פארמעקן זכרונות

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

פארמעקן זכרונות

שליחה דורך שרגא »

האסט עפעס א שלעכטע זכרון פון אלס קינד, אלס בחור, אדער סיי ווען, וואס וואלסט געקענט באשטיין צו פארגעסן? אפשר איין טאג וועט עס זיין מעגליך צו אויסמעקן.
קוק דא: http://www.wired.com/magazine/2012/02/ff_forgettingpill/all/1
אפשר וועט מען קענען (אדער אפילו זיין מחוייב?) צו אויסמעקן אלע מחשבות זרות איינמאל פאר אלעמאל.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: פארמעקן זכרונות

שליחה דורך שמואל הלוי »

יעצט איז ארויסגעקומען א נייע בוך פון הוצאת שי, מיטן נאמען "די איבערראשונג", דארט ווערט אביסל ארומגערעדט אנפאנג ביכל פון די נושא פון מעקן זכרונות.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

פארמעקן זכרונות

שליחה דורך מי אני »

לגבי פארמירן לאנג-טערמיניגע זכרונות, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען די קעיס פון הענרי מאלעיסאן ל״ע. ער האט געהאט געליטען א בייק עקסידענט ווען ער איז געווען זיבן יאר אלט, וואס האט אים גורם געווען כסדר׳דיגע גאר שטארקע סיזשורס. מ׳האט אים שפעטער אין לעבן געמאכט א לאבאטאמי וואס האט אויך ארויסגעשניטען פון זיין מח רוב פון זיין היפאקאמפעס און זיינע ביידע מידיעל טעמפארעל לויבס [ביידע זייטן].

מ׳האט באמערקט נאכדעם אז הגם ער האט געדענקט זאכן פון זיין עבר און האט אויך געקענט פארמירן נייע קורץ-טערמיניגע זכרונות [פאר אפאר סעקונדעס], האט ער אבער מער נישט געקענט פארמירן (דערפון) קיין נייע לאנג-טערמיניגע זכרונות וואס אנבאלאנגען צו דעקלערעטיוו זכרונות [געדענקן פאקטן און אנעקדאטן] (לעומת פראצעדורישע זכרונות, ווי למשל געדענקען (סאבקאנשיסלי) ווי אזוי צו פארן א בייק און אז פייער טוהט וויי וכדומה, וואס ער האט יא געקענט).

דאס האט געוואוזען ווי די היפאקאמפעס חלק פונ׳ם מח איז פועל אויף טראנספארמירן די קורץ-טערמיניגע זכרונות אין צו לאנג-טערמיניגע זכרונות (לגבי דעקלערעטיוו זכרונות), ווי אויך די אפעקט פון די מידיעל טעמפארעל לויבס אויף זכרון.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: פארמעקן זכרונות

שליחה דורך מי אני »

דר. דזשארדזשי בּוּזשאקי און דר. דוד טינגלי טענה׳ן אז פונקט ווי אין פיזיקס האט מען געטוישט אונזער גאנצע צוגאנג צו ווי אזוי אונז פארשטייען און טראכטן פון זמן ומקום, איז די זעלבע דארף מען טוישן אין ניוּראָסייענס און זיכרון ווי אזוי אונז באטראכטן דאס לגבי ווי אזוי זכרונות ווערן ענקוֺידעד אינ׳ם מח; נישט אלס אבסאלוט.

אין אנדערע ווערטער, זיי האלטן אז עס איז ל״ד אז די מח טוהט בעצם ענקוֺידען פאר זמן ומקום, ווי איידער אז עס זעהט אויס פאר די עקספערעמענטירערס אזוי (זיי זענען דאס מסמיך עפ״י די סייענס שבו [וואס פאסירט ביי די טעטא סייקעלס, סתם סיִקווענסעס וכדומה], ווי איידער ״פילאזאפיש״). דאס איז קעגן די וואס זאגן אז חלקים פונ׳ם היפּאָקאַמפּוּס און אנדערע חלקים פונ׳ם מח טוהן פארעמען זכרונות דורך ספעציפישע ניוראנס וואס ענקוֺידען פאר מקום און ניוראנס וואס ענקוֺידען פאר זמן וכו׳.

*

אין דעם שמועס איז אינטרעסאנט צו דערמאנען אז אגוסטין האט געזאגט אז די גאנצע מושג פון זמן איז אך ורק אינ׳ם מענטש׳נס מח ע״י זכרונו. דהיינו, ס׳איז בעצם נאר דא הוה, דאס איבעריגע איז נאר דא מכח די זיכרון פונ׳ם מענטש. דהיינו, עס איז דא א ״הוה״ פון ״עבר׳דיגע״ זאכן, א ״הוה״ פון ״הוה׳דיגע״ זאכן, און א ״הוה״ פון ״עתיד׳דיגע״ זאכן.

דער פסיכאלאג דר. וויליאם דזשעימס האט געהאלטן פארקערט. ער האט געהאלטן אז ביי מקום קען מען דאס נישט רעכענען אן האבן עפעס א בּענטשמארק צו רעכענען די מרחק וכו׳, וממילא איז דאס גאנצע מושג פון מקום תלוי בזה: עס צו רעכענען בנוגע דאס וואס עס אנהאלט. די זעלבע איז ביי זמן: ס׳האט נאר א פשט און מ׳קען עס נאר רעכענען בנוגע דאס וואס עס אנהאלט, און דאס איז אונזערע מחשבות און פערסעפשאנס. און פון דעם קומט אויס אז זמן איז דאס וואס אנהאלט אונזערע מחשבות, ווי איידער פארקערט אזוי ווי אגוסטין׳ס מהלך.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: פארמעקן זכרונות

שליחה דורך מי אני »

IMG_6876.jpg

מענין לענין באותו ענין אויך פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עס איז ידוע אז מ׳קען מאכן א מענטש ״געדענקן״ זכרונות וואס האבן קיינמאל נישט פאסירט; מעמאָרי אימפּלענטעישאן. ווען מען געבט פאר מענטשן אפאר זכרונות און צווישן זיי זענען דא פאלשע, וועלן זיי פיל מאל פונקט אזוי ״(ממש) געדענקען״ די פאלשע. דאס איז וואו די מעשה ״מאכט סענס״ בכלל, האט טאקע בעצם ״געקענט״ פאסירן צו זיי, און דערנאך וואו מ׳איז זיי מעודד צו פּערסיִוון פאנטאזיעס פונעם מעשה ווי ״זכרונות״.

דאס ארבעט אויך צוזאמען דערמיט אז יעדעס מאל מען רעטריִווט עפעס פונעם לאנג-טערמיניגן זכרון צום וואָרקינג זכרון, איז ווען מען לייגט דאס נאכדעם צוריק אינעם לאנג-טערמיניגן זכרון ווערט עס פון פריש רעקארדירט דארט און ענקוידעד מיט קליינע שינויים.

כ׳האב געקלערט אז מיט דעם קען מען אפשר (אנאכראניסטיש) אביסל מסביר זיין מהלכו של הרמב״ם בהל׳ עדות (פ״ח ה״ג). די גמרא זאגט בכתובות כ:
ואי צורבא מרבנן הוא אפילו עצמו כי הא דרב אשי הוה ידיע ליה בסהדותא לרב כהנא אמר ליה מי דכיר מר האי סהדותא אמר ליה לא ולאו הכי והכי הוה א"ל לא ידענא לסוף אידכר רב אשי אסהיד ליה חזייה לרב כהנא דהוה מחסם א"ל מי סברת עלך קא סמיכנא אנא הוא דרמאי אנפשאי ואדכרי

