לכבוד די בעפארשטייענדען יערליכע פוטבאל סעזאן, וועלן מיר פראבירן אביסל ארומרעדן אינעם וויכטיגע נושא.
אין די אלגעמיינע וועלט ווערט די ספורט אנגערופן אמעריקען פוטבאל, אבער פאר אונז איז עס באקאנט (?) אלץ "פוטבאל". עס איז די מערסט פאפולערע ספורט אין אמעריקע.
אנדערש ווי רוב געימס וואס דארפן בעיקר איינצעלנע טאלאנטן, איז פוטבאל באלאנסירט צווישן קעגנזייטיגע כשרונות. צו שפילן אויף א פראפיסיענאלן לעוועל דארף מען פערסאנאל וואס זענען שטארק וואגיג, שטארק אין די הענט, שטארק אין די פוס, שנעל, פלינק, קלוג, ועל כולם, גאר טיפע סטראטעגיע.
די ספיד און פיזישע כח וואס ווערט גענוצט, מאכט עס ממש ווי א מלחמה פון אלטע צייטן. דאס מאכט עס זייער אינטערעסאנט פאר די אמעריקאנע מאסן, און קען אויך ברענגען צו ווערן גאר שטארק פארוואונדעט ל"ע. צוליב דעם, טראגן די שפילערס העלמעטס און אנדערע שוץ קליידער. מיט דעם אלעם פאסירט איבער גענוג אומגליקן.
די געים ווערט גשפילט איבערן לאנד דורך אינגע קינדער (נישט ח"ו היימישע), שפעטער איז דא היי סקול טיעמס, דערנאך די קאלעדז טיעמס, און איבער אלעם די NFL, די נאציאנאלע פוטבאל ליעג.
די NFL סעזאן הייבט זיך אן אין עטליכע וואכן. אין די יעצטיגע וואכן שפילן זיי וואס ווערט אנגערופן פרי-סעזאן. די געימס וועלן נישט ווערן פארעכנט אין די חשבונות פון ווער האט געוואונען, עס איז פשוט א געלעגנהייט צו פראקטיצירן.
דא אין ניו יארק סיטי, האבן מיר 2 טיעמס. די דזייענטס (Giants) און די דזעטס (Jets).
איך וועל פראבירן צו ממשיך זיין. אויב האט איר עפעס א ידיעה אין די ענין, ביטע קום אריין.
פוטבאל - NFL - American Footbal
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
הדסים: מה ענין בעיסבאלל אצל פוטבאלל...?! ואין מערבין שמחה בשמחה. מ'טאר נישט אויסמישן די 2. ווייל ס'איז א חשש פון כלאים. וואו קומט דער ברטנורא אריין דא? איך האב געפרעגט א פשוט'ע שאלה...!
אבער וויבאלד דו האסט שוין דערמאנט בעיסבאלל. עמיר א ביסל אויסשמועסן די הלכות פון בעיסבאלל. ס'איז אזוי ווי מיין ראש ישיבה האט געזאגט. קוק די נארישע (פוטבאלל/סאקער) שפילערס. ער יאגט זיך נאכ'ן באלל. און ווען ער האט עס שוין שטויסט ער עס אוועק. כן הדבר הזה. דער היטטער (נישט היטלער, ח"ו) שטייט גרייט מיט זיין שטעקן אז ווען דער פיטשער (נישט פיקטשער) וועט ווארפן דעם באלל צום קעטשער (נישט קעטשאפ) וועט ער עס אוועקקלאפן. און אויב עס פליעט ארויס פונ'ם שפיעל פעלד, און ער לויפט ארום צום באזע, הייסט עס א האום ראן...!

- הדסים
- היימישער באניצער
- הודעות: 354
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל
די שבת האבן די 49'ס באזיגט די ווייקינגס ווי ערווארטעט. אבער די רעיוונס האבן פארלוירן, דאס איז שוין גאר א גרויסע חידוש!
איך האב געהאפט אז די רעוונס וועלן גיין עד הסוף, איך האב שוין געוואלט זען לעמאר דזשעקסאן אין די סופער באל, און דא האבן זיך די טייטענס אריינגערוקט. לעצטע וואך ווען די טייטענס האבן געזיגט קעגן די פאטריאטן איז שוין געווען א חידוש, אבער די וואך האב איך עס ממש נישט געקענט גלייבן.
איך האף אז די טשיפס וועלן געוואונען מארגן (זונטאג) קעגן די טעקסאנס, און דערנאך זאלן זיי באזיגן די טייטענס אין די טשעמפיענשיפ געים. צו זען פעטריק מעהאומס אין די סופער באל איז אויך נישט קיין קליינע זאך, איך האב געטראכט אז מען וועט אים שוין זען דארט לעצטע יאר, וועט זיין נייס אים צו זען די יאר.
מארגן איז אויך די פעקערס אנטקעגן די סיהאוקס אין גרין בעי, וועט לכאורה זיין גאר א גוטע געים.

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: פוטבאל - NFL - American Footbal
עסן סאפפער, טוישן די בעביס פעמפער, לערנן דף היומי, ליינען קאווע שטיבל, זיך פרייען אז איין טיעם האט פארלוירן, נישט געבן קיין פ דערוועגן, וכו'.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Sent from my SM-G950U using Tapatalk