מי אני האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:Fundamentalists live life with an exclamation point. I prefer to live my life with a question mark.
Amos Oz
לפי״ז האב איך געטראכט אז מ׳קען זאגן אז וועגן דעם איז די סימבאל פאר א פעקטאריעל אין מאטעמאטיקס א
!. דהיינו, ווען מ׳מאלטיפלייט א נומער ביי די נומער אונטער עס, און דערנאך די נומער אונטער יענץ, און אזוי ווייטער ביז מ׳גרייכט איינס. למשל:
!4 = 1*2*3*4
ווייל א
! ווייזט אויף פאנדאמענעאליזם כנ״ל, וואס טענה׳ט אז מ׳דארף צוריקגיין צום שורש ממש, וואס מ׳קען באטראכטן 1 ווי שורש המספרים...
מ'קען אפשר אויסברייטערן די "רמז" נאך מער. ווייל כידוע איז א גרויס חלק פון פאנדאמענטאליזם צוצולייגן חומרות על גבי חומרות און אזוי (פאראדאקסיש) צוקומען צוריק צום שורש. אבער דאס קלאפט זיך אריין אינעם געדאנק פון כל המוסיף גורע. יעצט, די סימבאל פון
!! [צוויי מאל], א
דאפלטע פעקאטריעל, באדייט אז מ'מאלטיפלייט די נומער
נאר מיט די נומערן אונטער עס וואס האבן די זעלבע
פּעריטי, דהיינו אויב די נומער איז איִווען דעמאלטס מאלטיפליי איך עס
נאר ביי די נומערן אונטער עס וואס זענען אויך איִווען און אויב די נומער איז אַדד דעמאלטס מאלטיפליי איך עס
נאר ביי די נומערן אונטער עס וואס זענען אויך אַדד
(מ'קען עס באטראכטן ווי אזא סארט התבדלות...). אין אנדערע ווערטער, מ'האט צוגעלייגט נאך אן
! און דאס האט גאר גורע געווען פונעם ענדגילטיגן מספר.
פאר אינטאעסאנטקייט קען דאס גיין נאך ווייטער מיט
מאלטיפעקאטריעלס. למשל, דריי מאל
!!! מיינט אז איך גיי איבערהיפן צוריקצווועגס דריי נומערן און אזוי עס מאלטיפלייען, פיהר מאל דעמאלטס פיהר נומערן, וכן הלאה. טאמער נעם איך די געהעריגע פעקאריעל פון א נומער, איך דיווייד דאס ביי
אוילער'ס נומער [2.718...], און איך לייג צו דערצו 1/2 באקום איך די
סאָבּפעקטאריעל פון דעם נומער. א
סוּפּערפעקטאריעל פון א נומער איז ווען איך נעם די פעקטאריעלס פון די נומערן אנגעהויבן פון 1 ביז דעם נומער און איך מאלטיפליי זיי אלע צאם [נאכ'ן נעמען דעם פעקטאריעל פון יעדעס איינס]. די
הייפּערפעקטאריעל פון א נומער איז ווען איך מאלטיפליי צאם אלע נומערן אנגעהויבן פון 1 ביז יענעם נומער, וואו יעדעס נומער איז מקודם געהעכערט צום עקספאנענט פון יענעם נומער גופא די בעיס [למשל פאר 3 אן עקספאנענט פון 3, דערנאך פאר 4 אן עקספאנענט פון 4] ביז מ'קומט אן צום נומער פונעם הייפערפעקטאריעל וואס צו יענעם נומער געב איך יענעם עקספאנענט.