דאס איז מסתם ווייל זיי ״דרש׳נען״ (משלי יא כא) יד ליד לא ינקה רע וזרע ״צדיקים״ נמלט...
ווי אויך הייסט דאס קאראנעוויירוס על שם ווייל אונטער א מייקראסקאופּ זעהן אויס די פאמיליע פון וויירוסעס ווי כאילו זיי האבן א ״קרוין״ [״קאראנע״ בלאטייניש (די שפראך פון מעדעציןאון סייענס בכלל) = קרוין] וואס נעמט זיי ארום, מכח די פּראטינס וואס שטעקן זיך ארויס. נו, מאן מלכי [מיט קרוינען/כתר תורה וכו׳] רבנן (גיטין סב.). איז האבן זיי מער מורא אז ס׳עט קומען אויף זיי...
לכבוד פורים.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
קענמען אפשר איינטייטשן דעם מאמר חז"ל וואס די גמ' זאגט אז אום פורים כל הפושט יד נותנים לו...ס'שטייט אבער נישט וואס. אמאל קען עס מיינען אז מ'געט איהם א פייג. אדער אמאל אפילו א פאטש
מטעם הגבאים בבית מרן אדמו"ר שליט"א ווערט געמאלדן פאר'ן ציבור אז לעת עתה וועט רבינו מער נישט מקבל זיין קיין געלטער, פדיונות, וכל מיני מתנות עד שיעבור זעם, אלס חשש פון קרונוויירוס וואס כאפט זיך אריין אויף דברים הניתנים מיד ליד.
יום ג' לסדר ולא לידי מתנת בשר ודם.
הק' ב. ש. - משב"ק
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
עס מאכט לכאורה א געוויסע מאס סענס אז דער רבי זאל מער נזהר זיין ווי א צווייטעם, נישט ווייל זיין לעבן איז חשוב'ער נאר ווייל ער קען זיין די גרעסטע גורם אז דער ווירוס זאל זיך צושפרייטן. אפילו מיט א גאנצער טיש כאפט יעדער אן למשל צען מענטשען. איז דאס תלוי אין די שאנסן אז איינער פון די צען איז אנגעשטעקט. טאמער דער רבי וואלט געגעבן די הענט פאר יעדער איז גענוג אז איינער אין די שול איז אנגעשטעקט און דער רבי וועט דאס פירען ווייטער צו דער גאנצער עולם.
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אין באבוב איז געוועהן א טיש געהעריג , ווי חסידים האבן זיך געשטיפט , אנגעכאפט די הענט , און אריינגעאטעמט איינער לעבן די אנדערע. ווען איינער האט געוואלט געבן די הענט פאר די רבי האט ער אים אנגעזידעלט.....
אין סקווער האט די רבי נישט געגעבן די הענט פאר די חסידים , און מ'האט אים אוועקגעריקט פון יעדעם ד' אמות , אבער די חסידים האט מען געלאזט שטיין ווי קיען אויף די ברענטשעס זינגען און שרייען איינער לעבן די אנדערע
די חברה וועלן קיינאמל נישט ארויסגיין פון גהנום
דארפסט אבער פארשטיין אז די חסידים האבן די ברירה (איך האף אזוי) נישט צו קומען צום טיש און די וואס קומען איז עס אדעתא דהכא אז מ'וועט שטיין איינער לעבן צווייטן און טאנצן.
איך האב געהערט אז אין א געוויסע חסידות, האט מען געפירט געהערט די שבת, קען די געעזץ. ולמרבית הפלא האט דער רבי אליינס זיך נישט דארט באוויזען. דער פארציילער האט נישט געוואוסט צו עס איז געווען עפ״י פסק האדמו״ר, ממילא דערמאן איך נישט די נאמען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא