נאבעל פרייז געווינער - חסידים

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: נאבעל פרייז געווינער - חסידים

שליחה דורך מי אני »

יואליש האט געשריבן:בלויז דריי ווערט רעקארדירט דארט אויפן לינקע זייט. אבער צדקה ממני, און די נאבעל פרייז אין מאטעמאטיק איז נאך אפען....

ס׳איז גראדע נישט דא א מאטעמאטיקס קאטעגאריע ביי די נאבעל פרייז. די וועלט זאגט אז דאס איז וויבאלד דער מייסד, דער כעמיסט אלפרעד נאבעל (וואס איז אויפגעקומען מיט TNT און דאדורך צוזאמען מיט׳ן פראדוצירן און פארקויפן אמוניציע איז ער רייך געווארן), איז געווען ברוגז אויף א מאטעמאטיקער (גוסטא מיטאג-לעפלער) פאר׳ן מזנה זיין מיט זיין פרוי. די מעשה איז אבער נישט אמת. די ריכטיגע סיבה איז ווייל ער האט נאר געוואלט מייסד זיין די פרייז פאר ״פראקטישע״ אויפטוהונגען אין די סייענסעס און ער האט געהאלטן אז מאטעמאטיקס איז צו טעארעטיש און גייט נישט אריין אין די כלל.

לעומת זה איז דא ביי מאטעמאטיקס די פיעלד מעדאל.

***

דאס איז די לינק צום אשכול וואס מ׳האט דערמאנט. (ועיין ג״כ כאן.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

נאבעל פרייז געווינער - חסידים

שליחה דורך חוקר ודורש »

זיצט זיך א חסידישע איד א בנש”ק אין בית מדרש איינס אזייגער נאכמיטאג מיט א גלעזעל בראונפען און לקח אין די הענד, רעדט דורך כל מה שיעלה בשפתיו פון חסידישע פאליטיק ביז פרעזידענט טראמפ, ארבעטן ארבעט ער נישט געהעריג, ענגליש קען ער נישט געהעריג, וכו׳, אינמיטען קומט אריין אינעם שמועס דאס אז טראמפ וואלט זייער שטארק געוואלט געוואונען די נאבעל פרייז פאר שלום אזוי ווי פרעזידענט אבאמא האט, געט ער זיך א רופ אן מיט א קורת רוח ווייסטו דען וויפיל אידן האבן שוין געוואונען די נאבעל פרייז אפי׳ מיר זענען אזא קליינעם פאלק?!
דאס איז דאך ממש וואס די פסוק זאגט ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הזה, און די חבריה קדישא האבן צוגעשאקלט מיט די קאפ, און געגאנגען דערנאך דאווענען מנחה.


Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
פארשפארט