הא לן והא להו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

הא לן והא להו

שליחה דורך אמת45 »

קאראנע דאמינירט די מענטשליכע געשפּרעך טאג אין נאכט, דיזע טעג. האפענטליך וועט עס ווערן א אויסגעדראשענע און אומאינטערסאנטע טעמע אין די נאנטע צוקונפט און די אלע ארטיקלן, מיינונגען, אבזערוואציעס וועלן ווערן א פארגאנגענהייט.

איך גלייך נישט צו שרייבן איבער צייטווייליגע טעמעס. סיי ווייל ס'דא גענוג און נאך צו הערן פון אנדערע, ווי אויך מער ערפארענע, און בעיקר וויבאלד איך שפיר אז ס'טאקע בלויז א צייטווייליגע טעמע, א נייעס, א טוויט, וואס עקספּייערט ווי מילך.

די איצטיגע קאראנע קריזיס איז אבער אנדערש. ווארים אויסער די עצם קרענק, הערשט א וועלטליכע, עקאנאמישע, קאטאסטראפע, און ס'דא פילע אבזערוואציעס אנצומערקן דערוועגן.

ראש וראשון איז מיר אינטרעסאנט געווען אט דעם פאלגנדן נקודה.

אינעם טאג טעגליכן לעבן געפינען מיר אסאך מיינונגס פארשידנהייטן צווישן די פעלקער, פארטייען, אידיאלאגיעס, און אלגעמיינע גערופעס, יעדער מיט זייער בליק אויף די זאך. פון קלימאט טויש ביז ספּארטס, איז דא חילוקי דעות אויף אלעס און אלעמען.
דאס איז פאליטיק. די טאג טעגליכע נייעס איז שטענדיג פארנומען מיט א גערויש פון קולות, פון מיינונגען, אפשאצונגען, קאנספיראציעס, קאנפראנטאציעס, אטאקעס, אויפקלערונגען, אלס זיך צו פארשטענדיגן אלס א מענטשליכע ראסע.

כעת, ביי די איצטיגע פאזע פונעם קריזיס, קוקט מיר אויס ווי די וועלט איז מער ווייניגער פארשטענדליך צוזאמען אויף איין מיסיע, אפגעזען אלע מיינונגס פארשידנהייטן. מ'הערט כמעט נישט קיין פאליטיק, יעדער פארשטייט ס'איז א געפאר, א קאטאסטראפע, און ס'איז דא געוויסע מאסנאמען וואס ברויכן געשטעלט ווערן דאס בייצוקומען, יעדער, אפילו פרעזידענט טראמפּ.

דאס כשלעצמו איז א שטארקע פונקט פאר זיך. די אחדות וואס די גלאבאלע באפעלקערונג איז בכח צו ערייכען, איז שיין.

אבער דא קומט די וואונדער צו מיינע אויגן ברעמען.

צווישן אונז היימישע אידן, שיינט מיר, איז מען בכלל נישט שווה בשווה אויף א מיינונג.
סאמהאו האבן די רעכטע און די לינקע ווידעראמאל זיך געטראפן ביים פרשת דרכים.

וואס קען שוין זיין די טיילונג?
איז דא א מגפה? יא.

איז דא א סכנה פאר די שוואכערע? יא.

איז דא א וועג באופן טבעי פון דאס פארמיידן? יא.

אלזא, מעג מען אנגיין כאילו לא היה און באזוכן די עלטערן? ניין.

דאן אויף וואס קריגט מען זיך?
וואס האלט דער רעכטער וואס דער לינקער האלט נישט, און די פארקערטע?

טראכט איך אזוי.

פון איין זייט איז דא דער היימיש רעכטער "לאדעכאָפּ" איד וואס איז נישט געוויינט נאכצופאלגן סייענס, און פארמאגט ווארשיינליך א טראמפּ שטיצערישע שטימונג דערוועגן. פון איין זייט הויערט א שרעקוועדיגע געפאר וואס ער קען נישט פארקוקען, און פון די אנדערע זייט וויל ער נישט זיין א בלינדער נאכפאלגער אזוי ווי דער אלגעמיינער גוי וואס שאקעלט צו און גלייבט צו אלעס וואס די געלערענטע זאגן.

איז ער אין א שטיקל דילעמע.
נישט גיין צום חתונה, שפּאַרן די חדרים, שוהל'ן, איז עקסטרעם פון אויבנאויף. ס'איז לינק. ווידעראום אנגיין געהעריג און איגנארירן די אלארם איז דאך א טיפשות, אלזא, אלס א ריין אידישער/חרדישער פראדוקט, קומט אפיר אן אייגענעם סקיצע פון וואס מ'פאלגט יא און וואס נישט.
צו דאס איז מחמת חוצפה, אויבערחכמישקייט, אדער סיי וועלכע אנדערע שטריכן אין די אידישע כאראקטער, איז ווירקליך דאס די ענטפער: ווייל מיר זענען אנדערש. מיר טראכטן אנדערש.

דער לינקער איד פון די אנדערע זייט, וואס קוקט גראדע די נייט שאוי בתמידית, איז קעגן ישיבה למצויניים, גייט א אלטע שטריימל, טראגט מיט די עירוב, ליינט ביכער, הערט פאדקעסטס, איז האלב פאר יאפפעד, האסט א טראמפּ שטיצער, גלייבט אין עוועלאציע מיט א טוויסט, דער איז גאנץ פארשטענדליך אויף אן אנדערע מיינונג אינגאנצן. משוגע איז דער וואס נויגט אוועק פון וואס די דאקטוירים זאגן, און מיט רעכט. די דאקטוירים זענען די געלערענטע דא. היתכן? שרייט דער לינקער צום רעכטן אויף א וואטסעפפ גערופע. שפיכת דמים.

די קאנטראסט איז גאנץ קלאר, און ס'האט גארנישט מיטן קאראנא צוטוהן.

די צוויי גערופעס אידן זענען תמיד צוטיילט. דער רעכטער איד איז במהותו וממקורו א מענטש וואס גייט נישט נאך. פון יונגווייז אן האט מען דעם אידישן פאלק ערצויגן ליבערשט צו גיין אין ים ווי זוכן שוץ אויף טריקעניש. אונזער גאנצע היסטאריע איז אייגנארטיג, נישט נאטורליך. דאס איז די אידישע כאראקטער בכלל. געלט מאכט דער איד אויך אנדערש ווי דער גוי, רעלאטיוו. דער רעכטער אויבערחכם איז א האלבע אידישקייט. ס'נישט די טעמע -- די חפצא, אויף וואס ער שפארט זיך, ס'איז א מהלך המחשבה.
דאס איז זיין מיינונג אויף קאראנא.

דער לינקער איד ווידעראום איז דער סקעפטיק. ער איז נישט אזוי איבערצייגט. (גראדע אויך א אידישע כאראקטער שטריך). דאס איז אויך א געדאנקען גאנג. ס'דארף שטימען. ס'איז מוכרח. ס'איז שקר. דעם לינקן איד שמעקט נישט קיין קוגל ביים אוהל, קיין ראזשאוואלקע ביים דאווענען, און קיין סיפורי צדיקים.
נישט צופעליג.

אינדערצייט וואס די גאנצע וועלט קען זיך צונויפגעקומען אויף איין גאנג, אמפערן זיך די צוויי גערופעס ווייטער.

און די שולד?

דער רעכטער איד איז ווארשיינליך א טיפש אויב שאקעלט ער אן אפגעלעקטן פינגער ביי א קידוש, אפגעזעהן צו זיין נבואה אז "סעט פארשוואונדן ווערן אזוי שנעל ווי ס'געקומען" איז יא אמת צו נישט. כרגע האט עס א דין פון שבועת שווא און ער וואלט געווארן איבערגעלייגט דערויף.
נישט אייביג ארבעט זיך די חכמה'לע אויס, והשואה יוכיח, הש"י.

אבער די ראציאנאלע אידעלעך וואס זענען פארנומען "אטאקירן" די קעגנזייטיגע, זענען זיך אויך פיין ווערד דאס געלט. "שפיכת דמים! אידאטן!"

ס'קען זיין אז זיי זענען טאקע אומריכטיג, אבער די אטאקע האט גארנישט מיט דעם צו טוהן. ענק פארשטייען אויך נישט פארוואס מ'שלאפט אין סוכה אונטער 60. פארוואס מ'זיצט אין כולל איבער א פארצייטישע ש"ס, אנשטאט א ביאלאגיע סעמינאר. עטס פארשטייטס נישט א אלטע איד וואס דרייט א הינדל איבער'ן קאפ אין די פריע פארטאגס שטונדן. איר זענט נישט איינשטימיג מיט די הארץ פון די אידן, די הארץ פון א אומקלארע איד.
די אטאקע איז נישט אויפן חרדישע איד'ס בליק. אין ווארהייט איז עס אויפן כאראקטער בכלל, אויף זיינע פערזענליכע ווירדעס, און דאס איז פילייכט א שאנדע.

דער גוי פארשטייט סתם אזוי נישט דעם מאדנעם אידעלע, פאר אים איז נישט קאראנא א חידוש און לימודי קודש קיין פראבלעם. די אנדערע אידן, די קלוגערע אידן, די ראציאנאלע, זיי האבן א פראבלעם, און דאס איז זייער פראבלעם.

דער חרדי איז נישט אייביג גערעכט, אבער אויב איז דא א וועג פון זיך אויפקלערן איינע די צווייטע, רעספעקטירן איינע די אנדערע אין אלגעמיין, דארף מען באמת פארשטיין דעם אנדערן.

הא לן והא להו.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אוי אוי אוי האסטו געשניטן צום פינטל.

עס איז מיר געליגן ממש דאס אויפן צונג.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

צווישן דעם רעכטע און לינקע איז דא אזוי פיל נאך, און עס איז דא לינקע וואס מאכען אוועק און רעכטע וואס זענען יא פאר טוהן וואס מער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אישתישבי האט געשריבן:צווישן דעם רעכטע און לינקע איז דא אזוי פיל נאך, און עס איז דא לינקע וואס מאכען אוועק און רעכטע וואס זענען יא פאר טוהן וואס מער.

בעצם ביסטו גערעכט די וועלט איז נישט נאר צוטיילט צווישן רעכטע און לינקע. נאר סאיז פארהאנען אלע מיני קאטאגאריעס אינדערמיט. און די רעכטער אליינס קען אויף געוויסע אישוס זיין א לינקער און דער לינקער קען אויף געוויסע זאכן פלוצלינג ווערן א רעכטער.

אבער למעשה איז עס יא ״מעהר ווייניגער״ צוטיילט אין צווייען אין די גאנצע וועלט. די רעכטע זענען די רעליגעזע פונדאמענטאליסטן וואס ווילן אלעס זאלן בלייבן ביים אלטען, און די לינקע זענען די סעקולאריסט. מענטשען וואס זענען מעהר מאדערן און גייען מיט די נייע וועגן, לאגיק, סייענס, און ריזען.
און אייביג איז דא אויסנאמען יעדער כולל האט א יוצא וכו׳

ווי זאגט יענער:
נישט יעדער קאטוילישע גלח איז א מאלעסטאר, נישט יעדער שחור איז ארים, נישט יעדער איד איז א קארגער אויבער-חכם, נישט יעדער רעכטער איז א ראסיסט, נישט יעדער לינקער איז קעגן גאנס. אבער רובא דרובא זענען יא... :lol: סאיז נאר א וויץ...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
זעקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הא לן והא להו

שליחה דורך זעקעל »

אמת45 האט געשריבן:קאראנע דאמינירט די מענטשליכע געשפּרעך טאג אין נאכט, דיזע טעג. האפענטליך וועט עס ווערן א אויסגעדראשענע און אומאינטערסאנטע טעמע אין די נאנטע צוקונפט און די אלע ארטיקלן, מיינונגען, אבזערוואציעס וועלן ווערן א פארגאנגענהייט.

איך גלייך נישט צו שרייבן איבער צייטווייליגע טעמעס. סיי ווייל ס'דא גענוג און נאך צו הערן פון אנדערע, ווי אויך מער ערפארענע, און בעיקר וויבאלד איך שפיר אז ס'טאקע בלויז א צייטווייליגע טעמע, א נייעס, א טוויט, וואס עקספּייערט ווי מילך.

די איצטיגע קאראנע קריזיס איז אבער אנדערש. ווארים אויסער די עצם קרענק, הערשט א וועלטליכע, עקאנאמישע, קאטאסטראפע, און ס'דא פילע אבזערוואציעס אנצומערקן דערוועגן.

ראש וראשון איז מיר אינטרעסאנט געווען אט דעם פאלגנדן נקודה.

אינעם טאג טעגליכן לעבן געפינען מיר אסאך מיינונגס פארשידנהייטן צווישן די פעלקער, פארטייען, אידיאלאגיעס, און אלגעמיינע גערופעס, יעדער מיט זייער בליק אויף די זאך. פון קלימאט טויש ביז ספּארטס, איז דא חילוקי דעות אויף אלעס און אלעמען.
דאס איז פאליטיק. די טאג טעגליכע נייעס איז שטענדיג פארנומען מיט א גערויש פון קולות, פון מיינונגען, אפשאצונגען, קאנספיראציעס, קאנפראנטאציעס, אטאקעס, אויפקלערונגען, אלס זיך צו פארשטענדיגן אלס א מענטשליכע ראסע.

כעת, ביי די איצטיגע פאזע פונעם קריזיס, קוקט מיר אויס ווי די וועלט איז מער ווייניגער פארשטענדליך צוזאמען אויף איין מיסיע, אפגעזען אלע מיינונגס פארשידנהייטן. מ'הערט כמעט נישט קיין פאליטיק, יעדער פארשטייט ס'איז א געפאר, א קאטאסטראפע, און ס'איז דא געוויסע מאסנאמען וואס ברויכן געשטעלט ווערן דאס בייצוקומען, יעדער, אפילו פרעזידענט טראמפּ.

דאס כשלעצמו איז א שטארקע פונקט פאר זיך. די אחדות וואס די גלאבאלע באפעלקערונג איז בכח צו ערייכען, איז שיין.

אבער דא קומט די וואונדער צו מיינע אויגן ברעמען.

צווישן אונז היימישע אידן, שיינט מיר, איז מען בכלל נישט שווה בשווה אויף א מיינונג.
סאמהאו האבן די רעכטע און די לינקע ווידעראמאל זיך געטראפן ביים פרשת דרכים.

וואס קען שוין זיין די טיילונג?
איז דא א מגפה? יא.

איז דא א סכנה פאר די שוואכערע? יא.

איז דא א וועג באופן טבעי פון דאס פארמיידן? יא.

אלזא, מעג מען אנגיין כאילו לא היה און באזוכן די עלטערן? ניין.

דאן אויף וואס קריגט מען זיך?
וואס האלט דער רעכטער וואס דער לינקער האלט נישט, און די פארקערטע?

טראכט איך אזוי.

פון איין זייט איז דא דער היימיש רעכטער "לאדעכאָפּ" איד וואס איז נישט געוויינט נאכצופאלגן סייענס, און פארמאגט ווארשיינליך א טראמפּ שטיצערישע שטימונג דערוועגן. פון איין זייט הויערט א שרעקוועדיגע געפאר וואס ער קען נישט פארקוקען, און פון די אנדערע זייט וויל ער נישט זיין א בלינדער נאכפאלגער אזוי ווי דער אלגעמיינער גוי וואס שאקעלט צו און גלייבט צו אלעס וואס די געלערענטע זאגן.

איז ער אין א שטיקל דילעמע.
נישט גיין צום חתונה, שפּאַרן די חדרים, שוהל'ן, איז עקסטרעם פון אויבנאויף. ס'איז לינק. ווידעראום אנגיין געהעריג און איגנארירן די אלארם איז דאך א טיפשות, אלזא, אלס א ריין אידישער/חרדישער פראדוקט, קומט אפיר אן אייגענעם סקיצע פון וואס מ'פאלגט יא און וואס נישט.
צו דאס איז מחמת חוצפה, אויבערחכמישקייט, אדער סיי וועלכע אנדערע שטריכן אין די אידישע כאראקטער, איז ווירקליך דאס די ענטפער: ווייל מיר זענען אנדערש. מיר טראכטן אנדערש.

דער לינקער איד פון די אנדערע זייט, וואס קוקט גראדע די נייט שאוי בתמידית, איז קעגן ישיבה למצויניים, גייט א אלטע שטריימל, טראגט מיט די עירוב, ליינט ביכער, הערט פאדקעסטס, איז האלב פאר יאפפעד, האסט א טראמפּ שטיצער, גלייבט אין עוועלאציע מיט א טוויסט, דער איז גאנץ פארשטענדליך אויף אן אנדערע מיינונג אינגאנצן. משוגע איז דער וואס נויגט אוועק פון וואס די דאקטוירים זאגן, און מיט רעכט. די דאקטוירים זענען די געלערענטע דא. היתכן? שרייט דער לינקער צום רעכטן אויף א וואטסעפפ גערופע. שפיכת דמים.

די קאנטראסט איז גאנץ קלאר, און ס'האט גארנישט מיטן קאראנא צוטוהן.

די צוויי גערופעס אידן זענען תמיד צוטיילט. דער רעכטער איד איז במהותו וממקורו א מענטש וואס גייט נישט נאך. פון יונגווייז אן האט מען דעם אידישן פאלק ערצויגן ליבערשט צו גיין אין ים ווי זוכן שוץ אויף טריקעניש. אונזער גאנצע היסטאריע איז אייגנארטיג, נישט נאטורליך. דאס איז די אידישע כאראקטער בכלל. געלט מאכט דער איד אויך אנדערש ווי דער גוי, רעלאטיוו. דער רעכטער אויבערחכם איז א האלבע אידישקייט. ס'נישט די טעמע -- די חפצא, אויף וואס ער שפארט זיך, ס'איז א מהלך המחשבה.
דאס איז זיין מיינונג אויף קאראנא.

דער לינקער איד ווידעראום איז דער סקעפטיק. ער איז נישט אזוי איבערצייגט. (גראדע אויך א אידישע כאראקטער שטריך). דאס איז אויך א געדאנקען גאנג. ס'דארף שטימען. ס'איז מוכרח. ס'איז שקר. דעם לינקן איד שמעקט נישט קיין קוגל ביים אוהל, קיין ראזשאוואלקע ביים דאווענען, און קיין סיפורי צדיקים.
נישט צופעליג.

אינדערצייט וואס די גאנצע וועלט קען זיך צונויפגעקומען אויף איין גאנג, אמפערן זיך די צוויי גערופעס ווייטער.

און די שולד?

דער רעכטער איד איז ווארשיינליך א טיפש אויב שאקעלט ער אן אפגעלעקטן פינגער ביי א קידוש, אפגעזעהן צו זיין נבואה אז "סעט פארשוואונדן ווערן אזוי שנעל ווי ס'געקומען" איז יא אמת צו נישט. כרגע האט עס א דין פון שבועת שווא און ער וואלט געווארן איבערגעלייגט דערויף.
נישט אייביג ארבעט זיך די חכמה'לע אויס, והשואה יוכיח, הש"י.

אבער די ראציאנאלע אידעלעך וואס זענען פארנומען "אטאקירן" די קעגנזייטיגע, זענען זיך אויך פיין ווערד דאס געלט. "שפיכת דמים! אידאטן!"

ס'קען זיין אז זיי זענען טאקע אומריכטיג, אבער די אטאקע האט גארנישט מיט דעם צו טוהן. ענק פארשטייען אויך נישט פארוואס מ'שלאפט אין סוכה אונטער 60. פארוואס מ'זיצט אין כולל איבער א פארצייטישע ש"ס, אנשטאט א ביאלאגיע סעמינאר. עטס פארשטייטס נישט א אלטע איד וואס דרייט א הינדל איבער'ן קאפ אין די פריע פארטאגס שטונדן. איר זענט נישט איינשטימיג מיט די הארץ פון די אידן, די הארץ פון א אומקלארע איד.
די אטאקע איז נישט אויפן חרדישע איד'ס בליק. אין ווארהייט איז עס אויפן כאראקטער בכלל, אויף זיינע פערזענליכע ווירדעס, און דאס איז פילייכט א שאנדע.

דער גוי פארשטייט סתם אזוי נישט דעם מאדנעם אידעלע, פאר אים איז נישט קאראנא א חידוש און לימודי קודש קיין פראבלעם. די אנדערע אידן, די קלוגערע אידן, די ראציאנאלע, זיי האבן א פראבלעם, און דאס איז זייער פראבלעם.

דער חרדי איז נישט אייביג גערעכט, אבער אויב איז דא א וועג פון זיך אויפקלערן איינע די צווייטע, רעספעקטירן איינע די אנדערע אין אלגעמיין, דארף מען באמת פארשטיין דעם אנדערן.

הא לן והא להו.

שלום עליך רבי ומורי @אמת45 פיינעלי טרעף איך דא איינער וואס פארשטייט מיך
איך וואלט צוגעמערקט אז סאיז דער גלות טיפ איד וואס איז אין די דילעמע און סאיז עטוואס מער ווי פראקטיק וואס מען צווינגט ארויף סאיז א בולבל וואס קומט גאר פון פרומע רעאליסטן אבער א בולבל אין אונזער לאנג אנגעזאפטער גלות ביאלאגישן סטרוקטור

היות איך פיל זיך מער באקוועם אין די דאזיגע תגובה, וואלט איך געוואלט אויסשמעוסן מיינע צווייפלען, צום ביישפיל איך זעה אויף וואטסעפפ סטאטוס וואס טוט זיך אפ אין ישראל, און עס ווערט מיר גרין פאר די אויגן, אז אויב די גאווערמענט האט באמת אזויפיל כח צו דיקטעטען די געזעלשאפט׳ס טאג טעגליכן לעבן ווער ווייסט וואס קומט מארגן אפשר ד׳ מיתות בית דין אין די זעלבע דאהי אין ניו יארק קען גאר ווערן קאמיוניסט רוסלאנד, פון די אנדערע זייט שטייט מיר אין די אויגן די ווידעאס פון די מאסן קברים אין איטאליע אין איראן אין איך ווייס צו גוט אז 13th ave קען פונקט אזוי אויסקוקען ח׳ו מיט מאסן לויות גאט זאל ח״ו באהיטן, ממילה בין איך אויף דעים סווינג וואס ווארפט זיך אהין און צוריק, ווי אויך דארף באמערקט ווערן אז אונזער קאמיוניטי דארף פיל מער הילף ווי די סעקולארע וועלט מיר האבן מער קינדער די הוצאות זענען גרעסער און די וואס דארפן אונז אויפקלערן דהיינו די רבנים פליפ פלאפען אין זענען זייער נישט אויסגערעכענט און אנדערע ווערטער סאיז כאאס וואס גייט זיכער בעקפייערן מעגליך אז סאיז about time for a real change
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום זעקעל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.