קדש !!! הער איך מיין טאטע אויסשרייען ווי כאילו זיין ערוואטעטע תירץ איז בסך הכל איעדעם צו זעהן שטיין גרייט און זיין דא ״פאולי״ פאר אים יעצט און דיע מינוט, (היינט איז ער דאך דער קעניג - אייגענטליך ווען נישט) איך אבער פונקט ווי דער לעמעל פון קרבן פסח, גראם אים באלד אנשטאט מיט א אומוויסענדע תמימות דעם איינעם תירץ וואס איך קען - קדש ווען דער טאטע קומט אהיים וכו׳ זייער שיין זעקעל קאמפלימענטירט מיך מיין טאטע מיט אן ארויסקעקוועטש׳טען שמייכעל וואס קוקט אויס נענטער צו א געניץ ווי צו א שמייכעל און לייגט באלד צו אזא ״פעשי געוואלדיג״ מיט א קענטיגער פלוצלימדיגער הרגש כנוסח בתי אונגארן
(צו באמערקען די באדייט פון די הוספה ״ פעשי געוואלדיג״ ווייסן ביידע פון אונז נאך אלץ נישט עד היום הזה, לכורה א תיקו אויב עפעס בכלל)
פארזעצונג איה
ביים סדר נאכט אלס קינד
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
ביים סדר נאכט אלס קינד
סברי מרנן הער איך מיין פאטער’ס שטימע דונער׳ען ווי גלייך ער קאפיערט אצינד משה עושר׳ס כל נדרי, עס פאלגט באלד נאך מיט אן האסטיגער הגפן אפשטעל, ענדליך צו שלמה שאמעס׳ענס קוואטער אויסרוף, און גלייך דערנאך די אומגליק... דאס קיטעל ענדערט קאלירען פון ווייס צו פוירפעל, אזאנס קען דאך פארשטייט זיך נישט פארשוויגען ווערן, היינט איז מען דאך מלך נו א מרידה במלכות בו ביום... ווער האט געשאקעלט די טיש טרייסעלט מיין קליין קערפער אויף פאר גרויס פחד ווען איך מיין פאטער׳ס ברויזענדע שטימע דונער׳ען, נו אז מען האט די זכי׳ אין מע׳טראגט דעים נאמען זעקעל האט מען זיין נאטור אין כאראקטער אויך באקומען מיט׳ן זעקעל, איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז מיין באלדיגער רעאקציע איז א תמימות׳דיגקען ״נישט איך״ ,ווי כאילו עס דארף מיין באשטעטינגונג אז דאס איז טאקע מיך נישט געווען, ווען אן איינס מיט איינס חשבון זאגט דאס, וויבאלד צום שווער׳ן הילצערנעם מעבל טיש בין איך בטל בששים סיי במידה אין במשקל אוודאי, אין איז שטייט זיך נישט רירבאר דורך מיין קליין קערפער, צו מיין באלדיגען ערטוישונג באקום איך צוריק אן ״אזוי״ פון מיין פאטער׳ס ברויזידיגער שטימע מיט אזא בלשון קשיא, ווי צו זאגן proof me write אין דאס איז איצט מיין פליכט, וויבאלד מיר האבען דאך דעים כלל אז אויפן גנב ברענט דאס היטל ממילא... איך כאפ זיך באלד אין וואסערע פלאנטער איך בין דא פארכאפט געווארן, (צו וואס פוקנט איך, כאפ איך נישט, אין איך כאפ נאך אלץ נישט עד היום הזה, ווען איך מאך שוין חתונה מיינע קינדער, אין ליידען דערפאר ליידט איינער דערפון טאקע איך דער זעקעל) אין כ׳הייב אן פראטעסטירען אזש די טענער הייבן זיך אין דערנאך קומט דו ״באם שעל״ ווען איך הער איך מיין פאטער׳ס געשריי, א מחוצף ביסטו מיר אויכעט, מער האט נישט געפעלט....
פארזעצונג איה
פארזעצונג איה
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ייש״כ גדול
פסח איז די איינציגסטע צייט ווען אלע טויערן זענען פארמאכט, קיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך ביי יענעם, ווי אזוי אנדערע טון. שבת סעודות עסט מען צומאל ביי אנדערע, פורים מיט סוכות זעט מען, אבער פסח איז נישט אזוי. יעדער האט זיין טאטע/זיידע/שווער, און אויף מער ליינט מען אין הגדה דברי יואל אדער ויגד משה. א בליק אין יענעמ׳ס שטוב איז אייביג אינטרעסאנט.
פסח איז די איינציגסטע צייט ווען אלע טויערן זענען פארמאכט, קיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך ביי יענעם, ווי אזוי אנדערע טון. שבת סעודות עסט מען צומאל ביי אנדערע, פורים מיט סוכות זעט מען, אבער פסח איז נישט אזוי. יעדער האט זיין טאטע/זיידע/שווער, און אויף מער ליינט מען אין הגדה דברי יואל אדער ויגד משה. א בליק אין יענעמ׳ס שטוב איז אייביג אינטרעסאנט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא