מערכה צו באפרייען ר' שלום ווייס פון תפיסה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

מערכה צו באפרייען ר' שלום ווייס פון תפיסה

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר' שלום ווייס איז געוועהן א דריי קאפ און א שווינדלער, אבער ער זיצט שוין 17 יאהר אין תפיסה, און ס'איז גענוג!! ער איז נישט געוועהן קיין ווייעלענט קרימינעל, און ער איז גע'משפט געווארן פאר 845 יאהר תפיסה!! אפאר יאהר צוריק האט א ריכטער איינגעזעהן אז זיין פסק איז נישט געוועהן אויסגעהאלטען, און ער האט עס רעדיצירט צו.... 835 יאהר...

די רעגירונג אין עסטרייך האלט שוין לאנג אז מ'דארף אים באפרייען, און האט געבעטען פרעזידענטס בוש, אבאמא, און טראמפ אז מ'זאל אים ארויסלאזן.

לעצטענס האט מען אנגעפאנגען עוסק זיין אין אים העלפען ווערן באפרייט.

דא איז א וועבסייט

https://www.sholamweiss.com/
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

עסטרייך האט אים אהערגעליפערט מיטן חשבון אז ער וועט באקומען 15 יאר טורמע נישט אזוי סאך. זיי האבן קלאר געזאגט אז זיי האבן חרטה אויפ'ן אים שיקן קיין אמעריקע.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

חתם סופר האט געשריבן:ר' שלום ווייס איז געוועהן א דריי קאפ און א שווינדלער, אבער ער זיצט שוין 17 יאהר אין תפיסה, און ס'איז גענוג!! ער איז נישט געוועהן קיין ווייעלענט קרימינעל, און ער איז גע'משפט געווארן פאר 845 יאהר תפיסה!! אפאר יאהר צוריק האט א ריכטער איינגעזעהן אז זיין פסק איז נישט געוועהן אויסגעהאלטען, און ער האט עס רעדיצירט צו.... 835 יאהר...

די רעגירונג אין עסטרייך האלט שוין לאנג אז מ'דארף אים באפרייען, און האט געבעטען פרעזידענטס בוש, אבאמא, און טראמפ אז מ'זאל אים ארויסלאזן.

לעצטענס האט מען אנגעפאנגען עוסק זיין אין אים העלפען ווערן באפרייט.

דא איז א וועבסייט

https://www.sholamweiss.com/

זייער שיין פון זיי, געגעבן אזא ציפ אראפ צען יאר. איך קען זעהן וויאזוי דער ריכטער האט נישט געקענט שלאפן ביינאכט
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דער אויבערשטער זאל העלפען אז דער שר פין עסטרייך זאל מנצח זיין דער שר פין אמעריקע, און ר' שלום זאל זיין ינוח בשלום, און חטאיכם כשלג ילבינו.

איין קשיא האב איך. די גמרא זאגט סוף גנב לתליה, ווי אזוי מעג מען אים העלפן?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איין קשיא האב איך. די גמרא זאגט אז מ'טאר נישט מקבל זיין קיין לשון הרע... וויזוי קען תשבי גלויבן???
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אישתישבי האט געשריבן:דער אויבערשטער זאל העלפען אז דער שר פין עסטרייך זאל מנצח זיין דער שר פין אמעריקע, און ר' שלום זאל זיין ינוח בשלום, און חטאיכם כשלג ילבינו.

איין קשיא האב איך. די גמרא זאגט סוף גנב לתליה, ווי אזוי מעג מען אים העלפן?

דאס וואס די גמרא זאגט איז נישט קיין הוראה לדורות, עס איז א פאקט וואס איז שוין אין אונזער פאל מקוים געווארן די לעצטע 17 יאר.

און דער אמת איז אז דו מוזט אים נישט העלפן.
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

אישתישבי האט געשריבן:דער אויבערשטער זאל העלפען אז דער שר פין עסטרייך זאל מנצח זיין דער שר פין אמעריקע, און ר' שלום זאל זיין ינוח בשלום, און חטאיכם כשלג ילבינו.

איין קשיא האב איך. די גמרא זאגט סוף גנב לתליה, ווי אזוי מעג מען אים העלפן?


איך מיין אז דעי טענה קען געזאגט ווערן פאר ״יעדעם איינעם״

א ביזנעסמאן טרייט ווי מגען מאכן גרינס
א כולל אינגערמאן ריפארט סתם אזוי נישט כולל וועיגאס
אזוי ווייטער און ווייטער

ער האט געהאט מער געלט האט ער געהאט די מעגליכקייט צו דרייען מער. כווייס נישט וואס פונקטליך ער האט געדרייט אבער ער האט נישט געטון ערגער ווי עניוואן עלס

נישט נאר ביי אידן די גוים טוען די זעלבע. נישט נאר עמך מענטשען נאר אויך גאווערמענט אפישעלס.
דעי טענה איז מיין איך אביסעלע אינסאלטינג טו היומענעטי.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

העי, מאך אים נישט פאר א כולל אינגערמאן וואס דרייט אביסעל, מען רעדט דא פין העווי קריים.

פלוצלינג איז דא לשון הרע. מיר איז נישט קיין חילוק צו ער איז אין תפיסה אדער נישט. אבער זאגן אז עס קומט אים נישט איז געהעריג לייכטזיניק. אונז פארשטייען מיר נאר אז איינער קומט תפיסה ווען ער נער'ט אפ כולל אינגעלייט מיט קרעדיט קארדס, דער איז א ריכטיגער שייגעץ, אויסער דעם איז כולם צדיקים, סאמעט וועבערמאן ווייס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: מערכה צו באפרייען ר' שלום ווייס פון תפיסה

שליחה דורך גראף »

עס איז דא א טיווי דאקיומענטרי פון שלום ווייס וואס גייט דורך די גאנצע זאך. בעיקר לויט ווי איך פארשטיי האט מען עם צוגעטיילט אזויפיל יאר תפיסה איז צוליב מאכן דאס גענאר פון די פ.ב.איי און אנדערע געזעץ היטער. סיי דער אנטלויפן ווי אויך זיין געוואלדיגע מעמארי וואס ער האט אלעס געדענקט און נישט איבער געלאזט א שטיקל פאפיער. סיי ווי אזוי עס זאל זיין איז דער געדאנק פון 845 יאר תפיסה נישט קיין שכל'דיגע זאך פאר ווייסע קאלער קריים. נאר דא אין דער לענד אוו דאה פרי באקומט מער תפיסה פאר גנב'נן ווי פאר זיין א מאסן מערדער. העי די פאליס אפיציר מיט דער FBI agent און דער פראסעקיוטער מיט דער ריכטער דארפן אלע ווייזן וויפיל זיי האבן אויף געטון אויף דער וועלט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מה שאין כן ביי א מערדערער דארף מען נישט ווייזן קיינעם.

וויפיל מען גנב'ט ביי אונז, איז גניבה א הארבער זאך. טאמער איז מען נישט שטרענג מיט גניבה קען מען נישט לעבען נארמאל, און פין דעם ווערט רציחה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: מערכה צו באפרייען ר' שלום ווייס פון תפיסה

שליחה דורך moneyminded »

וואס הייסט עסטרייך בעט? די קריים איז געווען אין עסטרייך אדער אמעריקע ?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: מערכה צו באפרייען ר' שלום ווייס פון תפיסה

שליחה דורך אונטער חכם »

ווי קען מען זען די טיווי דאקומענטערי?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איך מיין אז די דאקומענטירי איז איינס פון א באקאנטע טיווי שאוי וואס הייסט 'אמעריקען גריד'. די דאקומענטירי איז לכתחילה אהער געשטעלט מיט א ריזיגע בייעס, וואו זיי שפילן אלס אראפ דער סאביעקט אלס א עקלהאפטיגער פארשוין. ס'איז כדאי אנצומערקן אז אין די זעלבע סעריע איז אויך דא א דאקומענטירי אויף שלום רובאשקין. און פאר איינער וואס וואלט געניצט יענע שאוי אויף צו פארשטיין די רובאשקין קעיס וואלט ער אויך געהאט א שטארקע אומגינסטיגער בליק אויף רובאשקין.

וואס איך מיין צו זאגן איז. אז בנוגע שלום ווייס, ווייסן כמעט קיינער נישט וואס פונקטליך ער האט געטוהן. וועם ער האט בא'גנב'ט, אא''וו. די אמעריקאנער געסטאפא האט זיך אויפ איהם ארויפגעלייגט אויף א שלא כדרך הטבע'דיגע אופן און אזוי ארום געברעין וואשט די סאסייעטי כאילו ס'האנדלט זיך פון אזא גענגסטער על טשאפאו סטייל. אלע אינפארמאציע וואס מיר אלגעמיינער המון עם ניצן אין באטראכט פון שלום ווייס איז נאר אינפאו וואס די רעגירונג האט אויף איהם ארויסגעלייגט. מיט איין זייטיגע אינפארמאציע קען מען נישט מאכן קיין אביעקטיווע באשלוסן.

די מער איך לייען וועגן די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם, די מער ווער איך געוואויר וואספארא געסטאפא מיר פארמאגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי האט געשריבן:דער אויבערשטער זאל העלפען אז דער שר פין עסטרייך זאל מנצח זיין דער שר פין אמעריקע, און ר' שלום זאל זיין ינוח בשלום, און חטאיכם כשלג ילבינו.

איין קשיא האב איך. די גמרא זאגט סוף גנב לתליה, ווי אזוי מעג מען אים העלפן?

אישתישבי: א יעדער שר איז אזוי שטארק ווי זיין לאנד. און דער שר בית הזוהר פון אמעריקע איז א סאך שטערקער ווי דער שר פון עסטרייך...!
טשילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:35 am
האט שוין געלייקט: 836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

Re: מערכה צו באפרייען ר' שלום ווייס פון תפיסה

שליחה דורך טשילער »

א יוד וואס זיצט אין תפיסה דארף זיין גרייט מען זאל איהם לאזן באפרייען. "אין חבוש מתיר את עצמו מבית אסירים" זאגן שוין אונזערע סעידשעס. ווייס איך נישט צו דער 'ווייס' לאזט זיך העלפן. קיין קאמפיין הערט מען נישט פון זיין זייט, און אפילו ר' משה מארגארעטען רעדט קיינמאל נישט פון איהם. גיי "ווייס". (אונז דארפן אבער ווייטער מתפלל זיין לשלומו. שלום בן לאה.)

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

זיין פארכאפונג איז געווען א שטארקער מוסר השכל.

ער האט זיך גאר גוט אויסגעהיטן נישט איבערצולאזן קיין שפירן, און ער האט אלעמאל באוויזן סוקסעספול איבערצוקליגן די עף בי איי. זענען געגאנגען די חברה און אים אונטערגעשטעלט א האניג פאסקע, און אונזער טייערער רבי שלום זז''ג האט זיך נישט געקענט שטארקן איבער דעם דיקליכען ייצר זיינער, און דאס האט צוגעפירט צו זיין דראמאטישע פארכאפונג אין וויען.

ר' שלום האט געטאן אסאך גוטס אין זיין לעבן, זיין מיסברויך איז בלויז געווען אז ער האט געוואלט זיין אן עושר. אבער אנטשטאט בלויז צו בלייבן ביים וועלן ווי אונז אלע, האט ער געטאן צו דער זאך און און באראבעוועט א פארזיכערונגס פירמע... שוין געהערט אזאנס... עס איז שוין העכסט צייט אז ער זאל אויסגעלייזט ווערן פון געפענגעניש און זיך צוריק פאראייניגן מיט זיין אויסגעבענקטע פאמיליע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

דער ברך משה זצ"ל האט געזאגט ברבים ביים אבן הפינה צום כולל אז ער איז מקנא ר' שלומ'ס עולם הבא
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

קרעקער האט געשריבן:דער ברך משה זצ"ל האט געזאגט ברבים ביים אבן הפינה צום כולל אז ער איז מקנא ר' שלומ'ס עולם הבא


דאס ווארשיינליך א הארבער ברך משה... אבער זאל שוין זיין....
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

יש אומרים אז די ער האט טאקע געהאט וואס צו מקנא זיין זיין עולם הבא,
נעמענדיג אין באטראכט די עולם הבא וואס די ברך האט געדארפט צו באקומען....
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

בשעה שהשעה משחקת לו האט ער מקנא געווען זיין עולם הזה
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אייגענארטיג האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:דער אויבערשטער זאל העלפען אז דער שר פין עסטרייך זאל מנצח זיין דער שר פין אמעריקע, און ר' שלום זאל זיין ינוח בשלום, און חטאיכם כשלג ילבינו.

איין קשיא האב איך. די גמרא זאגט סוף גנב לתליה, ווי אזוי מעג מען אים העלפן?


איך מיין אז דעי טענה קען געזאגט ווערן פאר ״יעדעם איינעם״

א ביזנעסמאן טרייט ווי מגען מאכן גרינס
א כולל אינגערמאן ריפארט סתם אזוי נישט כולל וועיגאס
אזוי ווייטער און ווייטער

ער האט געהאט מער געלט האט ער געהאט די מעגליכקייט צו דרייען מער. כווייס נישט וואס פונקטליך ער האט געדרייט אבער ער האט נישט געטון ערגער ווי עניוואן עלס

נישט נאר ביי אידן די גוים טוען די זעלבע. נישט נאר עמך מענטשען נאר אויך גאווערמענט אפישעלס.
דעי טענה איז מיין איך אביסעלע אינסאלטינג טו היומענעטי.


אז די ווייסט נישט וואס ער האט געטון וויאזוי ווייסטי אז ס'נישט געווען ארגער ווי עניוואן עלס?
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

שמעון וואלף האט געשריבן:
אייגענארטיג האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:דער אויבערשטער זאל העלפען אז דער שר פין עסטרייך זאל מנצח זיין דער שר פין אמעריקע, און ר' שלום זאל זיין ינוח בשלום, און חטאיכם כשלג ילבינו.

איין קשיא האב איך. די גמרא זאגט סוף גנב לתליה, ווי אזוי מעג מען אים העלפן?


איך מיין אז דעי טענה קען געזאגט ווערן פאר ״יעדעם איינעם״

א ביזנעסמאן טרייט ווי מגען מאכן גרינס
א כולל אינגערמאן ריפארט סתם אזוי נישט כולל וועיגאס
אזוי ווייטער און ווייטער

ער האט געהאט מער געלט האט ער געהאט די מעגליכקייט צו דרייען מער. כווייס נישט וואס פונקטליך ער האט געדרייט אבער ער האט נישט געטון ערגער ווי עניוואן עלס

נישט נאר ביי אידן די גוים טוען די זעלבע. נישט נאר עמך מענטשען נאר אויך גאווערמענט אפישעלס.
דעי טענה איז מיין איך אביסעלע אינסאלטינג טו היומענעטי.


אז די ווייסט נישט וואס ער האט געטון וויאזוי ווייסטי אז ס'נישט געווען ארגער ווי עניוואן עלס?


גוט געפרעגט הרב שמעון וואלף...
כוועל דיר ענטפערן ווי א חסיד מיט א קשיא...

האט ער געהארגעט איינעם ?

סיי וויפיל געלט ער זאל האבן געגאנבעט איז ער נישט קיין רוצח. עס איז נאכאלץ א ווייסע קריים...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

קאך_לעפל האט געשריבן:זיין פארכאפונג איז געווען א שטארקער מוסר השכל.

ער האט זיך גאר גוט אויסגעהיטן נישט איבערצולאזן קיין שפירן, און ער האט אלעמאל באוויזן סוקסעספול איבערצוקליגן די עף בי איי. זענען געגאנגען די חברה און אים אונטערגעשטעלט א האניג פאסקע, און אונזער טייערער רבי שלום זז''ג האט זיך נישט געקענט שטארקן איבער דעם דיקליכען ייצר זיינער, און דאס האט צוגעפירט צו זיין דראמאטישע פארכאפונג אין וויען.

קיינער האט אים בכלל נישט אונטערגעשטעלט קיין פאסטאקע, מען האט נאר באמערקט אז איינער וואס האט זיך געדרייט מיט אים אין בראזיל פארט קיין אייראפע דורך מאדנע אומוועגן, און מ'האט חושד געווען אז יענער פארט צו אים. מ'האט נישט געהאט קיין אהנונג אויף וועלכע פלאנעט ער געפינט זיך, און מ'האט זיך אנגעהאנגען אויף דעם פארדאכט.

ווען די פאליציי האבן אריינגעקלאפט צו אים אין דירה האבן זיי בכלל נישט געוואוסט אויף זיכער אז שלום געפינט זיך דארט, עס איז געווען א ספק ספיקא. אבער אנשטאט ער זאל פרעגן "וואס ווילסטו פון מיר?" אדער "האסט זיך פארמישט מיט א צווייטן", האט ער געענטפערט "איך קען נישט רעדן אן א לאיער"... האבן זיי באלד געוואוסט אז דאס איז עס.
פארשפארט