וַיִּחַדְּ הֶענִיךְ: דער הערליכער "דרשו" סיום

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

איך בין מסכים מיט אלעס וואס דו שרייבסט, איך וויל נאר נאכאמאל באטאנען ווי שיין עס איז געווען. זיי האבן געהאט די זינגערס און מוזיק וואס דער עולם דארף.

יעצט ווייסן כאטש די רבנים וואס עס איז שירים ושיעורים וואס זיי אסר'ן...
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך קאווע קריטיק »

מיינע אבזערוואציעס (געשריבן אין דער איילעניש שלא ישאר הנייר חלק ואתכם הסליחה):

לייביש ליש איז רשכבה"ג. מ'קען נישט פון אים אנטלויפן, פון קידטשטקע ביז סיקריקישע ראבינאוויטש אסיפות, פון שמעלקי קינדער טעיפס ביז סיום הש"ס און דרשו, ער וועט אונז פירן קעגן משיח צי דו ווילסט יא אדער נישט, ווייל ווער ס'שטופט זיך און האט אמביציע, ווער ס'האט די ריכטיגע קאנעקשאנס (#איינער האט שלומי שטיינמעצ'ס נומער?) ער האט עס.

די פראגראם חלק פון די דרשות איז געווען ערגער פון אגודה, זעקס ווייסע בערד איינס נאכ'ן אנדערן, קיין שום דראמא אדער עפעס אומערווארטעט, ניטאמאל א הרב פראנד אדער א איד מיט עי.על.עס. אדער א קינד מיט קענסער, זילטש.

די מוזיק איז געווען אטעמפארכאפנד, נישטא קיין ווערטער. א קאנצערט פון שענסטן און מאדערנסטן סארט וואס פאקט איין סיי וועלכע מוזיקאלישע אוונט אין דער היסטאריע על אדמת אמעריקע. מאטי מיט זיין כאריזמע, לוקס און סטעידזש פערפארמענס, זנוויל מיט זיין אומפארגלייכבארער אטעמאפשטעלנדע שטימע און קאלעראטור, אהרעלע מיט זיין ווהייב, די בעסטע אראנדזשירער און כארס (פיר מוזיק אראנדזשירער איז אויסגעווארפן געלט, מונה וואלט פונקט גענוג געווען), ישראל אדלער מיט זיין איינס און א מיליאן טאלאנט, אייזיק האניג, אביסל האט מיר געשטערט אז מ'ברענגט נישט פרישע טאלאנט, העשטעג וואו איז דער חסידישער אויפגייענדער בילי אייליש? אבער נישטא וואס צו רעדן, מי שלא ראה המוזיקה הזאת לא ראה מוזיקה מימיו.

דער איבערפלוס פון מוזיק האט מיך דערמאנט פון קול מבשר, וואו דער איינציגסטער ערלויבטער כשר'ע ענטערטעינמענט איז מוזיק, ואם כן זאל מען זיך דערטרענקען אין מוזיק ביז איבער די נאז.

ר' דוד האפשטאטער מיט זיינע עשרת אלפים ככר כסף האט געטון א טובה פאר'ן דור כולו און אונז פראגרעסירט אין איין נאכט מיט צוואנציג יאר. די איסורים קעגן שיר ושיעורים, טשיטשטקע, אונטער'ן פלעי, ווידעא אדער סיי וועלכע שום וחינוכא דאית לי' זענען ארויסגעקומען צום שענסטן זינלאזן אויבערפלאך און ווי אומפאסיג זיי זענען פאר'ן היינטיגן דור. גאנץ כלל ישראל מיט אלע גדולים זענען געזעסן צוגענאגלט צו א הערליכע מוזיקאל בראדוועי שוי, פאכמאניש (ס'איז געווען קארני לדעתי, אבער דאך געוואלדיג פראפעסיאנאל) אראפגעשטעלט מיט א צוזאמשטעל פון לייוו טעאטער פערפארמענסעס און פילם פראדאקשען. די מיליאנען פעסער טינט וואס איז שוין פארגאסן געווארן דא אויף קאווע שטיבל ברבות הימים אויפ'ן שפל המצב פונעם דור איז א שפיי קעגן וואס ר' דוד האט דא געטון און ענדליך אריינגעברענגט א היינטצייטיגער, פרייליכער, צוגעלאזענער אידישקייט וואס זאל פארגאפן דעם יוגנט און טאקע פאר א גוטע צוועק, צו לערנען און חזר'ן און וואקסן תלמידי חכמים, נישט בלויז אנצופילן נאך איין הויכשטאקיגע פארענטשע.

ווי העניך האט שוין דערמאנט איז דער פראגראם געווען ערגער ווי אגודה אין טערמין פון פראמאוטן דער דרשו איד, דער דרשו לייפסטייל און די דרשו פראגראמען. מ'האט נישט געווויזן קיין איין ווידעא פון בחינות אדער שיעורים אדער סיי וואס וואס זאל רעדן פון דרשו, אפגערעדט אז מ'האט נישט געגעבן קיין אויפמערקזאמקייט פאר די הויפט חתנים די דרשו אידן וואס האט געמאכט פילן ווי די גאנצע מארקעטינג פון מיליאנען דאלארן אויפצובויען א דרשו איד כאראקטער איז זיך עפעס נישט צוזאמגעקומען ביים שפיץ. אין אנדערע ווערטער, דוד קויפמאנ'ס ווערסיע פון דרשו איז א שענערע ווערסיע ווי דער דרשו וואס מ'האט פראקלאמירט נעכטן נאכט.

דאס מישן דעם טאפ מיט די כנוסיא הגדולה אין דער חפץ חיים איז לדעתי געווען א טעות (#סאטמאר בייעס אלערט) מכמה טעמים, קודם כל דאס איז די אגודה הימנע און וואס פעלט עס דיר אויס, צוויי דרשו איז נייער, ברייטער, מער אינקלוסיוו, מער אריגינעל, מער ווייטגרייכנד, מער טראנספארמאטיוו ווי די גאנצע געשיכטע פון דף היומי און וואס דארפסטו דערציילן אן אלטע געשיכטע פון א פארגעסענעם יאר הונדערט ווען דו קענסט דערציילן דיין געשיכטע פון א נייעם יאר הונדערט וואס איז שענער, שטערקער מער אין פלאץ און מער גלאררייך.

די געשיכטע פון דרשו איז די געשיכטע פון מייק בלומבורג (אקעי, ס'איז א ווערטל) געלט האט א מורא'דיגן כח און ווען ס'ווערט גענוצט אויף א גוטן אדער ריכטיגן ארט און ווען דו האסט די פאנדס פאר מארקעטינג (אן פי.אר. גייט נישט גארנישט) קענסטו באמת אויפטון און רוקן בערג און מילשטיינער און פשוט פארעמען דער צוקונפט און אויסזען פןם היסטאריע אלעס מיט אפאר גרינע דאלארן.

חסידים האבן געזיגט, כהבטחת המגיד ממעזריטש. ס'איז געווען אזוי חסידיש דער מעמד אז ביי א געוויסע פונקט האט דער ענגליש אנגעהויבן זיך הערן ווי נישט אין פלאץ און צו דער צווייטער האלב פונעם מעמד האבן שוין אלע מגידים געטוישט.
פארוואס דרשו האט אזא שטארקע אפיעל צו חסידים אזש מער ווי די ליטווישע אין דער צייט וואס ביי חסידים איז עס ממש א נו-קאמער און בשורשו איז עס א רעכט ליטווישער ארגאניזאציע (און ליטווישע האבן אריגינעל א שטערקערע בעלות אויף תורה), ווייס איך נישט וצ"ע. (אפשר פשוט ווייל די פי.אר. איז געווען בעסער ביי חסידים און דארט מידיע מאכט א בעסערע ארבעט ווי באטעם ליין מארקעטינג וד"ל).

אונטערשטע שורה, אויב איז "א היסטארישער מעמד" א קלישעי וואס ווערט גענוצט יעדע שני וחמישי איז עס דא הונדערט פראצענט אין פלאץ, ס'איז געווען א היסטארישער מאמענט וואס וועט איבערלאזן פינגער אפדרוקן סיי ברוחניות -- געענדיגט מיט די צייטן פון פארקויפן לופט, דער עולם וויל תורה נישט קיין נארישע טישן און דער עולם וויל נישט קיין חק שיעור אדער עין יעק נאר פארגעשריטענע קוריקולום סיסטעמס (דרשו איז לדעתי א ראדיקאלע און פראגרעסיווע טויש אין צוגאנג צו לימוד התורה (א פאזיטיווע טויש) וואס גיט צוטריט צו ידיעות התורה פאר די מאסן נישט בלויז די עליטע אויף אן פרעצעדענטלאזע און אומגלויבליכע פארנעם ואכמ"ל) וואס מ'קען דערמיט אנקומען און קונה זיין מלא חפניים תורה זאגאר גאנץ ש"ס -- און סיי בגשמיות ווען ס'איז געווען א פונקט אין אונזער חרדישער עוואלוציע וואס האט אונז געשטיפט פאראויס ווי איידער צוריקצוואוועגס און מיט מאסיווע טריט אויף איינמאל.


*נ.ב. יעצט זע איך אז דער עיקר מעסעדזש וואס כ'האב געוואלט ארויסברענגען האב איך פארגעסן צו שרייבן.
ווי שטארק כ'האב הנאה געהאט פונעם מעמד און ווי צו דער זאך געוויסע טיילן זענען געווען, איז אבער לדעתי, לדעתי, די אגודה סיום געווען סך, סך ערנסטער. קען זיין ס'איז מיין שולד, אז כ'האב נישט גענוג משים לב געווען צו די דרשות, קען זיין אז ס'איז נישט מיין שולד ווייל די דרשות זענען נישט געווען אזוי אפעטיטלעך אדער אז ס'איז געווען צופיל דיסטרעקשאנס.
כ'בין נישט זיכער צי ווייל אן אלטמאדישן מעמד טראגט מיט זיך א געוויסע ערנסטקייט אדער קען זיין אז אגודה האט מער געפאוקעסד אויף די לומדים ווערסוס דרשו וואס איז געווען אין גרויס טייל א מוזיקאלישע אוונט. צוזאמצונעמען מיינע מחשבות, האט מיך דרשו מער אינספירירט פאר'ן צוקונפט פונעם דור און פאר א יוגנט וואס איז אינגעידזשט אין א פאזיטיווע אידישקייט, און אגודה האט מיך מער אינספירירט צו פאקטיש ארויסנעמען א גמרא פון שאנק און זיך זעצן לערנען...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאווע קריטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

קאווע קריטיק האט געשריבן:דאס מישן דעם טאפ מיט די כנוסיא הגדולה אין דער חפץ חיים איז לדעתי געווען א טעות (#סאטמאר בייעס אלערט) מכמה טעמים, קודם כל דאס איז די אגודה הימנע און וואס פעלט עס דיר אויס, צוויי דרשו איז נייער, ברייטער, מער אינקלוסיוו, מער אריגינעל, מער ווייטגרייכנד, מער טראנספארמאטיוו ווי די גאנצע געשיכטע פון דף היומי און וואס דארפסטו דערציילן אן אלטע געשיכטע פון א פארגעסענעם יאר הונדערט ווען דו קענסט דערציילן דיין געשיכטע פון א נייעם יאר הונדערט וואס איז שענער, שטערקער מער אין פלאץ און מער גלאררייך.

איך האלט אז דערמאנען אביסל היסטאריע און עס מאכן אויסזען ווי איין לאנגע מעשה קען זיין א שיינע זאך, אבער עס איז געווען אביסל טו מאטש. אזויפיל מאל דערמאנט געווארן דער מלחמה וכו', עס גייט אריין אין די זעלבע נקודה וואס העניך האט געשריבן, זיי זענען אביסל סטאק אין די עבר.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

קום איך אן דא ווי אן אויסגעוועפטע גלאז סעלצער פשוט צו לאזן מיינע צוויי צענט. וואזשע זאל איך טאן אז איך האב מיר ערשט יעצט באגעגנט מיט דער אשכול

איך האב געזעהן, (אדער האט זיך עס נאר געדאכט, עס איז געווען היבש טונקל דארט) די אויסערליכע רינג ארום דער אויבן אן איז געווען באזעצט מיט די דרשו מסיימים, אבער קושיא בדוכתא קאי, ווייל מען האט נישט אריינגעזומט אין זיי, די ווידעא האט זיי כמעט נישט געדעקט.

בנוגע דערמאנען זייערע נעמען, ערגעץ אינמיטן איז יא געווארן געסקראלט זייערע נעמען אויפ'ן סקרין, ווי אויך איז געווען אן אויסשטעלונג אויפן ערשטן שטאק מיט אלע כתב הצטייניות פון די לומדים, באט אגען, נישט פראמינענט ווי עס ברויך צו זיין.

די דרשות, דער ערשטער רעדנער, (א ליטווישער איד געדענק נישט זיין נאמען) האט גערעדט אייזן.

ר' אהרן טויסיג איז געווען בריליאנט מיט זיין אותו יום נטל חמש עטרות, זיין ווארימקייט, רירענד, ער איז מאסיוו און דארף נישט מיין הסכמה.

רב אלשין האט געוועפט, געצויגן די נערווען אזש צום איבערגעריסן ווערן.

צאנזער רבי האט נישט פארקויפט עפעס מורא'דיג, אויך גערעדט אן אויפהער ווי א רבי, כאב געטראכט, כאב געקלערט, כאב אינזין געהאט, מיר האט ער געמאכט א רושם ווי א פוסטע דאמאגאג, (#קנאות בייעס אלערט?).

דוד האפשטעטער, אממממ.... יא... מ'קען זיך נישט אפרעדן. קוק אהער, ער האט אלע רעכטן, ס'איז זיין נאכט,
באשלוסט ער, קען ער פארמאכן די לעקטערס און שוין... און סתם אזוי ,ער האט נישט גערעדט שלעכט, אבער גוט אויך נישט...

די מוזיק איז געווען קנאקעדיג ווי אלע האבן ערווענט, איך האב דאס מערסטע הנאה געהאט פון אייזיק האניג'ס שטיקל.
מיך האט נערוועז געמאכט ווען ביים טאנצן האט מען נישט אויפגעהערט דעקן די ארומיגע מאכערס און סעלעברעטיס, ווי הערשי וויינבערגער, און שלומי שטיינמעץ, איי מיען קאם אן אזוי סטופיד צו זיין? קענסט נישט ווייזן די חתני התורה?

די פרעזענטאציע האט נישט געהאט קיין הענט אין קיין פוס, לא טעם ולא ריח, א בעל מום לכל הדיעות, אנגעהויבן ביים נערארעיטער, האט מען נישט געקענט האבן אן אמעריקאנער אקצענט?
ווי אויך די מעשה האט געקלעבט ווי ארבעס צום וואנט, פעלט מעשיות פון לימוד התורה?
יענקעלע הכונס איז געווען צענפאכיג שענער, ווי אויך @העניך'ס פוינט, פארוואס האט מען נישט געדעקט די לומדים? א פרעזענטאציע איבער דרשו דערגרייכונגען וואלטן געווען מער אין פלאץ

יא עס איז געווען א מעמד איינס אין דער וועלט, (אין די חסידישע פארשטייט זיך...) אבער חבל, ווי העניך האט ארויסגעברענגט מען אינטערדרוקט די יונגווארג געפערליך.
איך האב געהערט א געדאנק באותו ענין, קען זיין איך האב עס אפילו געזעהן דא ערגעץ אין שטיבעלע, שטעלט אייך פאר א 36 יעריגער ר' מאיר שפירא שטעלט פאר א רעיון ביים כנסי' וואס וועט לויט אים טראנספארמירן די לימוד התורה סיסטעם אין כלל ישראל, און מען איז דאס מקבל!!... גדולים וטובים, ווי דער אמרי אמת, און דער חפץ חיים, שטימען צו צו דער געדאנק,און שטיצן דאס מיט'ן אליין לערנען... ווער וואלט זיך דאס געגלייבט אין די היינטיגע וועלט... קומט א ראצער א אינגערמאן מיט א רעיון ווער איז ער לאז עס פאר די רבנים די רבנים בלא בלא בלא
מען פארגעסט ר' מאיר איז אוועק ביי די 46, און ער האט איבערגעקערט א וועלט
#די כוח פון א שנוק
פארשפארט