ווען איך האב חתונה געהאט, האב איך געהאט א שוועריקייט מיט מיין אשת חיל צו אנערקענען איהר אייגענע גוף, זי איז געווען א ס'רחל מוסטער ווי אסאך היימישע פרויען, פאלשע צניעות איז איהר געווען אריינגעבאקן עד דכדוכה של נפש, עס האט איהר גענומען יאהרן בלי גוזמא צו 'טיילווייז' איבערקומען איר אייגענע תפיסה, מיט דעם אלעם גלייב איך אז זי וועט קיינמאל נישט גענצליך פון דעם ארויסקריכן. (וואס-מער, זי איז נישט מודה בכלל אז זי האט אן אישו מיט זיך אליין זעהן, הנאה האבן פון די אייגענע גוף...) איבעריג צו זאגן אז אין א מעריעדזש איז דאס א היפשע שטער.
אבער נישט דאס איז מיין נושא דא… מיין שאלה איז מיט מיין קליינע טאכטער'ל שלא טעמה טעם חטא, זי גייט היצט אין די זעלבע ס'רחל מוסדות ווי מיין עקרת הבית האט באקומען איהר גלענצענדע חינוך, און איך זעה ווי זי הייבט אן צו ווערן אבסעסט מיט צניעות, דא די קלייד, דא די טייץ, דא די ערמל, שיקט ארויס יעדן ווען זי איז 'נישט צניעות' ווען מ'זעהט א ברעקעלע נאקעט פון די פיס, זי איז אינגאנצן פיהר יאר!
אלל-אין-אלל זעה איך ווי עס בויעט זיך א אישה כשירה ס'רחל סטאנדארד, אזאך וואס איך האב מיך געשוואוירן ביי מיין מאמעס גע'גאל'טע קאפ אז איך גיי עס נישט צולאזן צו געשעהן ביי מיינע טעכטער, בעזרת השי"ת.
אבל דא עקא, עס ווערט געבויעט ביי איהר אן שכל, ווי א מאנאטאמישע זאך, ממילא סתם זאגן אז 'עס איז גארנישט' איז קיין מהלך, חוץ וואס עס וועט איהר ווארשיינליך צעמישן, וועט זי איבערזאגן פאר כל מאן דבעי למינדא, אז 'מיין טאטע זאגט אז צניעות איז גארנישט', פון די אנדערע זייט, ריזאנען מיט אזעלכע קליינע קינדער איז אויך קיין אפשן, אלזא וואס טוט מען?
חינוך שאלה - צניעות
דער אשכול פארמאגט 10 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן