ווי אלע אנדערע מענטשן איבער דער גארער וועלט, האב איך מיך געטראפן אינדערהיים מיט אסאך ליידיג צייט און אן קיין ארבעט.
וויבאלד די ערשטע זאך וואס איך טו ווען איך האב אביסל איבריג צייט איז אריינקומען דא און טרונקן א קאווע אדער צוויי, אבער ליידער אן צופיל צייט צו קענען מיטטיילן מיינע אייגענע געדאנקן און השערות, איז געקומען די צייט פארצולייגן מיינע צוויי סענטס און טראכטן פארוואס איז געקומען אויף אונז אזא גזירה פון אפשפארן שילן, נישט לאזן דאווענען מיט מנין, נאר אויפן פריייען פעלד אדער באהאלטענערהייט ווי די אנוסים אין שפאניע און פארטוגאל. קינדער קענען נישט גיין אין חדר אדער סקול, די בחורים קריכן אויף די גראדע ווענט אנשטאט גיין אין ישיבה לערנען תורה און דאווענען ערליך.
וויבאלד דאס אלעס איז יעצט אפגעשטעלט, און נישט נאר ביי אונז, נאר כמעט די גאנצע וועלט איז געקומען צו א האסטיגע אפשטעל. ממילא דער גוי, ער האט זיין אינטערנעט וואו ער פארברענגט פאר שוואוילטאג און פארברענט זיין צייט, אבער אונז דריי מיר זיך ארום אן קיין קאפ, רוב עולם האט דאך נישט קיין עקסעס צו אינטערנעט אדער אנדערע טריפהנע כלים. אלזא, וואס טוט מען?
מיינע ווערטער זענען נישט געווענדעט צום ערליכן אינגערמאן, וואס קומט אלע פארטאגס אין שיל, לערנט און הארעוועט שעות ארוכות פארן און נאכן דאווענען, ער קען דאס זעלביגע טוען ביי זיך אינדערהיים פונקט אזוי, וויבאלד זיין מחשבה איז צו דינען דעם באשעפער און טוען זיין רצון, לויט ווי ער פארשטייט און ווי זיינע יכולות ערלויבן אים, ווען ער מיינט דאס אמתדיג און שפילט נישט קיין בלעכענע פנים.
איך רעד דא אבער יא פונעם מענטש וואס קומט אין שיל כמי שכפאו שד, ער קומט נישט לערנען, און דאווענען קומט ער ווייל ממוז און אזוי איז אקצעפטירבאר ביי זיין בני בית, ווייל די מנהג המקום איז, דריי מאל אין טאג קומען אין שיל אריין דאווענען מיט מנין, און ווי דער קלויזענבערגער זצ"ל פלעגט זאגן, ביים דרייען די תפילין ווייסט ער נישט צי ער האלט ביים אנטוען צי ביים אויסטוען. אט צו די סארט מענטשן וויל איך רעדן.
די פנימיות פונעם איד און זיין ערליך איז ווייט פארקראכן פונעם היינטיגן פאלשן אידישקייט וואו דער עיקר איז געווארן א טפל און דער טפל אן עיקר, דער וויכטיגסטער זאך אין אידישקייט איז זיין ערליך ביי זיך אין הארצן און זיין א איד מיינט מקיים זיין די מצוות ווי פארלאנגט דורכן באשעפער. זיין א איד מיינט אויסדריקלעך נישט, האבן א גרויסע ספאדיק-שטריימל, און עסן ביי אלע קדישים און תיקונים נאכן דאווענען, ווי אויך גיין מיט א רעביצינס טורבאן וואס אלע פרויען מערקן אן פון איין עק ליע עוועניו ביז צום אנדערן. על אחת כמה וכמה מיינט נישט אידישקייט, די סארט באנדיטן וואס האלטן אידישקייט האסטעזש אין טוען אפ אלעם בייזן אין טאג טעגליכן לעבן אבער ווייזן ארויס זייער כשרע חזיר פיסל ווען זיי קומען אין שיל דאווענען.
אבער פארוואס זאל איך מאריך זיין, ווען דאס אלעס איז וואויל באקאנט און אויסגעדראשן געווארן דא און אין צענדליגע אנדערע פלעצער אויפן געוועבעכץ און נאך.
די אויבנדערמאנטע מציאות איז נישט קיין נייע, יא היינט איז די רעאליטעט אין די שילן, די פראבלעמען שטעקט מיט פארשידענע רבנים, אדער מיט עסקנים און כלל טוער וואס האבן זיך ארויפגעצווינגען אויפן ציבור אומגעפרעגט, די שילן זענען געווארן סאציאלע פארברענג צענטערן ווען סאיז דא אזעלכע וואס די טיטל "מקום סכנה" איז מילד געזאגט אויף זיי, די קריוודעס וואס ווערן באגאגאנגען קעגן אלגעמיינע מענטשן וואס זענען נישט באשאנקן געווארן מיט ספעציעל גוטע קשרים מיט די "הויכע פענסטער" איז אלעם באוואוסט און באקאנט, און צום באדויערן איז עס געווארן א מכת מדינה, ווי מזאגט אפ קינדער אדער בחורים פאר נארישקייטן וואס טראגט זיי גלייך אריין אין גאס און פון דארט ליידער צום גוי אדער אפילו צו פארברעכן און די באנוץ פון שעדליכע סובסטאנצן.
דאס אלעס האט ישעי' הנביא פאראויס געזען, ער האט גערעדט איבער אנדערע תקופות, ווען סאיז געשטאנען א בית המקדש, די וועלכע זענען געווען די פארטרעגער פון אידישקייט אין זיין דור, זענען נישט געווען קיין רבנים נאר כהנים, די עבודה דעמאלסט האט נישט געמיינט דאווענען נאר מקריב זיין קרבנות, מקטיר זיין קטורת, און צינדן די ליכט פונעם מנורה יעדן אווענט. היינט איז נישטא קיין בית המקדש האבן מיר אויפגעשטעלט א מקדש מעט, די רבנים זענען די וועגווייזער פון אידישקייט, און די עבודה און פראקטיצירן אידישקייט ליגט אין די הענט פון די פאלק, וואס דאווענט און טוט אלעס לזכר און אנשטאטס דעם וואס מיר קענען נישט טוען דאס אלעס אין ירושלים.
און אט איז וואס ישעי' הנביא שרייבט: פרק א'
חֲזוֹן, יְשַׁעְיָהוּ בֶן-אָמוֹץ, אֲשֶׁר חָזָה, עַל-יְהוּדָה וִירוּשָׁלִָם--בִּימֵי עֻזִּיָּהוּ יוֹתָם אָחָז יְחִזְקִיָּהוּ, מַלְכֵי יְהוּדָה. ב שִׁמְעוּ שָׁמַיִם וְהַאֲזִינִי אֶרֶץ, כִּי ה' דִּבֵּר: בָּנִים גִּדַּלְתִּי וְרוֹמַמְתִּי, וְהֵם פָּשְׁעוּ בִי. ג יָדַע שׁוֹר קֹנֵהוּ, וַחֲמוֹר אֵבוּס בְּעָלָיו; יִשְׂרָאֵל לֹא יָדַע, עַמִּי לֹא הִתְבּוֹנָן. ד הוֹי גּוֹי חֹטֵא, עַם כֶּבֶד עָוֺן--זֶרַע מְרֵעִים, בָּנִים מַשְׁחִיתִים; עָזְבוּ אֶת-ה', נִאֲצוּ אֶת-קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל--נָזֹרוּ אָחוֹר. ה עַל מֶה תֻכּוּ עוֹד, תּוֹסִיפוּ סָרָה; כָּל-רֹאשׁ לָחֳלִי, וְכָל-לֵבָב דַּוָּי. ו מִכַּף-רֶגֶל וְעַד-רֹאשׁ אֵין-בּוֹ מְתֹם, פֶּצַע וְחַבּוּרָה וּמַכָּה טְרִיָּה; לֹא-זֹרוּ וְלֹא חֻבָּשׁוּ, וְלֹא רֻכְּכָה בַּשָּׁמֶן. ז אַרְצְכֶם שְׁמָמָה, עָרֵיכֶם שְׂרֻפוֹת אֵשׁ; אַדְמַתְכֶם, לְנֶגְדְּכֶם זָרִים אֹכְלִים אֹתָהּ, וּשְׁמָמָה, כְּמַהְפֵּכַת זָרִים. ח וְנוֹתְרָה בַת-צִיּוֹן, כְּסֻכָּה בְכָרֶם; כִּמְלוּנָה בְמִקְשָׁה, כְּעִיר נְצוּרָה. ט לוּלֵי ה צְבָקוֹת, הוֹתִיר לָנוּ שָׂרִיד כִּמְעָט--כִּסְדֹם הָיִינוּ, לַעֲמֹרָה דָּמִינוּ.
י שִׁמְעוּ דְבַר-ה, קְצִינֵי סְדֹם; הַאֲזִינוּ תּוֹרַת אֱלֹקינוּ, עַם עֲמֹרָה. יא לָמָּה-לִּי רֹב-זִבְחֵיכֶם יֹאמַר ה, שָׂבַעְתִּי עֹלוֹת אֵילִים וְחֵלֶב מְרִיאִים; וְדַם פָּרִים וּכְבָשִׂים וְעַתּוּדִים, לֹא חָפָצְתִּי. יב כִּי תָבֹאוּ, לֵרָאוֹת פָּנָי--מִי-בִקֵּשׁ זֹאת מִיֶּדְכֶם, רְמֹס חֲצֵרָי. יג לֹא תוֹסִיפוּ, הָבִיא מִנְחַת-שָׁוְא--קְטֹרֶת תּוֹעֵבָה הִיא, לִי; חֹדֶשׁ וְשַׁבָּת קְרֹא מִקְרָא, לֹא-אוּכַל אָוֶן וַעֲצָרָה. יד חָדְשֵׁיכֶם וּמוֹעֲדֵיכֶם שָׂנְאָה נַפְשִׁי, הָיוּ עָלַי לָטֹרַח; נִלְאֵיתִי, נְשֹׂא. טו וּבְפָרִשְׂכֶם כַּפֵּיכֶם, אַעְלִים עֵינַי מִכֶּם--גַּם כִּי-תַרְבּוּ תְפִלָּה, אֵינֶנִּי שֹׁמֵעַ: יְדֵיכֶם, דָּמִים מָלֵאוּ. טז רַחֲצוּ, הִזַּכּוּ--הָסִירוּ רֹעַ מַעַלְלֵיכֶם, מִנֶּגֶד עֵינָי: חִדְלוּ, הָרֵעַ. יז לִמְדוּ הֵיטֵב דִּרְשׁוּ מִשְׁפָּט, אַשְּׁרוּ חָמוֹץ; שִׁפְטוּ יָתוֹם, רִיבוּ אַלְמָנָה. יח לְכוּ-נָא וְנִוָּכְחָה, יֹאמַר ה; אִם-יִהְיוּ חֲטָאֵיכֶם כַּשָּׁנִים כַּשֶּׁלֶג יַלְבִּינוּ, אִם-יַאְדִּימוּ כַתּוֹלָע כַּצֶּמֶר יִהְיוּ. יט אִם-תֹּאבוּ, וּשְׁמַעְתֶּם--טוּב הָאָרֶץ, תֹּאכֵלוּ. כ וְאִם-תְּמָאֲנוּ, וּמְרִיתֶם--חֶרֶב תְּאֻכְּלוּ, כִּי פִּי ה דִּבֵּר.
כא אֵיכָה הָיְתָה לְזוֹנָה, קִרְיָה נֶאֱמָנָה; מְלֵאֲתִי מִשְׁפָּט, צֶדֶק יָלִין בָּהּ--וְעַתָּה מְרַצְּחִים. כב כַּסְפֵּךְ, הָיָה לְסִיגִים; סָבְאֵךְ, מָהוּל בַּמָּיִם. כג שָׂרַיִךְ סוֹרְרִים, וְחַבְרֵי גַּנָּבִים--כֻּלּוֹ אֹהֵב שֹׁחַד, וְרֹדֵף שַׁלְמֹנִים; יָתוֹם לֹא יִשְׁפֹּטוּ, וְרִיב אַלְמָנָה לֹא-יָבוֹא אֲלֵיהֶם. כד לָכֵן, נְאֻם הָאָדוֹן ה צְבָקוֹת--אֲבִיר, יִשְׂרָאֵל: הוֹי אֶנָּחֵם מִצָּרַי, וְאִנָּקְמָה מֵאוֹיְבָי. כה וְאָשִׁיבָה יָדִי עָלַיִךְ, וְאֶצְרֹף כַּבֹּר סִיגָיִךְ; וְאָסִירָה, כָּל-בְּדִילָיִךְ. כו וְאָשִׁיבָה שֹׁפְטַיִךְ כְּבָרִאשֹׁנָה, וְיֹעֲצַיִךְ כְּבַתְּחִלָּה; אַחֲרֵי-כֵן, יִקָּרֵא לָךְ עִיר הַצֶּדֶק--קִרְיָה, נֶאֱמָנָה. כז צִיּוֹן, בְּמִשְׁפָּט תִּפָּדֶה; וְשָׁבֶיהָ, בִּצְדָקָה. כח וְשֶׁבֶר פֹּשְׁעִים וְחַטָּאִים, יַחְדָּו; וְעֹזְבֵי ה, יִכְלוּ. כט כִּי יֵבֹשׁוּ, מֵאֵילִים אֲשֶׁר חֲמַדְתֶּם; וְתַחְפְּרוּ--מֵהַגַּנּוֹת, אֲשֶׁר בְּחַרְתֶּם. ל כִּי תִהְיוּ, כְּאֵלָה נֹבֶלֶת עָלֶהָ; וּכְגַנָּה, אֲשֶׁר-מַיִם אֵין לָהּ. לא וְהָיָה הֶחָסֹן לִנְעֹרֶת, וּפֹעֲלוֹ לְנִיצוֹץ; וּבָעֲרוּ שְׁנֵיהֶם יַחְדָּו, וְאֵין מְכַבֶּה.
אין מיין האמבל דעצידירנד אפיניען, איז די נביא היינט נאכמער גילטיג ווי אלעמאל, די פראבלעם קען זיין אינטערנעט, אדער צניעות אדער די אויפרייסערישקייט אדער וואס אימער, ביי די רבנים, פאנטרעגער און אומאפציעלע זעלבסט דעקלערירטע פארשטייער פון חרדישן אידנטום, די מציאות הדברים איז, אז אונז האלטן ביי אזא דור, אז אנשטאט זיי זאלן טוען ווי פארלאנגט אין תורה און הלכה כלפי זיך זעלבסט, זענען זיי די כשרסטע פון אלעמען אבער אלע אנדערע זענען שולדיג אין די פראבלעמען פונעם דור. האט אונז דער אייבערשטער געשיקט א מעסעזש, איך דארף נישט ענקערע שילן, ענקער תורה איז נישט וויכטיג און די מקווה איז איבריג. ווילסט זיין א איד, פאר מיר איז גענוג די פנימיות און אויב ווילסטו קענסטו דאווענען אינדערהיים אויך, איך דארף אבער נישט ענקערע תפילות נאר ענדערש ענקער פנימית און אמתדיגקייט.
ישעי' הנביא זאגט פאר נביאות
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
ישעי' הנביא זאגט פאר נביאות
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער נביא זאגט שוין אלעס. ס'איז די היפאקריטישקייט און ציניציזם פון א טייל רבנים. פארשטייצעך. נישט ח"ו אלע. ..."שריך סוררים וחברי גנבים"...! ער (דער רב) האט אין זיין ביהמ"ד דאווענען איינעם אדער עטליכע גנבים און גזלנים במלוא מובן המלה. און אנשטאט זאגן פאר זיי מוסר און מוכיח זיין חנפ'עט ער זיי און קלאפט אויף די פלייצע זאגנדיג ..."אחינו אתה"...נאר ער זאגט מוסר פאר די וועלט אז אלע צרות קומען וועגן אינטערנעט און די טמא'נע כלים. און די געפאסטע קליידער און די רויטע טורבאנס אדער סנאאדס. אוןן אויב די רעגירונג כאפט שוין איינעם פון די גזלנים און רודפים און שפארן זיי איין פאר א לענגערע תקופה מאכט מען פון איהם א גאנצן צאדיק, ירא שמים עניו ובעל ביטחון. איינעם פאר וועם מ'קען שוין געבן קוויטלעך...! ניין. איך מיין דא נישט הרה"צ בעל ביטחון ומסירות נפש ר' שלום מרדכי רובאשקין הי"ו וועלכער איז א צדיק במלוא מובן המלה. נאר א צווייטן איד וועלכער האט געשווינדלט, געגנב'עט און געשטעלט אנדערע אידנ'ס לעבן אין סכנה. ביז מ'האט איהם געכאפט. פלוצלינג איז ער געווארן א צדיק, עניו ובעל ביטחון...!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ישעי' הנביא זאגט פאר נביאות
און זאלן מיר טאקע זוכה זיין צו ״ציון במשפט תפדה״, אז אונז זאלן מיר אויסגעלייזט ווערן בכלל ובפרט פון המחלה הבא ע״י ״סאַרס קאָוו 2״ העולה ״במשפט״ עם האותיות. ועיין באבות (ה יב) דדבר בא על ענין העדר צדקה ע״ש.
ואגב, אין פרק שירה (פ״ד) שטייט אז שירת הרצפי [נ״א אונכי] איז די פסוק (ישעיה מ א) נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם. סליפקין טייטשט אז רצפי [נ״א אונכי] מיינט א בּעט/עטלף. יעצט, די פסוק פון נחמה איז כנגד די ערשטע פרק אין ישעיה פון פרעניות כידוע. ולענינינו, די מגיפה וואס די ערשטע פרק אין ישעיה מרמז אליו וכדברי [tag]עוד מישהו[/tag], איז דאך שורשו פון א בּעט/עטלף, איז אונזער האפענונג אז די שירה פונ׳ם בּעט/עטלף זאל טאקע אפשוואכן די פרעניות פונ׳ם ערשטן פרק אין ישעיה שהיא כנגדו, וואס איז מרמז צום מחלה כנ״ל וואס שורשו פונ׳ם בּעט/עטלף.
מ׳דארף אויך געדענקן אז די פסוק זאגט (עמוס ה ט-י) המבליג שד על עז [די קליינע וויירוס אויפ׳ן מענטש] ושד על מבצר יבוא [סאציאלע דיסטענסינג] שנאו בשער מוכיח ודבר תמים יתעבו.
ואגב, אין פרק שירה (פ״ד) שטייט אז שירת הרצפי [נ״א אונכי] איז די פסוק (ישעיה מ א) נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם. סליפקין טייטשט אז רצפי [נ״א אונכי] מיינט א בּעט/עטלף. יעצט, די פסוק פון נחמה איז כנגד די ערשטע פרק אין ישעיה פון פרעניות כידוע. ולענינינו, די מגיפה וואס די ערשטע פרק אין ישעיה מרמז אליו וכדברי [tag]עוד מישהו[/tag], איז דאך שורשו פון א בּעט/עטלף, איז אונזער האפענונג אז די שירה פונ׳ם בּעט/עטלף זאל טאקע אפשוואכן די פרעניות פונ׳ם ערשטן פרק אין ישעיה שהיא כנגדו, וואס איז מרמז צום מחלה כנ״ל וואס שורשו פונ׳ם בּעט/עטלף.
מ׳דארף אויך געדענקן אז די פסוק זאגט (עמוס ה ט-י) המבליג שד על עז [די קליינע וויירוס אויפ׳ן מענטש] ושד על מבצר יבוא [סאציאלע דיסטענסינג] שנאו בשער מוכיח ודבר תמים יתעבו.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
אז מרעדט שוין יא, שוין יארן לאנג זייט מיין טאטע און רבי'ס אין חדר האבן מיר מחנך געווען צו דאווענען שמו"ע. ווען איך האב אנגעהייבן פארשטיין אויף וואס איך בעט און אינזין געהאט די פירוש המילות, איז מיר געווען שווער צו פארשטיין די תפילה, "השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה," גלייך נאכדעם קומט די בקשה פון "והסר ממנו יגון ואנחה," וואס האט איינס מיטן צווייטן? לכאורה אויבנאויף האבן די צוויי נישט קיין שום קשר. די תירוץ איז ליידער גאר פשוט, סהאט געדויערט אפאר יאר ביז איך האב אנגעהויבן פארשטיין דעם קשר, אבער די אנשי כנסת הגדולה און די תנאים וואס האבן מסדר געווען תפילת שמו"ע, האבן שוין געוואוסט דערפון און זיי האבן דאס צוזאמגעשטעלט על שם העתיד.
דערפאר בעטן מיר פונעם אייבערשטן, ומלוך עלינו אתה השם לבדך בחסד וברחמים, וצדקינו במשפט. ווייל דער אויספיר איז ווי דערמאנט, נאר ער קען אונז העלפן אין די היינטיגע מצב, און איז דער איינציגער וואס איז א דיין אמת, ווייל די היינטיגע שופטים און יועצים זענען צו ווייט פארקראכן
דערפאר בעטן מיר פונעם אייבערשטן, ומלוך עלינו אתה השם לבדך בחסד וברחמים, וצדקינו במשפט. ווייל דער אויספיר איז ווי דערמאנט, נאר ער קען אונז העלפן אין די היינטיגע מצב, און איז דער איינציגער וואס איז א דיין אמת, ווייל די היינטיגע שופטים און יועצים זענען צו ווייט פארקראכן
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ישעי' הנביא זאגט פאר נביאות
״קאראנעוויירוס״ בגימטריא ״יגון״ [בחשבון מנצפ״ך] עם הכולל.
״יגון ואנחה״ עם האותיות גימטריא ״קאוויד-19״ עם התיבות [המספר הוא כמו תיבה אחת].
״יגון ואנחה״ עם האותיות גימטריא ״קאוויד-19״ עם התיבות [המספר הוא כמו תיבה אחת].
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רבותיי: א יעדער האט דא געזאגט שיינע תורה'לעך, פשט'לעך, גמטריאות און רמזים. פארוואס דאס איז געקומען. און וואו ס'איז מרומז. ואין מקרא יוצא מדי פשוטו. די אונטערשטע שורה איז אז מ'דארף אויספאלגן די אנווייזונגען פון די רעגירונג און דאקטוירים. און נישט וועללן זיין אן אויבער חכם.
יא. מיך האט אויכעט זייער שטארק געשטערט דער פאקט אז מ'קען נישט דאווענען אין ביהמ"ד און הערן קריאת התורה. סיי די פרשת השבוע. און סיי פרשת החודש. און ראש חודש בענטשן. אבער וואס זאלל מען טון אז דאס איז די מציאות. עטליכע גוטע שכנים ביי מיר אין ישוב וואו איך וואוין זענען זיך צוזאמגעקומען א יעדער איינער אויף זיין בעק פארטש. און מ'האט געדאוונט מריחוק מקום ומקירוב הלב. און געבענטשט ר"ח. און נאכ'ן דאווענען איז א וואוילער יונגערמאן, א בנש"ק ארומגעגאנגען צו א יעדנ'ס הויז מיט די ס"ת. מ'זאלל כאטש קענען זעהן די ספר תורה...!
דער אייבישטער זאלל העלפן אז אונז זאללן שוין אויסגעלייזט ווערן און ארויסגיין מעבדות לחירות, ומשעבוד לגאולה. און מ'זאלל קענען צוריקגיין דאווענען אין אונזערע בתי המדרש אזוי ווי אין שנים כתיקונן. און אלע אידן זאללן זיין געזונט און שטארק. און נישט וואוסן פון קיין שום מחלה צו זאגן. ונאמר אמן...!
יא. מיך האט אויכעט זייער שטארק געשטערט דער פאקט אז מ'קען נישט דאווענען אין ביהמ"ד און הערן קריאת התורה. סיי די פרשת השבוע. און סיי פרשת החודש. און ראש חודש בענטשן. אבער וואס זאלל מען טון אז דאס איז די מציאות. עטליכע גוטע שכנים ביי מיר אין ישוב וואו איך וואוין זענען זיך צוזאמגעקומען א יעדער איינער אויף זיין בעק פארטש. און מ'האט געדאוונט מריחוק מקום ומקירוב הלב. און געבענטשט ר"ח. און נאכ'ן דאווענען איז א וואוילער יונגערמאן, א בנש"ק ארומגעגאנגען צו א יעדנ'ס הויז מיט די ס"ת. מ'זאלל כאטש קענען זעהן די ספר תורה...!
דער אייבישטער זאלל העלפן אז אונז זאללן שוין אויסגעלייזט ווערן און ארויסגיין מעבדות לחירות, ומשעבוד לגאולה. און מ'זאלל קענען צוריקגיין דאווענען אין אונזערע בתי המדרש אזוי ווי אין שנים כתיקונן. און אלע אידן זאללן זיין געזונט און שטארק. און נישט וואוסן פון קיין שום מחלה צו זאגן. ונאמר אמן...!