הילל'ס טרוים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

הילל'ס טרוים

שליחה דורך הבל וריק »

מיט א ווייאיגע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] זיצט הלל אויפן בענקל און פרובירט צוזאמקלייבן זיינע געדאנקען.

עס איז האלב עלף אויפדערנאכט, די ווייב איז אויף נעטפליקס, די קינדער שלאפן געמיטליך, די וואקיום קלינער ליגט אויסגעשטרעקט אויפן קיך פאדלאגע, און א האלבע באטל אראנזש זשוס רוהט אויפן טיש.

ווי מאכט מען א דאלאר, קלערט הילל. אדער "ווי קריעיט מען וועליו" ווי זיין חבר מנשה - דער ביזנעס מבין רופט עס.

צען יאר, נישט מער געדאכט איז הלל שוין פארהייראט. די ערשטע יאר נאך די חתונה האט ער פארברענגט אין א בעקיארד אויף ראסס, ווי בחורים פלעגן קומען רייכערן און שפייען.
די צווייטע יאר האט ער אביסל געטוהן אין פוינטס. ס'טייטש געפענט דריי קארטלעך אונטער זיין און זיין ווייב'ס נאמען און עס פארמאכט דערנאך.
די דריטע יאר האט הילל געקלערט וואס ער וויל טוהן די פערטע יאר,
דערנאך האט ער פרובירט צו פארקויפן קיוטיפּס אויף אמאזאן, וואס האט זיך גענדיגט מיטן לאזן די באקסעס ליגן ביי זיין מאמע אין קעלער.
די פיפטע יאר האט הילל געלערנט מיט א בעלבתּיש'ער יונגערמאן אין די צופרי שטונדן, דערנאך געפארן קוקן בילדינגס אין די אומגעגנט.
די זעקסטע יאר האט הילל געקלערט פון גיין צו טורא קאלעזש פאר א געהעריגע פאך אין די פיס, אבער האט זיך געטראפן ארבעטן פאר זיין טאטן אין געשעפט – א פרינטינג ביזנעס.

אלנפאלס, אין די איצטיגע קאראנע טעג זיצט הלל מיט א פלייס איבער זיין סמארטפאון און קוקט אדורך די טרענדינג נייעס און טוויטער איבער די פארע פון א הייסע צופרי קאווע. מיטאג פרובירט הלל צו פארלירן עפעס געלט אויפן סטאק מארקעט, און הערשט אין די נאכט שטונדן שטאטעט ער אפ א באזוך אין די יוטוב קארידארן, נישטערענדיג פאר קליפס.

דורכאויס די טאג ווערט הלל באגלייט מיט שווערע גיגעבייטס קליפס און וואויסנאוטס פון פארשידענע חכמים למיניהם. א טייל איבער קאראנע, א טייל איבער וואס מ'קען זיך לערנען פון קאראנע, און א טייל אלארמירנדיג דעם שוין אלארמירטן געמיינדע, נישט ארויסצוגיין צווישן אנדערע.
טרעפט זיך הלל שוין די דריטע נאכט ביים קיך טיש, אונטערן בלאסן לעקטער פונעם פעטצאו טשילאר מיט די פארהויכטע גלאזלעך, איבער א טעצל טרויבן און שוואכע משלוח מנות טשאקאלאד, קלערנדיג איבער זיין מצב.
די עקאנאמיע הינקעט, די קינדער וואקסן באלד אונטער, ווי מאכט מען א דאלאר?

בליציגע געדאנקן לויפן פארביי זיינע מידע קערפער.
צוביסלעך ווערן די מחשבות א דמיון, און הלל זעהט זיך פלוצים אין א גאלדענעם דיינינגרום, מיט ברוינע מעבל און א לאנגע טיש, ווי ער שטייט אויפן אויבנאן מיט א ריזיגע קרוין אויף די שטריימל. ארום אים טאנצן צענדליגע בחורים מיט דאטשיקס און פארשידענע קליידונג. צו זיין זייט שטייען גבאים און וואכן די אומגעגנט. ער שרייט מיט א ווילדע געלעכטער און שרייבט טשעקס, און א פארשטעלטע טאכטער ברענגט קרויט צום טיש.
אין זיין דמיון זעהט זיך הלל זיצן ביי בארד מיטינגס געבן א מיינונג, ביי רבנים נאכזאגן א ווארט, ביים טיש הארט נעבן רעבין, אין שול רייסענדיג פעטע OJC ביכלעך.
הלל זעהט זיך אריינשלייכן דאנערשטאג נאכט אינעם קאלאני, נאך א וואך פון פרעס און פארטי, מיט זיין מייאיסטעטישן BMW באגריסנדיג זיין באשיידענע אשת חיל, די מאמע פון זיינע קינדער, וואס זיצט אין א רינג צווישן די חבערטעס, קייענדיג [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אויף די נאסע גראז.

הלל זעהט זיך טאנצן ביי זיין זונ'ס חתונה אין די זאלן פון קאנטינענטאל, צו די ארומיגע ביישויער וואס קוקן זיך צו מיט נייגער ארום און ארום אין א רינג.
פון א געפּאַקטע זאַל חלומ'ט הלל. א סטעיזש פול מיט מוזיקאנטן און א רייכע כאר. פון א טאנץ אינדערמיט, די קדשי קדשים פון לעבן, די אבן שתיה פון טרוימען, און די טופּענדע פיס פון די צאללאזע קרובים וואס טאנצן פאר אים אהין און צוריק.

הלל חלומ'ט פון נתקבל'ס, פון פאלגזאמע סטעף, פון לומדישע איידעמער, פון די ריעל דיעל, פון די פּלעפּלעריי אין קראלי, פון נזר אב השנה, פון אן אדרעס אין וויליאמסבורג, א נאמען אויפן גאס, א געדענקמאל אין היסטאריע.

ערוועקט זיך הלל א נאסער, אויפן שמיציג גלאזערנעם טיש, אין זיין קליין פארמארגעזשטן דירה'לע אין ניי וויליאמסבורג, אויפן פערטן שטאק.
הלל לעכצט, הלל איז א גארנישט, הלל וויל געלט, הלל וויל שעצונג.

הויבט זיך הלל פון בענקל מיט א קרעכץ, און שאקעלט אפ זיין פארוועלקט שמיציגן טלית קטןַ.
שלינגט הלל א גלעזל סעלצער, גרעפּסט דערויף א פארמידעטער. גיימער שלאפן? פרעגט ער א פארטיעפטע חוה, און אויפן געלעגער, מיט פארמאכטע אויגן, פרעגט הלל זיין זעהל "ווי מאכט מען א דאלער?"
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

הילל'ס טרוים

שליחה דורך מי אני »

אין די טעמע פון די טיפע ארטיקל קען מען זאגן אז דאס איז א פשט אין דעם אז (סוף תענית לא.) אמר רבי אלעזר עתיד הקדוש ברוך הוא לעשות מחול לצדיקים ע״ש. והיינו, אז ווי דער מו״נ ברענגט ארויס בסוף ספרו (ח״ג פנ״ד) איז די שלימות פון (מדות ו)שכל די ריכטיגע שלימות נאך אסאך אסאך מער ווי דאס שלימות בנכסים וכדומה (וכן נשנית בכמה וכמה ספרי חכמה). יעצט, דעריבער איינמאל ס׳עט ווערן ומלאה הארץ ״דעה״ און מ׳וועט דאס ריכטיג פארשטיין, איז וועט מען מאכן אן ענין פון א מחול פאר די צדיקים בנפשם וואס האבן דאס פארשטאנען. דהיינו, זיי וועלן וועלן שטיין אינדרויסן אינ׳ם רינג ווי איידער אינעווייניג וואו מ׳באקומט די אנערקענונג, ווייל ״די אנערקענונג״ איז סוּפּערפלוּאָס צו וואס ס׳מעטערט באמת.

די באמערקונג און טעמע פונ׳ם ארטיקל איז בפרט אין פלאץ אינ׳ם יעצטיגן מצב העולם, וואו ציוויליזאציע, ושלימות הנכסים הבאים על ידיה, האט זיך (אין א וועג) אפגעשטעלט, משא״כ שלימות בשכל. און דאך כאפט זיך נישט דאס דער הילל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: הילל'ס טרוים

שליחה דורך קל וחומר »

זינט הילל'ס האבן גע'הילל'ט האט זיך נאכנישט גע'הילל'ט אזא הילל.

מענטשן האבן יעצט אסאך צייט צו קלערן וואו זיי האלטן אויף דער וועלט, יעדעם פאטשט אן אנדערן מציאות אין פנים, איינעם דעם פינאנציאלן מצב זיינעם וואס הינקעט שוין אונטער שוין פון די בחורישע יארן, א צווייטער זעהט זיך מיט זיין צוזעצטן שלום בית וואס וואלט שוין געפירט צו א גט ווען נישט וואס דאס ווייב האט זיך געלאזט פרוכטבארן באלד נאכן נעמען דאס רינגל, איינער זעהט זיך מיט זיין אומבא'טעמ'ט יונגל וואס האט שוין מזכה געווען אלע טעראפיסן פונעם איסט קאוסט מיט געלט אויף צו חתונה מאכן די אייניקלעך זייערע.

עכ"פ יעדער זעהט ווי שטארק ער איז אנגעוויזן אינעם געזעלשאפט אז זיינע יגונות זאלן אים נישט אריינשיינען אין די אויגן.

ייש"כ הבל וריק פארן הערליכן ארטיקל ס'איז געווען צום לאכן און צום וויינען.
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: הילל'ס טרוים

שליחה דורך הבל וריק »

קל וחומר האט געשריבן:זינט הילל'ס האבן גע'הילל'ט האט זיך נאכנישט גע'הילל'ט אזא הילל.

מענטשן האבן יעצט אסאך צייט צו קלערן וואו זיי האלטן אויף דער וועלט, יעדעם פאטשט אן אנדערן מציאות אין פנים, איינעם דעם פינאנציאלן מצב זיינעם וואס הינקעט שוין אונטער שוין פון די בחורישע יארן, א צווייטער זעהט זיך מיט זיין צוזעצטן שלום בית וואס וואלט שוין געפירט צו א גט ווען נישט וואס דאס ווייב האט זיך געלאזט פרוכטבארן באלד נאכן נעמען דאס רינגל, איינער זעהט זיך מיט זיין אומבא'טעמ'ט יונגל וואס האט שוין מזכה געווען אלע טעראפיסן פונעם איסט קאוסט מיט געלט אויף צו חתונה מאכן די אייניקלעך זייערע.

עכ"פ יעדער זעהט ווי שטארק ער איז אנגעוויזן אינעם געזעלשאפט אז זיינע יגונות זאלן אים נישט אריינשיינען אין די אויגן.

ייש"כ הבל וריק פארן הערליכן ארטיקל ס'איז געווען צום לאכן און צום וויינען.


א דאנק @קל וחומר,
דיינע ווערטער זענען געשעצט!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די שפראך... די אויסדרוקן... געוואלדיג!!!!! :like :like
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הויזן טראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

Re: הילל'ס טרוים

שליחה דורך הויזן טראגער »

מילא אז די ווייסט וואס איך טראכט וועל איך נאך אראפשלונגען אבער פון ווי אין גאטס נאמען ווייסטו אז איך הייס הלל ???
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הבל וריק: (וואס איז לכאורה א סתירה צו דיין נאמען. נאר מן הסתם ביסטו א גרויסער עניו אויך.) אין אמת'ן האביך שוין באמערקט די העדליין פונ'ם אשכול גלייך נאכדעם וואס ס'איז ארויסגעקומען. נאר איך האב געטראכט אז מסתמא רעדסטו איבער דעם תנא הילל פון די גמרא. כאטש ס'האט מיך געוואונדערט פון וואו דו ווייסט איבער וואס ער האט געטרוימט. האביך עס נישט געגעבן קיין דין קדימה. כ'האב געטראכט אז אפשר איז דא א גמרא/עין יעקב וואס איך האב נישט באמערקט. אדער אפשר גאר עפעס א בעל מקוגל/באבא וועלכער האט אונז מגלה געווען א נייע גמרא אדער מדרש. אבער וויסנדיג אז אויב דער מחבר איז הבל וריק מוז עס אנטהאלן א סאך הומאריסטישע נקודות.

איך זעה אז דו האסט אזוי גוט צוגעטראפן אלע מיינע חלומות און טרוימען כאילו דו וואלסט אפגעהאלטן א לענגערן אינטערוויו מיט מיר.

אוי. ווען נאר א טייל פון מיינע חלומות, טרוימען און פאנטאזיעס וואלטן מקויים געווארן. אויך מיינע אומגעלונגענע ביזנעס ווענטשורס. און די שיריים דערפון וואלטן מצליח געווען, וואלט איך געטאנצן נישט נאר אין קאנטינענטל. נאר אין עטרת אברהם אויך. מיט א געבלימטע טיש בעקישע וואס וואלט זיך געקענט פארמעסטן מיט די שיינע געבלימטע בעקישעס פון די גרעסטע רעבעס. אדער מיט דעם חתונה קלייד פון מיין ווייב און מיינע טעכטער.

איך וועלל נאר אויסרעכענען דא א טייל פון מיינע (אומ-געלונגענע) ביזנעס ווענטשורס. והנה...:
* פעידזשערס/ביפערס
* עמוועי, ע"ה
* קעיבל קאמיוניקעישן
* אויגן גלעזער פרעימס
* פוד דיסטריביושן פאר'ן כשר'ן מארקעט
* אימפארט/עקספארט (פון יאפאן)
ועוד. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. יא. כ'האב מיך דערמאנט. זיין א ריעל עסטעיט עידזשענט. נאר דער הויפט אינגרידיענט האט מיר געפעהלט. געלט...!
ניין. מיט עמעזאן האביך נאכנישט פרובירט. ווייל אין מיינע צייטן איז עמעזאן (אדער איהר גרינדער) נאכנישט געבוירן געווארן...!

ביז איך בין געקומען צו די מסקנא אז כדי צו מאכן געלט מוז מען גוט שוויצן און הארעווען. נישט נאר זיצן ביי א דעסק מיט די פוס אויסגעשטרעקט און געבן באפעלן פאר די סעקרעטעריס...!
פארשפארט