מיין נייע ארבעט
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
מיין נייע ארבעט
קודם שלום וברכה, שוין לאנג נישט דא געווען. מעשה שהיה כך היה, מיין לעפ טאפ איז פארפלייצט געווארן מיט וואסער (אדער קאווע) און געגאנגען צו זיין אייביגע רוה. נאכן זיך איינהאנדלן א נייע, האבן מיר זיך דערזעהן אז מיר האבן פארלוירן צוטריט צום קאווע שטיבעל פעסווארד, און די פארבינדענטע אימעל ל"ע. מיר זענען שוין געזיצען שבעה, און געפראוועט שלושים און כמעט געמאכט א יארצייט סעודה אויף מר. פרענקלין, אבער מים רבים לא יכלו לכבות את שאהבה נפשי, מיר האבן איבערגעדרייט א וועלט, זיך מזכיר געווען ביי גדולי דורינו וגוגל הדור בתוכם נאך גרויס בקשות און תחנונים איז אונזער געבעט נתקבל געווארען און הודו לה' מיר האבן באקומען נאך א שאנס, מיר זענען אפגעוקמען מיט שרעק.
וויל איך אביסעל אפדעטען דעם עולם ווי איך שטיי היינט אויפן וועלט. די לעצטע יאר בין איך אריין אין די ליין פון פובליק רילעשענס. בעיקער איז מיין קלייענטעל באזע אזעלכע לייבן און בערן, ווי ניימאן, קלאר, און צימערמאן. אבער פון צייט צו צייט, ווער איך פארמישט מער מיט אזעלעכע קלענערע בעלי חיות ווי וועלף און ראקאנס, א שטייגער ווי שטערן, לעזער און דירענפעלד און נאך פילע גרויסע און קליינע מוחות און לייט.
עניוועי צוריק צום ענין, בעיקר איז מיין ארבעט, אלץ אן עמך איד וואס בתוך עמי אני יושבת, איך אטעם און לעב די היימישע ריינע לופט, כ'קראצ זיך די פיס אין אונזער היימישע מקוואות, און זיץ און ראדני בית כסא'ס, און בלאז די נאז מיט כשר לפסח טישואס, פארשטיי איך די געדאנקען- גאנג פון א פשוטער עמך איד, דער מיטן שטאפענעם היט, פארשטויבטען רעקל, און מיטן אפגעריבענעם טלית בייטל, איך פארשטיי וואס קוועטשט אים, וואס ליבט אים, און וואס רייצט אים. אזוי אויך פארשטיי איך ווי אזוי דער מוח פון דעם אויסגעפיצטעם גרויסן ביבער היט, זיידענע בעקטישע, מיטן בערן-פעל טלית באטעל, ארבעט, און וואס דריקט אים וואס שמעקט אים, און וואס מאכט אים זאט.
אלץ אזא עקספערט ווער איך בע"כ אינוואלוואד אין אלע פירצות, מחאות, ישיבת בית דין, און באהאלטענע מיטונגען. די אלע באטייליגטע הערן מיט נייגער מיינע ווערטער, און טרינקען מיט דורשט מיינע מיינונגען. ענווה און דער זייט געלייגט, פארשטיי איך גאר גוט, אויף וועלעכע פירצה מען דארך מוחה זיין, און וועלכע איז בעסער צו פארשווייגען, וואס ארבעט, און וואס קען בעק פייערען. וועלכע סטראטעטגיע צו ניצען, און פון וואס שטיין ווייט, וועלכען קול קורא צו פרינטען, און וועלכע גונז צו זיין. ווען מען הערט זיך צו צו מיר איז מען געווענליך מצליח ווען נישט איז מען געוונעליך אין פאר א וויסטע דורכפאל.
כהאף ווען די צייט וועט ערלויבן (און די לאנגע מוצאי שבתות) וועל איך מיטיילן מיטן עולם, חדשים וגם ישנים, ווי איך און ווען איך בין געווען אלץ אינוואלוואד, און איבער געבן פארן די ליינער דא א שמעק טאביק פון וואס אלץ עס גייט פאר אונטער די פירהאנג.

חמין במוצאי שבת מלוגמא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
מיטן האפנטליכער פערמאנענטע צוריק קער פון רבי בנימין זאל זיין געזונט אין שטארק - איז צום האפן אז מיסטער מי אני וועט שוין נישט דארפן נישטערן אזוי אומערמידליך אין די אלטע פארשטויבטע ארכיוון אפירצוקראצן אלטע אשכולות, וועלכע זענען מערסטייל געשריבן געווארן אינעם אמאליגן גייסט, פאר גאנץ א צווייטע אוידיענץ וועלכע מען טרעפט שוין נישט היינט דא ווי אמאל. עס איז צו ערווארטן אז מיסטער 'ווער בין איך' וועט ווערן מער שפעריש און ערצייגן אייגענע ווארע, און נישט בלויז קאמאנטירן מיט פילאזאפישע אויפפאסונגען אויף די מייסטערווערק פון די פריערדיגע חכמים וועלכע האבן אונז באלאכטן די אויגן אינעם ליכטיגן אמאל.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מיין נייע ארבעט
אם שמוע בישן תשמע בחדש (ברכות מ. סוכה מו:)...
(דארט וואו רש״י ברענגט אראפ די דרש, ביים אנהויב צווייטן פרשה פון ק״ש בדברים יא יג, ברענגט ער גראד אראפ נאכדעם די דרש פון שיהיו עליכם חדשים כאילו שמעתם בו ביום ע״ש...
וישן מפני חדש תוציאו (ויקרא כו י). "חדש תוציאו" עולה "הבנימין", טאקע מיט'ן ה' הידוע, בחשבון מנצפ"ך עם האותיות והכולל...)
*
viewtopic.php?p=443025#p443025
*
עס איז דא א פענאמענאן וואס רופט זיך די בענדזשאמין פרענקלין עפעקט. דאס איז אז א מענטש וואס האט דיר שוין אמאל געטוהן א טובה איז דיר מער עלול צו טוהן א טובה נאכאמאל, נאך מער ווי ווען דו האסט אים געטוהן א טובה.
איז לאמיר טאקע האפן אז די עפעקט וועט טאקע זיין דא. דהיינו, אז [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] האט אונז מהנה געווען און געטוהן א טובה מיט זיינע מייסטערהאפטיגע טאלאנטן פון שרייבן, שכל הישר, און הומאר, אז דאס זאל גורם זיין אז ער זאל אונז נאכאמאל טוהן א/די טובה און אונז ווייטער מהנה זיין וכהבענדזשאמין פרענקלין עפעקט הנקרא על שמו.

מ׳קען אפשר זאגן נאך טיפער (בפרט אז מ׳רעדט פון (א נייע) ארבעט...). אין (מייקרא)עקאנאמיקס איז דא א חילוק צווישן נארמאלע גודס און אינפעריאר גודס. נארמאלע גודס זענען די סארט זאכן וואס ווען די אינקאם און רייכקייט פון מענטשן גייען ארויף גייט די דימענד פאר די זאכן אויך אוועראל ארויף און ווען די אינקאם גייט אראפ גייט די אוועראל דימענד פאר די זאכן אויך אראפ (עס האט א פאזיטיווע אינקאם עפעקט). דאס הייסט מער ״לוקסוס״ זאכן וכדומה. משא״כ אינפעריאר גודס זענען פארקערט: די סארט זאכן וואס ווען די אינקאם און רייכקייט פון מענטשן גייען ארויף גייען די אוועראל דימענד פאר די זאכן אראפ און ווען די אינקאם גייט אראפ גייען די אוועראל דימענד פאר די זאכן ארויף (עס האט א נעגאטיווע אינקאם עפעקט).
עס דארף באטאנט ווערן אז אינפעריאר גודס מיינט נישט זאכן וואס זענען שוואכער אדער שלעכט, אדרבה עס קען מיינען די סארט זאכן וואס זענען מוכרח פאר׳ן מענטש און וואס ער גיבט אויף/סאבסטיטוט נאר ווען ער קען זיך ערלויבן לוקסוס וכו׳ (הגם, אין עקאנאמיקס, זענען דא נעסעסיטי גודס, וואס זענען אזוי ווי עסן פראדוקטן, וואס די דימענד פאר זיי טוישט זיך נישט קיין סאך פראפארציאנאל צום אינקאם טויש).
יעצט, עס איז דא די באקאנטע (מסתבר׳דיגע) געזעץ פון דימענד. דאס לויטעט אז ווען די פרייז פון א זאך גייט ארויף גייט די דימענד דערפאר אראפ וההיפך בהיפך. אבער עס זענען דא יוצאי מן הכלל. איינע פון די ווערט אנגערופן א גיפען גוד. דאס איז אזא סארט אינפעריאר גוד וואס ווען די פרייז דערפון גייט ארויף גייט די דימענד דערפאר אויך ארויף. דאס איז וויבאלד דאס איז אזא סארט נחוצ׳דיגע זאך וואס אין אלגעמיין ווען ער קען דאס סאבסיטוטן מיט עפעס אנדערש און מער לוקסוסדיג וואלט ער (אויף א חלק דערפון) דאס געטוהן [די סאבסטיטושען עפעקט]. אבער יעצט, וויבאלד זיין אינקאם איז די זעלבע און ער מוז האבן עפעס פון די גוד, איז ווען די פרייז דערפון גייט ארויף קויפט ער מער דערפון וויבאלד ער קען דאס נישט סאבסטיטוטן מיט אנדערע עקוויוועלענט נארמאלע גודס.
היבש אווערסימפליפייד כמובן.
כלפי מה דברים אמורים, [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag]’ס שרייבווערק דא איז ממש פון די סטעיפלס וואס מאכט די שטיבל ״די קאווע שטיבל״ און עס איז גאר גאר שווער צו סאבסטיטוטן עפעס דערפאר. איז היינט ווען די פרייז פון די סארט נחוצ׳דיגע געשרייבעכץ איז ארויף (די ״פרייז איך צאל״ פאר׳ן ארויפברענגען די סחורה... ), דאס מאכט בכלל אז די דימענד פאר דאס זאל ארויף גיין - עס איז פאר אונז א גיפען גוד.
ובכלל (לפי דברי [tag]קאך_לעפל[/tag]) איז אונזער ״אינקאם״ דאך אראפ. דהיינו אונז הא׳מיר שוין נישט די שרייבערס פון אמאל (דעם ״דור יתום״ און אנדערע אודיענץ פון היינט הגם דא אין שטיבל האבן ״די פריערדיגע״... אין אלגעמיין אנגענומען קעגן די טעזע פון ירידת הדורות...), וואס ביי דעם בכלל ביי אינפעריאר גודס מאכט דאס אז די דימענד זאל ארויפגיין.
(או יאמר, אז זיינע שרייבווערק זענען כעין וועבלען גודס, וואס דאס זענען גאר טייערע ווערדפולע חפצים וכו׳, וואס איז אויך א יוצא מן הכלל פון די געזעץ פון דימענד: אז ווען די פרייז דערפון גייט ארויף גייט אין אלגעמיין אויך ארויף די דימענד.)
און אז מ׳מאכט אזא לשון נופל על לשון קען מען אפשר סתם אזוי זאגן אז ״גיפען״ גוד איז מלשון ״גפן״, וואס ביי יין הבא מן הגפן טרעפט מען טאקע אז ווי עלטער עס איז אלס מער משובח ווערט עס. ועוד קצת יותר אפשר לומר אז די וואך פרשת משפטים זאגט דער חת״ם סופר עה״פ ועבדתם את ה׳ אלקיכם (וואס אויף די פסוק דרש׳נט די גמרא אין עירובין סה. אויף וויין ע״ש) אז די אותיות ״גפ״ זענען שורשן פון די אידן און מ׳דארף דאס גובר זיין אויף די נ׳ פון נחש און אזוי ווערט ״גפן״, און נישט פארקערט חלילה ״נגף״. און ווען ״גפ״ קומט זיך צאם מיט ״מרה״ איז עס גימטריא ״שכח״, וואס דאס איז די ״פג״ חולטים התלוים במרה (ב״מ קז:) ע״ש בדבריו. מ׳קען אפשר זאגן אז ווען מ׳איז מתקן ״גפ״ לטובה דהיינו ״גפן״ וכדבריו איז מען טאקע מתקן די שכחה. וואס דאס איז די ענין פון ארויפברענגען, חזר׳ן, און געדענקען זיינע עלטערע שרייבווערק.
וואס איך וויל פשוט ארויסברענגען (אפשר נישט אזוי גוט...) איז די געוואלדיגע קורת רוח וואס איך און די אנדערע ליינערס דא האבן פון [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag]’ס מייסטערהאפטיגע טאלאנטן, און ארויסברענגען ווי ווייט נחוץ און וויכטיג דאס וואס ער לייגט צו צום שטיבל איז. עס איז אונז אסאך מער ווי א לוקסוס; עס איז אונז נחוץ נחוץ און א נעסעסיטי ממש. ייש״כ מעומק הלב פאר דיינע קאנטריביושאנס צום שטיבל אינ׳ם עבר, און האפענטליך אינ׳ם עתיד אויך.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: מיין נייע ארבעט
קאך_לעפל האט געשריבן:מיטן האפנטליכער פערמאנענטע צוריק קער פון רבי בנימין זאל זיין געזונט אין שטארק - איז צום האפן אז מיסטער מי אני וועט שוין נישט דארפן נישטערן אזוי אומערמידליך אין די אלטע פארשטויבטע ארכיוון אפירצוקראצן אלטע אשכולות, וועלכע זענען מערסטייל געשריבן געווארן אינעם אמאליגן גייסט, פאר גאנץ א צווייטע אוידיענץ וועלכע מען טרעפט שוין נישט היינט דא ווי אמאל. עס איז צו ערווארטן אז מיסטער 'ווער בין איך' וועט ווערן מער שפעריש און ערצייגן אייגענע ווארע, און נישט בלויז קאמאנטירן מיט פילאזאפישע אויפפאסונגען אויף די מייסטערווערק פון די פריערדיגע חכמים וועלכע האבן אונז באלאכטן די אויגן אינעם ליכטיגן אמאל.
איך בין מוחה
איך מיין אז ק"ש האט נאכנישט געהאט אזא גאון בנגלה ונסתר ווי מי אני..
הזהרו בגחלתן..
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
מי אני האט געשריבן:
כלפי מה דברים אמורים, [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag]’ס שרייבווערק דא איז ממש פון די סטעיפלס וואס מאכט די שטיבל ״די קאווע שטיבל״ און עס איז גאר גאר שווער צו סאבסטיטוטן עפעס דערפאר. איז היינט ווען די פרייז פון די סארט נחוצ׳דיגע געשרייבעכץ איז ארויף (די ״פרייז איך צאל״ פאר׳ן ארויפברענגען די סחורה... ), דאס מאכט בכלל אז די דימענד פאר דאס זאל ארויף גיין - עס איז פאר אונז א גיפען גוד.
ובכלל (לפי דברי [tag]קאך_לעפל[/tag]) איז אונזער ״אינקאם״ דאך אראפ. דהיינו אונז הא׳מיר שוין נישט די שרייבערס פון אמאל (דעם ״דור יתום״ און אנדערע אודיענץ פון היינט הגם דא אין שטיבל האבן ״די פריערדיגע״... אין אלגעמיין אנגענומען קעגן די טעזע פון ירידת הדורות...), וואס ביי דעם בכלל ביי אינפעריאר גודס מאכט דאס אז די דימענד זאל ארויפגיין.
(או יאמר, אז זיינע שרייבווערק זענען כעין וועבלען גודס, וואס דאס זענען גאר טייערע ווערדפולע חפצים וכו׳, וואס איז אויך א יוצא מן הכלל פון די געזעץ פון דימענד: אז ווען די פרייז דערפון גייט ארויף גייט אין אלגעמיין אויך ארויף די דימענד.)
און אז מ׳מאכט אזא לשון נופל על לשון קען מען אפשר סתם אזוי זאגן אז ״גיפען״ גוד איז מלשון ״גפן״, וואס ביי יין הבא מן הגפן טרעפט מען טאקע אז ווי עלטער עס איז אלס מער משובח ווערט עס. ועוד קצת יותר אפשר לומר אז די וואך פרשת משפטים זאגט דער חת״ם סופר עה״פ ועבדתם את ה׳ אלקיכם (וואס אויף די פסוק דרש׳נט די גמרא אין עירובין סה. אויף וויין ע״ש) אז די אותיות ״גפ״ זענען שורשן פון די אידן און מ׳דארף דאס גובר זיין אויף די נ׳ פון נחש און אזוי ווערט ״גפן״, און נישט פארקערט חלילה ״נגף״. און ווען ״גפ״ קומט זיך צאם מיט ״מרה״ איז עס גימטריא ״שכח״, וואס דאס איז די ״פג״ חולטים התלוים במרה (ב״מ קז:) ע״ש בדבריו. מ׳קען אפשר זאגן אז ווען מ׳איז מתקן ״גפ״ לטובה דהיינו ״גפן״ וכדבריו איז מען טאקע מתקן די שכחה. וואס דאס איז די ענין פון ארויפברענגען, חזר׳ן, און געדענקען זיינע עלטערע שרייבווערק.
וואס איך וויל פשוט ארויסברענגען (אפשר נישט אזוי גוט...) איז די געוואלדיגע קורת רוח וואס איך און די אנדערע ליינערס דא האבן פון [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag]’ס מייסטערהאפטיגע טאלאנטן, און ארויסברענגען ווי ווייט נחוץ און וויכטיג דאס וואס ער לייגט צו צום שטיבל איז. עס איז אונז אסאך מער ווי א לוקסוס; עס איז אונז נחוץ נחוץ און א נעסעסיטי ממש. ייש״כ מעומק הלב פאר דיינע קאנטריביושאנס צום שטיבל אינ׳ם עבר, און האפענטליך אינ׳ם עתיד אויך.
דאס פנים איז מיר פארויטעלט פאר בושה פון די איבערפלוס פון קאמפלימענטן, פון די אנדערע זייט פיהל איך א חוב קדוש צו מגלה דעת זיין, דעת קדשי, אז איך בין נישט מסכים מיט קיין איין ווארט, אולי מיינט ער בענזשאמין הראשון..
מיינו שרייבעריי איז קיין ווערק נישט, און אוודאי נישט קיין "גיפען גוד" לול, עס איז נישט ווערט קיין פאראסטעטע רויטע פענני. אין כאן לא מייסטערהפטיקייט, ולא טאלאנט, והרינו באמת כקופה הנדרסת לפני רוב החברים והחכמים וואס קומען און גייען דא.
ניטאמאל פארשטיי איך די א' ב' וואס א חילוק פון אמאל און היינט, ביי מיר איז, מי אני מיט שילוח ,לעיקוואד מיט ליטוואק, געפילטע מיט רביה"ק העניך און כוכב, יענקל און ראובן, יאיר און גדליה, קאך לעפיל און שלמה וחזיקהו המלך, אלץ די זעלבע. איך רעדט שוין נישט אז שמעקעדיג, נולד, הוגה, ונבנתה, בערל בעל עגלה, שבת אחים, געוואלדיג, הממלוכה והמשלה לחי העולמים, און פיהל אנדערע זענען נאך אלץ דא, טאקע נישט מיט די היט און בעקיטשע אבער מען קומט נאך אריין כאפן א ציגערעטעל...
גענוג מיט די לאו סעילף עסטים, הייבטס ענק די פלייצע פתח פיכם ויאירו דבריכם!
חמין במוצאי שבת מלוגמא
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: מיין נייע ארבעט
דאס איז וויבאלד עס איז אין אלגעמיין א [סאציאלע] שטאטוס סימבאל און מ׳קויפט דאס/מ׳וויל דאס קויפן אויף זיך צו באווייזן וכו׳.
viewtopic.php?p=435329#p435329
הדסים האט געשריבן:ווען די אתרוג סוחר רוקט ארויף די פרייז פאר א ספעציפישע אתרוג און די דימענד גייט ארויף, איז עס אן אינפעריער גוד..?
מי אני האט געשריבן:וועבלען גודס, וואס דאס זענען גאר טייערע ווערדפולע חפצים וכו׳, וואס איז אויך א יוצא מן הכלל פון די געזעץ פון דימענד: אז ווען די פרייז דערפון גייט ארויף גייט אין אלגעמיין אויך ארויף די דימענד.
דאס איז וויבאלד עס איז אין אלגעמיין א [סאציאלע] שטאטוס סימבאל און מ׳קויפט דאס/מ׳וויל דאס קויפן אויף זיך צו באווייזן וכו׳.
טמיר האט געשריבן:איך מיין אז ק"ש האט נאכנישט געהאט אזא גאון בנגלה ונסתר ווי מי אני..
הזהרו בגחלתן..
viewtopic.php?p=435329#p435329
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
א גוטן הרב ר' בענדזשאמין.
איך האב געזען אייער אשכול דעם מוצאי שבת והנה עס איז מיר נולד געווארן א שטארקע קשיא.
אויבצווואר לויט ווי ס'האבן מיר איבערגעגעבן עטליכע פון די זקני החבורה מיט א זיכערקייט אז נאך א שטיק צייט פון קאווע שטיבל וואקסט מען דאס אויס און מען איז שוין מער נישט נייגעריג דערין בכלל. "עך, ס'איז אינגאנצן אנדערש" טענה'ן זיי, כ'בין געווען יונג, נאאיוו. היינט בין איך שוין אינגאנצן אנדערש.
די דאזיגע רייד האבן מיר מוסר געווען בנאמנות פארשידענע ותיקי השרייבערס נאכן זיך פאראינטערעסירן פארוואס איז זייער קולמוס נשבת געווארן. צי אינטערעסירט אייך שוין נישט קיין געזעלשאפטליכע רעוואלוציעס? נע. מען ווערט עלטער און מער באזעסן. ווער האט נאך געדולד צו דעם?
אלזא ר' בנימין האב צו אייך א קשיא. נאך אזויפיל יארן זיין אפוועזנד וואלט איר געדארפט אריינקומען מיט א אומעטיגן יאוש ניגון, בנוסח 'וואס גייט פאר מיט דאס פלאץ דא? א באנדע בעיביס' און דערנאך אריינשמעטערן א קורצן תגובה איבער ניהיליזם און איפכא דאיפכא'דיגע אויפגעקלערטקייט וויאזוי די גאנצע בריאה האט נישט קיין שום פשט און ממילא שטימט שוין די מהלך פון דעם סיסטעם, וואס די אלע וואס האקן דערויף זענען נאכנישט צוגעקומען דערצו ברוב טיפשותם, און דערנאך פארשוואונדן ווערן פאר נאך א שמיטה.
היות איר האט דאס נישט געטון נאר נאך עטליכע יאר וואס איר האט זיך זיכער געדרייט אויף די טיילאנדער בערג און גערייכערט הויכע ענינים, און דערנאך געווארן נאכמער אויפגעקלערט און זיך געדרייט ביי ר' איטשע מאיר און כ'ווייס וואס, און איר לאנדעט צוריק מיטן זעלבן ניגון פון רבנים, סיסטעם, פירצות. מוז זיין אז איר האט אוועקגעגעבן אייער ניק פאר א צווייטן. א פרישן יונגערמאן וואס הייבט אקארשט אן זיין קורצן-לאנגן קאווע שטיבל סייקל.
וואונטש איך אייך גרויס הצלחה.

ווי אזוי איך פארשטיי (עכ״פ איך רעד פון מיין אייגענע ערפארונג) איז נישט יעדער שרייבער דא דא מכח א ״רעוואלוציאנערישע/אנארכישע״ נייגונג וכדומה. ס׳איז אסאך מאל פשוט אן ארט וואו מ׳קען ארויסגעבן שעפערישע טאלאנטן, אינטעלעקט, הומאר וכדומה, אין די פארעם פון א שמועס מיט די זעלבע סארט געזעלשאפטליכע מענטשן, ווי נישט, מיט וועם מ׳איז אויפגעוואקסן און צוגעוואוינט [i.e. פון די חרדי׳שע געזעלשאפט], נאר מיט מער טאלעראנץ און (ווי נישט) אייניגע נייגונגען; אחים מקשיבים. דהיינו, כעין טאקע די סלאגאן פונ׳ם וועקער וואס איז ארויסגעוואקסן דערפון.
ווי אזוי איך פארשטיי איז דאס די שניט פון [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] און אויך דיר.
(כעי״ז האב איך פארשטאנען פון דיר טאקע דא. עס האט מיר טאקע געגעבן חיזוק דעמאלטס בשעתו. ייש״כ דערפאר.
איך פארשטיי אז וואס דו האסט געשריבן דא איז הומאריסטיש און טאנג-אין-טשיק.)

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
א חסיד פרעגט אייביג:
זאג נאר וויפל באצאלט מען דיר דארט אין ראדני פארן זיצן אין בית הכסא מיט כשר לפסח טישוס?
מאכסט כאטש א שיין פרנסה? שוין באקומען א העכרונג אין געהאלט?
בעט דעם שטערן א רעיס סאיז נישט אזוי פשוט זיך צו דארפן ספראווענען מיט די הארטע טישוס טאג איין טאג אויס און מישן די קאשע...

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
מיימון האט געשריבן:א גוטן הרב ר' בענדזשאמין.
איך האב געזען אייער אשכול דעם מוצאי שבת והנה עס איז מיר נולד געווארן א שטארקע קשיא.
אויבצווואר לויט ווי ס'האבן מיר איבערגעגעבן עטליכע פון די זקני החבורה מיט א זיכערקייט אז נאך א שטיק צייט פון קאווע שטיבל וואקסט מען דאס אויס און מען איז שוין מער נישט נייגעריג דערין בכלל. "עך, ס'איז אינגאנצן אנדערש" טענה'ן זיי, כ'בין געווען יונג, נאאיוו. היינט בין איך שוין אינגאנצן אנדערש.
די דאזיגע רייד האבן מיר מוסר געווען בנאמנות פארשידענע ותיקי השרייבערס נאכן זיך פאראינטערעסירן פארוואס איז זייער קולמוס נשבת געווארן. צי אינטערעסירט אייך שוין נישט קיין געזעלשאפטליכע רעוואלוציעס? נע. מען ווערט עלטער און מער באזעסן. ווער האט נאך געדולד צו דעם?
אלזא ר' בנימין האב צו אייך א קשיא. נאך אזויפיל יארן זיין אפוועזנד וואלט איר געדארפט אריינקומען מיט א אומעטיגן יאוש ניגון, בנוסח 'וואס גייט פאר מיט דאס פלאץ דא? א באנדע בעיביס' און דערנאך אריינשמעטערן א קורצן תגובה איבער ניהיליזם און איפכא דאיפכא'דיגע אויפגעקלערטקייט וויאזוי די גאנצע בריאה האט נישט קיין שום פשט און ממילא שטימט שוין די מהלך פון דעם סיסטעם, וואס די אלע וואס האקן דערויף זענען נאכנישט צוגעקומען דערצו ברוב טיפשותם, און דערנאך פארשוואונדן ווערן פאר נאך א שמיטה.
היות איר האט דאס נישט געטון נאר נאך עטליכע יאר וואס איר האט זיך זיכער געדרייט אויף די טיילאנדער בערג און גערייכערט הויכע ענינים, און דערנאך געווארן נאכמער אויפגעקלערט און זיך געדרייט ביי ר' איטשע מאיר און כ'ווייס וואס, און איר לאנדעט צוריק מיטן זעלבן ניגון פון רבנים, סיסטעם, פירצות. מוז זיין אז איר האט אוועקגעגעבן אייער ניק פאר א צווייטן. א פרישן יונגערמאן וואס הייבט אקארשט אן זיין קורצן-לאנגן קאווע שטיבל סייקל.
וואונטש איך אייך גרויס הצלחה.
גברא אגברא קא רמית?
די האסט גערעדט מיט אפאר זקני חבורה וואס האבן שוין ריטייערד און זיי האבן דיר געזאגט בלא בלא בלא, ממילא מוז זיין איז איך האלט אויך אזוי, אשר על כן איז מוכרח אז איך האב איבערגעגעבן מיין ניק פאר מיין איידעם, א שיינע קרעפל פשעטיל.
למעשה פרעגט דער רמב"ם א גוטע קשיא?
דער תירוץ איז אביסעל ווי דער מי אני זאגט, ווען מען שרייבט זיך איבער, אדער מען פרובירט צו טוישן עפעס, און עס גייט נישט ווערט מען פרוסטערירט. אבער אז מען האלט ז די קאפ העכערן וואסער און מען באשרייבט, מען קלאגט, מען זינגט, און מען מאכט ליצנות קען עס אנגיין ביז משיח'ס טאג.
או יאמר אזוי דער ציממערמאן טייטש, ותשועת צדיקים ה'- דער אייבישטער העלפט די ערליכע, מעוזם בעת צרה- אז מען שטעלט זיך ארויס מיט אן עזות ווען עס איז דא א פירצה, ותשועת צדיקים- העלפט דער אייבישטער. און אז מענטשן קומען פרעגן "פול טיים"? איז דער ענטפער יא פול טיים! אז די רשעים ארבעטען פול טיים, דארפן מיר אויף ארבעטן פול טיים, עכל"ק.
או יאמר בדרך שלישית, עס איז נאטינג ראנג צו שרייבן איבער די זעלבע קרעפ פאר פערציג יאר און א ציה. דע רבי זכרונו לברכה האט אויך אנגעהאלטן א קאמפ מיט די ציונים פאר פופציג יאר און ער איז עס קיינמאל נישט אויסגעוואקסען, זיינע חסידים זענען עס נאך היינט נישט אוסגעוואקסען. ולהבדיל בין יהודי לגוי, ארמוליי סולזיצין האט אויך געשנדר'ט זיין לעבן און זיין טאלאנט פאר שרייבן און באוויינען קאמיוניזים. די חילוק איז נאר פארן רבין האט עס נישט קיין סך געהאלפן, משא"כ סולזיצין האט דערלעבט די ישועה און נאך באקומען א נאבעל פרייז פאר זיין ווערק.
מיר גייען אינעם רבינ'ס דרך, מען דארף נישט אויף טוען מען דארף טוען, און אפילט אויב פאר איין איד איז נוסף געווארן איין אונס שכל, והיה זה שכרי מכל עמלי.
חמין במוצאי שבת מלוגמא