך דייטשלאנד אליין. ביז זיי זענען אנגעקומען קיין איטאליע. צו א שיף...וואס האט זיי געפיהרט קיין א"י...!
(אזוי האביך געליינט אין...מחנה החרדי.)

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
איך האב אלעמאל געוואוסט אז מישליגען זענען מיט געגאנגען מיט עם ישראל אין לאגער.
מארטין לוטער האט אן געהויבן אנטיסעמיטיזעם?
@מיינוגזאגער פאר די השכלה און ווען אידן האבן זיך מאדענערזירט איז נישט געווען קיין פאגראם'ס? אלע האבן געלעבט בשלום נאך דערצו אין דייטשלאנד??
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מארטין לוטער האט אן געהויבן אנטיסעמיטיזעם?
@מיינוגזאגער פאר די השכלה און ווען אידן האבן זיך מאדענערזירט איז נישט געווען קיין פאגראם'ס? אלע האבן געלעבט בשלום נאך דערצו אין דייטשלאנד??
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
גראף: לויט ווי אלע היסטאריקער זאגן זענען די מערסטע פון די האלבע אידן אדער ..."מישלינגען"...נישט געגאנגען אין די קאנצענטראציע לאגערן. נאר די נאצי פיהרער האבן זיי געהאלטן אין אן אומ-זיכערן מצב. זיי האבן זיי קיינמאל נישט פארזיכערט אז זיי וועללן נישט גיין אין די קאנצענטראציע לאגערן...! כאטשיג זיי זענען געווען מעמבערס אין די נאצי פארטיי און אפילו אין די עס.עס. און די האלבע אידן האבן טאקע פארמירט אזא מין ברודערשאפט. און זיי האבן שטילערהייט געהאלפן א סאך אידן.
איך וועלל דא נוצן מיין פאנטאזיע. מסתמא זענען געווען באהאלטענע מניינים אין בערלין. און אנדערע גרויסע שטעט וואו די האלבע אידן, און אפילו געהעריגע אידן האבן געהאט מניינים. ס'איז טאקע דא עטליכע קליפס וואס באהאנדלען די טעמע. פון די באהאלטענע אידן אין בערלין. און אנדערע שטעט. נאר די פארשאלטענע געסטאפא (ראשי תיבות פון..."געהיימע שטאאטס פאליציי.)האבן געניצט אנדערע אידן, און זיי געגעבן כל טוב. און זיי געלאזט זיך ארומדרייען פריי. אז זיי זאללן אויסגעפונען און אויסמסר'ן אידן...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
ניין, מארטין לוטער ימ"ש האט נישט אנגעהויבן אנטיסעמיטיזם, נאר כ'רעד פון זיין מהלך אין זיין באקאנטן בוך קעגן די אידן וואו ער העצט גאר שטארק קעגן די אידן, און האט גענוצט דעם זעלבן מהלך ווי די נאציס האבן גענוצט אין זייערע צייטונגן ווי די שטורמער וכדו' אדרבה נעם אפיר זיין ביכל און ליין עס דורך. וועגן דעם זענען דא וואס טענה'נן אז די נאציס האבן עס גענומען פון עם, ער איז געווען דער מייסד פון דעם נאצישן אנטיסעמיטיזם. כ'האב אפילו געזעהן פון איינעם א אידישע היסטאריקער כ'געדענק נישט זיין נאמען, אז מ'זעהט נישט אזא מין העצערישע געשרייבאכצער ביי קיין איין פון די גלחים פון ביפאר און נאכדעם סיי פון די קאטאליקן וואס האבן גאר שטארק פיינט געהאט אידן און סיי פון די אנדערע קריסטן, פראטעסטאנטן וכדו'גראף האט געשריבן:איך האב אלעמאל געוואוסט אז מישליגען זענען מיט געגאנגען מיט עם ישראל אין לאגער.
מארטין לוטער האט אן געהויבן אנטיסעמיטיזעם?
@מיינוגזאגער פאר די השכלה און ווען אידן האבן זיך מאדענערזירט איז נישט געווען קיין פאגראם'ס? אלע האבן געלעבט בשלום נאך דערצו אין דייטשלאנד??
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
באופן עיקרוני טאקע נישט עס האט געהערשט שלום ושלווה מער ווייניגער.גראף האט געשריבן:איך האב אלעמאל געוואוסט אז מישליגען זענען מיט געגאנגען מיט עם ישראל אין לאגער.
מארטין לוטער האט אן געהויבן אנטיסעמיטיזעם?
@מיינוגזאגער פאר די השכלה און ווען אידן האבן זיך מאדענערזירט איז נישט געווען קיין פאגראם'ס? אלע האבן געלעבט בשלום נאך דערצו אין דייטשלאנד??
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
אבער ווען מען האט זיך געהויבן מישן האט מען קיין מנוחה נישט געהאט.
Sent from my iPhone using Tapatalk
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
וואס איז מיט לייגן אידן אין געטאס לאנג פאר זיך מישן? גזירות מיט גירוש איינס נאך די צווייטע. פיל קינות זענען פארפאסט געווארן פון די גרויזאמע שחיטות און געוואלדטאטן אויף כלל ישראל פאר די נעלאגען זענען געבוירן געווארן.מיינונגזאגער האט געשריבן:באופן עיקרוני טאקע נישט עס האט געהערשט שלום ושלווה מער ווייניגער.גראף האט געשריבן:איך האב אלעמאל געוואוסט אז מישליגען זענען מיט געגאנגען מיט עם ישראל אין לאגער.
מארטין לוטער האט אן געהויבן אנטיסעמיטיזעם?
@מיינוגזאגער פאר די השכלה און ווען אידן האבן זיך מאדענערזירט איז נישט געווען קיין פאגראם'ס? אלע האבן געלעבט בשלום נאך דערצו אין דייטשלאנד??
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
אבער ווען מען האט זיך געהויבן מישן האט מען קיין מנוחה נישט געהאט.
Sent from my iPhone using Tapatalk
דו ווייסט עס אויך איך בין גארנישט מחדש, נאר איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט דא.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אידן האבן זיך אנגעפאנגען אויסצומישן מיט די גוים פון די מינוט וואס זיי האבן פארלאזט ארץ ישראל, ס'האט געדויערט נאך טויזענט יאר ביז די קאטוילישע קירכע האט אנגעפאנגען אנטיסעמיטיזם. די עשרת השבטים וועלכע האבן זיך אויסגעמישט מיט די גוים האבן נישט אנגעברענגט קיין אנטיסעמיטיזם, ווען די אידן האבן גענומען נשים נכריות אין די צייטן פון עזרא האט עס נישט אויפגעברענגט אנטיסעמיטיזם, אויך די מתיוונים האבן נישט אנגעברענגט קיין אנטיסעמיטיזם. מוחאמאד האט נישט אויסגע'שחט'ן די אידן פון מדינה ווייל זיי האבן אנגענומען איסלאם, און די שפאנישע אינקוויזיציע האט נישט פארברענט אידן פאר'ן אננעמען יאשקע, פונקט פארקערט. יא, פארטוגאל האט געצווינגען אידן זיך צו שמד'ן נאר כדי אנצוברענגען אנטיסעמיטיזם, אוודאי אזוי, אויך די גלחים וועלכע פלעגן פירן וויכוחים מיט די רבנים האבן ממש דאס געוואלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
גזירות ת"ח ות"ט, תתנ"ו, ועוד, יוכיח, וואס לויט וואו ס'קוקט אויס פון די קינות וואס מ'זאגט תשעה באב אויף יענע גזירות קוקט נישט אויס ווי ס'איז עפעס שלעכט געווען מיט די אידן, זיי האבן געלעבט אפגעזונדערט אין געטאס, מישן מאן דכר שמיהגראף האט געשריבן:וואס איז מיט לייגן אידן אין געטאס לאנג פאר זיך מישן? גזירות מיט גירוש איינס נאך די צווייטע. פיל קינות זענען פארפאסט געווארן פון די גרויזאמע שחיטות און געוואלדטאטן אויף כלל ישראל פאר די נעלאגען זענען געבוירן געווארן.מיינונגזאגער האט געשריבן:באופן עיקרוני טאקע נישט עס האט געהערשט שלום ושלווה מער ווייניגער.גראף האט געשריבן:איך האב אלעמאל געוואוסט אז מישליגען זענען מיט געגאנגען מיט עם ישראל אין לאגער.