דער רמב״ם לערענט אפ די גמרא אז אויב איז דוקא דער בעל דין, ווי איידער דוקא דער עד כפירש״י, א צורבא מרבנן דאן איז אפילו ער דערמאנט דעם עד איבער די מעשה און נאר אזוי געדענקט דער עד, קען דער עד מעיד זיין פאר אים. (און דאס איז נאר ביי דיני ממונות.) והקשה עליו הכסף משנה וג״כ בב״י חו״מ סימן כח אז טאמער איז דער עד נישט א ת״ח מאן יימר אז ער מאכט זיכער אז דאס איז א ריכטיגע זכרון און פארלאזט זיך נישט אויף דברי התובע ע״ש. דער ב״ח דארט איז מסביר ווייל טאמער איז דער בע״ד א ת״ח איז ער טאקע חושש אז דער עד איז זיך סומך נאר אויף אים וממילא לא ינוח ולא ישקוט ויחקור וידרוש אז ער איז זיך נישט סומך אויף אים ע״ש. ולפי הנ״ל קען זיין די געדאנק אויך ווייל ער, זייענדיג א חכם ות״ח, ווייסט בי״ד אז ער איז אזא איינער וואס ווייסט ווי אזוי אים צו דערמאנען אויף אזא סארט אופן אז עס זאל נישט זיין ליִדיִנג און דאדורך אימפּלענטן א זיכרון וואס ער וועט באמת גלייבן הגם עס איז נישט ריכטיג. משא״כ ווען דער בע״ד איז נישט קיין ת״ח, ואפילו דער עד יא, אפשר האט ער אים ״דערמאנט״ אויף אזא סארט וועג וואס אימפּלענט די זיכרון אין אים שלא בידיעתו. אולי. (עס ווערט טאקע שווער לויט דעם אז פארוואס דער אנדערער עד קען יא דערמאנען ולא שנא אם הוא ת״ח או לא. ואפשר ווייל ער איז ממש א חלק פונעם מעשה בתורת עדות כמו זה שהוא מזכיר איז אז ער האט א נאמנות אויף דעם האט ער אויף אים אויך אז ער אימפּלענט נישט.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

עס איז ידוע אז מ׳קען מאכן א מענטש ״געדענקן״ זכרונות וואס האבן קיינמאל נישט פאסירט; מעמאָרי אימפּלענטעישאן. ווען מען געבט פאר מענטשן אפאר זכרונות און צווישן זיי זענען דא פאלשע, וועלן זיי פיל מאל פונקט אזוי ״(ממש) געדענקען״ די פאלשע. דאס איז וואו די מעשה ״מאכט סענס״ בכלל, האט טאקע בעצם ״געקענט״ פאסירן צו זיי, און דערנאך וואו מ׳איז זיי מעודד צו פּערסיִוון פאנטאזיעס פונעם מעשה ווי ״זכרונות״.

איז עס נישט נאר געזאגט געווארען לגבי קינדער? איך קען נישט זעהן איך זאל מיר לאזען איינרעדען אז א מעשה איז אמאהל צו מיר געשעהן, אדער אז איך האב עפעס געטוהן און איך זאל באמת מיינען אז עס איז געשעהן.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מיט קינדער איז טאקע גרינגער אבער אפילו ביי ערוואקסענע זעהט מען דאס. דא איז די וויקיפידיע בלאט דערויף וואו זיי צייכענען צו שטודיעס וכו' אין דעם געביט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי די געדאנק פון עלעבּארעטיוו פּראַסעסינג [וואו מ׳איז מקשר א נייע געדאנק וואס מ׳לערענט מיט עפעס וואס מ׳ווייסט שוין פון פריער, כדי לזוכרו] און מנעמאַניקס [סימנים המועילים לזיכרון] שרייבט דער פירוש מקור חיים אויפ׳ן עקידה (פ׳ ואתחנן שער צ):
91284620-6795-418D-9970-F93D8CAD0B92.jpeg

פארשפארט