אפאלאגעטיקע און אידישקייט.

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

אפאלאגעטיקע און אידישקייט.

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שטייט אין די הייליגע גמרא מסכת חולין דף קמב.: תניא דבי ר' יעקב אומר: אין לך כל מצוה ומצוה שבתורה, שמתן שכרה בצדה, שאין תחיית המתים תלויה בה. בכבוד אב ואם כתיב למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך, בשילוח הקן כתיב למען ייטב לך והארכת ימים. הרי שאמר לו אביו עלה לבירה והבא לי גוזלות, ועלה ושלח את האם ולקח את הבנים ובחזרתו נפל ומת, היכן אריכות ימיו של זה, והיכן טובתו של זה? אלא למען יאריכון ימיך, בעולם שכולו ארוך, ולמען ייטב לך, לעולם שכולו טוב.

ודלמא לא הוה הכי? ר' יעקב מעשה חזא.
ודלמא מהרהר בעבירה הוה? מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה.
ודלמא מהרהר בעבודה זרה הוה, דכתיב למען תפוש את בית ישראל בלבם, ואמר רב אחא בר יעקב זו מחשבת עבודה זרה? הכי קאמר: אם איתא דאיכא שכר מצות בהאי עלמא, תהני ליה ותגן עליה דלא ליתי לידי הרהור וליתזק? אלא שכר מצות בהאי עלמא ליכא.
והאמר ר' אלעזר שלוחי מצוה אינן נזוקים? בחזרתם שאני.
והאמר רבי אלעזר שלוחי מצוה אינן נזוקים, לא בהליכתן ולא בחזרתן? סולם רעוע הוה, ומקום דקבוע היזקא שאני, דכתיב ויאמר שמואל איך אלך ושמע שאול והרגני.

אמר רב יוסף: אלמלא דרשיה אחר להאי קרא כרבי יעקב בר ברתיה, לא חטא. דחזא כי האי מעשה.

בפשטות לערנט מען פשט אין די ווערטער פון רב יוסף, אז אחר איז אפגעפארן פון קשיות אויף די תורה. וואלט ער גע'דרש'נט די פסוק אז אריכות ימים מיינט אויף יענער וועלט, וואלט ער בכלל קיין קשיא נישט געהאט און ער וואלט געבליבן אן ערליכן איד.

לויט דעם איז אבער זייער שווער דאס לשון "אלמלא דרשיה אחר", וואס טייטשט "ווען אחר וואלט ווען נישט גע'דרש'נט", און לויט די דאזיגע פשט איז דאך פונקט קאפויער, דייקא ווייל ער האט טאקע נישט גע'דרש'נט אז ס'מיינט אויף יענער וועלט, וועגן דעם איז ער אפגעפארן.

נאך איז שווער. אונז ווייסן דאך אז קיינער פארט נישט אפ ווייל מ'האט קשיות, די אלע קשיות זענען נאר תירוצים, איז ווי קען רב יוסף זאגן אז אחר איז אפגעפארן וועגן קשיות?

