מלכיות של מטה-נקמתו של סנדר
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
מלכיות של מטה-נקמתו של סנדר
א נייע סעריע איבער דאס איבערפלאנצונג פון חסידות בא''י. נישט קיינע שום גרויסע חידושים אבער נאכאלץ א ברעטה אוף פרעש עיר נאך די אלע נארישע אנטיסימיטישע איזרעלי סדרות אויף חרדים.
קוקט אויס אז עס גיסט זיך א שפע פון געלט פאר 'חרדישע' פילמס.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-3xrDUGnbH8[/youtube]
קוקט אויס אז עס גיסט זיך א שפע פון געלט פאר 'חרדישע' פילמס.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-3xrDUGnbH8[/youtube]
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: מלכיות של מטה-נקמתו של סנדר
וואס איז עס יא?איך אויך האט געשריבן:על פי הוראותו גאר? חלום ווייטער.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 40
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 1:29 pm
- האט שוין געלייקט: 76 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
איך אויך האט געשריבן:א נייע סעריע איבער דאס איבערפלאנצונג פון חסידות בא''י. נישט קיינע שום גרויסע חידושים אבער נאכאלץ א ברעטה אוף פרעש עיר נאך די אלע נארישע אנטיסימיטישע איזרעלי סדרות אויף חרדים.
קוקט אויס אז עס גיסט זיך א שפע פון געלט פאר 'חרדישע' פילמס.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-3xrDUGnbH8[/youtube]
לענ״ד איז צי ווייז אז זיי האבן נאך דעות.... נישט נאר לינקע..... איז האט מען אביסל חרדישע זאכן ע״ע ברוקלין של קודש, און דאס איז די באווייז אז מאיז אפען פאר אנדערע מיינונגען אן דערפון עפעס געבן פאר די רעכטע
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:סאיז ווערט צו זעהן. גאר פאזיטיוו אויף חסידות אין חרדים. סהאט אויך אסאך פון סאדיגורא און פון גור. גארניט פון וויזניץ, סאטמער , אדער ליובאוויטש. מסתבר אז סוועט נאך נאכפאלגן. סאיז א וויכטיגע זאך אין היינטיגן ארץ ישראלדיגן קלימאט, לענ״ד, בבחינת ודע מה שתשיב.
ספין איבער דער שואה און דער געטשעק-דינעריי פון רבי'ס. דער "הסבר" איבער גור און אלעקסאנדער בנוגער איין רבי וואס האט איבערגעלעבט דער קריג און האט זיך שיין אויפגעבויט און דער אנדערע וואס איז אוועק עקה"ש אין ס'איז פון אים כמעט גארנישט געבליבן איז עקלהאפטיג.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
סאיז א שווערער טעמע. דאס איז זיכער אז סזענען געווען מנהיגי ישראל אשטיגער ווי רבי אלחנן וואסערמאן הי״ד וועלכער האבן בוחר געווען צו גיין אין פייער אריין און זיך נישט ראטעווען כ״ז דער כלל איז געווען אויף צרות. אנדערע גדולים, דאכצעך רוב פון זיי, כולל דער ריי״ץ פון לובאוויטש, דער אמרי אמת, דער בעלזער רב, ר׳ אהרן קוטלר, און נאך פיעל, זענען אנטלאפן כל עוד נשמתם בם בבחינת חייך קודמים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תורה ומדע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:סאיז א שווערער טעמע. דאס איז זיכער אז סזענען געווען מנהיגי ישראל אשטיגער ווי רבי אלחנן וואסערמאן הי״ד וועלכער האבן בוחר געווען צו גיין אין פייער אריין און זיך נישט ראטעווען כ״ז דער כלל איז געווען אויף צרות. אנדערע גדולים, דאכצעך רוב פון זיי, כולל דער ריי״ץ פון לובאוויטש, דער אמרי אמת, דער בעלזער רב, ר׳ אהרן קוטלר, און נאך פיעל זענען אנטלאפן, כל עוד נשמתם בם בבחינת חייך קודמים.
איך וויל נישט פארדרייען דער שמועס איבער דער ראלע פון רבי'ס ביים קריג און אין בעסטן איז עס מהדברים שהשתיקה יפה להם נישט זייער עקלהאפטיגע ערקלערונגען.
דער דאקיומענטארי האט אבער אויך גאר שיינע שטיקלעך. סענדער פריד און זיינע זין און טעכטער איז גאר שיין און הארציג. יצחק לנדאו רעדט ווארעם פון דער בעלזער רב. קעגן דעם איז דא פנחס פרידמאן ווי ער מאכט קולות איבער בעלזער שטותים. אדער דער גדלות פון דער בעלזער ביי 9 יאר אלט. אויך צופיל פון די איזרעילי שטקילעך זענען אנגעשטעלט פאר דער קאמערע אדער חלומות וואס דער רבי האט דערציילט אין חדר. עס איז מיר געפעלן דער מענטש וואס שפילט "לא להתיאש" און ער דארף עס ליינען פון א צעטל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
תורה ומדע האט געשריבן:סאיז א שווערער טעמע. דאס איז זיכער אז סזענען געווען מנהיגי ישראל אשטיגער ווי רבי אלחנן וואסערמאן הי״ד וועלכער האבן בוחר געווען צו גיין אין פייער אריין און זיך נישט ראטעווען כ״ז דער כלל איז געווען אויף צרות. אנדערע גדולים, דאכצעך רוב פון זיי, כולל דער ריי״ץ פון לובאוויטש, דער אמרי אמת, דער בעלזער רב, ר׳ אהרן קוטלר, און נאך פיעל זענען אנטלאפן, כל עוד נשמתם בם בבחינת חייך קודמים.
תורה ומדע: ס'איז טאקע געווען א וואונדערליכע מסירות נפש פון ר' אלחנן וואסערמאן וואס ער איז שוין געווען דא אין אמעריקע בשעת די חרב חדה איז שוין געלעגן אויפ'ן אייראפעאישן אידנטום. און ער איז באוואוסטזיניג אריינגעפארן אין דעם סכנה'דיגן מצב. אויך האט ער יארן פריער געווארנט אז די שואה גייט קומען אויב מ'וועט נישט תשובה טון...! פון די אנדערע זייט. דער אמרי אמת האט שוין פון עטליכע יארן פריער, זינט דעם אויפשטייג פון נאציזם אין יאר 1933 געשיקט זיינע חסידים קיין ארץ ישראל. און ער אליינס איז אויך צום סוף געגאנגען. זאגנדיג במתק לשונו..."דער ימח שמו'ניק זאגט אז ער וויל פארטיליגן דאס אידישע פאלק. און קיינער גלייבט איהם נישט. יעך גלייב איהם יא...!
ווען דער ריי"צ האטציך ארויסגעראטעוועט פון די נאציס, האט ער שוין נישט געהאט קיין קהילה פון חסידים אנצופיהרן. די זעלבע איז מיט ר' אהרן קאטלער. ווען ער איז אנטלאפן האט ער נישט איבערגעלאזט א קהילה אדער א חסידות...!
- נקודת-אמת
- היימישער באניצער
- הודעות: 489
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 373 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל
צעיר בישראל האט געשריבן:לענ״ד איז צי ווייז אז זיי האבן נאך דעות.... נישט נאר לינקע..... איז האט מען אביסל חרדישע זאכן ע״ע ברוקלין של קודש, און דאס איז די באווייז אז מאיז אפען פאר אנדערע מיינונגען אן דערפון עפעס געבן פאר די רעכטע
אגב, דער עיקר מטרה פון 'ברוקלין של קודש' איז געוועהן צו ווייזן אז די חרדים דארטן ארבעטן לעומת די חרדים אין ישראל.
פארשטייטזיך אז זיי (יאיר שרקי וחבריו) ווייסן אויכעט פארוואס,
ווי ער האט מסביר געוועהן אז ס'איז וועגן אין ארץ ישראל באקומען די חרדים גרויסע תקציבים וואס זיי קענען לעבן פון, משא"כ אין אמעריקע...
ווען מ'וואלט באקומען אין ארץ ישראל ווען האלב פונעם אכטער וואס מ'באקומט אין אמעריקע, וואלט קיינער נישט געארבעט,
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: מלכיות של מטה-נקמתו של סנדר
Hasidic 1 טענה'ט אז דאס איז א בילד פון בעלזער חסידים ביים וואטשען די מאווי.מפיל קינד האט געשריבן:דאס איז געמאכט געווארן ע"פ הוראתו פון האדמו"ר מבעלזא.
היינט איז עס געשפילט געווארן אין קרית בעלא ירושלים, בהשתתפות הרבנית הצדיקת תליט"א.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
דער צווייטער חלק אין דער סעריע איז ארויס און אז דער ערשטער חלק איז געווען נישקשה איז דאס ערגער, טראץ א פאר גוטע מינוטן. עס זעט אויז פון דער אינהאלט און פון די קרעדיטס אז ס'איז א בעלזער ספין ד'זאב און מען האט צוגעלאזט אנדערע כדי צו געבן א כאילו'דיגער כלל-חסיד'ישער טעם און געטאפ. למשל, אין דער שטיקל ביי א טיש ווייזט מען ווי דער בעלזער שניידט אויף א גארגאנטישער חלה נאר ווען עס קומט צו אכילה ממש 'קאט' עס צו דער מאדזיצער. מען דארף אסאך ליידן צו הערן שטותים פון פנחס פרידמאן און נאך א בעלזער, הוס, איבער כלומר'שטער רבי'שע ענינים נאר א פיטסבורגער און א סאדיגערער האבן אויך נישט וואס זיך צו שעמען. פאר עבודה זרה ממש איז דא צו זען א בעלזער שוואנץ אין מאנטריאל וואס גלייבט אז זיין זון איז בעסער געווארן נאך שלינגן פלאסטיק ווייל ער האט געלאזט א וואויס מעסעדז ביים רב. זיי ווייזן אפילו ווי די בעלזער רביצן נעמט קוויטלעך. די שאלות צו די פסעוודא-אינטלעקטואלן זענען אנגעשטעלט. פרידמאן רעדט אז דער צדיק לערנט תורה א גאנצער טאג און קיין איין מאל פרעגט מען אים נישט אז פאקטיש לערנט דער בעלזער נישט תורה כל היום. און אויך נישט איבער זייער לעבן פון לוקסוס ווען זיי וואלטן געדארפט דינען דעם באשעפער און ווען א סך פון זייערע חסידים הונגערן.
ספוילער אלערט: א פיטסבורגער חסיד וואס איז צו ערשט געהאלפן געווארן מיט (וואס אים האט זיך געדאכט?) איז א געזונט קינד זעט מען שפעטער ביים קבר פון זיין זון. ס'ברענגט טרערן און אז דער רבי געט אזא יונגערמאן חיזוק תבא עליו ברכה. קיין עקוויווילאנט צו סענדער פריד ווי אין חלק א' איז נישט דא נאר א בעלזער פרוי וואס האלט אז זי איז געהאלפן געווארן מיט קינדער דורך דער רב רעדט זייער תמימות'דיג און ווארעם. כמעט א שעה איז צופיל און עס וואלט געדארפט זיין מאקסימום א האלבער שעה מיט ווייניגער פילאזאפיע של הבל, מער עכטע קשיות איבער זייער לוקסוס לעבן און אויפפירעכץ און אויך מער סתם חסידים און חסידות, כאטש פון זיי זענען טאקע דא גאנץ כמעשה.
ספוילער אלערט: א פיטסבורגער חסיד וואס איז צו ערשט געהאלפן געווארן מיט (וואס אים האט זיך געדאכט?) איז א געזונט קינד זעט מען שפעטער ביים קבר פון זיין זון. ס'ברענגט טרערן און אז דער רבי געט אזא יונגערמאן חיזוק תבא עליו ברכה. קיין עקוויווילאנט צו סענדער פריד ווי אין חלק א' איז נישט דא נאר א בעלזער פרוי וואס האלט אז זי איז געהאלפן געווארן מיט קינדער דורך דער רב רעדט זייער תמימות'דיג און ווארעם. כמעט א שעה איז צופיל און עס וואלט געדארפט זיין מאקסימום א האלבער שעה מיט ווייניגער פילאזאפיע של הבל, מער עכטע קשיות איבער זייער לוקסוס לעבן און אויפפירעכץ און אויך מער סתם חסידים און חסידות, כאטש פון זיי זענען טאקע דא גאנץ כמעשה.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
דער צווייטער פראדאקשען קומט ניט צו צום ערשטן, ווייל עס אינהאלט ניט דער טעמע פונעם שואה און דער נס פונעם ווידעראויפבלי פון חסידיזם.
לגופו של ענין: משום כמה סיבות קען דער דאזיגער מאדעל פון חסידות ארבעטן נאר אינעם ארץ ישראל׳דיגן חסיד׳שן געזעלשאפט. אין אמעריקע איז דער עולם מער אפען צום וועלט, און איז געצוואונגען צו זיין מער אביעקטיוו און קריטיקעל, מחמת דאס וואוינען און אינטעראקטען מיטן מאדערנעם אמעריקאנער סאסייעטי. און אויכעט ווייל מען מוז זיך אליין פארזארגען מיט מיטה, כסא, שולחן, ומנורה, נוסח קאפיטאליזם. ממילא ארבעט עס נישט אזוי מיט די אמעריקאנער חסידים. והיינו טעמא אז דער גורער, וויזניצער, און בעלזער עולם דאהי שפירט זיך אפגעזונדערט פון זייערע קאונטערפארטס אין ישראל. אין אמעריקע ארבעט ענדערשט דער סאטמערער און באבאווער מאדעל וועלכער איז טאקע מער מאדערן אין דעם אז דער רבי איז נישט אזוי פארהייליגט, אבער דער יחיד איז מער זעלבסשטענדיג און מער געזונט סיי אין עיניני הגוף און סיי בענייני הנפש.
לדעתי, זענען די אייראפעישע אידן אויך ניט געווען אזוי גלייבעדיג , און די א אלטע חסידים, די נצולי השואה, האבן געענדלט אין דער אמעריקאנער מאדעל פון זעלבסשטענדיקייט.

- הדסים
- היימישער באניצער
- הודעות: 354
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:לדעתי, זענען די אייראפעישע אידן אויך ניט געווען אזוי גלייבעדיג , און די א אלטע חסידים, די נצולי השואה, האבן געענדלט אין דער אמעריקאנער מאדעל פון זעלבסשטענדיקייט.
דאס דארף לכאורה נישט קיין מיינונג, ווייל די פאקטן זענען באקאנט, עס ווענדט זיך וואו אין אייראפע. אין רומעניע איז עס געווען ווי אין מרכז, און אין פוילן איז עס געווען נאך בעסער פון די היינטיגע אמעריקאנער מאדעל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
אין פולין און גאליציע זענען געווען אסאך פארגלייבטער חסידים בפרט ביי די רוזשינער רביים. אויך אין קאנגרעסס פולין ווי למשל אין גור וואס נאך עד היום איז מען זייער פארגלייבט. פון רוסלאנד איז דאך אפגערעדט. אין צאנז און אין בעלז איז מען געווען מער אביעקטיוו, בפרט דארט ווי די רביס זענען אויך געווען רבני העיר און תלמידי חכמים, האט מען דאך ניט געמוזט בלויז גלייבען, מהאט געזען דאס גדלות בחוש.
בזמננו איז עס תלוי אינעם געזעלשאפטליכער סטרוקטור. דארט ווי סאיז דא מער זעלבסשטענדיקייט, ווי אין די יונייטעד סטעיטס, און מען קען זיך ניט, אדער מען מוז זיך ניט פארלאזען אויף די קהילה פאר צרכים הכרחיים איז דא אנאנדערער מאדעל פון צדיק׳יות און חסידיזם.
לגבי אמאהל, איז עד״ז שווער צו גלייבען אז חסידיזם וואלט זיך דעוועלאפירט אויפן זעלבע שטייגער אין מערב אייראפע אזוי ווי עס האט זיך ענטוויקלט אין רוסלאנד און אין גאליציע אין די 1700s. טאקע צוליב די אנדערע, מער רייכערע אומשטענדן, און צוליב די שמאלץ טאפ פון דער לאקאלע הויך-קולטור.
בזמננו איז עס תלוי אינעם געזעלשאפטליכער סטרוקטור. דארט ווי סאיז דא מער זעלבסשטענדיקייט, ווי אין די יונייטעד סטעיטס, און מען קען זיך ניט, אדער מען מוז זיך ניט פארלאזען אויף די קהילה פאר צרכים הכרחיים איז דא אנאנדערער מאדעל פון צדיק׳יות און חסידיזם.
לגבי אמאהל, איז עד״ז שווער צו גלייבען אז חסידיזם וואלט זיך דעוועלאפירט אויפן זעלבע שטייגער אין מערב אייראפע אזוי ווי עס האט זיך ענטוויקלט אין רוסלאנד און אין גאליציע אין די 1700s. טאקע צוליב די אנדערע, מער רייכערע אומשטענדן, און צוליב די שמאלץ טאפ פון דער לאקאלע הויך-קולטור.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: מלכיות של מטה-נקמתו של סנדר
אין רומעניע איז דער רבי געווען א גאט ווען עס האט זיך גערעדט פון דינען דעם רבי'ן, אבער ווען דער רבי האט פרובירט צו הייסן עפעס, ווי היטן שבת אדער כשרות, האט מען אים אנגעפיפען.הדסים האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:לדעתי, זענען די אייראפעישע אידן אויך ניט געווען אזוי גלייבעדיג , און די א אלטע חסידים, די נצולי השואה, האבן געענדלט אין דער אמעריקאנער מאדעל פון זעלבסשטענדיקייט.
דאס דארף לכאורה נישט קיין מיינונג, ווייל די פאקטן זענען באקאנט, עס ווענדט זיך וואו אין אייראפע. אין רומעניע איז עס געווען ווי אין מרכז, און אין פוילן איז עס געווען נאך בעסער פון די היינטיגע אמעריקאנער מאדעל.
דאכט זיך אין אמעריקע ביי טייל מאדערנע איז אויך דא אזא מין סטייל חסידות, אז דער רבי איז טאקע א גאט , אבער גאט דארף מען אויך נישט פאלגן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
Re: מלכיות של מטה-נקמתו של סנדר
תורה ומדע האט געשריבן:ענטוויקלט אין רוסלאנד און אין גאליציע אין די 1700s. טאקע צוליב די אנדערע, מער רייכערע אומשטענדן, און צוליב די שמאלץ טאפ פון דער לאקאלע הויך-קולטור.
פארגעס ניט אז רוסלאנד איז אויך געווען א האסטיל ענוויראמענט פאר חסידיזמוס בפרט מצד די מתנגדים, וואס דאס האט צוגעפירט אז נאר די עכט פלאם פייערדיגע חסידיזם האט געקענט האבן א קיום דארט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
טראכטכמוני האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:ענטוויקלט אין רוסלאנד און אין גאליציע אין די 1700s. טאקע צוליב די אנדערע, מער רייכערע אומשטענדן, און צוליב די שמאלץ טאפ פון דער לאקאלע הויך-קולטור.
פארגעס ניט אז רוסלאנד איז אויך געווען א האסטיל ענוויראמענט פאר חסידיזמוס בפרט מצד די מתנגדים, וואס דאס האט צוגעפירט אז נאר די עכט פלאם פייערדיגע חסידיזם האט געקענט האבן א קיום דארט.
ריכטיג. די מתנגדים וואלטען זיך מחיה געווען מיט אזעלכע צדיקים ווי דער צאנזער רב ובניו זצ״ל. דוכצאך אז מדערציילט אזא מאדע סיפור מיטן בית הלוי און דער שינאווער רב זצ״ל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אונטער חכם האט געשריבן:אין רומעניע איז דער רבי געווען א גאט ווען עס האט זיך גערעדט פון דינען דעם רבי'ן, אבער ווען דער רבי האט פרובירט צו הייסן עפעס, ווי היטן שבת אדער כשרות, האט מען אים אנגעפיפען.הדסים האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:לדעתי, זענען די אייראפעישע אידן אויך ניט געווען אזוי גלייבעדיג , און די א אלטע חסידים, די נצולי השואה, האבן געענדלט אין דער אמעריקאנער מאדעל פון זעלבסשטענדיקייט.
דאס דארף לכאורה נישט קיין מיינונג, ווייל די פאקטן זענען באקאנט, עס ווענדט זיך וואו אין אייראפע. אין רומעניע איז עס געווען ווי אין מרכז, און אין פוילן איז עס געווען נאך בעסער פון די היינטיגע אמעריקאנער מאדעל.
דאכט זיך אין אמעריקע ביי טייל מאדערנע איז אויך דא אזא מין סטייל חסידות, אז דער רבי איז טאקע א גאט , אבער גאט דארף מען אויך נישט פאלגן.
נישט יעדער האט געפיפן. יש ויש. לכאורה קען מען זאגן רוב פרומע, נישט די משכילים, אויפגעקלערטע, ציונים, קאמוניסטן וכו׳ האבן יא געפאלגט דעם רבין מיט די גאנצע תמימות, עכ״פ ווי ווייט זיי האבן פארשטאנען און געקענט, לויט זייערע יכולות.
אין רומעניע איז מען טאקע געוועהן מסתמא די מערסטע פארגלייבט אין די רעבא. און אז איינער ״גלייבט באמת״ אז די רבי איז א ״הימל-מענטש״ פייפט מען נישט אזוי שנעל.
סאיז זיכער אז סאיז געוועהן טויזנטער חסידים וואס האבן זיך יא גערעכענט מיטן רבין, און פרובירט אויסצופאלגן יעדע זאך. נאר כדאי צו באמת פארשטיין וואס פונקטליך סאיז דארט פארגעגאנגען דארף מען האבן קודם א בילד פון די צייטן דעמאלטס, פארשטיין וויאזוי די חינוך איז געוועהן דאן, וויאזוי זיי זענען אויפגעוואקסן, וואספארא מינע מענטשען וכו׳
און ווי ר׳ מאטעלע פלעגט זיך אייביג אויסדרוקן ״סאיז געוועהן א אנדערע וועלט״.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius