אומגלויבליכע מעשיות פון כולל אכילה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

אומגלויבליכע מעשיות פון כולל אכילה

שליחה דורך יואב »

א באקאנטע העכסט-קאמפליצירטע שאלה וואס פלאגט שלומי אמוני פון וואך צו וואך ולדאבוננו אין פותר לה: ווער איז דאס דער אמת'ער טשולענט, דאס געצערטלטע תבשיל וואס פאר זיין נאמען האבן אידן איבער אלע דורות זיך, זייערע קינדער און זייער מאגן געלאזט פארברענען, דאס הימלישע געמויזאכץ וואס איין בעבל זיינע איז אזש ביכולות אויף אוועקצולייגן פער רגע מער אפיקורסים און ציונים ווי דאס וואס גאנצע פיר מנינים קענען באווייזן מיט כוונת הרש"ש ביי דער ברכת ולמלשינים. איז ער א לייכטער, שווערער, שיטערער, געדיכטער, פליסיגער, סאלידער, איינגעקאכטער, אויסגעקאכטער, זיסער, ציפעדיגער, מיט פאטעטאס, אן קעטשאפ, א כעסן, א סבלן צי גאר לחלוטין עפעס אנדערש.

ווי וואויל די פראגע זאל נישט הענגען בהסתרה, ברויך מען קנאפ די בינה יתירה צו פארשטיין אז בתוך דעם טשולענט מוז כאטש עפעס וואס בשר בהמה קומען לקבורה. א פארווער טשולענט איז מ'שטיינס אזוי ראוי אויף צו טראגן דעם נאמען טשולענט ווי א שאלעשידעס בילקע — ראפאגאש חלה. ווידער דער יעניגער טשולענט וואס שטאלצירט מיט זיין בשר עוף, עמען קומט זיך סתם אזוי געזונטע שלעק. ס'טייטש בהמה גיבסטו א ביינדל אויך נישט, און דא פאר זעקס פריקען שעה האלסטו א גאנץ פאלק האסטידשט.

די ספרים הקדושים שרייבן שוין אז הגם אויף זוכה צו זיין צום פולן ענטפער וועט מען ברויכן ווארטן אויף תשבי'ן, זאל ער שוין קומען אין גיכן, איז דאס אבער איינמאל קלאר אז נישט דער אויסערליכער כאראקטער איז וואס מאכט א טשולענט זיין טשולענט, נאר ווי יעדע דבר שבקדושה פארלאנגט זיך בלויז כוונה; ס'איז נישט דער גוף, ס'איז די נשמה. זאל יעדער גיסן וויפיל בונדלעך זיין באבע האט געגאסן, און בשר ככל אשר ידבנו לבו. ס'זאל אבער נישט זיין כאילו כפאו שד. מ'זאל גיסן די נסכים און מקטיר זיין די קטורת בשמחה ובטוב לב, די אמת'ע כוונה איז דאך נאר להוציא מלבן של צדיקים, איז זאל מען נאר שעפשען א תפילה צום בורא כל עולמים אז ס'זאל מרוצה ווערן אויבן, און זאל שוין זיין ונשלמה פרים ובעבלעך שפתינו, ומלכות הרשעה מהרה תעקר.

דער עולם באקלאגט זיך אז מ'רעדט נישט אין שטיבל פון דער אכילה. דער אמת איז אז פארצייטנס האט מען שוין יא אביסל ארומגערעדט איבער דער אכילה. א תגובה'לע דא א תגובה'לע דארט, דוכט זיך אפילו אשכולות. נאר היות קאווע שטיבל באשטייט אין גרויס טייל פון א גרופע אידן יראים ושלמים וועלכע פאסטן אפ משבת לשבת, און נישט דוקא זוכה צו זיין לחיי עולם הבא, נאר זוכה צו זיין לחיי עולם הזה, אריינכאפן נאך א שטיקל היסטאריע, זיך פארטיפן אין שטיקל סייענס, דורכלערנען א ר' איינשטיין צו אנדערע גדולים וועלכע האבן באלאכטן די וועלט מיט זייער תורה, איז בלייבט נישט איבער צייט אויף צו עסן און כל שכן אזוי צו רעדן איבער דעם עסן זעלבסט.

זענען פארט אבער דא אזאנע וואס האבן זיך נאך נישט דערשלאגן צו אזעלכע הויכע מדריגות, איבער זיי ליידער קלאגט שוין דער נביא אז ס'וועט קומען א הונגער, און נישט אזא סארט הונגער צו הערן דעם דבר ה', נאר יש רעב ללחם ויש צמא למים. בין איך מייחד דעם אשכול דער עולם זאל קענען פארציילן אמת'ע מעשיות, ערפארונגען, עקספערימענטן, רעצעפטן, עצות און טיפס בעניני אכילה. וכידוע, מענטשן זעען טעגליך ישועות פון דעם כולל. איידער איך גיי פארציילן דעם בדידי הווה עובדא, שפיר איך אז איך מוז פארציילן א קליין מופת, קליין בכמות גרויס באיכות, געהערט ערשט האנטיג פונעם בעל המעשה.

פאסירט האט דאס פאריגע וואך זונטאג, יום שגבר בו האויב. א איד איז צוריק געקומען פון מעריב אהיים, און געשפירט ווי די כוחות לאזן זיך פון אים אויס. כולל חצות עפענט ערשט מיטלנאכט, ווידער קלאפן אויף דער טיר ביי תהלים כולל איז שוין אויך נישט געווען רעלעוואנט, ווארום די מעשה איז זיך פארלאפן שוין נאך די ווארקינג-האויערס. און צו די דאקטורים? זיי גיבן במילא אייביג אויף, איז צו וואס אפילו פראבירן, און בכלל איז דאך מקובל אז די דאקטורים ווייסן גארנישט וואס זיי רעדן. שטייט ער אן אובד עצות מיט א צאפלדיגער נשמה אין האנט, ס'הייסט נישט דער רבי לעבט, נישט מ'לאזט צו צו זיין קבר, נאך א מינוטקעלע גייט פארביי און ער שטייט שוין אזש ביים סאמען טויער פון ייאוש ר"ל. ס'ווייב, אן אשה כשרה מיט'ן קאפ אויף דער פלייצע איז באלד געלאפן צו כולל אכילה, כולל אכילה האט באלד אויסגערעכנט עטליכע עסנווארג, און דערפאר געבעטן דעם מינימאלן אפצאל. געבראכט אהיים, אפגעקאכט די סחורה, נישט א דורך קיין צוויי מינוט און דער מאן איז צוריקגעקומען צו די כוחות.

איז צוריק צו דעם טשולענט, הערט אן עובדא פונעם בעל המעשה אליינס.

אודה ולא אבוש, מיט דער גאנצער אויפגעקלערטקייט וואס [tag]moshav zekeinim[/tag] וויל אויף מיר אראפמאלן ליג איך מיט אלע אברים איינגעזינקען אין דעם נ' שערי אכילה – ווי א חסיד'שער פרעסער און נאך מיט א שמיצעלע אריבער.

נאכן שוין האבן אויסגעדינט דעם עבודה זרה פון טשולענט יעדע וואך מיט אן אנדער רעצעפט און נאך אלץ געשפירט ווי פון הימל באוויליגט מען נישט מיינע קטורת איז מיך באפאלן א שטיק חכמה. מ'גיימער "משנה" זיין! איך בין דאך פארט "אנויפגעקלערטער", ואי משום ואל תיטוש גיי איך שוין מילא אין גיהנום צוליב דעם באקל-פאסיק.

דער חשבון איז געווען דוקא א לאגישער. צו וואס ברויך איך גיין פארקאכן א נזיד עדשים, און דאן אנהייבן קריכן אינעם טאפ נאך א קליין שטיקל פליישל, איך קען דאך שטעלן אויפ'ן פלאם א טעפל בלתי בקר לבדו, דערין וועל איך אריינשליידערן את הנתחים, את הלחיים ואת הפדר און האטס מיר א גוט שבת. ובונדל זו מה תהא עליה? זאל זי אפזיצן בקרן זוית עד שיבא אליהו, זאל טאקע ער בכבודו ובעצמו אנטפלעקן וויאזוי מ'שטעלט דעם ארימען ווילד-פרעסערישן פראדוקט על שולחן מלכים.

געטראכט און געטון, און שוין, זאל דאס וואסער אנהייבן באבלען אויף דעם טראדיציאנאלן שטייגער. ערשט אויף היי, דערנאך אויף לאוי, צוריק אויף מידיעם, א האנטוך איבערן קאפ און דאן מיט א גאפל צוויי דריי אונטער די פיס.

ס'איז נאר פארגעקומען אזא שטיקל צחוק בקרבי. מיט א טשולענט וואס באשטייט פון בקר בלבד, ווען איז חל אויפ'ן שיסל פרעסעריי דעם נאמען טשולענט און ווען ווידער הייסט ער נאך אלץ א טעפל מיט ששת ימי המעשה'דיגן בשר?

דער תירוץ, גלייבסט מיר, איז געווען נאך אפילו א מער פשוט'ער פון דער קשיא: בשר וואס גייט אויפ'ן פראסטן מגושמ'דיגן פייערן פלאם, דאס איז סתם פלייש; בשר וואס גייט אינעם איידל-הכנעה'דיגן קראקפאט, דאס איז – טשולענט. שוין, דארט ווי תורא דארט איז חכמה. (איבער קישקע איז א מחלוקת הפוסקים צי מ'קען איר פארעכענען אלס חלק פונעם עצם טשולענט.)

למעשה, ברוינפן אין א זייט געלייגט, לא עברו ימים, נישט ממש טעג אבער וואכן, והנה, כ'האב אנערקענט אז דער מעכאניזם פונעם מאכל טשולענט האט דוקא מיט דער לאגיק גארנישט. די חסיד'ישע רביים זענען גערעכט געווען מיטן באצייכענען די מאכלי שבת אלס זאכן וואס האבן מיט גשמיות אפס; רוחניות קען דער מענטשליכער שכל נישט באגרייפן ובבחינת במופלא ממך אל תדרוש. די מאמע האט אזוי געטאן, און נישט ווייל אזוי האט זי פארשטאנען, נאר ווייל איר מאמע ארויף ביז שרה אימנו האט אזוי געטאן, און פרעג איך דיר, אזוי שלעכט זענען זיי דען אנגעקומען? איך קען נאך היינט אייניקלעך פון די אפיקורסים וואס מיין זיידע האט אפגערוימט אין איין קורצן ווינטערדיגן שבת נאכמיטאג.

יעצט צום חלק המופת, הערט און גאפט. מיר האט שטענדיג געפלאגט פארוואס דער רויטער פאטעטא זיצט אין א זייט פארשעמט – ספעציעל אזוי צווישן דער היימישער געמיינדע. איך מיין נישט דעם סוויט-פאטעטא, נאר טאקע דעם קליינעם רויטן. נישט ממש די פיצי סארט, ליבערשט די מיטלגארטיגע, קיילעכיגע, צומאל וואקסן זיי ארויס פון זייערע גבולות, און קומען אין אביסל אנדערע פארעמען.

כ'האב געלייגט מיין בושה אין א זייט, און א שטעל געטאן א זיכער טריט קעגן דעם גרויסן איידעהוי פאטעטא. "שמעני אדוני," האב איך געקלערט אנהייבן מיט א חנופה'דיגער שפראך, "פאטעטאס איז דאך א סייד-דיש צו כמעט אלץ, און ממש אלעמאל ווען מ'טראכט נאר פון פאטעטאס, קומט איר צו גיין אין די צענדליגער. איז אפשר לאזט איר דעם רויטן קליינעם אויך אביסל. גלייבט מיר איר וועט נישט ארעם ווערן דערפון, פארגינט אן אנדער איד אויך אביסל, ס'וועט אייך זיין וואויל אויף דער וועלט און גוט אויף יענער וועלט".

דער איידעהוי עפענט א פאר פארקילטע אויגן און קראצט זיך אין א פארוועלקט לעכל ווי ער זאל זיך איבערקלערן צו פאר עמען פאסט בכלל מיט מיר צו רעדן. "קודם כל קענט איר זאגן דו, נישט איר, איך בין נישט קיין פרוי", ענטפערט ער מיט א קאלטן שמייכל, עלעהיי דער דראנג אויסצושפייען דאס דאזיגע קארני וויץ זאל האבן געפירט דערצו אז ער זאל יא מיט מיר רעדן. "לגופו של ענין" זעצט ער פאר שוין מיט א טאן פון וועלכן ס'וויל זיך דאכטן ער איז א ביזנעסמאן, "כ'האב קיין השגה וואס איר ווילט.( ער מעג יא זאגן איר. א צעדרייט געים דאס, גיי פארשטיי די משוגעים.) אדרבה, מצידי, איך לאז. וואס בין איך שולדיג אז דער המון גייט ניסלעך איבער מיר, מ'רורט זיך נישט אן מיר. דער רויטער איז קודם כל אן אומבא'חנ'טער, האט בערג און טאלן לענגאויס זיין קורץ-געוואקסענעם גוף, און ס'וואקסט אים נאך האר אויף דער נאז פאר א צולאג. ס'איז שווער אים צו שיילן, קומט ארויס קוים א קומץ און האט א טעם פון זאלצלאזע כשר לפסח פארווע פאפיטעס."

ס'טייטש דער איידעהוי זאגט אזוי; נו, האט ער געזאגט. אויב זאל ער מיר הייסן אראפטאנצן פון פענסטער וואלט איך אים דען געפאלגט?

איך בין בטבע א שטיקל עקספערמענטירער – זיכער אזוי ווען ס'קומט צו דער אכילה. כידוע דער ירושלמי וואס שרייבט אז דער מענטש וועט ברויכן אפגעבן א דין וחשבון פאר יעדן מאכל וואס ער וואלט ווען געקענט עסן און דערפון זיך צוריקגעהאלטן.

כ'האב פראבירט מאכן פון דעם קינד מעש פאטעטאס – א שרעק. אפשר פרענטש-פרייס? דער איידעהוי איז נעבעך ביטער גערעכט. קוגל? גלייבסט מיר כ'האב אפילו נישט פראבירט. לאטקעס? כ'האב טאקע אויף עמען רחמנות, כ'האלט אבער נישט ביים שטיין אין האנט מיט א פאטעטא פון סיי וועלכער סארט און ווארטן אז דער חנוכה זאל זיך אונטעררוקן פון אונטער'ן שניי.

למעשה טענה'ט [tag]ישמעאל הכהן[/tag] אז צו באקן פאטעטאס אין אויוון קען דער רויטער פאטעטא דוקא יא זיין בעסער. דער אמת איז אבער אז אי משום געבאקענע, איז שוין בעסער צו נוצן די קליינע יעלא פאטעטאס.

צוריק צום טשולענט, כ'האב תשובה געטאן, און כהיום עסן אפילו אפגעהיטענע לייט מיין טשולענט. די גרויסע ברוינע בונדל לייג איך טאקע נישט, זאל מען דא אויסרעכענען אלע אירע מעלות בין איך נאכאלץ ביי דער מיינונג אז ס'איז יצא שכרה בהפסדה; שעורים מיט די אנדערע שבעת המינים לייג איך יא. און וואס איז מיט פאטעטאס? אט הערט. רויטע פאטעטאס! טעמו וראו כי טוב. ווער ס'גלייכט פאטעטאס אינעם טשולענט, פראבירט לייגן דעם רויטן פאטעטא! . ער איז פיל בעסער פון דעם גרויסן איידעהוי, און דער קליינטשיגער געלער, הגם אין טעם איז ער אויך למהדרין, זיינע כעמישע פראפערטיס דערהייבן נישט דאס געמויזאכץ. בלייבט איבער דעם רויטן פאטעטא!

שכח כולל אכילה.

דער עולם ווערט געבעטן צו שרייבן מעשיות און ערפארונגען, יעדער מיט די ישועות וואס ער האט געזען פונעם כולל אכילה.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

לול ללללתי עד שפלצות אחזני! :lol: :lol:

געב עס א וואך און דער דבר יום ביומו און מאמענט האבן א וועכענטליכער רובריק מיט מופתים.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

כמים קרים אל נפש עיפה.. א באאסט פון יואב...

טשולענט שכולו בשר? דאס איז דאך געווען די חטא פון קרח טלית שכולו תכלית...!

דערמאנסט מיר, א געוויסע בעסמדרש וואו מהאט זיך כסדר געשלאגן יעדער האט געוואלט שישי, האט מען באשלאסן אז אלע עליות קריגן א דין שישי. וואס מיינסטו האט פאסירט, פלוצלונג האט שוין קיינער גארנישט געדארפט.

די קונץ איז אז מדארף נישטערן און גריבלען פאר די פלייש ווי א שושנה בין החוחים, אז סאיז דא נאר פלייש איז שוין נישט קיין מציאה...
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

זענט איר, אדער איינע פון אייערע באליבטע ל"ע א וועזדשעטעריען? נישט געזארגט!! א גרופע וואוילע אינגעלייט וועלן לשם שמים, פאר א מינימאלן אפצאהל, עסן פאר אייך סיי וואספארא טשולנט, אין סיי וועלכע אוקאציע, ווי אויך, וועלן זיי מיט פארגעניגן דורכגיין דעם גאנצן "נאכוויי פראצעדור" לשמיכם, בעת איר פארדייעט א געשמאקן יירא סאלאט, פארטרונקען מיט א פראטיען-שעיק.

יואב!! אינעפעבאל!!
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: אומגלויבליכע מעשיות פון כולל אכילה

שליחה דורך מי אני »

אנבעליוועבעל!

אויך האב איך הנאה געהאט פון דעם הומאריסטישן צושטעל/ווערסיע פונ׳ם סאריטיס פאראדאקס צו ״ווען ווערט עס אנגערופן א טשולענט

אגב, די ראססעט בורבענק פאטעטא, באקאנט אלס׳ן ״איידעהא פאטעטא״, איז אין אלגעמיין דזשענעטיקלי מאדיפייד צו זיין דוקא א זכר (סריס; קען זיין וועגן דעם נעמט ער עס פערזענליך אז מ׳רופט אים בלשון נקיבה... ;)).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

יישר כח פאר'ן ארויף ברענגען דעס טשולענט וואס ליגט שוין דא מששת... און איז מוכן פאר די צדיקים לעתיד לבא.[קאכט זיך אויף א נידריגע פלאם]. (מיט יין המשומר פון ששת ימי בראשית מוז מיטקומען א טשולענט פרעגט מושי מייער פון ווין קעיוו און לאזט מיר וויסען).

אני כשלעצמי האט נישט ליב פאטעטעס און די טשולענט, ע"כ וועל מיך מוזען זיך אויפסיינען אונעם כולל אז א מנין אמת'דיגע רעבים גם צמאים זאלען עסען במקומי.

ביי אונז און כולל [מען לערנט דארטען בין ביום בין בלילה] איז מען געגאנגען מיט די שיטה פון גליל, ממילא האט מען שטארק זיך אנגעהאלטען אונעם ענין פון דריי, בפרט ביי עניני אכילה וואס דער מאגען קען זיך דרייען, מוז מען שטארק מקפיד זיין אויף דעם דרייער, ווי פריערדיגע וואלטען ווען געקענט האבען געזאגט אז מען דרייט פון אויבן דארף מען נישט דרייען פון אונטען, אז מען צינד בייטאג.. אה פארפארן... עכ"פ דריי סעדות. [ועייין בתחילת הל' שבת לענין ג' דרגות בחיוב סעודות שבת, עשה שבתך, כסא דהרסנא, וראשי שומן].

סדר הסעודה מוציא דגים חמין בשר.
חלה זאלץ האניג [אדער ווי אנדערע איז געווען די מנהג אויב מען האט נישט דריי מינים ביי די חלה, כאטשיג רופט מען אויס ביי די מוציא, נו סכין מלח זאל זיין א זכר].

פיש, געפילטע, און קאטשעניו.

יש מוסיפין דריי מיני דיפס.

זופ לאקשען קניידלעך.

פלייש עוף און לעבער.

קוגל פערפעל און מייערן.

ויש מוסיפין דריי מיני קוגל. פאטעטע פשטידא און מולייתא.

אונדערפרי טוישט מען, אייער אנשטאט די זופ. און די רעצעפט איז א שליש אייער א שליש צוויבל און א שליש שמן.
עס זענען דא וואס מאכען דעם דרייער אזוי אייער לעבער און גאלע. ויש אומרין אייער לעבער און ירקות. הצד השוה שבהן שהדרך לאכלן ויש בהם משום עונג לשעתן.

טשולענט איז א שליש בשר א שליש שעורים און א שליש בונדלעך. [אבער דא זענען מיר משנה ממנהג אבות, זיי פלעגען און די בונדלעך גופא אריינריקען א דרייערל, נעמען וואס מען רופט טושלענט מיקס בלע"ז וואס דאס איז אוך פון דריי, די ווייסע, פינטא, און דער רויט שווארצער. אבער נאכען זעהן אז דער רויט שווארצער איז א גרויסער קליפה, און עס איז שווער מיט אים מלחמה צוהאלטען, ער וויל נישט ווערען עכט וייך. האבען מיר אים געגעבן דריי טשאנסען און היות ווי ער האט נישט נאך געלאזט, האבען מיר געזאגט אז נאך איינמאל וועלען מיר מאכען א רויטע ליין, וכו' וכו' אזוי איז עס געגאנגען כ"ז דער שווארצער איז געווען אונעם בונדעל אפיס, אבער פאר פיר יאהר ווען דער רויטער איז אריין, האט מען מחליט געווען א ווארט איז א ווארט א טוויט איז א טוויט און גענדיגט, מען האט אפגעהאקט די האנדל אפמאך מיט די בונדעל אויגען, כ'מיין מיט די שווארע רויט בונדל, ארויס געשניטען פון די מעניו, זאל ער גיין צוזאמען מיט די רויטע צום רויטן].

קישקע, פאטעטע קיגעל און לאקשן קיגעל.

הלל מען זינגט זמירות, ברך מען בענטשט, נרצה מען כאפט א דרימל.

א גוט שבת.

הק' פישל שיף
מח"ס וישמן ישורן ג"ח.
גאב"ד ואכלת ושבעת והגלילות.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי די דריי בונדלעך אין די חמין פון טשולענט פארלאזט מען זיך אז למעשה אפילו מיט נאר צוויי (קהלת ד יא-יב) שנים וחם להם, וממילא, השנים יעמדו נגדו [הגם עס דארף זיין] והחוט המשולש...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט