און גאט האט געלאכט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

און גאט האט געלאכט

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אנטדעקנדיג דעם זיידנ'ס לאגער-דאקומענטן, האביך נישט געקענט שלאפן, האביך געזונגען. קללות.

[center]און גאט האט געלאכט

Hath not a Jew eyes? Hath not a Jew hands, organs, dimensions, senses, affections, passions; fed with the same food, hurt with the same weapons, subject to the same diseases, healed by the same means, warmed and cooled by the same
winter and summer as a Christian is? If you prick us do we not bleed? If you tickle us do we not laugh? If you poison us do we not die?

- Shakespeare[/center]

מחזה שד-י,
לעולמו די,
טייוול-שטיוול גלאנציג,
שפיגלט ביז דאנציג,
לעדערנער שמייסער,
כ'ביק זיך א בלאסער.

קיין פעטיש,
סתם אומעטיש,
א דייטש,
א בייטש,
א ריט,
קיין שיט.

פארוואס געבוירן,
אלעס פארלוירן,
אף ברי,
נופל וגלוי,
מעשה קין,
יש לאין.

טאטע צום קאמער,
קינד מיט א האמער,
ווארעמען זיך אין קוימען,
פון אויוון,
צו אויבן.

אש,
אין טאש,
דין גרמא,
זאגט קארמא,
מאך זיך נאריש,
זאג קדיש,
נישט אויפן ביין,
אויף זיך אליין.

מארשירן אבלים צו דער ארבעט,
זיצן שבעה אויפן וועג,
ביים טויער א קאנצערט,
אזא 'וואגנער' מען מעג.

שורות מתנחמים אין די קעלט,
שנת עולם וועם געפעלט,
דער מתנחם על הרעה,
נישטא,
לפי שעה.

איכה אייכמאן – איין מאן,
מיליאנען געשיקט אין שפאן,
קיין 'חכימא דיהודאי',
קיין 'פארקויפט די נשמה',
כך עלה במחשבה.

ווארט אויפן לעצטן לאך,
האט צייט אסאך,
ואשר הרעותי,
לא לעוותי.

[center]I’m not sure if we did not believe them at the time because we were naive or if we chose to actively deny the truth. After all, the truth had abandoned us in so many other areas.

- Klara Wiesel[/center]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

Super Like!
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
פארשפארט