נאר דאס ריכטיגע פשט איז אזוי: ווען אחר האט געזען די מעשה, פון דעם אליינס איז ער נאכנישט אפגעפארן. אלא מאי, אז שילוח הקן פארלענגערט נישט אויטאמאטיש דאס לעבן, ס'פרעגט אבער נאכנישט אפ גאנץ אידישקייט, זאל די פסוק אליינס זיך פארענטפערן, פון א קשיא פארט מען נאכנישט אפ. נאר וואס דען? ווען ער האט געזען ווי מ'איז פארנומען פארענטפערן די אלע קשיות מיט אלע מיני לעכערליכע תירוצים, אזוי אז ס'איז בכלל נישט שייך דן צו זיין מיט'ן נארמאלן שכל. אויף יעדע קשיא האט מען אויטאמאטיש אן אנדערן באבע תירוץ, אמאל זאגט מען אזוי, און אמאל פארקערט, הכל לפי המבייש והמתבייש. איז אויב גארנישט מיינט סייווי נישט גארנישט, וואס פעלט מיר אויס דאס גאנצע מעשה? איך קען דאך פונקט אזוי זאגן אז ס'נישט דא קיין גאט, מ'מעג עסן חזיר, און מענטשן קומען פון מאנקיס, איי די פסוק? מ'וועט שוין טרעפן עפעס א באבע תירוץ, שערי תירוצים לא ננעלו. ווען איך האב הונדערט קשיות, גיי איך נישט זוכן אן עקסטערן תירוץ אויף יעדע איינע, וואס יעדע תירוץ וועט האבן הונדערט קשיות, כ'על ענדערש פארענטפערן אלע קשיות מיט איין תירוץ... אויף דעם זאגט רב יוסף: אילמלא דרשיה אחר להאי קרא כרבי יעקב - וואלט אחר נישט געהערט די אלע באבע פשעטלעך, דרשות און תירוצים, לא חטא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: איך האב געהאט גאנץ א גוטע און זאפטיגע תגובה'לע. נאר איך האב מורא אז דאס וועט אנרירן די סענסיטיוויטעט פון עטליכע גאר חשוב'ע ניקס. ה' עליהם יחיו. און נאכדעם וועט דער סדרן מיך ווארענען און אויסמעקן מיין תגובה. און נאך עפעס ערגערס. (אריבערקומען און מיך גוט אנשמייסן מיט זיין פאסיק.) מיט'ן תירוץ אז איך פארדריי די נושא...!

והשנית. ס'איז שוין דא ווער ס'האט איבערגענומען מיין דזשאב. ער פילט אן אלע אשכולות מיט (זיסע) ציונות. סאו קען איך שוין ריטייערן...!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

רביה"ק
כהאב מורא איינער גייט נאך אפפארן פון דיין פשט...
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קיינער פארט נישט אפ פון פשטים, מ'פארט אפ פון תירוצים... :lol: :lol: :lol:

ערנסט גערעדט: הא גופא וויל איך ארויסברענגען, ס'דא א נארמאלע וועג אפצולערנען די תורה אויך. אזויווי ס'האבן אונז אויסגעלערנט רבותינו הראשונים, האבן עזרא, רשב"ם, ועוד ועוד. איינער וועם ס'אינטערעסירט נישט קיין אמת אויפריכטיקייט און קאנסיסטענסי, אויף איהם איז נישט דא וואס מורא צו האבן, ער קויפט סייווי אפ אלע בעלאוני כמו שאובסין את הגמל. די פראבלעם איז נאר אז ס'דא אויפריכטיגע מענטשן וואס קויפן נישט אפ די אלע גארבידש, און צו זיי זענען מיינע ווערטער געוואנדן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
משהה פרידמן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 7:33 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: אפאלאגעטיקע און אידישקייט.

שליחה דורך משהה פרידמן »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קיינער פארט נישט אפ פון פשטים, מ'פארט אפ פון תירוצים... [emoji38] [emoji38] [emoji38]

ערנסט גערעדט: הא גופא וויל איך ארויסברענגען, ס'דא א נארמאלע וועג אפצולערנען די תורה אויך. אזויווי ס'האבן אונז אויסגעלערנט רבותינו הראשונים, האבן עזרא, רשב"ם, ועוד ועוד. איינער וועם ס'אינטערעסירט נישט קיין אמת אויפריכטיקייט און קאנסיסטענסי, אויף איהם איז נישט דא וואס מורא צו האבן, ער קויפט סייווי אפ אלע בעלאוני כמו שאובסין את הגמל. די פראבלעם איז נאר אז ס'דא אויפריכטיגע מענטשן וואס קויפן נישט אפ די אלע גארבידש, און צו זיי זענען מיינע ווערטער געוואנדן.
גרעכט אבער דער אמת איז אז ווען א ראשון וועט זאגן א פשט וואס בדוחק גדול גייט עס אריין און פשט גייסטו עס אן נעמען פשוט ווייל די ראשון זאגט עס אה"נ די ראשונים האבן בעסער אריוסגעהאט די פסוקים ווי אונז ווייל זיי האבען פשוט מער געטון דערין און דאס
איז גיווען זייער גאנצע לעבן אבער אויב דער פסוק שטימט נישט איז פארפאלן די פסוק בלייבט שווער און איך בין נישט מחיוב מיך צו מדחה צו דעם ראשוןס פשט און די קאשיא בלייבט שווער

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

משהה פרידמן האט געשריבן:גרעכט אבער דער אמת איז אז ווען א ראשון וועט זאגן א פשט וואס בדוחק גדול גייט עס אריין און פשט גייסטו עס אן נעמען

ס'מיר ממש א פלא וואו דו האסט דאס געזעהן אין מיינע ווערטער, די גאנצע פשט מיינער איז דאך לאפוקי פון אפאלאגעטיקע און קרומע פשטים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

פונקט ווי אונז פארשטייען נישט צו ווערן דערשראקן פון קשיות דארף מען אויך וויסן נישט זיך צו שרעקן פון תירוצים....
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לויט דעם איז אבער זייער שווער דאס לשון "אלמלא דרשיה אחר", וואס טייטשט "ווען אחר וואלט ווען נישט גע'דרש'נט", און לויט די דאזיגע פשט איז דאך פונקט קאפויער, דייקא ווייל ער האט טאקע נישט גע'דרש'נט אז ס'מיינט אויף יענער וועלט, וועגן דעם איז ער אפגעפארן.
.

אלמלא אלמלא האט צוויי טייטשען, וואלט אייער קשיא געוווען גאר שטארק.

אבער אלמלא טייטשט וואלט ווען נישט, און ווי אויך טייטשט עס וואלט ווען.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קוק אין תוספות מגילה כא ד"ה אלמלא, ווי אויך אין די נוסח פון קידוש לבנה תנא דבי רבי ישמעאל (די ספרדים האבן טאקע אן אנדערן נוסח דארט...).

אבער נישט געזארגט, מיין קשיא איז נאכאלץ נישט שטארק, ס'טאר נישט זיין שטארק, מ'טאר חס ושלום נישט צולאזן אזעלכע פשטים. העכסטנס וועט מען טוישן די גירסא, אנשטאט "אלמלא" וועט מען אריינלייגן "אילמלי" און אלס וועט שטימען. ווי יענער טענה'ט אז ער לערנט מיט'ן דרך הלימוד פונעם גר"א, ווען ס'געפעלט איהם נישט פשט טוישט ער די גירסא...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קוק אין תוספות מגילה כא ד"ה אלמלא, ווי אויך אין די נוסח פון קידוש לבנה תנא דבי רבי ישמעאל (די ספרדים האבן טאקע אן אנדערן נוסח דארט...)

אבער נישט געזארגט, מיין קשיא איז נאכאלץ נישט שטארק, ס'טאר נישט זיין שטארק, מ'טאר חס ושלום נישט צולאזן אזעלכע פשטים. העכסטנס וועט מען טוישן די גירסא, אנשטאט "אלמלא" וועט מען אריינלייגן "אילמלי" און אלס וועט שטימען. ווי יענער טענה'ט אז ער לערנט מיט'ן דרך הלימוד פונעם גר"א, ווען ס'געפעלט איהם נישט פשט טוישט ער די גירסא...

איך האב אלעמאל פארשטאנען כוונת הר"ת אז לפי הענין דארף מען טוישען די גירסא.

(אלעמאל איז גוט ארויסצושלעפן אן ענפער פונעם רבי'ן, די סענס איף יומער, איז אווי נאר דער רבי האט געקאנט)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

לויט דיין פשט איז אין תוספות'ס גמרא געשטאנען איבעראל אילמלא מיט אן אל"ף, און תוספות קומט אויף מיט א חידוש אז צומאל דארף מען טוישן די אל"ף אויף א יוד. איך האב אבער אנדערש געלערנט פשט אין תוספות, אין די קשיא האט תוספות נישט געכאפט אז אילמלא און אילמלי זענען צוויי באזונדערע ווערטער, נאר זיי האבן געמיינט אז ס'איז איין ווארט וואס מ'קען שרייבן אויף צוויי וועגן, און די תירוץ איז אז זיי זענען טאקע צוויי באזונדערע ווערטער, ווען ס'דא אן אל"ף צום סוף מיינט עס ווען נישט, און וואו ס'דא א יו"ד צום סוף מיינט עס ווען יא. איך מיין אז דיין פשט לערנט זיך נישט אזוי גוט אריין אין תוספות ווי מיינע, נאך א פעלער וואס דיין פשט האט אז מ'וועט דארפן זאגן אז ס'זענען געזעצן דא א גאנצע באנדע בחורים זעצערס וואס זענען איבערגעגאנגען יעדעס "אילמלי" אין ש"ס און פארגרייזט אויף "אילמלא" אזש תוספות האט געמוזט פון אן אייגענע סברא צוריקברענגען דעם פארגעסענעם "אילמלי".
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

תחילת דברי התוס איז משמע ווי מיר, פון ר"ת איז משמע ווי דער רבי. איך וועל מעיין זיין אי"ה.
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

כ׳האב נאכניש מעיין געווען אין תוספות אבער איך האב אויך בפשטות אפגעלערנט ׳אלמלא דרשיה אחר׳ ווען ער וואלט עס יא גע׳דרש׳נט,

לאמיר אבער צו-גיין צו דער מכוון, דער פשט׳ל האסטו דאך נאר צוגעברענגט עפעס ארויסצוברענגען...

א לאגישער מענטש גלייכט לאגיק און זיכט לאגיק ווי און ווען אימער (שטימט לאגיש? :) )

אונזער לאגיק אבער האט נישט געהאט קיין עקזיסטענס בכלל איידערן וועלט באשאף, משא״כ תורתינו הק׳ איז שוין יא געווען בנמצא 2000 יאר בעפאר די וועלט האט עקזיסטירט*,

אפשר דעריבער שטייט ׳ותשלך אמת ארצה' - וואס גייט ארויף אויף די תורה - א לשון פון ׳ווארפן׳ און נישט בהדרגה, ווייל תורתינו ׳הקדושה׳ איז נאכאלץ הייליג און הויך (קדוש ומובדל).

וואס איך וויל ארויסברענגן איז, אז מ׳קען נישט ספעציעל זעטיגן דעם שכל אנושי און תאוות הלאגיק מיטן תורה הק׳,
גיב א קוק, א זיסע געשמאקע עפל וואקסט פון א בוים, איז דאך בהכרח (לאגיש :) ) דא במציאות דער זיסקייט אינעם בוים, און א בוים וואקסט פון דער ערד, מוז דאך זיין אז דער זיסקייט געפינט זיך אין דער ערד.

און וואסארע טעם האט ערד?? אלע געשמאקע מאכלים קומען דאך פון דארט?! פארוואס פיהל איך עס נישט?

עכ״פ דער תורה הק׳ געפינטסעך דא מיט אונז אויף דער ערד, און בכדאי צו שפירן דעם געשמאקן טעם ברויך מען אקערן און זייען.....

-----
*דער זיסקייט און געשמאקן טעם פונעם עפל איז שוין געווען בנמצא סאך פאר דער עפל האט גע׳חלומ׳ט פון באשאפען ווערן...
קנדה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:54 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: אפאלאגעטיקע און אידישקייט.

שליחה דורך קנדה »

די תורה ווי איך קוק און איז נישט צו געבן און אויסלערנען לאגיק עס איז א געוויסע מהלך היים פון רוחניות און דביקות צו עפעס העכערס א און ענגליש ווערט עפעס אנגערופן spirituality

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

ענדיגנדיג מיין פריערדיגער תגובה בינעך צוריק ארויף מעיין זיין אין דעם גמרא, האביך באמערקט אן אינטערסאנטע זאך - אבער קודם ווילעך זאגן אויף די כלליות׳דיגע מהלך פון די גמרא פון קשיות און תירוצים מיט הווא אמינא׳ס, לדעתי ליגט אין יעדע קשיא און הווא אמינא א געוויסע אמת, וואס איז נישט מבורר כל צורכו, א שטייגער ווי נישט געצייטיגטע עפל... אדער ווייץ וואס ברויך דורכגיין דעם גאנצן גלגול מלאכות ביז ס׳ראוי לאכילה...

איז די גמרא הייבט אן, תניא דבי ר' יעקב אומר: אין לך כל מצוה ומצוה שבתורה, שמתן שכרה בצדה, שאין תחיית המתים תלויה בה וכו׳

וואס איז פשט פון די לשונות?
זאג גראד: כל מצוה שבתורה שמתן שכרה בצדה אינה אלא לתחיית המתים.

אקעי, קודם קען זיין ווייל מ׳שליסט נישט אויס גענצליך שכר אויף די וועלט. אבער וואס איז דעי ׳תחיית המתים תלויה בה׳? זאג: יקבל שכרו בזמן התחי׳...

דעריבער לערן איך פשט אז דער עיקר וואס ר׳ יעקב קומט אונז זאגן איז דער ענין און מקור פון תחיית המתים, אזוי ווי די גמרא פרעגט ׳מניין לתחיית המתים׳. דעיס אז אויב דער בורא עולם זאגט אונז צו א שכר איז פשוט אז מ׳העט עס באקומען איין וועג אדער אן אנדערע - דער חידוש דא איז אז מ׳האמיר א ראייה מן התורה פון יעדע מצוה (כל מצוה ומצוה) אויף תחיית המתים, דאס מיינט אז תחיית המתים איז תלוי אין ׳די׳ מצוות.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גרעפיקסער האט געשריבן:לאמיר אבער צו-גיין צו דער מכוון, דער פשט׳ל האסטו דאך נאר צוגעברענגט עפעס ארויסצוברענגען...

א לאגישער מענטש גלייכט לאגיק און זיכט לאגיק ווי און ווען אימער (שטימט לאגיש? :) )

אונזער לאגיק אבער האט נישט געהאט קיין עקזיסטענס בכלל איידערן וועלט באשאף, משא״כ תורתינו הק׳ איז שוין יא געווען בנמצא 2000 יאר בעפאר די וועלט האט עקזיסטירט

וואו לאגיק קומט אריין דא ווייסט איין באשעפער, אפשר נישט? איך ווייס זיכער נישט...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קנדה האט געשריבן:די תורה ווי איך קוק און איז נישט צו געבן און אויסלערנען לאגיק עס איז א געוויסע מהלך היים פון רוחניות און דביקות צו עפעס העכערס א און ענגליש ווערט עפעס אנגערופן spirituality
בכלל, אין די צייטן וואס די תורה איז געשריבן געווארן איז לאגיק און היסטארישע פאקטן בכלל נישט געווען קיין ארטיקל, גיי ליין סיי וועלכע ספר פון די antiquity צייטן וועסטו גלייך זעהן אז זיי האבן בכלל נישט געהאט אזעלכע סארט מושגים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאר וואס דען? ווען ער האט געזען ווי מ'איז פארנומען פארענטפערן די אלע קשיות מיט אלע מיני לעכערליכע תירוצים, אזוי אז ס'איז בכלל נישט שייך דן צו זיין מיט'ן נארמאלן שכל. אויף יעדע קשיא האט מען אויטאמאטיש אן אנדערן באבע תירוץ, אמאל זאגט מען אזוי, און אמאל פארקערט...

איז ביי דיר הנ״ל נישט קיין ענין פון לאגיק? דאן וואס איז יא לאגיק??
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לויט דיין פשט איז אין תוספות'ס גמרא געשטאנען איבעראל אילמלא מיט אן אל"ף, און תוספות קומט אויף מיט א חידוש אז צומאל דארף מען טוישן די אל"ף אויף א יוד. איך האב אבער אנדערש געלערנט פשט אין תוספות, אין די קשיא האט תוספות נישט געכאפט אז אילמלא און אילמלי זענען צוויי באזונדערע ווערטער, נאר זיי האבן געמיינט אז ס'איז איין ווארט וואס מ'קען שרייבן אויף צוויי וועגן, און די תירוץ איז אז זיי זענען טאקע צוויי באזונדערע ווערטער, ווען ס'דא אן אל"ף צום סוף מיינט עס ווען נישט, און וואו ס'דא א יו"ד צום סוף מיינט עס ווען יא. איך מיין אז דיין פשט לערנט זיך נישט אזוי גוט אריין אין תוספות ווי מיינע, נאך א פעלער וואס דיין פשט האט אז מ'וועט דארפן זאגן אז ס'זענען געזעצן דא א גאנצע באנדע בחורים זעצערס וואס זענען איבערגעגאנגען יעדעס "אילמלי" אין ש"ס און פארגרייזט אויף "אילמלא" אזש תוספות האט געמוזט פון אן אייגענע סברא צוריקברענגען דעם פארגעסענעם "אילמלי".

