פּויל אויס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

פּויל אויס

שליחה דורך הבל וריק »

זיצן מיר ס'רוב פאלק מיט שווארצע ציין איבער א גלעזל וויין, א שוואכע וויין פילייכט.

א קליין ביליגע ספיקער מיט קאלירפולע לעקטערס באכעט מיט שוויץ פון א ווינקל, א שטילע פעטער שרייט זיך ערגעצוואו אויס, פאר די יאר. א פלימעניק יאמערט, א ברודער שיכור'ט, א פרוי זויערט, א בחור'ל פאכעט, א קינד קייכט. ס'פאדלאגע איז גליטשיק, די זון הויערט פון הינטערגרונט, א געפילדער אומעטום. איך וואַך מיט די הענט איבער א האַקל גלעזל, היטענדיג מיין געטראנק פון די ארומיגע שפייעכטס.

הצד השווה פריוון מיר אלע אריינצוברענגן די שמחה, מיט א געוואלד.

בין הפרקים פון זוכן אטענשין ביי די אנוועזענדע, וואס וועט פארגעסן ווערן תוך כדי דיבור, צווישן די שווערע סומע ווערטער פון די ארומיגע גוט זאגער, קלער איך פון ארויסבלאזן א דבר שלא בא לעולם'דיגע שריפטליכע געדאנק, וואס וועט האפענטליך אפירקומען - אזוי שרייבענדיג.


די קענער'ס האבן שוין אפגעזאגט די פערלרייד, די וויצלער האבן שוין משמח געווען, די טינעיזשערס האבן דעם שמאלן דיינינגרום אויסגעטאנצט. די פרעכטיקע קרויט איז פארטוליעט, די פיש אין טעלער טרוקן, די פלייש פארגליווערט, די וויין אויסגעזויפט, די ברעכאטס פארווישט, און די טאג באלד פאראיבער.

"האלאו!!! וואס זיצטו דא אנגעזעצט?! היינט קעמען פּועלן!!!" - שרייט צו מיר א זיסוויינ'יגער מטושטש

וואס קען מען טאקע פּועלן?

אז די זון זאל שטענדיג שיינען?
אז קענסער זאל אראפ פון די מאפּע?
אז אלע שידוכים זאלן שוין געשען?
אז יעדער זאָל שוין מאכן דעם מיליאן?
אז אלע תכשיט'לעך זאלן מיט גוטע קעפ געבענטשט ווערן?

נע דאס זענען דאך אומראציאנעלע בקשות.
לעבן קען זאגאר באנקראט גיין.

פילייכט עפעס ווינציגער.

זאלן די שאיפות פאַרווירקלעכט ווערן,
די טעג זיין פריידיגע,
מוטערס נישט פארמוטשעט ווערן,
די עלטערן בלויז נחת זעהן,
די יארן אלע אויסלעבן,
א טוץ פון השפעות,

נישט קיין געפערליך-פארלאנגענדע געבעטן.

פארט, איז עס דען שייך?
אזא פערפעקטע וועלט?

נו, אויב דאס קען נישט פאַרווירקלעכט ווערן, דען וואסזשע זאל מען יא "פועלן"?

זאלן די פרייטאג'ס ווייניגער געיאגט זיין,
די שערערס מער ערפאַרן,
די גריל אין די זוממער געלונגען,
די שוך זיך בעסער האלטן,
די פעפסי אין גראסעריי געפינען,
א סעיל אויף א ברענד נעים דערווישן,
א בעטעמט'ער שווער באקומען,
א פארלעסליכן דעם סוד געטרויען,
א בעבי נישט וויינען אזויפיל?

הא...
אויך מיר.
א לעבן מיט אזאנע ברכות איז דאך ממש ווי ס'אדם אין גן.
פון אזא גלאנץ זענען מיר דאך באשיינפערליך פארטריבן געווארן.

געב איך אויף.

זאל די טשולנט פארברענט ווערן,
די סוועטער צו גרויס זיין,
די ניפּל זאל רינען,
די גארביטש זאל גיסן,
די זאקן זאלן לעכעריג זיין,
די סעודה זאל שפעט זיין,
די געסט זאלן זוימען,
די חולעמויד זאל פלאַפּן,
זאלן די קינדער שווער זיין,
די שמחה קאסטן טייער,
די רעקל זאל גלאנצן,
די שוויץ זיין קיל,
די פעפער זיין שטארק,
די איידעם אומבאטעמט,
די שפיגל שמיציג,
די הויזן לאנג,
די דיעל גיין פייפן,
די מאסקיטא בייסן,
זאל די דאקטאר זוימען,
די סטאק פאַלן,
די קאווע זיך איבערקערן,
די סאדע זיין ווארעם,
די בויך יערן,
די הייוועי געלעמט,
געשעפט זיין פארשפּארט,
זאל די רינגל פארלוירן גיין,
די מצה צובראכן,
די חתן זיין שוואך,
א משפחה באטראפן,
די סוכה צופאלן,
די טאג זאל סאָ*ן,
די רעגן זאל פאלן,
און צווישן די טראפּן -

זאל איך א לעבן געפינען,
שמחה דערשנאפּן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הבל וריק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הבל וריק: א פרייליכן פורים. דו האסט דא אראפגעלייגט זייער רעאליסטישע און מינימאלע בקשות. אבער דו דארפסט און ווילסט האפן פאר מער. א סאך מער. מי מעכב שאור שבעיסה...!

ווען מיר וויללן זיך דערגרונטעווען פארוואס ס'זענען דא אזוי ווייניג תגובות (זיראו) און נאך ווייניגער לייקס צו אזא פאסיגע און רעאליסטישע אבזערוואציע. (כמעט אזוי ווייניג ווי צו בערל בעל עגלה'ס תגובות ומאמרים) קענמען אפשר איינטייטשן ווייל יעצט איז די ראש אוער פונ'ם עד דלא ידע. אצינדער הייבט אן אויס צו ווירקן די אלע זיסע, סעמי דריי און שטארק דריי (בפשטות, זויערע) וויין וואס דער עולם האט אריינגעגאסן אין זיך אין דעם פארגאנגענעם מעת לעת.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

פּויל אויס

שליחה דורך מי אני »

אסאך חומר למחשבה ארויסגעברענגט אין א פאעטישן אופן (ע״י פּרויז).

איך האב אלס פארשטאנען אז די לימוד פון ״אויספועל׳ן״ אין פורים (אדער ענליכע זמנים של שמחה) איז פשוט אלס א מער טראנסענדענט לעוועל פון תפלה. והיינו, אז בעצם איז תפלה נישט אזוי ווייט אלס האפענען אז דער ״סוּפּערמען״ אין הימל וועט דיר ״גיבן עפעס״. נאר אז עס איז מער א מאדעליטי פון עבדות, סאבּמישאן, און (איבערהויפט) קאנעקשאן וואס אונז קענען דאדורך שפירן אין אונז דעם ענין אלוקי (ועיין במו״נ ח״ג פל״א). יעצט, אין (למשל) פורים ווען מ׳שפירט זיך דערהויבן פון א שמחה׳דיגן שטאנדפונקט קען דעמאלטס די ״נאנטקייט״ (for lack of a better term) אנקומען צו א העכערן מדריגה, אשר הוא בעצם ע״י תפלה וכנ״ל. און דאס (לדעתי) ברענגט [tag]הבל וריק[/tag] ארויס צום סוף אז די שוועריקייטן אין לעבן, וואס מ׳פארשטייט קומען אויך (למעשה) פון הקב״ה, נעמען דערנאך אָן אַן אנדערן (מער פאזיטיוון) משמעות.

(ועיין כאן איבער אוועקנעמען אלע שלעכטס בעולם; דער פראבלעם פון שלעכטס.)

א פרייליכן תמיד.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

הבל וריק האט געשריבן:
געב איך אויף.

זאל די טשולנט פארברענט ווערן,
די סוועטער צו גרויס זיין,
די ניפּל זאל רינען,
די גארביטש זאל גיסן,
די זאקן זאלן לעכעריג זיין,
די סעודה זאל שפעט זיין,
די געסט זאלן זוימען,
די חולעמויד זאל פלאַפּן,
זאלן די קינדער שווער זיין,
די שמחה קאסטן טייער,
די רעקל זאל גלאנצן,
די שוויץ זיין קיל,
די פעפער זיין שטארק,
די איידעם אומבאטעמט,
די שפיגל שמיציג,
די הויזן לאנג,
די דיעל גיין פייפן,
די מאסקיטא בייסן,
זאל די דאקטאר זוימען,
די סטאק פאַלן,
די קאווע זיך איבערקערן,
די סאדע זיין ווארעם,
די בויך יערן,
די הייוועי געלעמט,
געשעפט זיין פארשפּארט,
זאל די רינגל פארלוירן גיין,
די מצה צובראכן,
די חתן זיין שוואך,
א משפחה באטראפן,
די סוכה צופאלן,
די טאג זאל סאָ*ן,
די רעגן זאל פאלן,
און צווישן די טראפּן -

זאל איך א לעבן געפינען,
שמחה דערשנאפּן.


כ'האב פראבירט צו ליינען די קללות פארקערט צו זעהן אויב די שרייבער האט קונצליך אריינגעלייגט א ברכה, אבער גארנישט געטראפן.
אפשר קעמען דאס צולייגן צו די ליסט
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

.
פארשפארט