הגם עס איז ריכטיג אז א גרויס חלק פון פאראדאקסן קומען מכח א באהאלטענעם טעות צו א מיספארשטענדעניש אין די דעפיניציע(ס) צו פרעמיס(ן) וואס מען האט אוועקגעשטעלט, איז עס ל״ד אז אלע פאראדאקסן קומען דערפון. דער פילאזאף דר. ווילארד וואן ארמאן קוויין האט צוטיילט פאראדאקסן אין צו דריי סארטן:
1). א
ווערידיקעל פאראדאקס גיבט אן אויסקום וואס ״זעהט אויס״ אבסורד אבער איז לגמרי אויסגעהאלטן.
2). א
פאלסידיקעל פאראדאקס גיבט אן אויסקום וואס איז ״טאקע״ פאלש, מכח א (באהאלטענעם) פאללאסי אין די ריזענינג.
3). אן
אנטינאמי איז ווען די ריזענינג פונ׳ם ארגומענט איז פיין אבער דאך גיבט דאס א פאלשע אויסקום. אין אזא פאל מוז מען צוריק גיין און ריווייזען/רעפארמירן די פרעמיסעס מעיקרא.
ווען מ׳זאגט אז די פאראדאקס איז אפירגעקומען ווייל מען ״האט נישט פארשטאנען וואס די מושג זאגט [מעיקרא]״ גייט עס לכאורה אריין אינ׳ם כלל פונ׳ם צווייטן סארט פאראדאקס; וויבאלד מען האט נישט קלאר פארשטאנען וואס מען זאגט/וויל זאגן, מאכט מען א טעות אין די ריזענינג וואס עס ברענגט ארויס (לפי טעותו). אין אנדערע ווערטער, די צווייטע סארט פאראדאקס איז ל״ד נאר א טעות בזדון. משא״כ אויב האט מען יא גוט ארויס די יסודות/פרעמיסעס און דאך קומט מען צו צו א פאראדאקס וואס קען נישט זיין דעמאלטס גייט עס אריין אין די דריטע סארט פאראדאקס און מ׳דארף צוריק גיין צום drawing board.
אגב, דער פילאזאף סארען קירקעגארד האט געשריבן בנוגע פאראדאקסן (אין פילאזאפיע) אז מ׳זאל נישט אראפקוקן דעם
פאראדאקס ווייל דאס איז דאס ״ברען״ פונ׳ם טראכטן. דאס
טראכטן וויל אלס צוקומען צו איר אייגענע דורכפאל, וואס דאס אליין איז א פאראדאקס אין טראכטן, עס וויל געוואר ווערן עפעס וואס קראכט צאם מיט עס און עס קען נישט טראכטן דארט.
מען קען אריינלערנען אין זיינע ווערטער אז דאס אליין איז דאס שטארקייט פונ׳ם טראכטן און דאס, דעם פאראדאקס, שארפט איר אויס און ברענגט איר צו א העכערע שטאפל. אן ענליכע זאך זאגט, להבדיל, דער שב שמעתתא אינ׳ם הקדמה (אות ו). (וכעי״ז אפשר להעמיס בגיטין מג. דאין אדם עומד על דברי תורה אלא א״כ ״נכשל״ [״צאמגעקראכט״] בהן ע״ש.)
ועיין
כאן.
*
דער אמעריקאנער פילאזאף דר. נינא קאטשיארעללא טענה׳ט פאר
(פלעטאניק/עקסטרעם) ריעליזם בנוגע דאס עקזיסטענץ פון
יוניווערסעלס [למשל (די קאנצעפטן פון) נומערן, קאלירן וכדומה] ווייל דאס פעהלט אויס כדי צו ראטעווען די מושגים פון אן אמת׳ן פאראדאקס. דהיינו, אויב איז דאס אלס נאר אין אונזער מח, כלומר די מושגים זענען געשאפן געווארן בעצם דורך מענטשן, קען דאס דאך אריינברענגען און עס קען בעצם זיין אין דעם ממש אינהערענט פאראדאקסן אין די עצם מציאות פון די מושגים, ווייל דאס איז דאך אלס אפהענגיג אין די פאלליביליטי און לימיטעישענס פון דעם מענטש׳נס מח. משא״כ אויב זענען די מושגים מציאות׳ן בפני עצמן און אומאפהענגיג אינ׳ם מענטש׳נס דעת וכו׳.