שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:דערווייל לדעתי האבן נאר די רבנים פארלוירן. געמאכט פון זיך א שפאט און געלעכטער. מיט א זינלאזע לעכעריגע קול קורא וואס כמעט קיינער וואס הערט אויס די שיעורים פון ר׳ שמואל ניימאן גייט אן וואס די רבנים זאגן. זייערע קול קורא׳ס קוקט באלד אויס ווי צימערמאן׳ס פראטעסטן יעדן טאג קעגן א צווייטן
ג י ו ו א ל ד ! ! !
בקיצור איך זוך א סופר א יר״ש איינער וואס גייט נישט צום כותל, בחירות, עסט נישט קיין צומות הגידן, אריזאנע ווייץ, הערט נישט קיין קול מבשר און שמואל ניימאןס שיעורים, פארט נישט קיין מיאמי ביעטש, רעדט נישט אויס בין גברא לגברא, גייט נישט מיט קיין געפלאכטענע עטרה, קנעפלעך נאר רעכטס אויף לינקס, וואוינט נישט א מייל אוועק פון סקווירער שטעטל, עסט נאר קמח חדש און שטיצט טראמפ בלינדערהייט...
האסט פארגעסן: טראגן מיטן עירוב
תנא ושייר. מאי שייר? גייט נישט מיט קיין שמאלע געפאסטע קליידער