למעשה, האב איך בחירה?
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: למעשה, האב איך בחירה?
דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג, אין זיין The Star of Redemption (ח״א פ״ג), זאגט (בנוגע זיין עקזיסטענסשילע פילאזאפיע) אז די קאנצעפט/עלעמענט פונ׳ם ״זעלבסט״ (ווי אויך די קאנצעפטן/עלעמענטן פון ״ג-ט״ און (די) ״וועלט״) קומט(/קומען) ארויס און הייבן זיך אן פון ״גארנישט״ (אין איר פילאזאפישן באדייט; יעדעס איינס פון די קאנצעפטן/עלעמענטן פון איר אייגענע ״גארנישט״).
יעצט, עס זענען דא צוויי וועגן ארויס פון די ״גארנישט״ וואס פון דעם ווערט(/ווערן) די קאנצעפט(ן) געשאפן:
1) א פאזיטיווע סארט וועג וואס זאגט אויף דעם ״נישט-גארנישט״; דאס איז די וועג פון ״יא״
2) די וועג וואס פרעגט/ווארפט אפ די ״גארנישט״; דאס איז א וועג פון ״ניין״.
די וועג פון ״יא״ איז א חלק פון דאס הויה און וועזן פונ׳ם קאנצעפט/עלעמענט [עס איז מער א סארט אינפיניט], בשעת די וועג פון ״ניין״ איז א חלק פונ׳ם אקטיווע קוואליטעט פונ׳ם קאנצעפט/עלעמענט [עס איז מער א סארט פיניט].
בנוגע די ״זעלבסט״ קאנצעפט/עלעמענט איז די חלק ה״יא״ די כאראקטער [וואס בלייבט/האלט אויס; enduring character] און די חלק ה״ניין״ איז די כח הבחירה.
לפי״ז קען מען אפשר זאגן און (אביסל טיפער) טייטשן (קהלת ג יט) ורוח אחד לכל ומותר האדם מן הבהמה, דהיינו איינע פון די זאכן וואס א מענטש האט מער פון די בהמה איז אז ער האט דאך בחירה (לפי הרמב״ם ועוד), וואס ״רוח״ קען מיינען (די) רצון [וממילא בחירה] (עיין במו״נ ח״א פ״מ), משא״כ הבהמה (ועיין באוהחה״ק בבראשית לז כא, ובתניא סופל״ח וריש פל״ט ועוד), און די פסוק איז דערנאך ממשיך, ״אין״, דאס איז די חלק ה״ניין״ [אין] וואס קומט ארויס פונ׳ם ״גארנישט״ [אין] וואס דאס איז א חלק וואס מאכט דעם ״זעלבסט״ קאנצעפט פונ׳ם אדם (וממשיך, כי הכל הבל, ועיין לעיל במצודת ציון (א ב) דתיבת ״הבל״ היינו דבר שאין בו ממש ע״ש; ״גארנישט״).
וע״ע כאן.
יעצט, עס זענען דא צוויי וועגן ארויס פון די ״גארנישט״ וואס פון דעם ווערט(/ווערן) די קאנצעפט(ן) געשאפן:
1) א פאזיטיווע סארט וועג וואס זאגט אויף דעם ״נישט-גארנישט״; דאס איז די וועג פון ״יא״
2) די וועג וואס פרעגט/ווארפט אפ די ״גארנישט״; דאס איז א וועג פון ״ניין״.
די וועג פון ״יא״ איז א חלק פון דאס הויה און וועזן פונ׳ם קאנצעפט/עלעמענט [עס איז מער א סארט אינפיניט], בשעת די וועג פון ״ניין״ איז א חלק פונ׳ם אקטיווע קוואליטעט פונ׳ם קאנצעפט/עלעמענט [עס איז מער א סארט פיניט].
בנוגע די ״זעלבסט״ קאנצעפט/עלעמענט איז די חלק ה״יא״ די כאראקטער [וואס בלייבט/האלט אויס; enduring character] און די חלק ה״ניין״ איז די כח הבחירה.
לפי״ז קען מען אפשר זאגן און (אביסל טיפער) טייטשן (קהלת ג יט) ורוח אחד לכל ומותר האדם מן הבהמה, דהיינו איינע פון די זאכן וואס א מענטש האט מער פון די בהמה איז אז ער האט דאך בחירה (לפי הרמב״ם ועוד), וואס ״רוח״ קען מיינען (די) רצון [וממילא בחירה] (עיין במו״נ ח״א פ״מ), משא״כ הבהמה (ועיין באוהחה״ק בבראשית לז כא, ובתניא סופל״ח וריש פל״ט ועוד), און די פסוק איז דערנאך ממשיך, ״אין״, דאס איז די חלק ה״ניין״ [אין] וואס קומט ארויס פונ׳ם ״גארנישט״ [אין] וואס דאס איז א חלק וואס מאכט דעם ״זעלבסט״ קאנצעפט פונ׳ם אדם (וממשיך, כי הכל הבל, ועיין לעיל במצודת ציון (א ב) דתיבת ״הבל״ היינו דבר שאין בו ממש ע״ש; ״גארנישט״).
וע״ע כאן.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דעם שבת האב איך מיך גע'טענה'ט מיט איינעם וועגן בחירה, בתוך הדברים זאגט ער מיר "עה, איך דארף נישט נעמען ערנסט דיינע ווערטער, דו זאגסט אזוי ווייל דו ביזט determined אזוי צו זאגן." האב איך איהם געענטפערט אז פונקט פארקערט. אויב קען איך אויסוועלן וואס צו האלטן אן ווערן נשפע פון די פאקטן אדער די וועג וויאזוי איך פארשטייט די פאקטן הערשט דאן דארף מען נישט ערנסט נעמען מיינע שיטות, איך האלט אזוי פשוט ווייל איך האב אויסגעוועלט אזוי צו האלטן, און דו ביזט פונקט אזוי בארעכטיגט אויסצואוועלן א צווייטע מיינונג. אויב אבער האב איך נישט קיין בחירה נאר מיינע שיטות ווערן פארמירט דורך די מציאות וואס איך זעה פאר זיך דארף מען טאקע נאכגיין ווער ס'זעהט די ריכטיגע מציאות, אפשר ווען דו וועסט וואוסן וואס איך ווייס וועט דיין מיינונג זיך אויך טוישן. ס'קען אויך זיין אז ווען איך וועל וואוסן וואס דו ווייסט וועט מיין מיינונג זיך טוישן, אדרבה, לאמיר אריינפלאגן מיינע פאקטן אין דיין מוח און דיינע פאקטן אין מיין מוח און לאמיר זעהן וואסערע מיינונגען אונזערע מוחות וועלן אויסשפייען.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
למעשה, האב איך בחירה?
דאס רירט אביסל צו צו אוימאנ׳ס עגרימענט טעארעם. דאס לויטעט אז ווען צוויי ראציאנאלע מענטשן ווייסן די זעלבע ידיעה איבער איינע די אנדערע׳נס פאזיציעס און פאקטארן וכו׳ דערצו בתכלית הבירור, קען נישט זיין אז זיי זאלן באמת זיין מחולק.
- זבולון
- שריפטשטעלער
- הודעות: 277
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
- האט שוין געלייקט: 542 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דעם שבת האב איך מיך גע'טענה'ט מיט איינעם וועגן בחירה, בתוך הדברים זאגט ער מיר "עה, איך דארף נישט נעמען ערנסט דיינע ווערטער, דו זאגסט אזוי ווייל דו ביזט determined אזוי צו זאגן." האב איך איהם געענטפערט אז פונקט פארקערט. אויב קען איך אויסוועלן וואס צו האלטן אן ווערן נשפע פון די פאקטן אדער די וועג וויאזוי איך פארשטייט די פאקטן הערשט דאן דארף מען נישט ערנסט נעמען מיינע שיטות, איך האלט אזוי פשוט ווייל איך האב אויסגעוועלט אזוי צו האלטן, און דו ביזט פונקט אזוי בארעכטיגט אויסצואוועלן א צווייטע מיינונג. אויב אבער האב איך נישט קיין בחירה נאר מיינע שיטות ווערן פארמירט דורך די מציאות וואס איך זעה פאר זיך דארף מען טאקע נאכגיין ווער ס'זעהט די ריכטיגע מציאות, אפשר ווען דו וועסט וואוסן וואס איך ווייס וועט דיין מיינונג זיך אויך טוישן. ס'קען אויך זיין אז ווען איך וועל וואוסן וואס דו ווייסט וועט מיין מיינונג זיך טוישן, אדרבה, לאמיר אריינפלאגן מיינע פאקטן אין דיין מוח און דיינע פאקטן אין מיין מוח און לאמיר זעהן וואסערע מיינונגען אונזערע מוחות וועלן אויסשפייען.
אבער אויב נעמט מען אן ריין דעטערמעניזם, איז דיין ויכוח ממילא נישט נוגע און פרוכטלאז, און די זעלבע איז מיין הודעה
אין - כי הכל הבל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- זבולון
- שריפטשטעלער
- הודעות: 277
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
- האט שוין געלייקט: 542 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'ווענדט זיך אויפ'ן מענטש, אויב איז ער אזא איינער וואס קען אננעמען נייע אינפארמאציע קען עס טוישן זיין מיינונג פונקט ווי ס'האט געקענט טוישן מיין מיינונג.
עס איז שוין ממילא דעטערמענד אז ער וועט טוישן זיין מיינונג, אזוי אויך איז דעטערמענד אז עס וועט געשעהן דורך דיין שמועס.
אין - כי הכל הבל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
למעשה, האב איך בחירה?
שפינאזע האט געהאלטן פון דעטערמעניזם און געהאלטן אז מענטשן לעבן אין א דמיון אין דאס אז זיי האבן בחירה, און דאס קומט מכח זייער פעלערהאפטע וויסנשאפט פון קאוז-און-עפעקט. ער האט דאס גענומען נאך ווייטער און געזאגט אז פון דעם קומט זייער פאלשע יראה פון שמים. דאס קומט ווייל זיי טוהן עקסטענדן זייער קאנסעפשאן פון בחירה און טוהן דאס עפלייען צו ג-ט; נאר אז ער האט אן אינפיניט צאל פון וועגן אין וואס בוחר צו זיין. וממילא האבן זיי מורא אז דאס וואס זיי וועלן בוחר זיין איז נישט דאס וואס ג-ט וויל און האט בוחר געווען אין, אדער גאר וואס ער האסט. אבער דאס אלעס קומט צושטאנד מכח א שטארקע מיסקאנסעפשאן אין דאס גאנצע געדאנק.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: למעשה, האב איך בחירה?
ס׳איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז סקראט קלערט אין היפּיעס מיינאר אז דער וואס טוהט עפעס אומריכטיג במזיד איז בעצם בעסער ווי דער וואס טוהט דאס בשוגג/באונס. דאס איז ווייל אז ער טוהט דאס במזיד ווייזט דאס אז בעצם האט ער געקענט בוחר זיין בטוב, משא״כ אז ער האט דאס געטוהן בשוגג ווייזט דאס אז ער איז בעצם מוכרח אויף דעם און נאר דעם. דאס נעמט אן אז א מענטש קען בעצם בוחר זיין אין ״שלעכטס״ (אפילו לפי מבטו) און אז מדות/״גוטס״ קען מען זיך לערנען אלס א סקיל.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי דעם וואס מ׳ערווענט די חילוקים אין ווילן א זאך און ווילן א/דאס ווילן (משׁאָפּענהאוער ועוד ואולי אפשר להעמיסו קצת בהמכתב אליהו) איז אינטרעסאנט צוצולייגן אז דר. הערי פראנקפורט נוצט אויך אזא סארט קאמפּעטיבּיליסט חילוק צו משוה זיין בחירה חופשית. דהיינו, אז אן ערשטע-ארדער תשוקה איז א תשוקה צו א זאך, אן אקט. למשל, דאס תשוקה צו רייכערען א ציגארעטל. דערנאך איז דא א צווייטע-ארדער תשוקה וואס איז א תשוקה אויף צו האבן א תשוקה צו אויפהערן און נישט רייכערן. דאס ווערט א צווייטע-ארדער וואלישאן ווען ער וויל אז די צווייטע-ארדער תשוקה זאל אים ברענגען למעשה (אדער להעדר מעשה אין אונזער משל). מיט דעם מאכט ער א חילוק אז עס קען טאקע זיין אז עס איז נישט דא קיין בחירה ״מעשיות״ חופשית אבער בחירה, לגבי דאס ״ווילן״, וואס דאס איז צאמגעשטעלט פון די צווייטע-ארדער תשוקה/וואלישאן, וואס ער האט יא.
ועיין כאן.
ועיין כאן.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
הענרי פון גהענט האט גע׳טענה׳ט אז די ״רצון/ווילן״ האט נישט און דארף נישט קיין קאָז/סיבה מקודם וואס איז איר מכריח. און הגם אריסטו האט גע׳טענה׳ט אז יעדע מתנועע דארף עפעס וואס איז זיך מתנועע צו גורם זיין איר תנועה פון פריער וכו׳, איז דאס נאר ביי מאטעריאלע ענטיטיס און נישט ביי ספיריטואלע וואס זענען מער פּערפעקט; עס איז צווייט אין די מעלה צו כביכול ג-ט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
ווער איז דער הענערי?
בדרך אגב דאס פארענפערט אויך די טענה וואס אים וויסענעדע עטיעסטס האבן ליעב צי פרעגן - און ווער האט באשאפען גאט???
הקטן האט געשריבן:דיין הנחה איז געבויט אויף
א. The law of causality און דו האסט דאס קיינמאל נישט אויפגעגעבן.
כדי צי פארשטיין די צד פין בחירה חפשית דארפסטו זיין גרייט אז קאז-אין עפעקט איז נאר א כלל אין "פיזיקס" נישט און די "מענטל"
ב. דו נעמסט אן אז די מענטעל כח וואס דער מענטש האט איז ריין "פיזיקס" (וואס איך ריף סטאק-אין-מעטערעליזעם)
כדי צי פארשטיין די צד פין בחירה חפשית דארפסטו זיין אפען צי די צד אז סאיז דא צוויי באזינדערע כחות מענטעל\מיינד\נפש און א אנדערע כח וואס דאס איז ברען\גוף\פיזיקעל און סאיז דא אן interface צווישען די צוויי.
און דו The law of causality גייט אן נאר און די פיזישע חלק און נישט אין די נפשיתדיגער חלק וואס האט א כח אויף די פיזישע.
ביז וואו לאנג די קענסט נישט אננעמען דאולאיזעם וועסטו נישט קענען פארשטיין די צד פין בחירה חפשית. דו ביסט גערעט אין עולם הפיזיק וואו אזוי וועסטעס דרייען וועסטו דיך טרעפען מיט דיטערמענט.
ווען דו שרייבסט: אלא מאי ס'דא עפעס א באהאלטענע כח ווי א קוואנטאם כח וואס באווירקט יענעם צו וועלן אנדרעש איז ווייל די ביסט געבינדען צי די The law of causality און ס'איז דיר שווער זיך ארויסציזען דערפין
דיין אלא מאי איז א false choice
בדרך אגב: איך האלט נישט אז קוואנטעם מעקעניקס איז די וועג צי בחירה חפשית, אויב עפעס, דינט דאס נאר צי צוווארפען די The law of causality
רענדעם מיט בחירה חפשית זענען זייער וואט אפארט.
בדרך אגב דאס פארענפערט אויך די טענה וואס אים וויסענעדע עטיעסטס האבן ליעב צי פרעגן - און ווער האט באשאפען גאט???
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
https://en.wikipedia.org/wiki/Henry_of_Ghent
אט דאס וויל ער זאגן: ער וויל צוגלייכן די געדאנק צו די "Unmoved Mover" געדאנק פון אריסטו (און ענליכס) וואס מ'שטעלט צו צו ג-ט.
אט דאס וויל ער זאגן: ער וויל צוגלייכן די געדאנק צו די "Unmoved Mover" געדאנק פון אריסטו (און ענליכס) וואס מ'שטעלט צו צו ג-ט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
צי פאלען דיין סטייל וואלט איך געזאגט, דאס איז דער "חלק אלוקי ממעל" וואס האט בחירה (ס'שטייט)
איז Being of essence א סארט חומר ללא צורה (אדער פארקערט) ? אדער בין איך טאטעלי אף-בעס?
איז Being of essence א סארט חומר ללא צורה (אדער פארקערט) ? אדער בין איך טאטעלי אף-בעס?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דאס איז וויאזוי דר. יצחק מלמד איז מסביר בקיצור וואס שפינאזע זאגט אין סוף מאמר א פון זיין עטיקס בנוגע פארוואס דער מענטש איז בּייעסד צו גלייבן אין בחירה חופשית:
[left]From these [assumptions] it follows, first, that men think themselves free, because they are conscious of their volitions and their appetite, and do not think, even in their dreams, of the causes by which they are disposed to wanting and willing, because they are ignorant of [those causes]. It follows, secondly, that men act always on account of an end, viz. on account of their advantage, which they want. Hence, they seek to know only the final causes of what has been done, and when they have heard them, they are satisfied, because they have no reason to doubt further. But if they cannot hear them from another, nothing remains for them but to turn toward themselves, and reflect on the ends by which they are usually determined to do such things; so they necessarily judge the temperament of other men from their own temperament
We develop the belief in free will as a result of the collusion of three elements: (1) the fact that we have desires (or volitions), (2) the fact we are conscious of our desires (or volitions), (3) the fact that it is almost impossible for us to have a complete knowledge of the causes of our desires. Obviously, we may have some knowledge of the causes of our volitions. For example, I may know that part of the reason why I desire garlic ice cream rather than dulce de leche is because I am allergic to milk. However, this knowledge explains (at best) only why I avoid dulce de leche; it does not explain why I always order garlic ice cream (and not onion ice cream). Occasionally, I may try to achieve more substantial self-transparency and attempt to understand the causes underlying some of my more important decisions (or volitions). In such a case, I go to a psychotherapist (or a geneticist) and spend a good couple of months (or years) in trying to understand, as fully as possible, the causes of my volitions. Yet I experience volitions almost every moment of my life, and in almost all of these instances of volition, I have merely an awfully incomplete knowledge of the causes of my volitions. Thus, I hardly ever experience my volitions as fully necessitated by the causal information I have, or, in other words, I experience my volitions as free, and not necessitated by previous (efficient) causes. This, in a nutshell, is Spinoza’s explanation of how we come to develop the belief in free will[/left]