בעל דרשן האט געשריבן:עקעלדיגע קאווער פוי ווי איז די שכל דעס מיינט ער קומט ארויס מיט א חסידישע אלבוים????
פוי פוי פוי. די קאווער קען זיך אפילו נישט פארמעסטן מיט די גראפיקס פון א צעטל אין מאה שערים, זיינע ניגונים הערן זיך ווי דזיבירעש קעגן מיינע שבת זמירות. פוי!
לדעתי, טאמער איז די אלבום אזוי ארטיסטיש ווי די קאווער איז דא אסאך טאלאנט צו ערווארטן דערפון און זיך דערקוויקן דערמיט.
איך האלט אז ס׳איז שטארק ארטיסטיש פון א מאדערן קוק-ווינקל; עס עוואקט א פילינג (לדעתי) פון נוצן פשוטע זאכן אויף אויסצופארמען עפעס מוזיקאליש; דורך פשטות צוצוקומען צו עפעס טראנסענדענט. עפעס וואס מ׳ערווארט פון א מוזיקאלישן ארטיסט (בפרט פון אזא קריעיטיוו טאלאנט ווי ליפא׳ס קאליבער; קריעיטיוו טאלאנט איז קריעיטיוו טאלאנט).
עס קען אויך זיין אז ער וויל מרמז זיין טאקע צו דעם אז פון מבוזה׳דיגע זאכן [מ׳האט אים מבזה געווען, דערווייטערט וכו׳] שטעלט מען דאך צאם ארט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
יעצט זעה איך אל תתככל בקנקן אלא במה שבתוכו די דעקל איז עקעלהאפטיג אבער די סידי קוקט אויס צו זיין גאר גאר שיין א שטייגער צו זיינע פריעדיגע סידיס פארפאלן ליפא האט טאלאנט וואס קיינער האט נישט די חתם סופר ניגון א שטארקע נקודה ברענגט ער ארויס בך בטחו איז דאך א שטיק הארץ מאמע מאמע גיב מיר א ציקערל... א ניגון מלא רגש איך וועל עס בעזרת השם קויפן ווייל מיר מוזן אים מחשיב זיין און מחזק זיין אויף די דראסטישע טויש וואס ער האט געטון
א קיצור, עס איז געווען א שיינע build up פון דעם בעל דרשן. סוף מעשה במחשבה תחילה, אז צום סוף וועט אפילו דער קטיגור ווערן די סינגור, און אויך מודה זיין אז זה היום קיוינו לו, און דער קאסעטע איז איינס אין די וועלט, אשר על כן ברויכן מיר די נוטראלע צוקוקער אודאי לויפן קויפן. כ'בעט דיר הער אויף מיט די מאַניפּיאַליישאַן.
היינט גייט מען הערן אויף אסאך גרופס גרויסע טענות קעגן ליפא שמעלצער'ס נייע אלבום. לכאורה בין איך סתם א שווארץ-קוקער, וויאזוי קען איז וויסן ווי גוט די אלבום גייט זיין?
אבער ניין! איך האלט דייקא פארקערט, ס'גייט זיין איינע פון זיינע בעסטע אלבומס, וואס איך זאג איז נאר וואס דער עולם גייט זאגן דערצו ווען ס'קומט ארויס.
פארוואס זאג איז אזוי? לאמיר צוריקגיין אביסל.
ליפא שמעלצער. א נאמען וואס איז ברייט באקאנט. און ווי ליפא אליינס האט געזאגט פאר איינע פון זיינע חברים שוין צוואנציג יאר צוריק "ווען מ'גייט זאגן די נאמען ליפא וועט יעדער גלייך וויסן אז מ'מיינט מיר"... ליפא איז א פייאניר. ליפא איז א מחדש. ליפא איז פאראויס פון זיין צייט.
אין די אידישע וועלט זענען רוב זינגערס נישט מער ווי "וואקאליסן" וואס קענען שיין אפזינגען א קאמפאזיציע וואס מ'לייגט זיי אראפ. אנדערש איז אבער ליפא, ליפא איז אן ארטיסט. ליפא איז אינוואלווד אין יעדע אספעקט פון א ניגון אויף זיין אלבום, בדרך כלל איז ער די קאמפאזיטאר אויך, אבער ווען נישט ווייסט ער פונקטליך וואס ער זוכט. ליפא האט טאקע דערפאר דער ערשטער געטראפן א רייע אינגעלייט וואס זענען שוין היינט ברייט בארימט – א שטייגער ווי יצחק פוקס - וואס איז פארדעם געווען א גרויסע גארנישט, נפתלי משה שניצלער און נאך. (ווער געדענקט ווען ליפא האט נביאות געזאגט אויף מאטי'ס סוקסעספולע קאריער אינעם ביכל פונעם "א פשוטע איד" אלבום ביי די "יענער" ניגון וואס מאטי האט איהם געגעבן נאך אלץ בחור...)
מיר אלץ צוהערער הערן נישט נאר וואס ער געבט אונז צו הערן, און טאקע מיט יעדע אלבום דעקט ליפא אויף נאך און נאך פון זיינע שטוינענדע טאלאנטן. אנגעהויבן פון די פשוטע פראקטישע אידישע ניגונים ווי "א גוט ווארט", ביז די טיפזיניגע גראמען פון "מעומקא דליבא". פון נשמה-דערווארימדיגע ניגונים ווי די קידוש לבנה ניגון, ביז אינטרעסאנטע קאמישע ניגונים ווי "רבותי מיר וועלן בענטשן"... מען קען נישט אנווייזן אויף צוויי פון ליפא'ס אלבומ'ס "די צוויי זענען ממש די זעלבע (כ'רעד נישט פון קאלעציעס) ווייל יעדע מאל קומט ער אריין מיט א נייע חידוש, א נייע פרישקייט און א נייע "טיעם".
מיר האבן אלע מיטגעהאלטן ווי ליפא האט זיך געהאט זיינע סיזאנס, זיינע אפס און דאונס סיי אין מוזיק, און זיכער אין אידישקייט.
זייט די לעצטע אלבום איז שוין אריבער כמעט 5 גאנצע יאר. אינצווישן האבן מיר באקומען א סינגל דא און א סינגעל דארט, לעצטנס טאקע מער, אבער דאס איז די גאנצע. שוין באלד 5 יאר וואס מיר ווארטן אויף א נייע אלבום.
בפרט ווען ליפא איז "צוריקגעקומען" ווען א כוואליע פון "ליפא פענס" זענען ארויפגעשווימען, און א ים פון אלטע גוטע ניגונים זענען צוריק אריין אין צירקולאציע און איבער גענומעם די מארקעט ווי "אחרון אחרון חביב" און "השיבנו – די סבא קדישא". די מער ניגונים זענען אפירגעקומען איז די רייץ פאר א נייע אלבום גערעסער געווארן.
ווען ליפא'ס טאטע איז אוועק האבן מיר געהערט אז ער ארבעט אויף דריי אלבומס. איינס פאר זיין טאטע, א צווייטע פון טאלאנטן פון אנדערע מענטשן, (ער איז אויפגעקומען דערמיט פאר "כשרונות" אויף קול מבשר איז געווען א זאך...) און א געהעריגע. ערגעצוואו אינדערמיט האבן מיר באקומען דעם קליפ ווי ער רעקארדירט 10 ניגונים אין איין נאכט מיט יואלי דיקמאן, יעדע פאר טעג האבן מיר באקומען הבטחות אז ממש ממש בקרוב קומע עס, און די אפעטיט איז געווארן גרעסער איז גערעסער.
ער האט שוין זייט דעמאלטס שוין אינגאנצן אפגעלאזט די איידיע פון די "כשרונות" אלבום, נאכן שוין ארויסגעבן איין סינגל דערפון, און אפגעמאכט אריינלייגן די ניגונים פון זיין טאטע אין די נאמאלע אלבום. יעצט ווייסן מיר שוין עטוואס וואס זיך צו רעכענען אויף, יעצט דארף עס נאר קומען!...
מען ווארט און מען ווארט...
C/p
עפעס הערט מען אז ס'איז שוין ערנסט, עפעס קליפס זעהט מען ווי ער ריקארד שוין קווייער!! די געמיטער הייבן זיך דער עולם הייבט זיך אן רעכענען אויף די זעץ! אט קומט עס!
והוא הנותנת! דא איז טאקע דער פראבלעם...
מיר רעכענען זיך שוין אויף אזא מאסיווע זאך אז וואס ליפא זאל נאר טוהן קען ער נישט אנקומען צו אונזערע גרויסע ליכטיגע דמיונות. וואס ער זאל נאר טוהן וועט זיין שוואכער ווי וואס מיר ערווארטן. ס'איז נישט קיין כלל, ס'איז דא וואס רעכענען זיך יא ריכטיג און ערווארטן א דערגרייכבארע פראדוקט פון איהם, אבער דער ברייטן קהל איז כמעט נישט מעגליך צו צופרידן שטעלן.
וואס ס'גייט היינט פאסירן איז, אז רוב צוהערער, בפרט די יונגע ווי בחורים וכדו', וועלן ווערן היפש אנטוישט אויף א נעגעטיווע וועג, די ערשטע מאל זיי הערן די סידי. מ'גייט הערן א רייע קאממענטס און ס'וועלן ארומפארן סטעטוס פאוסטס ווי "אויב דעם האבן מיר געווארט?!?", אדער "דאס האט דיר גענומען אזוי לאנג?", אדער "ליפא, דו קענסט בעסער" וכו' וכו' פון מענטשן וואס קענען טרעפן פשט אינעם נייעס אלבום. "ס'איז אזא בארינג ניגון"... "ס'איז נישטא קיין שום טאלאנט"... ליפא פלעגט זיין בעסער...
ער גייט, ווי געווענליך, האבן ניגונים פון זיין הארץ ארויס, וואס א צווייטער קען נישט פארשטיין די ריכטיגע מעסידזש די ערשטע מאל ממש, און מענטשן גייען עס נישט ליב האבן. אפשר ווער אפילו קומען איין קאנטרעווערשל זאץ און מאנכע וועלן ווילד ווערן...
***
לא נביא אני, ולא בן נביא אני, אבער דאס איז וואס מיין הארץ זאגט מיר וועט זיך בפשטות אפשפילן – לויט ווי איך קען אונזער מארקעט...
איך האף כ'בין נישט גערעכט... איך האף אז דער עולם וועט יא אויסהערן דעם סידי מיט א ניכטער אויער... איך האף אז מ'וועט איהם יא געבן די ריכטיגע אפשאצונג און הנאה האבן שוין די ערשטע רגע...
חברה!! איך קען קוים ווארטן!...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
נאכן הערן די סידי עטליכע מאל קען איך זאגן פון מיין מיינונג אז ליפא האט דערליווערט א הערליכע אלבוים מלא תוכן מלא רגש " געוואלדיג " גאר גאר א שיינע ארבעט די ערשטע מאל ביים הערן האב איך נישט פינקטליך פארשטאנען געוויסע נקודות וואס ער וויל ארויסברענגען אבער נאכן הערן עטליכע מאל הייב איך אן כאפן זיינע בליציגע חידושים! די ניגון חתם סופר איז א שטיק הארץ ווי ער ענדיגט צו " ווער האט אוועקגענומען מיין חשק צו לערנען א שטיקעלע גמרא... " פאר די ניגון אליין האט זיך געלוינט צו ווארטן אזוי לאנג פאר די אלבוים הזכירו איז א אלטע ניגון וואס מען זינגט אין סקווירא ליפא האט עס אראפגעלייגט מיט די גאנצע קנאק ער זינגט עס פאר זיין טאטע אבער יעדער קען עס זינגען און מיינען א צווייטען איך האב בשעתן הערן די ניגון געטראכט פון סקולענער רבי זצ"ל ואין קל כביר פון חזקי' ווייס איז זייער ווארעם עס גייט לכאורה ווערן א היט.. גיב מיר אביסעלע משקה.... אוי איז דעס גוט אבער נאך ווי זיין זון זינגט אויך אביסעל די עפל פאלט נישט ווייט פון די בוים... וועלכע משקה זאל איך דיר געבן?... פון מיינע שענסטע ניגונים אויף די סידי מאמע גיב מיר א ציקערל ווערטער זענען איבריג! עס האט מיר געקאסט עטליכע טרערן ביים הערן די ניגון האסט דאך אזוי סאך גיב מיר איין! ניסוך המים פארשטיי איך נאכנישט די געדאנק אבער הערט זיך גוט א חידוש פון צאמשטעלן ניסוך מיט נוסך התפילה.. בן בנו א פיינע ניגון לעבעדיג יואלי דיקמאן מאכט א פיינע ארבעט געוואלדיג י"ג עיקרים ווי ער פלעכט אריין אלע אני מאמין'ס איך האב הנאה געהאט פון די געדאנק... פעפער האב איך ליב וויפעל איך האב צאמגעלאכט ביי די ניגון... ליפא האט א געשמאקע הומער ירידה לצורך עלי' איז גוט אבער פון הערשי וואלט ער געקענט נעמען עפעס בעסער'ס
א ווארט צו ליפא: האסט אונז נישט אנטוישט ברענג ווייטער גוטע זאכן צום טיש די וועלט האט הנאה פון דיינע טאלאנטן און פון דיינע חידושים א דאנק פאר'ן ארויסגעבן אזא שיינע אלבוים
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:א קיצור, עס איז געווען א שיינע build up פון דעם בעל דרשן. סוף מעשה במחשבה תחילה, אז צום סוף וועט אפילו דער קטיגור ווערן די סינגור, און אויך מודה זיין אז זה היום קיוינו לו, און דער קאסעטע איז איינס אין די וועלט, אשר על כן ברויכן מיר די נוטראלע צוקוקער אודאי לויפן קויפן. כ'בעט דיר הער אויף מיט די מאַניפּיאַליישאַן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל