איך האב די וויירוס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אגב שמעתי פון א מגיד שעור אמאל אז יעדער בין הזמנים באקומט ער א שוואכקייט צו א פארקילעכצט אדער א אנדערע מיחוש ער טעהנ'ט אז וווילאנג א מענטש גייט אן מיט א שטרענגע סדר מיט א רוטין אין האט אן אינערליכע הכרח אנצוגיין איז די גאנצע גוף אין א שטארקע גייסט ממילא באקומט עס נישט קיין שוואכקייטען אבער אין די רגע וואס די מענטש לאזט נאך, דאן לאזט די גוף אויך נאך.
די זעלבע זעהט מען ביי עלטערע אידען וואס רוטייערן , יעדער פון אייך האט שוין מסתמא דאס אליין בייגעוויונט ,פון מהערט אויף ארבייטען הייבט זיך אן אלע מעשיות משפירט די הארץ די פוס טוט וויי וכו'וכו' (אפשר קען טאקע איינער מער מסביר זיין די ענין).
לפי''ז יצא לנו שתי נקודות:
א'- קען זיין אז די איינשפארען א מענטש אינדערהיים און נישט לאזען אנגיין מיט די טאג טעגלעכע סדר , דאוואנען , לויפען צום ארבייט וכו' דאס אליין שטעלט אויס די מענטש פיל מער צום וויירוס.
ב'- ועוד יותר קען זיין אז פיל פון די ווייטאגען וואס מאנכע שפירען זיצענדיג אינדערהיים איז בלויז א פועל יוצא פון זיצען אינדערהיים און נישט אנגיין מיטען לעבען און האט קייין שייכות מיטען וויירוס!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

יין שרף האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
כפתור האט געשריבן:רפואה שלמה!
אגב, וואס העלפט די טעסט? וואס קען מען האבן פון וויסן? וואס גייט מען טון אנדערש?

ווייל ווען מ'דרייט זיך ארויס דערפון ווייסט מען אז מ'איז אימיון, און פארטיג דערמיט.

מען קען עס נאר האבן איין מאל? Online I saw it's not so clear cut

אנליין איז גארנישט קלאר... אבער ווי ס'שיינט זעהט אויס אז 99.9 פראצענט האבן עס נישט געכאפט נאכאמאל. און דארט ווי יא איז אויך אזוי איינצעל אז ס'איז נישט מוכרך אז ס'איז טאקע אזוי געווען.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

ליטוואק, האסט געזאגט פיטום הקטורת? האט עס גע'פועל'ט און וויפיל שטערן רעיטינג געסטו פאר דעם? מוז עס זיין בכתב אשורית אדער איז סתם א סידור אויך גוט?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער אמת איז, איך האב געזאגט פיטום הקטרת אזוי ווי יעדען טאג, פאר שחרית. פון די סידור. פון א קלף זעט מיר אויס א ליצנות, ווי קומט עס תושבע"פ מיט הלכות כתיבה? איך האב געקלערט אז עס וואלט געווען רטזאם צו גיין לערנען די סוגיות פון קטרת אין מנחות, אבער למעשה האב איך עס נישט געטון. מיין צייט איז נאך מער באגרעניצט אין די צייטן, איך ווייס נישט ווי אנדערע זאגען זיי האבען מער צייט.
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

Re: איך האב די וויירוס

שליחה דורך cictim »

מיינונגזאגער

Re: איך האב די וויירוס

שליחה דורך מיינונגזאגער »

מאך זיכער האט געשריבן:איך ליג אין בעט ווייל איך בין געשטאנען נעבן איינער וואס ווייזט סימפטאמען, אבער כ'האב נישט קיין פיבער.

עס איז מיר זייער אינטערסאנט ווייל פאר פורים האב איך באקומען שרעקליכע פיבער און רוקן וויי מיט קאנסטיפעישן, דריי סימפטאמען פון די וויירוס, אבער דער דאקטאר האט מיר געזאגט אז עס איז די פלו, איך בין נישט געגאנגען ארבעטן פאר א וואך און עס איז מיר בעסער געווארן.

יעצט קלער איך אז אפשר האב איך שוין געהאט די וויירוס אבער איך ווייס נישט וואו זיך צו טעסטן.


אויב שוין געהאט, וואס עפעס זיך נאך אלץ טעסטן, ממה נפשך, קען מען עס נישט נאך אמאל באקומען איז דאך גאר גוט, וואס פעהלט אויס די טעסט, קען מען עס יא באקומען וואס העלפט די טעסט.
אויב וועסטו ענטפערן, אז איך ווייס אז איך האב שוין באקומען דארף איך שוין נישט אכטונג גיבן, שתי תשובות לדבר (שאלות)
מאן יאמר אז מען קען עס נישט באקומען צוויי מאל, ערגעץ ווי איז באשטעטיגט געווארן אזא פאקט ?
צווייטענס אם תמצא לאמר, אז עס איז יא באשטעטיגט געווארן אז צוויי מאל קאראנא איז נישט שייך צו האבן, דארף מען זיך נאך אלץ אכטונג גיבן און זיין אויסגעהאלטן מיט אלע כללים פון היידזשין, טאמער נישט ח״ו קלעבן זיך אן מחלות אויפן מענטש אשר לא כתוב בספר הזה ל״ע. ע״כ איז זייער ראטזאם זיך כסדר אכטונג צו גיבן.
בעסער אדער שוואכער אכטונג גיבן איז בכלל נישט שייך לפי מיין ״מיינונג״
ביי אונז ביי דער ארבעט זיצט אן עלטערער שסר (א גוי) וואס איז ממש משוגע לאותו דבר (היידזשין) ער וואשט די הענטלעך פונעם טיר פאר ער עפענט עס מיט זיין בלויזער האנט. ער דרייט זיך שוין מיטן מאסק אויף זיין גזוכט זינט די שוויין פלו, ממש או.סי.די. אין די ענינים במלאו מובן המלה.
איי העוו ניוס פאר יא ער ליגט א פגר פון קאראנא.
ווי געוואלד האט ער דאס אויפגעפיקט ווייסט נאר איין איינציגער גאט וואס איז משגיח פרטי אויף יעדער פרט וואס געפינט זיך דא אויף דעם עולם השפל.
ווער יא וויירוס, ווער נישט וויירוס איז אלעס ער, הוא בלבדו עשה ועושה ויעשה כל המעשים.
ע״כ מען דארף טוהן די נארמאלסטע השתדלות וואס עס איז שייך ביזן גיין משוגע, ולא עד בכלל, פון דארט און ווייטער לאז דעם עקספעריענס בורא כביכול פירן זיין וועלט. אויב מיט דיין שכל האלסטו אז ער מאכט א טעות ח״ו, ער איז גרייט מיט דיר זיך מתווכח צו זיין אבער.
יא גאט ער גאו טא הים פאר די דיבעיט.
אויב ווילסטו עס טאקע דיבעיטן מיטן כל יכול דאן גיב זיך טאקע נישט אכטונג בכלל.
א גוטער נאכט
מיינונג



Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

קורקלענד האט געשריבן:
כפתור האט געשריבן:רפואה שלמה!
אגב, וואס העלפט די טעסט? וואס קען מען האבן פון וויסן? וואס גייט מען טון אנדערש?

ווייל ווען מ'דרייט זיך ארויס דערפון ווייסט מען אז מ'איז אימיון, און פארטיג דערמיט.

איז דאס א באשטעטיגטער פאקט ?
Chaim hershko
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 05, 2020 10:29 am

שליחה דורך Chaim hershko »

קורקלענד האט געשריבן:
כפתור האט געשריבן:רפואה שלמה!
אגב, וואס העלפט די טעסט? וואס קען מען האבן פון וויסן? וואס גייט מען טון אנדערש?

ווייל ווען מ'דרייט זיך ארויס דערפון ווייסט מען אז מ'איז אימיון, און פארטיג דערמיט.

זיי זענען נישט אזוי זעכער אז מ'ווערט אימיון צי עס
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אינטרעסאנט איז, אז די חוש הריח איז מיר נאר טיילווייז צוריק געקומען. א שטארקע גרויך קען איך שמעקן, אבער די בשמים מוצאי שבת איז נאר א רמז צו די אלטע בשמים.

גראדע, די וויין יו"ט האב איך יא טועם געווען, הגם אז דאס איז נארמאל פארבונדן מיט די חוש הריח.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

האסט גענומען נאכאמאל א טעסט?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב קיינמאל ניטש גענומען די טעסט. עס איז פארגעקומען א מאסן אנטיבאדדי טעסט דער זונטאג אין לעיקוואד, אבער איך בין נישט געגאנגן. זיי האבען עס געטון אז מיר זאלען קענען מנדב זיין פלעיטלעטס, און היות אז געווענדליך מעג איך נישט געבן קיין בלוט (יעדער איינער וואס איז געווען אין ענגלאנד צווישען 1997 און 2000, צו עפעס אזוי, מעג נישט געבן קיין בלוט. זיי האבען מורא פאר דער צודרייטע קיען מחלה), האב איך מיר פארגעשטעלט אז מ׳וועט מיר סייווי נישט לאזען געבן פלעיטלעטס. אפשר רעדט מען פון פלאזמא, איך געדענק שוין נישט.

עכ״פ איך ווייס ניטאמאל ווי מ׳קען זיך טעסטן
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט