דף יומי
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 296
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
- האט שוין געלייקט: 1997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל
Re: דף יומי
עיין בגליון הש"ס.בר בי רב האט געשריבן:א"ל רבינא לרבא, נשים בברכת המזון דאורייתא או דרבנן. פריערט פרעגט די גמרא פשיטא נשים זאלן זיין מחוייב מן התורה, פלוצלינג איז דאס אן איבעא. רש"י און תוס גיבן טעמים לספיקא, ווייל נשים זענען נישט בכלל בריתך אדער נישט בכלל ארץ הטובה אשר נתן לך, פארוואס האט די גמרא נישט דערמאנט די סברות
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
אישתישבי האט געשריבן:עס איז דא צענדליגע פשטלעך אויף דער גמרא.
וועל איך זאגן איינס.
פארוואס זאל א מענטש נישט עסן כדי שביעה? פשוט, ווייל ער האט נישט. מ'רעדט פון א הונגעריגן ארימאן. און דאך שפירט ער א הכרת הטוב און בענטשט כאילו ער האט געגעסן צו די זעט. דאס איז די היפוך פון תחת אשר לא עבדת בשמחה ומרוב כל. ביי די תוכחה שטייט גוי עז פנים אשר לא ישא פנים לזקן. קומט זיך דאך דא די היפוך.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 78 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
ברכות דף כ. פארציילט די גמ' אז רב פפא האט געפרעגט צו אביי מאי שנא ראשונים דאתרחיש להו ניסא ומאי שנא אנן דלא מתרחיש לן ניסא, פארוואס פאר די פריערדיגע זיינען געשעהן ניסים און פאר אונז נישט? אויב וועגן לערנען? קען דאך נישט זיין! והא ראי' אין די צייטן פון רב יהודה ווען מ'האט געלערנט ווייניג דהיינו נאר סדר נזיקין און מיר לערנען גאנץ ש"ס, ועוד ווען רב יהודה איז אנגעקומען צו א געוויסע שטעלע אין עוקצין האט רב יהודה געזאגט הוויות דרב ושמואל קא חזינא הכא איז רש"י מסביר: ס'איז גאר שווער פאר מיר די טעם פון די משניות וכו' און מיר לערנען 13 פירושים אויף די משנה? (אגב די 2 זאכען איז צו ווייזען כמות און איכות, די ערשטע ווייזט אונז קענען מער כמות ווי די פריערדיגע, די צווייטע ראי' איז אז מיר קענען מער איכות) זעט מען דאך אז נישט דאס קענען לערנען שאפט מער נסים, אזוי פרעגט רב פפא צו אביי.
לכאו' איז די גמ' א פלא וואס האט רב פפא געמיינט? ווייל ער קען בעסער לערנען פון רב יהודה דארף געשעהן מער נסים? וואס האט נסים מיט קענטעניס פון מער מסכתות אדער טיעפער פארשטיין לערנען, ווען ער וואלט ווען כאטשיג געטעהנ'ט מ'פלאגט זיך מער ווי אמאל, החרשתי! אבער פשוט ווייל ער איז מער געלונגען ווי רב יהודה, און ער האט בעסערע כשרונות, והא ראי' ער האט אנגעיאגט מער מס' און בעסער פארשטאנען וואלט ער געדארפט באווייזען מער מופתים?
נאר אפשר קען מען זאגן רב פפא האט געפרעגט אזוי היות אז אזוי ווי די וועלט עוואולירט און ווערט בעסער, והא ראי' מ'קען מער, וואלט און א מיסטישען זין אויך געדארפט בעסער ווערען, ווייל אזוי ווי עס ערד זיך אזוי הימעלט זיך, דהיינו אז ס'איז דא א גאולת מצרים אז דאך פשט אז אין די עולמות עליונים [רוחניות'דיגע שטאנדפונקט] טוט זיך אויך עפעס אפ א גאולה, וואס מ'זעט דא איז א רעפלעקט און א אפשפיגעלונג פון די טיעפערע ספערן, אויב אזוי האט רב פפא געטענה'ט אז מ'פארשטייט מער וואלט מען אויך געדארפט האבן מער נסים.
לכאו' איז די גמ' א פלא וואס האט רב פפא געמיינט? ווייל ער קען בעסער לערנען פון רב יהודה דארף געשעהן מער נסים? וואס האט נסים מיט קענטעניס פון מער מסכתות אדער טיעפער פארשטיין לערנען, ווען ער וואלט ווען כאטשיג געטעהנ'ט מ'פלאגט זיך מער ווי אמאל, החרשתי! אבער פשוט ווייל ער איז מער געלונגען ווי רב יהודה, און ער האט בעסערע כשרונות, והא ראי' ער האט אנגעיאגט מער מס' און בעסער פארשטאנען וואלט ער געדארפט באווייזען מער מופתים?
נאר אפשר קען מען זאגן רב פפא האט געפרעגט אזוי היות אז אזוי ווי די וועלט עוואולירט און ווערט בעסער, והא ראי' מ'קען מער, וואלט און א מיסטישען זין אויך געדארפט בעסער ווערען, ווייל אזוי ווי עס ערד זיך אזוי הימעלט זיך, דהיינו אז ס'איז דא א גאולת מצרים אז דאך פשט אז אין די עולמות עליונים [רוחניות'דיגע שטאנדפונקט] טוט זיך אויך עפעס אפ א גאולה, וואס מ'זעט דא איז א רעפלעקט און א אפשפיגעלונג פון די טיעפערע ספערן, אויב אזוי האט רב פפא געטענה'ט אז מ'פארשטייט מער וואלט מען אויך געדארפט האבן מער נסים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
קומט רב יהודה אמר שמואל און מאכט א פאראדיים שיפט.
נישט ווי געזאגט ביז אהער אז ק"ש איז דאורייתא. הייבט זיך נישט אן. סך הכל איז איזכור י"מ א דאורייתא. איז געווענטליך ווען מ'דאווענט ווי א איד זאגט מען פרשת ציצית, און מיט דעם איז מען יצא י"מ, און אמת ויציב איז דרבנן. טאמער איינער געדענקט אבער אז אמת ויציב האט ודאי געזאגט, ק"ש ווייסט ער נישט, האט ער מדאורייתא שוין יוצא געווען י"מ מיט אמת ויציב ודאי, און דאס שמע ישראל איז דרבנן.
דאס הייסט אלע לימודים פון בשכבך ובלכתך פרט לעוסק במצוה ופרט לחתן, בהטייה אדער שטיין און גיין, איז אלעס נאר אסמכתות.

פארוואס זאל מען אין משנה תורה ענדערש דרשנן סמוכין ווי אין די אנדערע ספרים?
וואס איז רב גידל מוסיף מיטן טייטש "כנף שראה אביו לא יגלה"? וויאזוי פארשטיי איך יעצט בעסער דעם פסוק?
פארוואס קען נישט רבי יהודה ארויסלערנען צוויי זאכן פון די זעלבע סמוכין אבער ריב"ל אליינס קען יא?
וואס איז רב גידל מוסיף מיטן טייטש "כנף שראה אביו לא יגלה"? וויאזוי פארשטיי איך יעצט בעסער דעם פסוק?
פארוואס קען נישט רבי יהודה ארויסלערנען צוויי זאכן פון די זעלבע סמוכין אבער ריב"ל אליינס קען יא?
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
בר בי רב האט געשריבן:וואס איז דאס א כרבלתא, און פארוואס איז רב אדא בר אהבה ווילד געווארן?
דער ערוך, (אויפן דף אינעם פדף), איז מפרש מלשון כרבלתא דתרנוגלא, כלומר בגד אדום, בגד פריצות. ס'א חידוש פארוואס עפעס איז אדום פריצות. בכלל איז קשה אז ס'שטייט נישט רויט, והעיקר חסר. אפשר ווי מ'זאל היינט זאגן ער איז געגאנגען א בעקישע. יעדער ווייסט א בעקישע איז שווארץ. ס'האט מער פשט צו זאגן אבער אז די סארט מלבוש זענען בנות ישראל נישט געגאנגען, און מ'דארף נישט מסביר זיין מער. א שטייגער ווי היינט מ'זאל זאגן זי גייט הויזן. אין יארן ארום קען מען זוכן פשט פארוואס הויזן איז פריצות, אבער למעשה איז עס אזוי היינט אנע פארוואס.
ס'דא גירסאות כתבי יד וואו ס'שטייט כרבלתא דכלאים. עכ"פ ס'געווען ידוע אז די סארט בגד איז שעטנז. רש"י האט מסתמא אזוי געלערנט, ווייל ער זאגט שם לבוש חשוב, נישט עפעס וואס מ'קען זאגן אויף א בגד זונות.
די ערוך שרייבט דאך קלאר אז אין דרך בנות ישראל להתכסות בה. די מהרש"ל ברענגט אויך די ערוך, און שרייבט אז לפי רש"י איז די פריצות ארויסצוגיין אין גאס מיט א בגד חשוב אן גיין מיט א כסוי סרבל אויף דעם.
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
בר בי רב האט געשריבן:א"ל רבינא לרבא, נשים בברכת המזון דאורייתא או דרבנן. פריערט פרעגט די גמרא פשיטא נשים זאלן זיין מחוייב מן התורה, פלוצלינג איז דאס אן איבעא. רש"י און תוס גיבן טעמים לספיקא, ווייל נשים זענען נישט בכלל בריתך אדער נישט בכלל ארץ הטובה אשר נתן לך, פארוואס האט די גמרא נישט דערמאנט די סברות
בפשטות אין אנפאנג איז די גמרא נאר מצד מצות עשה שהזמן גרמא, בין בקרי"ש, בין תפילה ותפילין, והא ראיה, די גמרא ברענגט די הו"א פון די פסוק בתת ה' לכם בשר בערב ולחם בבוקר אז ברהמ"ז איז אזוי ווי א מצוה שהזמן גרמא, קמ"ל אז נישט.
דערנאך איז די גמרא דן מצד אם ישנם בברית ובתורה וארץ.
למעשה איז עס א גרויסע מחלוקת ראשונים אם חייבים מדאורייתא או מדרבנן. עיין שו"ע קפ"ו וביה"ל שם.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
בר בי רב האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:עס איז דא צענדליגע פשטלעך אויף דער גמרא.
וועל איך זאגן איינס.
פארוואס זאל א מענטש נישט עסן כדי שביעה? פשוט, ווייל ער האט נישט. מ'רעדט פון א הונגעריגן ארימאן. און דאך שפירט ער א הכרת הטוב און בענטשט כאילו ער האט געגעסן צו די זעט. דאס איז די היפוך פון תחת אשר לא עבדת בשמחה ומרוב כל. ביי די תוכחה שטייט גוי עז פנים אשר לא ישא פנים לזקן. קומט זיך דאך דא די היפוך.
דא האסטו די רבינו בחיי
וכתב רבינובחיי ואדםיושבהואובניוובניביתוואין
לפניהםכדישביעה,והםנושאיםליפניםומברכיםומדקדקים
על עצמם עד כזית ועד כביצה, לפיכך ישא ה' פניו אליך,
דהיינושאיןכאןשבחעלעצםהתקנה,אלאעלהברכהבמצב
שאיןלויותר,ואינושבע.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
בר בי רב האט געשריבן:פארוואס זאל מען אין משנה תורה ענדערש דרשנן סמוכין ווי אין די אנדערע ספרים?
וואס איז רב גידל מוסיף מיטן טייטש "כנף שראה אביו לא יגלה"? וויאזוי פארשטיי איך יעצט בעסער דעם פסוק?
פארוואס קען נישט רבי יהודה ארויסלערנען צוויי זאכן פון די זעלבע סמוכין אבער ריב"ל אליינס קען יא?
ער רעדט דא וועגן דיין ערשטע און לעצטע קשיא
ובמשנה תורה דריש. ביבמות דף ד.איתא, דבמשנה
תורהמאיטעמאדריש,איבעיתאימאמשוםדמוכח,ואיבעית
אימאמשוםדמופנה.ובתוס' ד''הוכי, כתבו "דר''ידריש
בכלהתורהסמוכיםהיכידמוכחומופנה,אלאדבמשנהתורה
קים ליה דכולהו מוכח או מופנה. ובהגהות מהר"ב רנשבורגשם הביא דברי הראב"ן דדוקא במשנה תורה דריש, דכל
התורה מפי הגבורה נאמרה ואין מוקדם ומאוחר, אבל משה
שסידרתורהפרשהאחרפרשהלאסידראלאלהידרש.ועיין
ברש''ש דהקשה על תירוץ הגמ' דמיבעי ליה לאידך דרבי
יהושע בן לוי, מאי משני,הא מצי לדרוש ב' דברים כמו רבי
יהושעבן לוי שדרשמהסמיכותב' דברים.ותירץעלפיהגמ'
ביבמותשם דר''י דרישבמשנהתורהרקהיכידמוכחומופנה,
ואינויכוללדרושב'דברים,אבלרבייהושעבןלוילאסבירא
ליההכי.ועייןבמהר"ץחיות בסוגיין
און וועגן דיין צוויטע קשיא פארשטיי איך נישט וואס באדערט דיך, ער איז מסביר די פסוק. די פסוק רעדט בדרך הלצה און ער איז עס שיין מסביר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בר בי רב האט געשריבן:ר"ת זאגט, אז אמאל פלעגט מען צו אנטון מתים כשרע ציצית, אבער היינט פסל'ט מען די ציצית. פארוואס? ווייל אמאל איז מען תמיד געגאננגען ציצית, הייסט עס לועג לרש טאמער מ'גייט נישט אין ציצית. היינט אבער אז מ'גייט נישט א גאנצן טאג ציצית (מסתמא נאר א טלית צום דאווענען) איז גאר לועג לרש אז מ'טוט דעם מת יא אן ציצית.
איז קודם, וואס איז די סברה? ווייל מ'גייט נישט תמיד ציצית הייסט לועג לרש אז יעצט גייט דער מת יא?
שנית, איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז בימיהם איז מען נישט געגאנגען אין ציצית אנגאנצען טאג.
איך וואלטמיך געוואלט טרעפן מיט די אמאליגע (חסיד'ישע) אידן. היינט וואלטן זיי געווען געהעריגע או. טי. די.'ס. דער רבי וואלט איהם געפרעגט . מיט וואס ביסטו א חסיד'ישער איד. א קאפל גייסטו נישט. קיין ציצית טראגסטו נישט. מיט עסן אווערנייט קוגל ביי גאטליעב'ס...?! דו ביסט דאך נישט בעסער פון שלום דיען...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
בר בי רב האט געשריבן:וואס איז דאס א כרבלתא, און פארוואס איז רב אדא בר אהבה ווילד געווארן?
דער ערוך, (אויפן דף אינעם פדף), איז מפרש מלשון כרבלתא דתרנוגלא, כלומר בגד אדום, בגד פריצות. ס'א חידוש פארוואס עפעס איז אדום פריצות. בכלל איז קשה אז ס'שטייט נישט רויט, והעיקר חסר. אפשר ווי מ'זאל היינט זאגן ער איז געגאנגען א בעקישע. יעדער ווייסט א בעקישע איז שווארץ. ס'האט מער פשט צו זאגן אבער אז די סארט מלבוש זענען בנות ישראל נישט געגאנגען, און מ'דארף נישט מסביר זיין מער. א שטייגער ווי היינט מ'זאל זאגן זי גייט הויזן. אין יארן ארום קען מען זוכן פשט פארוואס הויזן איז פריצות, אבער למעשה איז עס אזוי היינט אנע פארוואס.
ס'דא גירסאות כתבי יד וואו ס'שטייט כרבלתא דכלאים. עכ"פ ס'געווען ידוע אז די סארט בגד איז שעטנז. רש"י האט מסתמא אזוי געלערנט, ווייל ער זאגט שם לבוש חשוב, נישט עפעס וואס מ'קען זאגן אויף א בגד זונות.
מיר האט די גמרא סתם אזוי געבאדערט,
די גמרא ברענגט עס דא צו צושטעלן צו די גמרא אן עמוד פריער וואס רעדט פון מסירות נפש פון א איד וואס טרעפט זיך אויפן גאס אנגעטאהן אין שעטנז און ער טוט עס אויס אינמיטן גאס,
וואספארא מין דמיון איז די מסירות נפש פון איינער וואס טוט זיך אליין אויס אין גאס צו איינער וואס טוט אויס א צווייטן??
אויכמער א מסירות נפש....
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
real fake news האט געשריבן:בר בי רב האט געשריבן:וואס איז דאס א כרבלתא, און פארוואס איז רב אדא בר אהבה ווילד געווארן?
דער ערוך, (אויפן דף אינעם פדף), איז מפרש מלשון כרבלתא דתרנוגלא, כלומר בגד אדום, בגד פריצות. ס'א חידוש פארוואס עפעס איז אדום פריצות. בכלל איז קשה אז ס'שטייט נישט רויט, והעיקר חסר. אפשר ווי מ'זאל היינט זאגן ער איז געגאנגען א בעקישע. יעדער ווייסט א בעקישע איז שווארץ. ס'האט מער פשט צו זאגן אבער אז די סארט מלבוש זענען בנות ישראל נישט געגאנגען, און מ'דארף נישט מסביר זיין מער. א שטייגער ווי היינט מ'זאל זאגן זי גייט הויזן. אין יארן ארום קען מען זוכן פשט פארוואס הויזן איז פריצות, אבער למעשה איז עס אזוי היינט אנע פארוואס.
ס'דא גירסאות כתבי יד וואו ס'שטייט כרבלתא דכלאים. עכ"פ ס'געווען ידוע אז די סארט בגד איז שעטנז. רש"י האט מסתמא אזוי געלערנט, ווייל ער זאגט שם לבוש חשוב, נישט עפעס וואס מ'קען זאגן אויף א בגד זונות.
מיר האט די גמרא סתם אזוי געבאדערט,
די גמרא ברענגט עס דא צו צושטעלן צו די גמרא אן עמוד פריער וואס רעדט פון מסירות נפש פון א איד וואס טרעפט זיך אויפן גאס אנגעטאהן אין שעטנז און ער טוט עס אויס אינמיטן גאס,
וואספארא מין דמיון איז די מסירות נפש פון איינער וואס טוט זיך אליין אויס אין גאס צו איינער וואס טוט אויס א צווייטן??
אויכמער א מסירות נפש....
פארקערט, אויסטון שעטנז אין גאס איז טאקע א הקרבה אבער נישט קיין מסירות נפש. ער לייגט זיך נישט אין קיין סכנה אריין. זיך גיין פארטשעפענען מיט פרעמדע אויף די גאס, פיקן פייטס מיט פענסי לעידיס, קען קומען לידי סכנה.
די גמרא ציט נאר אריין מענין אויסטון אין גאס צו אן אנדער ענין פון אויסטון, כדרכה של גמרא.
לויט די פשט מתון טייטש מתינות, קומט אויס רב אדא בר אהבה האט חרטה געהאט מיט א בליק אויף צוריק. ער האט געטון שלא כדין, אבער וואס זאל ער טון אז זיין קנאות האט זיך צעפייערט.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
chosen people האט געשריבן:בר בי רב האט געשריבן:און וועגן דיין צוויטע קשיא פארשטיי איך נישט וואס באדערט דיך, ער איז מסביר די פסוק. די פסוק רעדט בדרך הלצה און ער איז עס שיין מסביר.
כ'פארשטיי נאך אלץ נישט. טאמער קענסטו מיר מסביר זיין מער באריכות אין אישי וואלט איך דיר גערופן אלופי ומיודעי.