בעלי תפילות
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
בעלי תפילות
ווי לוינט זיך צי דינגען א זיץ
צי הערן א גיטע בעל תפילה ימים נוראים
צי אין בארא פארק אדער אין וויליאמסבורג ??

- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
אזא איינער ווי איך וואס קען פארנעמען אלע חסידות און קהילות, גיי איך דאווענענן איין טאג ר"ה ביי די ארונים הערן ר' מענדל'ע דאווענענן, ער האט זייער א הארציגע שטומע, און איין טאג צו זיין פעטער ער דאווענט אויך נישט שלעכט, ביי ביידע איז דא גענוג זיצען גיטע עירקאנדישען און א שיינע הויכע ליפטיגע ביהמ"ד וואס דאס גוט צו זייער אסאך הרחבת הדעת,
- שמייכל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
חאצקל האט געשריבן:דער באקאנטער חזנישער בעל תפילה מאיר ברוך קאהן דאוונט ערגעץ אין בארא פארק, פרעגט אייל נאך וואו.
לעצטנס טאקע געהערט א רעקארדינג פון זיינס א ראש השנה דאווענען, מ׳קען אראפגיין פון זינען בלויז פאר די דינערישע שטומע וואס דער מענטש פארמאגט.
If you smile when no one else is around, you really mean it
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 181
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
כ'ווייס נישט צו ס'קומט אריין דא, אבער אז מ'רעדט שוין פון בע"ת איז כדאי אביסל איבער-צושמעועסן וואס דאס מיינט א בעל תפלה.
לענ"ד מעג מען ווען אביסל עדיוקעטן, נישט נאר טייל פון די בעלי תפלות אונזערע, נאר אויך די מתפללים, אז מיר זאלן וויסן אויף וואס ארויס-צו-קוקען ווען מ'וויל הערן א שיינע בע"ת.
ס'דא בע"ת וואס ס'גאנצע דאווענען זייערע באשטייט, אז זיי זוכן אפיר די ספעשל שיינע שטיקלעך א שטייגער ווי יעלה ויבוא שחרית, ועל ידי עבדיך ביי מוסף, וכדו., אין דארט לייגן זיי אריין כל מגמתם, ס'אנדערע זאגט מען אבי געזונט, אתה זוכר, וכו. מ'זאגט און מ'זאגט, אה באלד קומט "וגם את נח" דא גייט מען זונגען פון אייזיק האניג, און דער עולם, האא, מ'ברומט מיט, אוי זאגט ער שיין. נו מילא אז מ'האלט אז ס'שיין זאל זיין אזוי.
אבער לא זו הדרך, נישט דאס איז נוסח, נוסח איז פונקט ווי א שטיקל גמ' וואס מ'האט זיך געפלאגט דערויף, און אויב איז עס א געירשנ'טע נוסח, האט זיך דער עלטער עלטער זיידע, דער וואס האט דאס אויסגעשטעלט זיך געפלאגט דערויף, אזוי ווי דער רייכע פאטער וואס האט זיך געפלאגט אויפצושטעלן די ביזנעס וואס זיין זון ירשנ'ט אויף א גאלדענעם טאץ, און דאס רוף איך אן "מסורה נוסח". ווידער חזנות קומט אויך נישט אריין דא, ווייל אפי' די גרויסע אמאליגע חזנים האבן געהאלטן אז ביים עמוד, דארף מען מער "נוסח'ן". דרך אגב, כ'האב אמאל געהערט נאכזאגן בשם "משה קוסעוויצקי", האט ער געזאגט בערך אזוי: א גוטע בעל תפלה, קען אמאל אראפלייגן א גוטן חזנות שטיקל, אבער איינער וואס איז א חזן, ער זינגט שטיקלעך קען מען פון אים נישט ערווארטן קיין שיינעם דאווענען".
פאונט:, די סטארטינג פאוינט דארף זיין ביים עמוד, און געצילט אויף נוסח, נוסח איז מוח און געפיהל ביינעזאם.
איין זאך צום ביישפיל וואס א סך בעלי תפלה טוען, און וואס כ'גלייך נישט, זענען די "ועל ידי עבדיך'ס". און כ'רעד נישט פון פערזענליכע בע"ת, כ'רעד אין דזשענעראל נאר דא איז מיין פראבע, זייער א סך זינגען נאך 'קווארטין' 'יאסעלע' 'שמואל מאלאווסקי' 'שלום כ"ץ', א שטייגער ווי צו זאגן, דא דארף איך מיך נישט פלאגן, כ'האב א רעדי שטיקל..., אבער פון מיר נעמט דאס אוועק ס'גאנצע ווארימקייט פונעם דאווענען, וואס איז גוט געווען פאר יאסעלע אין זיין שוהל, קוקט דא אויס ווי א "יון אין די סוכה". (מיי טעיסט)
כ'על געבן די גרעסטע ביישפיל פון 'קווארטין' אליין. קווארטין איז געווען א מייסטער בעל תפלה, זיין גאנצע וועזן איז געווען וויזוי צו דאווענען פארן עמוד. זיין "ועל ידי עבדיך", און בכלל זיין אלע נוסח/שטיקלעך איז געבויט אויף צוויי סטיילס (בעיקר די ערשטע) אזויווי ס'איז משמע פון זיין בוך "מיין לעבן": ס'איז געווען די טראדיציאנאלע נוסח, א שטייגער ווי נוסח "וואהלין-אוקריינא" וואס לכאורה שטאמט דאס פון תלמידי בעל שם, וואס דארט (אין אוקריינא) האבן זיך די הייליגע צדיקים גענעיסט און געבויעט זייערע דיינאסטיעס. אין דערנאך איז אויפגעקומען די מאדערנע נוסח פון "זולצער" "לעוואנדאווסקי" אין אנדערע, (ס'זענען געווען פאר זיי אויך, כ'דענק נישט די נעמען).ווי קווארטין אליין שרייבט אין זיין אויבן דערמאנטן בוך, האט אים די מאדערנע נוסח דערעסן, ס'איז געווען קאלט, הפנים ער האט געהאט א דורשט צו עכט ווארימע נוסח, דערפאר האט ער זיך דערגרונטעוועט מער און מער און די "טראדיציאנאלער נוסח" וויזוי ער רופט דאס אן. למעשה האט ער אבער אויך "געטרייט" צו באפרידיגן די מאדערנע חזנות סטייל ליבהאבערס, האט ער פון צייט צו צייט אויסגעארבייט א מאדערנעם סטייל, א שטייגער ווי זיין "מרן דבשמיא", "רבוש"ע, יו"כ קטן". יעצט אויב מ'נעמט גוט און אכט וועט מען הער ווי זיין "ועל ידי עבדיך" באשטייט פון ביידע, א געמישעכטץ פון 'טראדיציאנעל' און 'מאדערן'. קווארטין האטעס אויסגעארבייט לויט זיין גייסט, און זיך גערעכנט מיטן גייסט פון זיינע מתפללים, יעצט אז איינער וועט נעמען די ווארמע תנועלה'ך פון קווארטינען אין עס אריינפלעכטן אין אונזער נוסח, גוט. אבער שטיין ביים עמוד און נאכזינגען ווארט ביי ווארט, הייבט מיר נישט אן צו רירן די נשמה. איט סימפעל דאזענט בילאנג הער.
ווידער מ'קען היינט הערן בע"ת וואס זאגן אזאלעכע שיינע ועל ידי עבדיך'ס, געלערנט פון אנדערע, צו אליין'ס אויסגעארבייט און סיז סטריקטלי געבויט אויף אונזער נוסח, מ'זעעט אז ס'ליגט ארבייט פונעם פארפאסער, און אדרבה, אז מ'לייגט צו איז נאך בעסער. נוסח איז געפיהל.
און צום שלוס וועל איך געבן דריי יסודות וויזוי זיך צו לערנען נוסח. (פארשטייטזיך אויב מ'איז נישט אויפגעוואקסן דערמיט.)
א) ס'ערשטע דארף מען וויסן אז דאס גאנצע דאווענען באשטייט פון "פאראגראף'ס", און ס'וויכטיגסטע דארף מען זיך אויסלערנען ווי די סטארינג פאונטס זענען, און ווי די סטאפ סיינס זענען. א שטייגער ווי "ותבנהו מהרה, ותגדל כבודו": דא ענדיגט זיך איין פאראגראף, און דערנאך הייבט מען אן ווייטער "אבינו מלכנו"וכדו.
ב)זוכן א מסורה נוסח, אמאל איז ממש נישט געווען צום געפונען, אבער היינט קען מען שוין ב"ה געפונען קאסעטן פון גוטע בעלי נסחאות, און אויב ס'קומט אן שווער, דארף מען נאכזוכן, יגעת ומצאת. הערשט ווען מ'האט זיך אנגעהאנדלט עטליכע בעלי נסחאות, גוט אויסגעהערט, קען מען זיך אויסקלויבן א פעיווארד "סטייל", און געדענקן! נישט מישן, ווייל מ'עט פארבלאנדזשענען, אויב יא מישן זאל דאס זיין ווען מ'קען שוין די די סעלעקטעד נוסח ישוב והפוך, און פארזיכטיג, נישט אוועק דרייען.
ג)געפילן אויסדרוקן, זייער א סך מאל הערט מען בעלי תפלות וואס האבן א סטאנדארט נוסח, אבער דא און דארט מאכן זיי אזאלעכע הארציגע אויסדרוקען, און מ'זוכט דאס נאכצוזאגן. און ס'איז גוט נאכצוזאגן, ס'בעסטע איז אבער בשעת ווען מ'דאווענט, זיך אליינס מעמיק צו זיין און די פירוש המילות, דאן ווערן אליינס נתחדש גוטע זאכן, אבער מ'דארף געדענקן אז דעס זענען "ספייסעס", צופיל ספייסעס איז נישט רעקמענדירט. בכלל האביך געהערט פון א לאנג יעריגע בעל תפלה, כ'האב אים געפרעגט וואס איז דער יסוד פאר א גוטע נוסח, האט ער מיר געענטפערט, אז ס'בעסטע, איז אליינס בשעת'ן דאווענען פארן עמוד, זיך צו האלטן אין קאנטראל, און זיך מעמיק זיין און יעדעס ווארט, די געפילן וועלן דיך שוין צופירן צו אן אויסגעטרעטענעם נוסח מיט אן אייגענעם געשמאק.
קיצור: זיך לערנען די פאראגראפן-איינחזר'ן א מסורה נוסח-זיך מעמיק זיין ביז די דאווענען וועט באקומען אן אייגענארטיגן סטיל און געשמאק.
א גוטע ביישפיל: ס'איז מיר היי יאר אונטערגעקומען א רעקארדיטע נוסח פון הר"ר יעקב ווייס, פון מאנסי, לכאורה איז די נוסח גענומען פון זיין שווערס טאטע, ר' שמואל קרויס ז"ל, ס'איז זייער א שיינע "מסורה נוסח", און צו די זעלבע צייט געפונט זיך דארטן אזאלעכע הארציגע תנועות, א שטייגער ווי "ותראה לפניך עקדה" וכו., (ר' מאיר ברוך נוצט דאס אויך) אבער בכלל דאס גאנצע דאווענען גייט אויף א שיינע סיסטעם.
באמערקונג: ווען כ'רעד פון נוסח מיינעך נישט די אנגענומענע נסחאות, א שטייגער ווי קדיש, אבות, ונתנה תוקף, וכדו. דארט האט זיך יעדער קהילה זיין מהלך. כ'האב זיך בעיקר באצויגן, דארט ווי מ"זאגט".
דער עיקר איז אז די תפלות פון כלל ישראל זאל ארויפגיין, און יעדער זאל געבענטש ווערן מיט א כתיבה וחתימה טובה. אמן

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1029
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
- האט שוין געלייקט: 1704 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל
פריינדליך האט געשריבן:אזא איינער ווי איך וואס קען פארנעמען אלע חסידות און קהילות, גיי איך דאווענענן איין טאג ר"ה ביי די ארונים הערן ר' מענדל'ע דאווענענן, ער האט זייער א הארציגע שטומע, און איין טאג צו זיין פעטער ער דאווענט אויך נישט שלעכט, ביי ביידע איז דא גענוג זיצען גיטע עירקאנדישען און א שיינע הויכע ליפטיגע ביהמ"ד וואס דאס גוט צו זייער אסאך הרחבת הדעת,
ר״ה איז מהר״א אין וומסב״ג און דאווענט פאר׳ן עמוד, ר׳ מענדעלע דאווענט אין קר״י
יוה״ק איז פארקערט
האסט געמאכט א טעות? איך מיין איך ווייס פון ווי דיין טעות שטאמט, וד״ל
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
[איך האב נישט געקענט מחליט זיין וואו עס צו לייגן, לייג איך עס אהער, ('קווארטין' עס איז שוין העכסט צייט אז דו זאלסט עפענן אן אשכול אויף חזנות...)].
משה אושר זאגט כל נדרי אין א 1939 פילם, ביים ענדיגן חלש'ט ער [כ'הער זאגן...].
אוי זאגט ער גוט:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=7g047GgbsCo[/youtube]

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 181
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:[איך האב נישט געקענט מחליט זיין וואו עס צו לייגן, לייג איך עס אהער, ('קווארטין' עס איז שוין העכסט צייט אז דו זאלסט עפענן אן אשכול אויף חזנות...)].
שכויעך פאר דיין הצעה, אז כ'זעע סי דא חברים וואס האבן אן אינטערעסע פארשאפט דאס א אומגעהויערע הנאה און איך וועל אוודאי נאכקומען דיין פארלאנג אי"ה, עוד "חזן" למועד, just need some xtra time
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
היסטאריקער האט געשריבן:פריינדליך האט געשריבן:אזא איינער ווי איך וואס קען פארנעמען אלע חסידות און קהילות, גיי איך דאווענענן איין טאג ר"ה ביי די ארונים הערן ר' מענדל'ע דאווענענן, ער האט זייער א הארציגע שטומע, און איין טאג צו זיין פעטער ער דאווענט אויך נישט שלעכט, ביי ביידע איז דא גענוג זיצען גיטע עירקאנדישען און א שיינע הויכע ליפטיגע ביהמ"ד וואס דאס גוט צו זייער אסאך הרחבת הדעת,
ר״ה איז מהר״א אין וומסב״ג און דאווענט פאר׳ן עמוד, ר׳ מענדעלע דאווענט אין קר״י
יוה״ק איז פארקערט
האסט געמאכט א טעות? איך מיין איך ווייס פון ווי דיין טעות שטאמט, וד״ל
יעצט געוואלט שרייבן....

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...