הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:דערווייל לדעתי האבן נאר די רבנים פארלוירן. געמאכט פון זיך א שפאט און געלעכטער. מיט א זינלאזע לעכעריגע קול קורא וואס כמעט קיינער וואס הערט אויס די שיעורים פון ר׳ שמואל ניימאן גייט אן וואס די רבנים זאגן. זייערע קול קורא׳ס קוקט באלד אויס ווי צימערמאן׳ס פראטעסטן יעדן טאג קעגן א צווייטן

ג י ו ו א ל ד ! ! !

בקיצור איך זוך א סופר א יר״ש איינער וואס גייט נישט צום כותל, בחירות, עסט נישט קיין צומות הגידן, אריזאנע ווייץ, הערט נישט קיין קול מבשר און שמואל ניימאןס שיעורים, פארט נישט קיין מיאמי ביעטש, רעדט נישט אויס בין גברא לגברא, גייט נישט מיט קיין געפלאכטענע עטרה, קנעפלעך נאר רעכטס אויף לינקס, וואוינט נישט א מייל אוועק פון סקווירער שטעטל, עסט נאר קמח חדש און שטיצט טראמפ בלינדערהייט...

האסט פארגעסן: טראגן מיטן עירוב


תנא ושייר. מאי שייר? גייט נישט מיט קיין שמאלע געפאסטע קליידער
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איש את רעהו האט געשריבן:די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.

וואס פארא פרעצעדענט שטעלט א רעקארדירונג? מעג מען דן זיין דינע נפשות פון א רעקארדירונג? מעג מען איינעם אוועקלייגן פון א רעקארדירונג? נאכן הערן די רעקארדירונג דארף מען נאכאלץ פרעגן דעם באשולדיגטער? אדער מ'קען זיך באגיין אן דעם? וכו' וכו' ?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

קורקלענד האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.

וואס פארא פרעצעדענט שטעלט א רעקארדירונג? מעג מען דן זיין דינע נפשות פון א רעקארדירונג? מעג מען איינעם אוועקלייגן פון א רעקארדירונג? נאכן הערן די רעקארדירונג דארף מען נאכאלץ פרעגן דעם באשולדיגטער? אדער מ'קען זיך באגיין אן דעם? וכו' וכו' ?

ווען מען הערט א רעקארדינג און גביית עדות פון מורי הוראה, האבן דיינים א רעכט צו דן זיין
בזמן ביהמ"ק ווען דיינים האבן געהאט גביית עדות אויף עמיצן אז ער האט געטון נגד התורה באיסורי ד' מיתות בית דין האט מען גענומען דעם איד און אראפגעטראסקעט פון א בנין און געהארגעט מיט א מיתה משונה, מאי שנא
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

איש את רעהו האט געשריבן:די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.


דאכט זיך מיר הרב קענטאר שרייבט אנדערש.. So דו ווייסט בעסער ווי די רבנים החותמים אליין..
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איש את רעהו האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.

וואס פארא פרעצעדענט שטעלט א רעקארדירונג? מעג מען דן זיין דינע נפשות פון א רעקארדירונג? מעג מען איינעם אוועקלייגן פון א רעקארדירונג? נאכן הערן די רעקארדירונג דארף מען נאכאלץ פרעגן דעם באשולדיגטער? אדער מ'קען זיך באגיין אן דעם? וכו' וכו' ?

ווען מען הערט א רעקארדינג און גביית עדות פון מורי הוראה, האבן דיינים א רעכט צו דן זיין
בזמן ביהמ"ק ווען דיינים האבן געהאט גביית עדות אויף עמיצן אז ער האט געטון נגד התורה באיסורי ד' מיתות בית דין האט מען גענומען דעם איד און אראפגעטראסקעט פון א בנין און געהארגעט מיט א מיתה משונה, מאי שנא


נו, די בית המקדש שטייט טאקע נישט, ווייסט פארוואס? צוליב אזעלכע רבנים ווי די דרייסיג. שטעל זיך פאר זיי נעמען זיך הרג'נען מענטשן ווייל יצחק שטערען האט אליין געזאגט אז ר' דוד פיינשטיין האט געזאגט וכו'. נאך איין מזל די רבנים האבן גארנישט חוץ אביסל כח מסכים צו זיין צו יצחק שטערן, און נאך איין מזל דער עולם לאכט פין זיי אין די פויסטען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פערצופאל איז איש את רעהו'ס אינפארמאציע קראנט. אן עלטערע מורה הוראה (וואס האט נישט גע'חתמ'ט) האט מיר דערציילט אז מען האט איהם געברענגט גביית עדות מיט רעקארדירונגען.
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

פערינא האט געשריבן:וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.

ס'איז געווען בפני די רעקארדירונג.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

קורקלענד האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.

ס'איז געווען בפני די רעקארדירונג.
וריקארדינג כמאה עדות דמיא! כמבואר בש"ס ופוסקים
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ווער איז דער רב קענטער? וואס איז זיין מהות? וואס איז זיין תפקיד? ער איז א חסידישע/ליטווישע?
I have a dream
Martin Luther King ~
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

אן ערנסטע ליטפאק, כהאב אים אסאך מאל געזען דאווענען ער לייגט אריין א גרויסע עבודה בפרט אין קרי"ש..
קוקט אויס ווי א ערליכע יוד ירא שמים, ער איז א שמייכלדיגע וואוילע וכו'
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ריכטיג האט געשריבן:פערצופאל איז איש את רעהו'ס אינפארמאציע קראנט. אן עלטערע מורה הוראה (וואס האט נישט גע'חתמ'ט) האט מיר דערציילט אז מען האט איהם געברענגט גביית עדות מיט רעקארדירונגען.

וואס הערט מען דארט?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

Re: הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן

שליחה דורך טראכטכמוני »

פערינא האט געשריבן:וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.

ס׳איז א שאלה פון איסור והיתר - נישט חושן משפט, סא ס׳מוז נישט זיין דוקא בפניו. (די קו״ק גופא איז אפשר יא בין אדם לחבירו אבער אויף דן צו ער איז א מתיר אסורים דאס מעג מען שלא בפניו)
מאמר קדישין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 29, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

שליחה דורך מאמר קדישין »

.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לעיקוואד האט געשריבן:ווער איז דער רב קענטער? וואס איז זיין מהות? וואס איז זיין תפקיד? ער איז א חסידישע/ליטווישע?

זיין זון איז 'יוני קענטאר' ע"ה פון לעיקוואד. ער איז אן איידעם ביי די באקאנטע העס משפחה, און פאר דער וואס פארשטייט וואס דאס באדייט, דארף מען גארנישט מער זאגען. אן ערנסטקייט און א תמימות, מיט א פרייליכקייט פון די תמימות ארויס. קוק נאך אלע העס', דזשייקאבס, וואלדמאן'ס, רויזמאן'ס ועוד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:ווער איז דער רב קענטער? וואס איז זיין מהות? וואס איז זיין תפקיד? ער איז א חסידישע/ליטווישע?

זיין זון איז 'יוני קענטאר' ע"ה פון לעיקוואד. ער איז אן איידעם ביי די באקאנטע העס משפחה, און פאר דער וואס פארשטייט וואס דאס באדייט, דארף מען גארנישט מער זאגען. אן ערנסטקייט און א תמימות, מיט א פרייליכקייט פון די תמימות ארויס. קוק נאך אלע העס', דזשייקאבס, וואלדמאן'ס, רויזמאן'ס ועוד.
גיוו קרעדיט ווען קרעדיט איז דיו!
וואס א נפק"מ פון וועלכע משפחה ער קומט? אויב האט ער אינטערגשריבן און צוריקגעצויגן ווייל ס'צוגעגאנגן מיט שקר און איז ארויס געקומען אין די עפענטליכקייט, נישט נאר געזאגט פאר זיינע ארומיגע, קומט עם קרעדיט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך קום נישט רעדן קעגן אים. איך זאג נאר זיין פערזאנאליטעט. עס איז נישט פאזיטיוו און נישט נעגאטיוו. עס איז.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן

שליחה דורך טראכטכמוני »

איז דא א וואצעפ גרופ פון רב קענטערס תורה? עצה טובה נוץ יעצט אויס די אפפערטוניטי צו באקומען נאך אפאר טויזענט פאללאוערס!
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

ריכטיג האט געשריבן:פערצופאל איז איש את רעהו'ס אינפארמאציע קראנט. אן עלטערע מורה הוראה (וואס האט נישט גע'חתמ'ט) האט מיר דערציילט אז מען האט איהם געברענגט גביית עדות מיט רעקארדירונגען.

רב ניימאן האט שוין מסביר געווען, אז א ריקארדינג וואס איז געשניטן פון פארדעם און פון נאכדעם, קען מען הערן אינגאנצן א אנדערע מעשה, וכ״ש גביית עדות שלא בפניו, וואס די אידן האבן געהערט א ריקארדינג, אדער סתם ליגנט, אבער ער קען זיי נישט אפּ-פרעגן.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

טראכטכמוני האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.

ס׳איז א שאלה פון איסור והיתר - נישט חושן משפט, סא ס׳מוז נישט זיין דוקא בפניו. (די קו״ק גופא איז אפשר יא בין אדם לחבירו אבער אויף דן צו ער איז א מתיר אסורים דאס מעג מען שלא בפניו)


מה פתאום?

אז מען איז דן אויף דם אדער א שטיק בשר מה דינו איז דאס בעיקר א שאלה פון איסור והיתר פאר די שואל גופא וואס איז דער והועד בבעליו אליינס, ווייל דער שואל טראגט עס נישט צו א צווייטער לכתחילה, נאר אפשר אלס גורם. משא"כ ווען דער שואל איז דן לכתחילה וועגען יענעם איז דאס געהעריגע חושן משפט שאלה אויף א "צווייטער" פון די ערשטע רגע, א געהעריגע שמוע בין אחיכם.

ועיין עוד בתשובה המפורסמת בשו"ת דברי חיים בענין המלמד שטען שדברי האוה"ח הק' לא נכתבו ברוה"ק, ווי ער איז דן אין די יסודות פון רוה"ק וכדו', אבער איז מסיים אז די רוה"ק נידון האט גארנישט מיט די חו"מ חלק, וואס אויף די חו"מ חלק דארף מען באזונדער דן זיין דארט אין שטאט ביי זייער אייגענע מרא דאתרא, (לענ"ד, איז דאס די גרעסערע אויפטו פונ'ם תשובה...).

זאת ועוד, ווען די רבנים בעצמן זענען נישט אויסגעהאלטן מיט'ן זייער פסק קעגן א מענטש, ספעציעל ווען מ'איז עם מפסיד געלט לכתחילה, למשל בכי האי גוונא וואס זיי האבן בפירוש געוואלט אוועק נעמען זיין פרנסה פון די שיעורים, נאך דערצו אן קיין שום אחריות אדער due diligence, זענען זיי "מחויב על פי דין" צו צירוק צאלען פאר הרה"ג ר' שמואל, עד פרוטה האחרונה.

גיי לערן מיט גנבים ברטנורא...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

לייג אוועק אלע ספרים און א זייט.ַדער רב קענטער שרייבט דאך קלאר די ליגענטס וואס מ'נוצט און די קול קורא וועלט. גייט מען און מ'איז גובע עדות שלא בפניו? ס'איז פשוט נישט פראקטיש אויך נישט.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

נו, אוודאי נוצט מען ליגענט, מען קומט צו רב קענטאר מען זאגט איין קליינע גרינגע ליגענט, אז ר' דוד וכו', טאמער וואלט ער נאך אלץ נישט מסכים געוועהן וואלטען זיי ממשיך געווען מיט אנדערע ליגענט ווי מיט אויסצוגן פין האלבע רעקארדינג ווי רב ניימאן זאגט, עס איז דא מענטשן וואס מיינען אז מען מעג מאכן חו"נ בשעת א ווסת הגוף וכו'. שניידט מען אויס ווי ער זאגט עס איז דא מענטשן וואס מיינען, און שוין, מען האט א רעקארדינג ווי ער זאגט אז מען מעג מאכן חו"נ בשעת א ווסת. אדער גביית עדות פין א פרוי וואס האט מעיד געוועהן אין בית דין ווען זי האט געוואלט באשמוצן איר מאן, אז רב ניימאן איז שולדיג אין אלעס וכו'. קיין סחורה פעלט נישט. אבער רב קענטאר האט גלייך מסכים געווען, האט נישט אויסגעפעלט צו גיין צו סעיף ב'.

פין דעם רעדט מען דא.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט