שיעורי הרב יואל אשר לאבין
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
שיעורי דף היומי מאת הרב יואל אשר לאבין.
שיינע קלארע שיעורים בערך 15 מינוט א טאג.
https://soundcloud.com/user-947292261/sets/igf1h1fl0lmw
שיינע קלארע שיעורים בערך 15 מינוט א טאג.
https://soundcloud.com/user-947292261/sets/igf1h1fl0lmw
דוד בן ישי עבדך משיחך
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
בן ישי האט געשריבן:שיעורי דף היומי מאת הרב יואל אשר לאבין.
שיינע קלארע שיעורים בערך 15 מינוט א טאג.
https://soundcloud.com/user-947292261/sets/igf1h1fl0lmw
Telegram link?
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
קאצקע ציקער האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:שיעורי דף היומי מאת הרב יואל אשר לאבין.
שיינע קלארע שיעורים בערך 15 מינוט א טאג.
https://soundcloud.com/user-947292261/sets/igf1h1fl0lmw
Telegram link?
@DafLabin
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
יין שרף האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:שיעורי דף היומי מאת הרב יואל אשר לאבין.
שיינע קלארע שיעורים בערך 15 מינוט א טאג.
https://soundcloud.com/user-947292261/sets/igf1h1fl0lmw
Telegram link?
@DafLabin
מאטשא גראסיאס אמיגא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 78 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
די "שירים" זענען גאנץ שיין.
אבער די "שיעורים"?
כ'האב אנגעהויבן הערן
און נאכנישט אריבער קיין צוויי מינוט כ'בין ממש געשפרונגען:
א' גמ' זאגט אז די חכמים וואס זאגן עד חצות האלטן אז בשכבך מיינט כל זמן מ'שלאפט און נישט ווי ר' אליעזר וואס האלט ווען מ'גייט שלאפן!! סארי כ'האב געהערט די 1:57 און ס'האט געגרידזשעט די טעות און עה"א... אפשר כדי זיך צוצוגרייטען פאר'ן גיבן דעם שיעור, ס'איז היינט דא גאנץ פיינע ספרים, מ'רעדט שוין נישט פון ארטסקרול כ'בין זיכער אז דארט שטייט נישט אזא אמעראצעס.
ס'נישט געשמאק אזוי אנצוהייבן ש"ס... א נסיעה פון 7 (פעטע) יאר(ען).
ב' די טאג ענדיגט זיך ביינאכט? וועגן דעם הייבט די תנא אהן מיט ביינאכט ווייל די טאג ענדיגט זיך מיט ביינאכט?
ג' ביי נדה איז דא סיבות וועגן גזירת הבת? אוי ס'איז יו"ט אין דער וואכן...
כ'האלט ביי 7 מינוט מיט און 40 סעקונדעס, כ'קאן נישט ווייטער הערן כ'ציטער וואס קומט נעקסט...
אויב האט איר א שוהל, און ס'איז נישטא קיין מגי"ש דף היומי נו במקום שאין איש אפשר קען מען מקיל זיין (במקום מצוה לימוד הדף), בצירוף אז דערעוילעם שלאפט מילא האלבוועגס ואגרא דפרקא רהיטא, אבער כ'מיין ס'איז עכט א שאד ארויף לייגן אויף סאונדקלאוד אן א געהעריגע הכנה, און דאס איז שוין ביי ברכות דף ב ווער ווייסט וואס קומט נאך...
אפשר בעסער זאך פארלייגען אויף די שירים...

יויש כ'האב געהערט ווייטער ס'איז ממש פחדים נוראים ובא השמש וטהר... מ'וועט נאר מעגן גיין און מקוה טאמער ס'איז טיעף נאכט אויש... אדער וטהר ווען עס וועט ווערן נאכט וועט ער שוין האבן געווען טהור....? פליז... פארוואס נישט טייטשען די גמ' וטהר טהר יומא... פארוואס זיך סתם אזוי דינגען מיט א שטיקעלע גמ' וואס שטייט איין שורה שפעטער נישט ערגעץ אין זבחים אדער תמורה???
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 78 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
איסר האטלקי האט געשריבן:טרונקן בלוט ברבים פון א איד ברבים איז נישט קיין מצוה, נאכדערצו פון איינער וואס וויל אויפטון פאר אידישקייט.
גערעכט! גערעכט! כשר גערעכט! ס'איז שארף געשריבן זיי מיר דן לכף זכות ס'איז געווען א בחי' פון אורייתא דקא מרתחא בי, כ'האב געמיינט בעיקר ווי אדונינו האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:אבער מיר באדערט אויך די אלע נייע מגי״ש אשר לא קראו ולא שנו, די עמהארצות שרייט פון יעדע ווינקל.
ואף אני בחלומי כסדר זעט מען עם הארצים זאגן שיעורים, ולאו דוקא עם הארצים נאר אמעראצית'דיגע שיעורים, ועל זה יצא הקצף.
אבער כבוד הרב דקהל נועם ורצון (הערשט יעצט באמערקט אז מ'רופט אים פריער רב דקהל נועם ורצון...) כ'מיין חלילה נישט פערזענליך, אדרבא קאן גאר זיין אז איר לאזט עס נישט ארויפלייגן אויף סאונדקלאוד נאר איינער לייגט עס אויף די אייגענע האנט, אויב ס'איז אזוי דארפט איר פשוט וויסען וואס מ'טוט מיט די שיעורים.
איך וויל באמת זיך אנטשולדיגען טאמער איינער איז פערזענליך געטראפן געווארען, ס'איז חלילה נישט קיין פערזענליכע אטאקע ס'איז א כלליות'דיגע ענין ווי אזוי צו צוגיין צו א שיעור ברבים בכלל (ובפרט אז עס ווערט מפורסם...).
כ'ווייס נישט פארוואס מענטשן האלטן אז ס'איז א בושה זאך צו צוגרייטען צו א שיעור? (בדידי הוה עובדא, איך האב פאר איאר געזאגט א שיעור יו"ט און א ביהמ"ד בפלפולא דאו' בערך א שעה, שיין מסכם געווען אלסדינג, יעדער 10 מינוט בעסער געזאגט יעדער נושא\חידוש\חשבון\ צוזאם גענומען וואס מ'האט גערעדט, אזש דערעוילעם האט מיטגעלעבט און פשוט הנאה געהאט, זינט דאן רופן זיי מיר יעדן יו"ט, די רב פון שוהל האט מיר געפרעגט וואס האסטו געטוהן אז ס'איז אזוי געלונגען? האב איך אים געזאגט פשוט און פראסט זיך צוגעגרייט א קנאפע 4 שעה... און כ'האב די שיעור שוין געזאגט אמאל אעפ"כ... מ'דארף זיך געהעריג צוגרייטען צי א שיעור, זיין אליין זייער זייער קלאר, מיט גוטע דוגמאות אא"וו, א שיעור ברבים איז נישט א דזאוק בדחנות אד"ג, וועלכע וועג מ'קוקט עס נאר אהן איז נישט אויסגעהאלטן סתם צו צוגיין צום ברעטל און זאגן א שיעור און קטנ'ן אויפען עולם [סארי פאר די אויסשפראך], אנהע 100% קלארקייט האט נישט קיין שום פשט צו זאגן א שיעור, אלס תורה איז עס אן עכטע בזיון התורה דאס צו טוהן, אבער אפי' מ'קוקט עס אהן סתם אינפו האט נישט קיין שום פשט און תי' שבעולם צו זאגן איפורמעישען פאר מענטשן נאר אז ס'איז קליפ און קלאר)
ווי האט נאר אבטליון געזאגט: חכמים, הזהרו בדבריכם, שמא תחובו חובת גלות ותגלו למקום מים הרעים, וישתו התלמידים הבאים אחריכם וימותו, ונמצא שם שמים מתחלל.
והאיש משה האט געשריבן:יויש כ'האב געהערט ווייטער ס'איז ממש פחדים נוראים ובא השמש וטהר... מ'וועט נאר מעגן גיין און מקוה טאמער ס'איז טיעף נאכט אויש... אדער וטהר ווען עס וועט ווערן נאכט וועט ער שוין האבן געווען טהור....? פליז... פארוואס נישט טייטשען די גמ' וטהר טהר יומא... פארוואס זיך סתם אזוי דינגען מיט א שטיקעלע גמ' וואס שטייט איין שורה שפעטער נישט ערגעץ אין זבחים אדער תמורה???
און קיינער ווייסט נישט אויב די ביסט גאר די עם הארץ נאר אויב מ'לערענט יעצט גוט די גמרא. און איך האב נישט יעצט געלערענט די גמרא. ממילא ביסטו ביי מיר ספק עם הארץ. און ווען יענער שטעלט זיך ארויס מיט זיין נאמען, רעדט ברבים, מאכט זיך וואלנערעבל, און די קריטיקירסט באהאלטען אונטער א ניק וועל איך ענדערש אנעמען אז די ביסט די עם הארץ.
פון הרב לאבין סטאטוס
מענטשן פרעגן מיר פארוואס מיינע דף יומי שיעורים זענען ארויף פון 15 מינוט צו א האלבע שעה. איך האב זייער געוואלט מאכן ווי קורצער. די ערשטע דף האב איך אבער געזעהן אז די זיך אנשטרענגען צו מאכן שנעל האט אוועקגענומען יישוב הדעת און עס זענען געווען טעותים אין די הבנת הגמרא וכדו', האב איך געטוישט צו א האלבע שעה ואתכם הסליחה

- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
והאיש משה האט געשריבן:
א' גמ' זאגט אז די חכמים וואס זאגן עד חצות האלטן אז בשכבך מיינט כל זמן מ'שלאפט און נישט ווי ר' אליעזר וואס האלט ווען מ'גייט שלאפן!! סארי כ'האב געהערט די 1:57 און ס'האט געגרידזשעט די טעות און עה"א...
גראדע זאגסטו נישט גוט נאך ער זאגט אז חכמים האלטן אז ובשכבך מיינט ווילאנג מענטשן פאנגען אָן צו גיין שלאפן, און גראדע איז דאס נישט אזוי שלעכט דאס איז כאטש איין צד אין די גמרא שפעטער דף ט ע''א. עיין רש''י ד''ה רבנן פליגי עילווך.
כלומר מי פליגי רבנן עליך דהא דאמרי עד חצות דוקא קאמרי דלא משמע להו ובשכבך כל זמן שכיבה אלא כל זמן שדרך בני אדם להתעסק לילך ולשכב ומיהו בהא פליגי אדר' אליעזר דאלו רבי אליעזר סבירא ליה זמן עסק שכיבה אינו אלא עד האשמורה הראשונה ולרבנן עד חצות.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 78 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
חתם סופר האט געשריבן:והאיש משה האט געשריבן:יויש כ'האב געהערט ווייטער ס'איז ממש פחדים נוראים ובא השמש וטהר... מ'וועט נאר מעגן גיין און מקוה טאמער ס'איז טיעף נאכט אויש... אדער וטהר ווען עס וועט ווערן נאכט וועט ער שוין האבן געווען טהור....? פליז... פארוואס נישט טייטשען די גמ' וטהר טהר יומא... פארוואס זיך סתם אזוי דינגען מיט א שטיקעלע גמ' וואס שטייט איין שורה שפעטער נישט ערגעץ אין זבחים אדער תמורה???
און קיינער ווייסט נישט אויב די ביסט גאר די עם הארץ נאר אויב מ'לערענט יעצט גוט די גמרא. און איך האב נישט יעצט געלערענט די גמרא. ממילא ביסטו ביי מיר ספק עם הארץ. און ווען יענער שטעלט זיך ארויס מיט זיין נאמען, רעדט ברבים, מאכט זיך וואלנערעבל, און די קריטיקירסט באהאלטען אונטער א ניק וועל איך ענדערש אנעמען אז די ביסט די עם הארץ.
הרב חת"ס: כ'האב געמיינט אז אין די פאר טעג וועסטו האבען צייט צו מברר זיין פשט אין די גמ', וועסטו האבן א תשובה אהנע פשעטלאך כ'מאך א ווערטעל...(כ'האב גראדע נישט געכאפט ווי אזוי דו ציהסט א מסק' פון פשעטליך ווען די אמת'ע תשובה ליגט א פאר פוס אוועק, אדער אפאר אינטשעס אוועק אויפען קאמפיוטער.. ווי מ'זאגט ניתי ספר ונחזי).
לעצם הענין כבוד החת''ס שליט"א דו מאכסט כאילו ס'איז פארהאן דא א ויכוח ווער איז א גרעסערע ת"ח, הרב יואל אשר לבין שליט"א אדער והאיש מש"ה? און והאיש מש"ה קלעימט צו זיין א גרעסערע ת"ח ווי רב דקהל נועם ורצון, און דער חת"ס האט א ספק, און איז פושט די שאלה מיט א חשבון היות הרב לבין שטעלט זיך ארויס מיט זיין נאמען און והאיש משה איז נאר א ניק מוז זיין וכו' וכו' (?דאס אליינס קאן מען אויך דן זיין אבער אין כאן מקומו).
לענ"ד איז דא דא א טעות מעיקרא, כ'האב קיינמאל נישט געזאגט אז והאיש משה איז א גרעסערע ת"ח פון רב דקהל נועם ורצון, און אודאי און אוודאי קיימאל נישט געזאגט אז הרב לבין איז אן "עם הארץ" חלילה וחס, א' איך קען אים נישט פערזענליך, קיימאל מיט אים נישט גערעדט און אוודאי נישט אין לערנען, ב' כ'בין קיימאל נישט דן א מענטש וואס זאגט א שיעור צו ער איז א "תלמיד חכם" אדער "עם הארץ" לויט איין שיעור, [בפרט א דף היומי], און זיכער נישט מיט קיין פשטעליך אז אויב מ'שטעלט זיך ארויס האט מען מער חזקת ת"ח וד"ל.
וואס כ'האב יא דן געווען איז די עצם שיעור, דהיינו ווי אזוי ס'איז פארגעלערנט געווארען די שטיקאלע גמ' (און ב.ד.וו. כבוד חת"ס! דאס קען נאר דן זיין איינער וואס נעמט די מיה און לערנט עס דורך), און דאס האט מיר זייער וויי געטוהן אז זאכען ווערן פארגעלערנט קרום נישט ריכטיג מיט טעותים און נישט סימפעל גראד גלאט און אמת'דיג, (אודאי האט כבוד chosen people געטרייעט צו פארענטפערן אז ס'דא א רש"י דף ט. וואס לויט דעם האבן די קינדער פון ר"ג געהאט אזא הו"א, אמת דאס ווייס איך אויך, אבער סארי אזוי לערנט מען פאר א משנה? דו וואלטס אולי אזוי פארענטפערט א שווערע רש"י או צוגעענדיגט מיט א ודו"ק, און ב.ד.וו. זאגסט אז איך זאג נישט גוט איבער געזאגט, קוק גוט מיין הערה כ'האב נישט דערמאנט קיין ווארט וואס ער האט געזאגט, כ'האב סך הכל געשריבן די אמת'ע פשט).
כ'האב שוין אויבן מבהיר געווען אז די נושא מיינע איז פשוט בנוגע זאגן שיעורים וואס איז נישט אויסגערעכנט און פוהל מיט אפענע טעותים... כ'האב קלאר גערעדט וועגן צו גרייטען א שיעור אפגעזעהן ווי גרויס ת"ח מ'איז.
כ'וויל נאך אמאל איבערבעטן ברבים הרב לבין, חלילה חלילה כ'האב נישט געמיינט פערזענליך אזוי ווי אויבן דערמאנט... ביטע זיי מיר מוחל אז ס'איז געווען שארף געשריבן, ס'איז אין דרכי ארויסצוקומען קעגן איינעם בפרט א רב בישראל, ובפרט ווי דער עולם שרייבט זייט איר איינער וואס פראבירט אויפצוטהון פאר כלל ישראל, און נאכדעם וואס מ'האט מפרסם געווען בשמך אז די טעותים זיינען געקומען מחמת שנעלקייט וואס האט צוגענומען די יישב הדעת, איז אדרבא זאלען די שיעורים גיין ביתר שאת ויתר עז, ויתרבה גבולך בתלמידים, ויפוצו מעינותיך חוצה!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
מיטצוהאלטן די דף היומי שיעור טעגליך אויף וואטסעפפ
https://twitter.com/LabinJoel/status/12 ... 7269305345
https://twitter.com/LabinJoel/status/12 ... 7269305345
דוד בן ישי עבדך משיחך
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
היינט ביומא דהילולא של סניגורון של ישראל רבי לוי יצחק מ'בארדיטשוב זי"ע הייבט הרב לאבין אן א נייע שיעור אין ספר הקדוש קדושת לוי "א מינוט מיט ר' לוי יצחק" שרייבט אייך איין אויף די וואטס עפפ גרופע און דערקוויקט אייך טעגליך.
https://chat.whatsapp.com/Ks3af6arcyH6JKtK6mDUke
https://chat.whatsapp.com/Ks3af6arcyH6JKtK6mDUke
דוד בן ישי עבדך משיחך