ברלנד! הכצעקתה?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל
ברלנד! הכצעקתה?
איך הער שוין די מענטשן שרייען, נאך איידער מען הויבט אן ליינען דעם ארטיקל, די שוים קומט שוין ארויף ביי די נאז און די נעגל איז שוין אויסגעשפיצט צו צערייסן יעדער וואס קומט זאגן א גוט ווארט אויף אים.
אבער איין מינוט, נישט פון דעם וויל איך רעדן.
לעצטנס טוט זיך אין די נייעס, די פאלציי פארשט נאך ווי אזוי בערלאנד רייסט געלט פון זיינע חסידים, צוזאגנדיג ישועות און רפואות, מיטן באדינג אז מען זאל נישט נעמען די ריכטיגע מעדיצינישע הילף. שווערע מיליאנען האט ער שוין מעגליך ארויסגעשלעפט פון זיינע אנהענגער פאר א.ג. ישועות, און ער האקט א חיים טובים בשעת זיינע חסידים בלייבן תמימות'דיגע חסידים פון אים.
ריכטיג, אן עוולה גדולה!
אבער לאמיר טראכטן א מינוט. איז נישט פארהאן נאך פילע באבא'ס, רבנים און מקובלים וואס טוען די זעלבע? - יא און יא! עס וועט עס קיינער נישט לייקענען. וואס דא איז געשען איז, אז איין מאל דו האסט א לינקע אויג אויף א מענטש צוליב זיינע אלטע מעשים אויף וואס ער איז אפגעזעצן, קענסטו אים גרינג צילן אויף אנדערע מעשים, אפילו אויב אין געווענליכע פעלער וואלסטו נישט געמאכט קיין עסק דערפון.
קלער אריין. אויב וואלט ברלנד געווען ריין פון א חשש זנות, די גאנצע מעשה וואס איז געשען מיט אים, וואלט קיינמאל נישט פארגעקומען, און די יעצטיגע פרשה איז די ערשטע זאך וואס מען טרעפט אויף אים, וואלט מען עס אראפגעשלינגען. אבער... ער איז דאך ברלנד... ווייסטאך, ס'איז געווען עפעס מיט אים... דעמאלס איז עס א געפערליכע עוולה.
די שאלה איז; אויב דו ביסט בודק לגופו של ענין, צו די עצם מעשה אליין... איז דאס באמת אזוי הארב? - דער ענטפער איז אז יא, אבער וואלסטו אומגעגאנגען די זעלבע צו ר' רפאל אבוחצירה אדער ר' דוד אבוחצירה, אויב דו געפינסט אויס אקאראט די זעלבע מעשה, אז זיי האבן ארויסגעשלעפט געלט פון איינעם? - אדער בלויז ווייל עס איז בערלאנד קומט אים מיתה משינה...
טראכט אריין...

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די אלע שמוציגע מעשיות זענען געקומען שוין נאכדעם וואס ער איז געווען באוואוסט אלס א מטורף, ווי רצ"ח האט זיך אויסגעדרוקט ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען די פרשה, "כ'האב שוין לאנג געוואוסט אז ער איז חשוד אויף עבודה זרה און שפיכות דמים, יעצט בין איך געוואר געווארן אז ער איז חשוד אויף גילוי עריות אויך...".
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
שיין פון דיר צו לויפען צו ספרדים וכדו'. דער סקולענער רבי האט נישט געמאנט געלט פון פארצרה'טע מענטשן? הרב חיים פנחס שיינברג האט דאס נישט געטון. נאר די צווייטע ווייסט מען אז זיין מוסד האט איהם אסאך געקאסט, און ער האט נישט געלעבט ברווחות. דער ערשטע האט אפשר נישט געלעבט ברווחות, אבער די 'מוסד' האט נאך נישט באטעטיגט איהר עגזיסטענץ און עס איז גאנץ מעגליך אז די שטוב מענטשן דארט האבען חתונה געמאכט זייער קינדער דערפון.
אלענפאלס, דאס נעמן געלט פון פארצרה'טע מענטשן איז א פארברעך, און דאס זאגען דעות אויף מעדיצין ווען מ'ווייסט נישט, איז נאך א פארברעך
אלענפאלס, דאס נעמן געלט פון פארצרה'טע מענטשן איז א פארברעך, און דאס זאגען דעות אויף מעדיצין ווען מ'ווייסט נישט, איז נאך א פארברעך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- משהה פרידמן
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 27
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 7:33 pm
- האט שוין געלייקט: 133 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
Re: ברלנד! הכצעקתה?
אן פארענטפערן די אבוחצירא'ס, איז די מעשה אביסל אנדערש, ברלנד האט איר נישט געלאזט נעמען א סורגערי אפילו ווען זי איז שוין געלעגן אויפן טויט בעט, עס איז שווער זיך פארצושטעלן אז דאס זאל פאסירן ביי אן אנדערע מקובל
Sent from my SM-A205G using Tapatalk
Sent from my SM-A205G using Tapatalk
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: ברלנד! הכצעקתה?
דו ווייסט א מעשה ווי סקולענער רבי האט געמאנט געלט פון פארצרהטע מענטשן?ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שיין פון דיר צו לויפען צו ספרדים וכדו'. דער סקולענער רבי האט נישט געמאנט געלט פון פארצרה'טע מענטשן? הרב חיים פנחס שיינברג האט דאס נישט געטון. נאר די צווייטע ווייסט מען אז זיין מוסד האט איהם אסאך געקאסט, און ער האט נישט געלעבט ברווחות. דער ערשטע האט אפשר נישט געלעבט ברווחות, אבער די 'מוסד' האט נאך נישט באטעטיגט איהר עגזיסטענץ און עס איז גאנץ מעגליך אז די שטוב מענטשן דארט האבען חתונה געמאכט זייער קינדער דערפון.
אלענפאלס, דאס נעמן געלט פון פארצרה'טע מענטשן איז א פארברעך, און דאס זאגען דעות אויף מעדיצין ווען מ'ווייסט נישט, איז נאך א פארברעך
ר' חיים פנחס שיינבערג האט צוגעזאגט ישועות, אדער האט ער בלויז געזאגט אז געבן געלט פאר א מקום תורה קען העלפן?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שיין פון דיר צו לויפען צו ספרדים וכדו'. דער סקולענער רבי האט נישט געמאנט געלט פון פארצרה'טע מענטשן? הרב חיים פנחס שיינברג האט דאס נישט געטון. נאר די צווייטע ווייסט מען אז זיין מוסד האט איהם אסאך געקאסט, און ער האט נישט געלעבט ברווחות. דער ערשטע האט אפשר נישט געלעבט ברווחות, אבער די 'מוסד' האט נאך נישט באטעטיגט איהר עגזיסטענץ און עס איז גאנץ מעגליך אז די שטוב מענטשן דארט האבען חתונה געמאכט זייער קינדער דערפון.
אלענפאלס, דאס נעמן געלט פון פארצרה'טע מענטשן איז א פארברעך, און דאס זאגען דעות אויף מעדיצין ווען מ'ווייסט נישט, איז נאך א פארברעך
וואס רעדסטו שטותים? האסט געזען די דאקומענטרי? סקולענער רבי האט זיך אריינגעמישט אין עניני רפואה? גאר זעלטן, און ווען יא האט ער געפועלט א ישועה, דא רעדט מען דען פונעם זעלבן סארט מענטש?
איך גראדע האב גאר שטארק געהאלטן פון ר' אליעזר ברלנד טראץ וואס איך האב געהערט די אלע געשיכטעס (אין וואס איך בין נאל היינט מסופק) און איך בין אריינגעגאנגען צו אים עטליכע מאל רעדן און איך בין נתפעל געווארן פון זיין גאונות און חריפות, דאך, ווען איך האב געזען אט די דאקומענטרי בין איך געקומען צום החלטה אז דאס איז עס! דער מענטש איז א סכנה פאר יומעניטי און ער באלאנגט הינטער גראטעס, דיינע צוזאמשטעלן זענען גאר נאריש, קוק די דאקומענטרי און דאן וועסטו קאמענטן.
א מענטש וואס זייגט ארויס פון אן ארימע פאמיליע די פאנטאסטישע סומע פון 700,000 ש"ח!
ער הייסט די פרוי גיין אויף א נארישע דיעטע פון זופ געמאכט פון ארענזשע גרינצייג!
ער לאזט זיי נישט גיין אפילו מאכן א קעט סקען!
און דאן גיבט ער הבטחות צו די צובראכענע מאמע און נעמט אריבער נאך א פדיון פון 12,000 ש"ח מיט א ריזיגער שמייכל!
וואס האסטו גערעדט פון סקולענע רבי און ר' חיים פנחס שיינבערג?
דרך אגב, אליעזר ברלנד איז אן אשכנזי פון ביידע זייטן, פון זיין טאטנס זייט שטאמט ער פון חעלם (פוילן) און פון זיין מאמעס זייט פון טאהש (אונגארן) ער איז אן ערשטער קאזין מיט די עשירים סטרולאוויטש פון ווילי און קעיזשעי...
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך האב געשריבען צוויי זאכען. נעמן געלט פון פארצרה'טע מענטשן און זאגען דעות. דער סקולענער רבי פלעגט בעטן געלט, מיט א סכום, פון פארצרה'טע מענטשן. און דאס איז פאר מוסדות וואס קיינער ווייסט נישט וואס און וואו זיי זענען.
הרב חיים פנחס שיינבערג פלעגט, כפי מיטב ידיעתי, נישט דערמאנען א סכום, אבער ער האט גערעדט פון געלט פאר יעדער וואס האט איהם געפרעגט אן עצה און א ברכה, אפילו פון ארימעלייט. און דאס איז נישט אויסגעהאלטען. איך פארשטיי איהם בעסער ווייל ער האט געהאט א שווערן לאסט אויף זיין פלייצעס, און פאר א מתמיד ווי איהם צו מוזען ארום פארען די וועלט און שמייכלען צו שוטים קען נישט זיין לייכט. אבער למעשה איז עס נישט אויסגעהאלטען.
איך האב געהערט פון די אראנדזשער דייעט פון הרב ברלנד פון א חסיד זיינער, און יענער האט מיר געוואלט צורעדן דערצו, אבער איך האב נישט געהאלטען דערביי. עס קען זיין אז ער איז מער עקסטרעם ווי אנדערע, אבער די מחלה איז דא אומעטום, און מ'זאל נישט באשולדיגען דוקא די ספרדים דערין. אגב, פלעגט דער בבא סאלי נישט נעמן געלט, און ער האט זיך שטארק גערעגט ווען מ'האט איהם געוואלט געבן געלט, ועובדות ידענא. איך ווייס נישט קיין סאך פון איהם צו זאגען און איך פארשטיי נישט די גאנצע ענין דארט, אבער מיט געלט זאגט מען אז ער איז געווען שטארק אויסגעהאלטען.
הרב חיים פנחס שיינבערג פלעגט, כפי מיטב ידיעתי, נישט דערמאנען א סכום, אבער ער האט גערעדט פון געלט פאר יעדער וואס האט איהם געפרעגט אן עצה און א ברכה, אפילו פון ארימעלייט. און דאס איז נישט אויסגעהאלטען. איך פארשטיי איהם בעסער ווייל ער האט געהאט א שווערן לאסט אויף זיין פלייצעס, און פאר א מתמיד ווי איהם צו מוזען ארום פארען די וועלט און שמייכלען צו שוטים קען נישט זיין לייכט. אבער למעשה איז עס נישט אויסגעהאלטען.
איך האב געהערט פון די אראנדזשער דייעט פון הרב ברלנד פון א חסיד זיינער, און יענער האט מיר געוואלט צורעדן דערצו, אבער איך האב נישט געהאלטען דערביי. עס קען זיין אז ער איז מער עקסטרעם ווי אנדערע, אבער די מחלה איז דא אומעטום, און מ'זאל נישט באשולדיגען דוקא די ספרדים דערין. אגב, פלעגט דער בבא סאלי נישט נעמן געלט, און ער האט זיך שטארק גערעגט ווען מ'האט איהם געוואלט געבן געלט, ועובדות ידענא. איך ווייס נישט קיין סאך פון איהם צו זאגען און איך פארשטיי נישט די גאנצע ענין דארט, אבער מיט געלט זאגט מען אז ער איז געווען שטארק אויסגעהאלטען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: ברלנד! הכצעקתה?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב חיים פנחס שיינבערג פלעגט, כפי מיטב ידיעתי, נישט דערמאנען א סכום, אבער ער האט גערעדט פון געלט פאר יעדער וואס האט איהם געפרעגט אן עצה און א ברכה, אפילו פון ארימעלייט. און דאס איז נישט אויסגעהאלטען. איך פארשטיי איהם בעסער ווייל ער האט געהאט א שווערן לאסט אויף זיין פלייצעס, און פאר א מתמיד ווי איהם צו מוזען ארום פארען די וועלט און שמייכלען צו שוטים קען נישט זיין לייכט. אבער למעשה איז עס נישט אויסגעהאלטען.
פארוואס איז עס נישט אויסגעהאלטן? אפשר איז אויך נישט אויסגעהאלטן צו לייגן אן אדוערטייזמענט פון אן אפעטיטליכן אייז קריעם ווי ארימעלייט קענען עס זעהן?
ער מעג בעטן, און זיי דארפן נישט געבן.
וועגן סקולענער רבי דארף מען וויסן א פונקטליכע מעשה, איז עס טאקע געווען ער אליינס? האט דער מענטש געהאט געלט?
(וועגן טאשער רבי ווייס איך קלארע מעשיות ווי די גבאים האבן פארלאנגט פון מענטשן געלט מכלומר'שט בשם דעם רבי'ן, און עס איז נישט געווען אמת)
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בערלאנד'ס הארמאנען צושפילן זיך בפני כל הקהל הקודש...
דער מענטש דארף א דאקטאר פאר מען לייגט אים אונטער גראטעס
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ליב צו וויסן האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בערלאנד'ס הארמאנען צושפילן זיך בפני כל הקהל הקודש...
דער מענטש דארף א דאקטאר פאר מען לייגט אים אונטער גראטעס
ווער איז יענער וועמען ער קישט דארט?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
ברלנד! הכצעקתה?
@ליב צו וויסן - סאיז אינו מוכרח כן !!! ס׳קען גאר זיין אז זיין כוונה אין אמתן אריין איז גאר לכתכילה געווען נשיכה ווי סאיז געוועזען ביי יעקב׳ען ווען ער איז אנטקעגן געקומען זיין ברודער׳על עשו׳ן נאר סאיז פשוט נתהפך געווארן צו חיבוק ונישוק איי פארוואס פונקט נשיכה ?
עס סאיז נאר אן השארה סא קום צו מיר מיט קיין פירכה׳ס נישט...
נאך א פשט מן הסתם מיינט ער נישט יענעמס גוף איך גלייב דער צדיק איז מרגיש א נשמת Gigi Hadid’like פונעם פריערדיגקען century וואס כידיאה איז דאס שייך כמובא מ׳חוה שטיין משום ספרי קבלה

- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
זעט אויס בערלאנד איז נישט אזוי קליג ווי די רביס אדער בערלאנד'ס חסידים זענען נישט אזוינע בהמות ווי פלעינע חסידים פון חסיד'ישע רביס. די רבי'ס זעצן זיך אוועק בראש השולחן, נעמן א צעטל וואס מען האט א נאמען געגעבן קוויטל און וואס קומט מיט א פדיון אין דער זייט, זיי מאכן נישט הבטחות און זאגן גארנישט צו און דער עולם הערט נאך אלץ נישט זיי אנצושיטן מיט געלט. אן א הבטחה קען מען נישט בעט א ריפאנד, די פאליציי האבן נישט איבער וואס צו ארעסטירן און די רבי'ס לאכן און לעבן.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
Re: ברלנד! הכצעקתה?
די רעדסט פון פאר פייער און וואסער , איך האב פערצופאל געהערט דערוועגן שוין אפאר חדשים צוריק ,ער נעמט ריזיגע סכומים נישט קיין קליינע פדיונות וואס אונזערע רבי'ס באקומען פאר זיך ,אונזערע רבי'ס וואס נעמען גרויס געלט איז עס פאר בנינים וואס מען באקומט זכותים אין בנינים וכהנה וכהנה ,דארט רעדט מען אויסליידיגען מענטשן'ס בענק אקקאונטס פאר זאכן וואס ער זאגט צו פאר זיך איו טאשצפור בודד האט געשריבן:זעט אויס בערלאנד איז נישט אזוי קליג ווי די רביס אדער בערלאנד'ס חסידים זענען נישט אזוינע בהמות ווי פלעינע חסידים פון חסיד'ישע רביס. די רבי'ס זעצן זיך אוועק בראש השולחן, נעמן א צעטל וואס מען האט א נאמען געגעבן קוויטל און וואס קומט מיט א פדיון אין דער זייט, זיי מאכן נישט הבטחות און זאגן גארנישט צו און דער עולם הערט נאך אלץ נישט זיי אנצושיטן מיט געלט. אן א הבטחה קען מען נישט בעט א ריפאנד, די פאליציי האבן נישט איבער וואס צו ארעסטירן און די רבי'ס לאכן און לעבן.
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל
א גאר אינטערסאנטער חידוש האט ארויפגעברענגט פינחס גלויבער אויף קול מבשר ביי זיין אפטיילונג אויף קול מבשר וואס רופט זיך "על רגל אחת", נומער #418 (פון די מעין מעניו 3-9-2) און דארט ברענגט ער ארויף אז בערלאנד ליידט לכאורה פון א געוויסע זעלטענע מחלה וואס הייסט frontotemporal dementia ftd וואס לויט ווי ער טענה'ט האט ער שטודירט די מחלה און צוזאמענהאנג מיט די מאדנע אויפפירונגען פון בערלאנד ברבים, און עס שטימט זייער גוט איינס מיט די אנדערע.
עס איז אזא סארט מחלה אזוי ווי אלצהיימערס, אבער די סימפטאמפס זענען ממש פון די סארט אויסברוכן וואס בערלאנד האט געהאט. די ביסל וואס איך האב געגוגל'ט, זעהט טאקע אזוי אויס אז די וואס ליידן דערפון האבן אן עקסטרעמע דרייוו צו מאדנע נידריגע זאכן אויף א פארנעם אז זיי אליין ווייסן נישט אז זיי טוען עס אפילו, עס איז מער די מחלה וואס פארדרייט די קאפ פון די מענטש און פירט אים אין אזא פאזיציע.
איך האב דאס נישט אינגאנצן שטודירט, אבער טאמער דאס איז אמת איז דאס זייער אן אינטערסאנטע נייע ליכט אין די גאנצע פרשה.

- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
אין לשון קודש רופט זיך עס "אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות". די קוגל וואס דו מישט מיט גלויבער און רבי אליעזר בין איך נישט אזוי באהאווענט, אבער איך בין זיכער אז "דו" פארשטייסט וואס דו זאגסט.אינטערסאנטער האט געשריבן:א גאר אינטערסאנטער חידוש האט ארויפגעברענגט פינחס גלויבער אויף קול מבשר ביי זיין אפטיילונג אויף קול מבשר וואס רופט זיך "על רגל אחת", נומער #418 (פון די מעין מעניו 3-9-2) און דארט ברענגט ער ארויף אז בערלאנד ליידט לכאורה פון א געוויסע זעלטענע מחלה וואס הייסט frontotemporal dementia ftd וואס לויט ווי ער טענה'ט האט ער שטודירט די מחלה און צוזאמענהאנג מיט די מאדנע אויפפירונגען פון בערלאנד ברבים, און עס שטימט זייער גוט איינס מיט די אנדערע.
עס איז אזא סארט מחלה אזוי ווי אלצהיימערס, אבער די סימפטאמפס זענען ממש פון די סארט אויסברוכן וואס בערלאנד האט געהאט. די ביסל וואס איך האב געגוגל'ט, זעהט טאקע אזוי אויס אז די וואס ליידן דערפון האבן אן עקסטרעמע דרייוו צו מאדנע נידריגע זאכן אויף א פארנעם אז זיי אליין ווייסן נישט אז זיי טוען עס אפילו, עס איז מער די מחלה וואס פארדרייט די קאפ פון די מענטש און פירט אים אין אזא פאזיציע.
איך האב דאס נישט אינגאנצן שטודירט, אבער טאמער דאס איז אמת איז דאס זייער אן אינטערסאנטע נייע ליכט אין די גאנצע פרשה.
בוקר טוב, גיי מיר דאווענען.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
פארוואס גייסטו דאווענען שחרית 2:04 am? ביסט אן יוראפעאישער אדער אן איזרעילי? גילוי אלערט.yesiknow האט געשריבן:בוקר טוב גיי מיר דאווענען
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!