אפשר איז דער פשט פשוטער, עס איז געשטאנען איבעראל אילמל' מיט א שטרעכעל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גרעפיקסער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאר וואס דען? ווען ער האט געזען ווי מ'איז פארנומען פארענטפערן די אלע קשיות מיט אלע מיני לעכערליכע תירוצים, אזוי אז ס'איז בכלל נישט שייך דן צו זיין מיט'ן נארמאלן שכל. אויף יעדע קשיא האט מען אויטאמאטיש אן אנדערן באבע תירוץ, אמאל זאגט מען אזוי, און אמאל פארקערט...

איז ביי דיר הנ״ל נישט קיין ענין פון לאגיק? דאן וואס איז יא לאגיק??

לאגיק ארבעט ווי מאטעמאטיק וואו מ'רעכנט צאם פארשידענע פאקטארן און מ'נעמט ארויס דערפון א מסקנה, למשל ווען אחר זאל ווען צאמנעמען די פאקטארן אזוי: ס'שטייט אין די תורה אז ווען מ'פאלגט די עלטערן לעבט מען לאנג + למעשה זעהט מען אז ס'איז לאו דוקא אזוי = די תורה רעדט שטותים, דאס וואלט געווען א לאגישע טענה. רב יוסף זאגט דא אבער גאר עפעס אנדערש, אחר האט אינטערעסירט לאגיק א בוידעם, ווען די רבנים פארמאכן זיך דאס מויל און זענען מודה אז די תורה איז נישט הונדערט פראצענט אמת וואלט ער נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט, ער זאגט נאר אז אויב גייסטו מיט אזעלכע תירוצים קען מען אויסרייסן די גאנצע תורה, פארוואס שטעלסטו זיך אפ דא? איך נעם עס נאך ווייטער. די תורה זאגט אז מ'טאר נישט עסן חזיר? ס'מיינט נאר אויף די לבנה (יעצט האסטו שוין א ראיה אז די תורה איז מן השמים, וויאזוי דען האט די תורה געוואוסט אז מענטשן קענען אנקומען צו די לבנה?) מ'טאר נישט גלוסטן יענעמ'ס ווייב? ס'מיינט נאר ווען די מאן לאזט נישט. און דאס האט אחר טאקע געטון, ער האט חלילה נישט כופר געווען אין די תורה חס ושלום, ער האט ווייטער געגלייבט אין די תורה מיט'ן גאנצן הארץ, נאר אויף הלכה למעשה האט ער געטון וואס זיין פלומעניק רבי יעקב האט איהם אויסגעלערנט און געדרייט מיט די תורה לויט זיין געשמאק.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

וואס איז די דעפענישן פון ׳אזעלכע׳?
(ביטע אויב דו קענסט מיר עס מסביר זיין אן דערמאנען דעם ווארט לאגיק)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך לאז דיך עס רופן לאגיק, אחר האט אבער נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט אזא סארט אידישקייט, פארקערט, ער האט עס גענומען עד הסוף. אחר זאגט איין זאך, עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים, אם לישרות לכו אחריו ואם לעקמימות לכו אחריו. ביז היינט האב איך געמיינט אז אונז זעמער די גראדע מענטשן וואס גלייבן אין די תורה מיט'ן פולסטן תמימות און נאר די רעפארמער און יאשקע נאכפאלגער דרייען מיט די תורה לויט זייער געשמאק, שטעלט זיך ארויס אז אונז קענען אויך דרייען מיט די תורה ווען ס'שמעקט אונז אן, איז וואס האלט אונז צוריק פון אלעס פארדרייען?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

איך גלייב אז נישט דאס איז געווען די סיבה פ״וו ער האט געטון וואס ער האט געטון, ער האט נאך אזוי-פיהל געוואוסט אז ׳כל התורה המצויה עתה בידינו היא הנתונה למשה רבינו ע״ה׳.
ער האט זיכער געוואוסט אז די גאנצע תורה שבעל פה איז מקובל איש מפי איש ביזן מעמד הר סיני.

ער איז געווען א גרויסע מענטש, ס׳זיכער געווען עפעס טיפער...
פארשפארט