וויאזוי אונזערע מנהגים און משוגעת׳ן ווערן געבוירן
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

יעדער ווייסט אז חסידים האבן געוויסע מנהגים, קפידות, טראדישאנס, מלבושים, למינהם א שטייגער ווי די הוט אויף די רעכטע זייט, שטיוועל, ארויפגעדרייטע פיאות, די אונגארישע רומענישע גיין מיט שטריימלעך און די פוילישע מיט קאלפיק/ספאדיק, איין חסידות טראגט געפלאכטנע עטרות און די אנדערע געקעסטעלטע, איין חסידות גייט די רבי אין א געווענטליכער טאג מיט א פשוטע הוט און ראש חודש מיט קאלפיק און א אנדערע חסידות טוט מען נאר אן די קאלפיק ווען סאיז פונקט דא א חתונה אינעם רבינ׳ס הויף אויב ס׳געפאלט דוקא ווען עשרה בטבת פאלט אויס אויף א פרייטיג, זאגט מען יעלה ויבוא צוויי מאל והי נועם זיבן מאל בין גברא לגברא אויסגעדרייט צו מערב...
מיט די יאהרן איז די אלע מנהגים פארהייליגט געווארן, אזש אז אסאך אידן ווילן נישט אפילו הערן פון זיך משדך זיין איינער מיטן צווייטן אויב זיין טאכטערס מאן גייט נישט גיין מיט קיין ווייסע זאקן די זיבעטע טאג פון די וואך איז בכלל נישטא קיין רעדע אז ער זאל אזא איינעם נעמען פאר א איידעם...
נעכטן נאכט איז ב״ה באשאפן געווארן א נייע משוגעת אינערהאלב די חרדישע ציבור, פארנט פון אונזערע אויגן...
די וויזניצער רבי פון קיימישע הרב ר׳ מענדל וואס איז באוואוסט אלץ גרויסער ת״ח און א קליינער חכם אין דזשענעראל איז געקומען צו די וויזנצער חתונה אין ב״פ (די זוהן פון זיין נעפיו הרה״צ ר׳ יעקב יוסף מוויזניץ ב״פ) און געזיצן א גאנצע חתונה מיט שווארצע זון-ברילן אלץ די קפידה פונעם טאטען ז״ל אויף בילדער....
יאהרן ארום וועלן אלע חסידי וויזניץ קיימישע נישט וועלן זיך משדך זיין איינער מיטן צווייטן אויב דער איידעם גייט נישט מיט קיין זון-ברילן....
יא יא! לאכטס נישט! סאיז א ביטערע געלעכטער....
דער ר׳ מענדל מיט זיין גרויס חכמה האט אויסגעשפילט גאנץ קראקא און האלב מאסקווע... ממש איבערגעקלוגט די סיסטעם, שווארצע זון-ברילן וועלן זיין א חציצה אויפן בילד!!!
אזוי ווערט געבוירן אלע משוגעתן...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 7 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
דא קען מען זעהן בילדער פון די חתונה, פון ר׳ מענדל מיט די זון-ברילן
https://mobile.twitter.com/AdmorimShlit ... 59/photo/2
https://mobile.twitter.com/AdmorimShlit ... 59/photo/2
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
איימיצער קען זיך מרחם זיין אויף די מאדנע מנהיג און אים מודיע זיין אז מ'קען קויפן קאנטעק לענסעס וואס טוישט די קאליר פון די אויגן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאסל ראקאווער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
יין שרף האט געשריבן:אינטרעסאנט אז ער טוט זיך נישט אן א מאסק, ויתן על פניו מסוה. אדער אפשר זאל גאר די גבאי גיין און אנטוהן א מאסק פון עם...
כ׳בעט דיך, רעדט נישט הויך... ער קען זיך נאך ארויפכאפן אויף דיין געדאנק און זיך אנרוקן אין ביהמ״ד ביי די הושענת מיט א מאסק.
הלכה בידוע אז ״מאנקי סי מאנקי דא״ אלע גיבערס חסידים וועלן זייער שנעל נאכטוהן די משוגעתן.
אזוי הייבט זיך אלעס אן, אפילו געוויסע סטיילס און טרענדס אין סעקיולער סאסייעטי׳ס קומט אלעס ווייל יענער טוט עפעס און איינער מאכט נאך דעם צווייטן... יעדע היינטיגע מחותנסטע וויל אז ביי איר שבת-שבע-ברכות זאל ליגן דרייסיג דאזען מיניטשערס וואס פאר א יעדע שטיקל באזונדער דארף מען לכה״פ דריי טיי-אווענטס און צוויי מארגעטשעס. און אלעס איז בלויז ווייל זי האט דאך עס געזעהן ביי איר מחותנסטע, און ביי איר חברטע שרה לאה, און ביי די קעסטענבוים׳ס און די וויינבערגער׳ס, און אז זי וועט עס נישט האבן וועט זי דאך זיין יאנטשי, ממילא איז נישטא קיין ברירה.
דאס איז נאר געזאגט געווארן ווען סתם מענטשען טוהן עפעס, און א צווייטער טוט עס נאך און מיט די צייט גייט עס מעהר און מעהר אריין אין סטייל.
כ״ש וכ״ו אויב א רבי פון חסידים טוט עפעס איז זיכער אז מאנקי סי מאנקי דא, אן קיין שום שאלות. אז די רבי טוט אזוי מוז זיין אז דאס איז עס...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: וויאזוי אונזערע מנהגים און משוגעת׳ן ווערן געבוירן
אויבן אויף זעהט עס טאקע אויס פאריקט צו גיין מיט זון ברילן ביי א טיש אבער למעשה טראכט איך אז אפשר איז ער פשוט פעד אפ מיט די חסידישע פאפאראצי און וויל זיי זאלן אויף הערן.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 189
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
- האט שוין געלייקט: 256 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
- הדסים
- היימישער באניצער
- הודעות: 354
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל
הדסים האט געשריבן:ער האט געזאגט אז ער טוט עס צוליב דעם? (איך קען אים נישט פערזענליך, קען זיין עס איז זעלבסט פארשטענדליך. אבער אויב וואלט איך עס געזען אויף א געווענליכער מענטש וואלט איך געטראכט אז ער איז אריבער אן אפעראציע אויף די אויגן וכדומה)
האב איך פונקט געהערט די תשובה צו מיין שאלה, יא, ער האט געזאגט אז ער טוט עס צוליב דעם.
ווייס איך נישט פארוואס קיינער האט מיר נישט גענטפערט, קען זיין מען האט געמיינט איך טראל סתם, זאג איך ענק איך בין זייער אן ערנסטער, און מיינע שאלות פרעג איך מיט די גאנצע תמימות.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 766
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: אינטרעסאנט. ס'פאלט דיר גארנישט איין אז דער קיי'מיש'ער רב זז"ג האט עפעס א מיחוש אויף די אויגן. און ער איז זייער שטארק סענסיטיוו צו ליכטיגקייט. די משנה אין מס' אבות זאגט אונז..."והוה דן את כל האדם לכף זכות"...!
קודם כל סאיז זיכער וועגן די בילדער. ער אליינס און זיינע מענטשען זאגן דאס- גארנישט וועגן די אויגן.
לכתחילה האט ער געוואלט מ׳זאל אים מאכן אז עפעס א שמאטע זאל ארויסקומען פון זיין שטריימל און באדעקן זיינע אויגן. נאר איינע פון זיינע מענטשען האבן אים גע׳עצה׳ט אז ענדערש זאל ער נוצן זון-ברילן און סאיז אים געפאלן די איידיע.
איך בין אים דן לכף זכות!
ער רעדט זיך איין אז אזוי גייט ער אנקומען אין עפעס א העכערע היכל אין גן עדן לעבן זיין טאטען, וכדומה
איך טענה נישט אז ער דארף גיין זיצן אין תפיסה אדער ס׳קומט זיך אים עפעס א שטראף פארן גיין מיט זון ברילן.
איך זאג נאר אז אזוי הייבט זיך אן אלע משוגעתן און פארטיג.
ס׳האט גארנישט מיט אידישקייט, ערליכקייט. ס׳האט פשוט צוטוהן מיט א משוגעת און פון דעם ווערט נאכדעם א גאנצע תורה.
דאס אלעס...
אונז האבן שוין גענוג משוגעתן, און על הראשונים אנו מצטערים...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- הדסים
- היימישער באניצער
- הודעות: 354
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל
אויב וויל מען דן זיין לכף זכות קען מען זאגן פשוט.
ער האט זיך דערזען אין א מצב אז יעדע שמחה וואו ער גייט שטערט ער פאר די בעלי שמחה און אלע ארומיגע. זיין טעראפיסט האט אים געזאגט אז עס וועט נעמען בערך 18 חדשים צו ווערן אינגאנצען אויסגעהיילט פון דעם פראבלעם, און די גאנצע צייט וועלן אידן ליידן. האט ער אנגעטון די גלעזער, יעצט ארבעט ער קודם אויף אנדערע אישוס, און ביזדערווייל ליידט נישט דער עולם.

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
שטיוול
אין טשערנוביל איז מען געגאנגען לאנגע הויזן, זיין ברודער וואס האט אים חתונה געמאכט איז געגאנגען אין ווייסע ארויפגעצויגענע זאקן.
איז רבי יעקב יוסף טווערסקי אריין אין א 'גאר גרויסע' דילעמע, גיין ווי דער טאטע אדער פוגע זיין בכבודו פונעם ברודער.
פיקחות עצומות, - ויקרא שמו בישראל 'שטיוול', און אלע 'פראבלעמען' געלעזט.
ומשם ואילך אז א סקווירא זאל נאר אויסטוהן זיין שטיוול, אחת דתו ל... ער ווערט שוין געסטעמפלט
צענדליגע אונגארישע נערנים זענען געצווינגן געווארן זיך צו באקליידן אין שטיוול ווייל ר' יעקב יוסף טווערסקי האט געהאט א פרעזענטליך משפחה פראבלעם, עד דע רעסט איז היסטערי.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
אויפשטיין אינגאנצן ביי אלקינו ברהמ"ז
היינט איז די אנגענומענע מנהג אין בעלזא און זיינע בהמות שווענץ נאך איהם, אז ווען מ'איז מכובד מיט בענטשן, שטעלט מען זיך אויף אינגאנצן, נישט גענונג אז מ'הייבט אונטער דער מחילה ווי אזוי מ'האט זיך אייביג געפירט, וכן נהגו רוב תפוצות ישראל. ווען איז דאס געבוירן געווארן?
רבי ישכר דוב רוקח איז געווען אין אמעריקא צוויי מאל אין יאר תשנ"ט, יענעם יאר ל"ג בעומר האט ער געפירט אין דער בית יעקב שולע (באבוב 45 שוהל), צוליב סיי וועלכע סיבה איז ער געזעצן זייער אומבאקוועם דורכאויס יענעם גאנצן טיש, ער האט זיך גאנץ אסאך אונטערגעהויבן. דער נימוקו עמו וואס מ'האט געזען איז צוליב וואס דער זיץ אויפן בענקל האט געהאט פלעסטיק אנשטאט סחורה. זעהט אויס דער סחורה צוליב דער הוץ אינם זאל האט גורם געווען אז דער פלעסטיק איז צוגעקלעבט געווארן צום בעקעטשע דאס האט אים געמאכט זייער אומבאקוועם.
ווען ער האט געבענטשט ביי דעם סעודה, בשעת זאגענדיג דעם 'אלקינו' האט ער זיך געגעבען פלינקערהייט (שלא כהרגלו) א שטעל אויף במלוא קומתו, דאן א א געניטע אויג געקענט זעהן ווי דער פלעסטיק טיילט זיך אינגאנצן אפ פונען בעקעטישע. ומשם ואילך, מנהג בית בעלזא... מי יבוא אחרי המלך...
רבי ישכר דוב רוקח איז געווען אין אמעריקא צוויי מאל אין יאר תשנ"ט, יענעם יאר ל"ג בעומר האט ער געפירט אין דער בית יעקב שולע (באבוב 45 שוהל), צוליב סיי וועלכע סיבה איז ער געזעצן זייער אומבאקוועם דורכאויס יענעם גאנצן טיש, ער האט זיך גאנץ אסאך אונטערגעהויבן. דער נימוקו עמו וואס מ'האט געזען איז צוליב וואס דער זיץ אויפן בענקל האט געהאט פלעסטיק אנשטאט סחורה. זעהט אויס דער סחורה צוליב דער הוץ אינם זאל האט גורם געווען אז דער פלעסטיק איז צוגעקלעבט געווארן צום בעקעטשע דאס האט אים געמאכט זייער אומבאקוועם.
ווען ער האט געבענטשט ביי דעם סעודה, בשעת זאגענדיג דעם 'אלקינו' האט ער זיך געגעבען פלינקערהייט (שלא כהרגלו) א שטעל אויף במלוא קומתו, דאן א א געניטע אויג געקענט זעהן ווי דער פלעסטיק טיילט זיך אינגאנצן אפ פונען בעקעטישע. ומשם ואילך, מנהג בית בעלזא... מי יבוא אחרי המלך...
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
כהאב אויך אזוי געהערט. סאיז דא א צווייטע נוסח פון ווי די שטיוועל איז געבוירן געווארן. ס׳שטאמט ווייל דארט אין רוסלאנד איז געוועהן קאלט און בלאטיג.
אין וויזניץ לייגט מען אריין די טלית אין די גארטל. ווייל דער צמח צדיק האט אזוי געטוהן. פשוט ווייל ס׳האט אים מסתמא נערוועז געמאכט אז די טלית איז אראפגעפאלן פון די אקסלען. האט ער עס געגעבן א רוק אריין אין גארטל אריין און אזוי איז געבוירן געווארן די מנהג- גראדע איז עס גאנץ באקוועם.
די הוט אויף די רעכטע זייט קומט ווייל איינע פון די וויזניצער רביס ווען ער געגעאנגען שפאצירן האט געזעהן גלחים מיט די זעלבע הוט האט ער אויסגעדרייט די הוט צו רעכטס. (אינטערסאנט אז סערט-ויזניץ האט עס נישט אדאפטירט)
אין וויזניץ לייגט מען אריין די טלית אין די גארטל. ווייל דער צמח צדיק האט אזוי געטוהן. פשוט ווייל ס׳האט אים מסתמא נערוועז געמאכט אז די טלית איז אראפגעפאלן פון די אקסלען. האט ער עס געגעבן א רוק אריין אין גארטל אריין און אזוי איז געבוירן געווארן די מנהג- גראדע איז עס גאנץ באקוועם.
די הוט אויף די רעכטע זייט קומט ווייל איינע פון די וויזניצער רביס ווען ער געגעאנגען שפאצירן האט געזעהן גלחים מיט די זעלבע הוט האט ער אויסגעדרייט די הוט צו רעכטס. (אינטערסאנט אז סערט-ויזניץ האט עס נישט אדאפטירט)
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
מנהג באבוב - צו נוצן צוויי מעסערס בליל שב"ק
ווער עס גייט היינט צו א טיש אין באבוב וועט אויפכאפן אז די באבוב רביים נוצן צוויי מעסערס, איינס פאר מאכן דעם קרוץ, און מיטן אנדערן שניידן זיי אויף די חלה. וואס עפעס? פארוואס קענען זיי נישט נוצן דעם זעלבע מעסער?
אלע יארן האט רבי בן ציון מ'באבוב זצ"ל הי"ד, בעל קדושת ציון גענוצט א גלאטע מעסער, אן ציינדליך, דאס פלעגט ער אנצושארפן יעדען ערב שבת, מיט דעם איינעם מעסער האט ער סיי געמאכט דעם קרוץ און סיי אויפגעשניטן די חלות. איז דאך גוט.
ויהי היום, ער האט משדך געווען זיין טאכטער מיט א זוהן פון א מאדערנעם, קמץ בערדל, איד, מיט נאמען פייוויש סטעמפל, ער איז געווען א גביר אדיר, און א מיטגליד אינעם פולישע סיים (פארלימענט; קאנגרעס). זיין זוהן, דער חתן ר' משה, האט געשיקט צו זיין צוקומפעדיגע שווער א מעסער אלס א מתנה. דער פרומער חברה דארט האבן נישט געוויסט וואס צו טוהן, וויבאלד דעם מעסער וואס ר' משה האט געשיקט איז געווען א מאדערנע דייטשע מעסער וואס מ'האט גערופן זעג-מעסער, ווייל עס האט געהאט ציינער וואס דאס האט גרינגער געמאכט דאס שניידן מיט א מעסער. זענען זיי אויפגעקומען מיט אזא פלאן, ביים טיש האבן אוועקגעשטעלט ביידע מעסערס, זאל דער רב אליינס מחליט זיין וואס ער וויל טוהן.
קומענדיג אויפצושניידן דער חלה, האט ער געזעהן ביידע מעסערס, נאך עליכע סעקונדעס קוקענדיג אויף זיי האט ער גענומען דער גלאטע מעסער צו מאכן דעם קרוץ, און דעם זעג-מעסער אויפצושניידל דער חלה. דאן איז ער אריין אין א שמועס איבער זיין החלטה, ואכמ"ל.
עכ"פ צוליב וואס א חתן (זוהן פון א מאדערנער איד, וואס האט עס ווארשיינדליך געקויפט) האט געשיקט צום שווער א מתנה, איז געבוירן געווארן א נייע סעיף שו"ע אינערהאלב מנהגי ליל שבת קודש בבית באבוב.
אלע יארן האט רבי בן ציון מ'באבוב זצ"ל הי"ד, בעל קדושת ציון גענוצט א גלאטע מעסער, אן ציינדליך, דאס פלעגט ער אנצושארפן יעדען ערב שבת, מיט דעם איינעם מעסער האט ער סיי געמאכט דעם קרוץ און סיי אויפגעשניטן די חלות. איז דאך גוט.
ויהי היום, ער האט משדך געווען זיין טאכטער מיט א זוהן פון א מאדערנעם, קמץ בערדל, איד, מיט נאמען פייוויש סטעמפל, ער איז געווען א גביר אדיר, און א מיטגליד אינעם פולישע סיים (פארלימענט; קאנגרעס). זיין זוהן, דער חתן ר' משה, האט געשיקט צו זיין צוקומפעדיגע שווער א מעסער אלס א מתנה. דער פרומער חברה דארט האבן נישט געוויסט וואס צו טוהן, וויבאלד דעם מעסער וואס ר' משה האט געשיקט איז געווען א מאדערנע דייטשע מעסער וואס מ'האט גערופן זעג-מעסער, ווייל עס האט געהאט ציינער וואס דאס האט גרינגער געמאכט דאס שניידן מיט א מעסער. זענען זיי אויפגעקומען מיט אזא פלאן, ביים טיש האבן אוועקגעשטעלט ביידע מעסערס, זאל דער רב אליינס מחליט זיין וואס ער וויל טוהן.
קומענדיג אויפצושניידן דער חלה, האט ער געזעהן ביידע מעסערס, נאך עליכע סעקונדעס קוקענדיג אויף זיי האט ער גענומען דער גלאטע מעסער צו מאכן דעם קרוץ, און דעם זעג-מעסער אויפצושניידל דער חלה. דאן איז ער אריין אין א שמועס איבער זיין החלטה, ואכמ"ל.
עכ"פ צוליב וואס א חתן (זוהן פון א מאדערנער איד, וואס האט עס ווארשיינדליך געקויפט) האט געשיקט צום שווער א מתנה, איז געבוירן געווארן א נייע סעיף שו"ע אינערהאלב מנהגי ליל שבת קודש בבית באבוב.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
הדסים האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:כהאב אויך אזוי געהערט. סאיז דא א צווייטע נוסח פון ווי די שטיוועל איז געבוירן געווארן. ס׳שטאמט ווייל דארט אין רוסלאנד איז געוועהן קאלט און בלאטיג.
נישט קיין סתירה, ווייל אין רוסלאנד איז דאס א לבוש, איז דאס געווען די סעלושען. אין צפת וואלט עס געווען גאטשעס מיט קראקס.
אפשר דארף מען איינפירן די רבנים זאלן גיין מיט גאטשעס און קראקס א שטייגער ווי דער
״כמו צפת הדסים״
דו ביסט דאך דער בעל ה׳הדסים...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
בעלזא: יום כיפור טראגט מען נישט קיין קיטל
דער בעלזא שוהל איז געפאקט מיט מענטשן, עפעס דאס יאר שפירט זיך א גרעסערע געדרענג וויי סיי וועלכע יאר, עס איז נישט צום אויסהאלטן. עטליכע מקורבים גייען צו צום רב, רבי יהושע רוקח זצ"ל און געבן איבער וואס עס טוט זיך אינעם חלל הבית המדרש.
דער צדיק רבי שיע'לע גיבט א טראכט און דער איז ער מקיין דעם פתח ואמר: "יום כיפור קומען אראפ די נשמות פון יענע וועלט און געפונען זיך אין שוהל, אבער היות מען גייט מיט קיטלן קענען זיי נישט מבחין זיין, שטיפן זיך די נשמות אריין צווישן די מענטשן, זאג זיי, אז מ'זאל אויסטוהן די קיטלן וועלן די נשמות זיך האלטן העכער דעם עולם, וועט ווערן מער פלאץ".
מאז ואילך עד היום הזה מנהג בית בעלזא וכו'...
אוי ביים רבי'ן ז" אין ראדני... ווער ווייסט וויפיל פלאץ וואלט צו געקומען...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דולה ומשקה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
בעלזא: פסח עסט מען נישט קיין עפל
אוי געוואלד!!!! וואס איז דאס? פסחחחחח!!!!
-אה, ברוך השם, גארנישט געשעהן, ס'נאר א קערענדל פון א עפל. אפגעקומען מיט שרעק.
אפגעקומען מיט שרעק זאגסטו? אזוי מיינסטו, דער דעמעדשט וואז דאן. דער צדיק רבי שיע'לע: "מער עסט מען נישט אין בעלזא קיין עפל אום פסח, וויבאלד איר קערענדל זעהט אויס ווי א חטה"...