דף יומי

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

וואס איז פשט פון די מעשה? וואס קען מען זיך לערנען למעשה?
רבן גמליאל האט דאך געטון דאס אלעס פאר א סיבה. א מנהיג דארף ארויסווייזן סמכות,  אוטאריטעט. ס'זאל א פאראייניגטע שטימע, בפרט אין די שווערע זמן נאכן חורבן. מ'דארף צאמהאלטן די כלל על דרך התורה אנע ביהמ"ק, און ח"ו שלא תיעשה כשתי תורות.

פיין און וואויל, נאר מ'דארף דאס אלעס טון אן זיך צוקריגן מיט א האלבע שטאט. א מנהיג דארף באווייזן מיט חכמה צו געווינען די הערצער פונעם עולם. ער דארף קענען זיין עדה און זיין זייער פאטער. דאס האלט אים רבי יהושע פאר, אוי לדור שאתה פרנסו. ווער האט דיר געשטעלט על ראשי עם קודש? פארשטייסט ניטאמאל די שוועריגקייטן וואס אינגעלייט גיין דורך. ביזט געבוירן מיט א זילבערנעם לעפל אין מויל. מ'דארף מאכן וואלן ווער ס'זאל נשיא. 

רבן גמליאל האט דאס גענומען צום הארצן, און געזאגט, נעניתי לך. איך הער וואס דו זאגסט. מחול לי, כ'וועל פרובירן בעסער.
אבער רבי יהושע האלט אז אז ראב"ע טויג בעסער, איז צו וואס צוריקברענגען רבן גמליאל?

 דא איז די נקודת המשבר צווישן די נאבללייט און עמך. די נאבללייט קרומען, זאלן זיי עסן קוכן. די ממשלה איז אונזערס בחסד עליון.
די רעוואלוציאנערן שרייען, אראפ מיטן קעניג!
א צוגענגליכע פשרה איז אז ביידע זייטן גיבן נאך. די בנשק'לעך בלייבן די רבנים ומנהיגים, אבער זיי דארפן זיך אבסאלוט צושטעלן צום ציבור. העלף ארויס דעם עולם, זיי זיך משתתף בצערן, פארשעם נישט, מאך נישט, שרייב נישט קיין קול קוראס. זיי א מנהיג בחסד העם.

זאגט רבן גמליאל, עשה בשביל כבוד בית אבא. איך בין דאך נישט אבי ווער. אונזער נשיאות ציט זיך פון הלל הנשיא. וועסט ארויסשטעלן א הלברשטאם?
און רבי יהושע נעמט עס אן. פייס. דער מזה בן מזה וועט בלייבן יזה, אבער ער וועט זיך צושטעלן.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

רבי יוחנן בן זכאי חלש.
רבי יוחנן, וועלכער איז געווען אינסטרומענטאל אין אויסבעטן יבנה וחכמיה, איז געווען צוריסן אינערליך,  צו האט ער געטון גענוג צו ראטעווען ירושלים. דער פסוק פון רב יוסף, משיב חכמים אחור ודעתם יסכל, האט אים נישט געלאזט קיין מנוחה. אפשר איז ער געווען דער מציל פונעם דור, אדער אפשר גאר דער וואס האט פארפאטשעקט א געלעגנהייט צו אויסבעטן ירושלים פון אספסיינוס'ן. צו קומט מיר גן עדן אדער חלילה פארקערט. 

בימי חזקיה איז אויך געווען אן ענדליכער מצב. דער פיינט האט שוין געהאט איינגענומען דעם גאנצער ארום, ווי ס'שטייט ארצכם שממה עריכם שרופות באש. אינעווייניג אינעם שטאט זענען געווען צוויי דעות כידוע. חזקיה וסיעתו ושבנא וסיעתו. שבנא האט ארויסגעווארפן צעטעלך אז ער זוכט צו משלים זיין. אבער חזקיה האט זיך געהאלטן פעסט, און האט זוכה געווען צו א נס, און ירושלים איז אפגעשוינט געווארן.

די קנאים אין ירושלים האבן געזען אין חזקיה זייער העלד. מ'דארף זיך מתחזק זיין אין אמונה, און ס'וועט זיין גנון והציל פסוח והמליט.
רבי יוחנן אליינס האט אויך געצויגן צן קנאות. ער איז דער בעל המימרא, אוזן ששמע מהר סיני כי לי בני ישראל עבדים והלך זה וקנה אדון לעצמו יירצע. מדרשים ווערן נישט געזאגט אין קיין חלל. די דעה רווחת בישראל איז געווען אז השם הוא מלכנו, און צו די רוחות מיט די רוימער.

אבער רבי יוחנן האט פארשטאנען אז מיט די געוואלדיגע שנאת חינם און אינערליכע רייבערייען צווישן די סיקריים קען מען פארגעסן פון א נס. האט ער מפקיר געווען ירושלים און דער בית המקדש לטובת הצלה פורתא. א הצלה פאר די תורה און פאר דער קיום פונעם כלל.

אבער די זאך האט אים צעפליקט אינערליך כל ימיו, און בשעת פטירתו האט זיך נפשו הטהורה צעכליפעט. איני יודע באיזה דרך מוליכין אותי.

רבי יוחנן האט זוכה געווען צו א רעזאלוציע צום קאנפליקט פאר זיין פטירה. חזקיה מלך יהודה אליינס, דער רבי פון די קנאים למען ירושלים, איז אים געקומען מקבל פנים זיין. דאס איז געווען א הסכמה, אז יא, יפה עשית רבי יוחנן בן זכאי.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

ברכות דף כט
בייגעלייגטע פיילס
55 (1).pdf
(142.96 KiB) אראפגעלאדנט 41 מאל
56 (1).pdf
(140.56 KiB) אראפגעלאדנט 48 מאל
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

לשנה אחרת, קוקט אויס ווי מ'איז צאמגעקומען צו אן אסיפה שנתית, אפשר טאקע צו דן זיין בנושא המינים. צו זאל מען זיי מקרב זיין, אדער זענען זיי פארקראכן צו ווייט, ולהם אל תהי תקווה. אין אזא עצרת שיקט מען צו א ש"ץ א חסיד וצדיק, ווי שמואל הקטן. מסדר זיין א ברכה איז טייטש צוטרעפן די ריכטיגע לשונות, געמאסטן און געוואויגן, נישט צו שארף נישט צו מילד.
דורכאויס דעם יאר האט מען עס נישט געזאגט, מ'האט נאכמישט אזוי מתקן געווען. איבעריאר, האט ער זיך נישא געקענט דערמאנען די נוסח. מאכן א נייע נוסח האט נישא קיין זין.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

עטליכע אומגעגרינדעטע, אבער אינטערעסאנטע טעאריעס איבער תפילת יח, פון יומי.
די אריגינעלע ברכות זענען געווען פיל לענגער, און האבן אנטהאלטן פסוקים, דוגמת ונאמר כי ביום הזה יכפר אין תפילת יוה"כ. די היינטיגע ברכות זענען די מעין כל ברכה וברכה, ד. ה. די מעין שמו"ע פון רב. דעריבער איז קלארער וויאזוי שמואל הקטן האט נישט געדענקט פונקטליך.

צמח דוד און בונה ירושלים האט מען באהאפטן צו איין ברכה, לפי נוסח ארץ ישראל, נאכן קובע זיין ברכת המינים, כדי צו האלטן די מספר צו אכצן.

די מינים האבן חותם געווען מצמיח קרן ישוע. דערפאר האט מען מבטל געווען די ברכה אין ארץ ישראל, און צאמגעשמאלצן כסא דוד מיט בונה ירושלים.

ברכת המינים איז געווען א חלק פון ברכת הצדיקים. אין יבנה האט מען קובע געווען א ברכה לעצמה. לעומת זה, האט מען דוד און ירושלים מחבר געווען.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

מ'זעט ווי שפעטערע חכמים האבן אלס מער מצמצם געווען דער הביננו, לייט לה אביי, חוץ ממוצאי שבתות, חוץ מימות הגשמים.

בעצם קען מען אלס מורא האבן דילמא אתי לאטרודי, יעדער שינוי אין נוסח השגור בפיו קען צומישן איינער וואס דאווענט פון אויסענווייניג. רבי זירא האט מורא דערויף ביי געווענטליכע שמו"ע. נאר אז חזל האבן מתקן געווען צו זאגן הבדלה אדער שאילת מטר איז דאך נישט שייך. אבער גיין אריינשטעלן אינעם הביננו דאס נישט.

תוס ברענגט פון נדה, מ'האט געוואלט מתקן זיין הבננו מוצאי יוה"כ מפני טורח התענית, נאר מ'דארף דאך זאגן הבדלה, איז קען מען נישט. לכאורה, ווען מ'רעדט פון א ציבור וואס דאווענט א גאנץ יאר י"ח, איז דאך הביננו סייווי א פרעמד נוסח, און מ'דארף ממילא אריינקוקן אינעם מחזור. קען מען דאך מכלל זיין הבדלה אינעם הביננו, און ס'נישט שייך דלמא אתי לאטרודי.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

פון דעם וואס די גמרא ענטפערט הא והא ביחיד, און נישט הא והא בציבור, איז משמע אז בציבור לעולם אין מחזירין אותו. איז א ראיה צום הלכות גדולות וואס תוס ברענגט אין עמוד ב.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

ברכות דף ל
בייגעלייגטע פיילס
57.pdf
(158.71 KiB) אראפגעלאדנט 27 מאל
58.pdf
(171.59 KiB) אראפגעלאדנט 47 מאל
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

היה עומד בבית קודש הקדשים מכוון לבו על הכפורת
ס'נישט אזוי קלאר וואו דער כה"ג דאווענט זיין תפילה קצרה, צו בבית החיצון צו אין ק"ק. בכל אופן איז מאדנע אזא הלכה, ווי אויך אז ער ברענגט נישט פסוק פון שלמה דערויף.

היה עומד מאחורי בית הכפורת, זאגט רש"י מערב צום היכל. וויאזוי איז דאס אנדערש פון היה עומד בביהמ"ק יכוון כנגד קדשי הקדשים פון די רישא?
די צוויי פעלער זענען אגב גררא.

ס'א מורא'דיגע אחדות פון כלל ישראל בכל מקומות פזוריהם אז זיי דאווענען צו איין ארט. דאס איז צושטאנד געקומען נאכן אויסוועלן ירושלים אלס מקום הנבחר און איסור הבמות. דערפאר באקומט דוד קרעדיט דערויף, כמגדל דוד צוואריך בנוי לתל פיות.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

ס'שטייט נישט אין משנה תפילת השחר מאימתי. מסתבר אז תפילות כנגד תמידין תקנום, און תמיד איז פסול פארן עלות. עם כל זה, לערנט רש"י אז בשעת הדחק איז מען יוצא פארן עלות. פונקט ווי מ'קען יוצא זיין מוסף נאך מנחה, כאטש נאכן תמיד של בין הערביים איז מען מער נישט מקריב קיין מוספים
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

במוספין אין מחזירין אותו. אית דלא גריס ליה, אבער רש"י האט עס יא גורס געווען. דאס הייסט מ'איז יוצא מוסף אז מ'זאגט אתה חונן אנע יעלה ויבוא
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

ברכות לא
בייגעלייגטע פיילס
59.pdf
(165.02 KiB) אראפגעלאדנט 31 מאל
60.pdf
(159.67 KiB) אראפגעלאדנט 9 מאל
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

תוס, מכאן נהגו לשבור זכוכית בנישואין.
די גמרא הייבט אן די שמועס איבער צופיל שמחה אלס וגילו ברעדה. א ירא שמיים דארף האבן יראה אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט. צום סוף, אסור לאדם למלא פיו שחוק בעוה"ז, נאר ווען יא, ווען הגדיל השם לעשות. איז משמע די טעם איז חורבן וגלות.
רב המנונא זוטא האט זיך צעזינגען וי לן דמיתנן. פאר יום המיתה איז אויך די מנהג צו מאכן א זכר ביי א חתונה. ס'האט נישט מיט חורבן, נאר מיט יראת שמים. מ'זאל געדענקען ולאן אתה הולך
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

הלכה פסוקה, כהא דרבי זירא בנות ישראל החמירו על עצמן.
דא אין א דערנעביגע אשכול היצט מען זיך שוין ארום צוויי וואכן איבער דעם, און דאס הייסט א הלכה פסוקה?
אלע דריי הלכות האבן צוטון מיט א טויש פון רשויות,  די טוויילייט זאון, די בין השמשות. טמא וטהור אדער קודש וחול. הלכות שפוסקות את האדם מן החול אל הקודש. דאס דארף מען זיך מתבוננן זיין אז מ'שטעלט זיך אוועק דאווענען. ענדליך צו היו שוהין שעה אחת.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

יתפלל בבית שיש שם חלונות שנאמר וכווין פתיחין ליה.
דניאל האט געעפנט פענצטער צו ירושלים, צו שפירן ווי די תפילה גייט דורך דעם אפענעם פענצטער דעם גאנצן וועג קיין ירושלים.
רבי חייא בר אבא הייסט נישט עפענען פענצטער און נישט אז ס'זאל זיין נגד ירושלים. ער פרובירט נישט נאכמאכן דניאל אינגאנצן, פונקט ווי ער איז נישט מחייב צו קניען ווי דניאל.
די פסוקים זענען אסמכתות, און ס'בלייבט איבער צו קלערן וואס איז די חשיבות פון א בית שיש שם חלונות, און פארוואס רחב"א וויל דאס.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

וזו שלא קלקלה נפקדת או נפסדת.
צוויי גרסאות האט א חילוק אין משמעות.
נפקדת: נו, זאלן טאקע אלע עקרות זיך גיין מסתתר זיין. נאר חלילה צו מוחק זיין שם השם אומזיסט. קלקלה מיינט טומאה.
נפסדת: קלקלה מיינט הסתרה. אז זי איז פרום קומט זיך איר ווייניגער?
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

געדאנקען פון יומי
אל הנער הזה התפללתי. אזא איינער וואס שרעקט זיך נישט צו זאגן דעם אמת פאר א גדול.
 
עלי זאגט, בעינא רחמי ויהבי לך רבא מיניה. זאגט חנה, אל הנער הזה התפללתי, האב "איך" געדאווענט. איך דארף נישט דעם רבינס אויסגעבעטן קינד. איך דארף מיין אייגן אויסגעבעטן.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

בר בי רב האט געשריבן:יתפלל בבית שיש שם חלונות שנאמר וכווין פתיחין ליה.
די פסוקים זענען אסמכתות, און ס'בלייבט איבער צו קלערן וואס איז די חשיבות פון א בית שיש שם חלונות, און פארוואס רחב"א וויל דאס.


רש''י סוף פרק ד''ה חלונות. שגורמין לו שיכוין לבו שהוא מסתכל כלפי שמים ולבו נכנע:
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

ברכות לב
בייגעלייגטע פיילס
61 (1).pdf
(126.27 KiB) אראפגעלאדנט 14 מאל
62 (1).pdf
(165.74 KiB) אראפגעלאדנט 40 מאל
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

אלמלא שלש מקראות הללו
איך וויל זיך האלטן צו קורצע הערות, נישט אריינגיין אין טיפע טעאלאגישע דיסקוסיעס. ס'קען ארבייטן צוזאמען מיט הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים. משל צו א געים פראגראם. איינער שפילט גאר א שווערע לעוועל. אדמין קען אלעמאל אריינקומען פון א הינטער טירל און רוקן די מענטשעלעך, אבער שפילן שפילט דער שפילער.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

פרה כחושה ובעלת אברים, דאס הייסט אירע אברים און ביינער זעען זיך אן פון גרויס מאגערקייט. פרעה'ס פרות דקות ורעות.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

כלום נתתי לך גדולה אלא בשביל ישראל. דבר זה מבואר בספה"ק. ס'דא א צדיק פאר זיך, און ס'דא א צדיק הדור. אלע זיינע מדרגות זענען נאר כדי ער זאל קענען משפיע זיין פארן דור.
ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז איין מענטש זאלן פארמאגן ביידע בחינות ביינזאם.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
בר בי רב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בר בי רב »

ס'מורא'דיגע דיבורים דא. מלמד שעמד משה בתפילה עד שהחלהו. משה האט כביכול משוגע געמאכט דעם אויבערשטען. הניחה לי, לאמיך שוין אפ!  אבער ואתנפל ארבעים יום ולילה, פערציג טעג האט משה געהאמערט און געבראקט ביז גאט ברוך הוא האט מוחל געווען. א געוואלדיגע חיזוק פאר אונז. נישט אויפהערן בעטן.

בכלל די בלאט איז פול מיט מאמרים נישט אויפגעבן, נישט מייאש זיין, נישט אויפהערן מתפלל זיין. מיום שחרב ביהמ"ק נפסקה חומת ברזל בין ישראל לאביהם שבשמים. ס'שטייט נישט חומת ברזל מפסקת, נאר נפסקה, די חומה איז נפסק.
רב ברבי אומר יפה שעה אחת בתורה יותר משמונה שעות עבודה.
פארשפארט