דבר השעה מאחד מרבני לונדון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

דבר השעה מאחד מרבני לונדון

שליחה דורך Chasidishmashpia »

א ויקרא תש''פ לפ''ק
לכבוד אחי ורעי תושבי סטעמפארד הילל היקרים שליט''א
מיר שטייען דא אין שווערע טעג ווען אין די גאנצע וועלט בושעוועט א מגיפה ר''ל און מיר אלע ציטערען און ווייסען נישט מה יולד יום דארפן מיר זיך צוזאמען מחזק זיין. איך וויל ארויס ברענגן אפאר נקודות וואס איך שפיר אז עס איז אביסל צומישט ביי אונזערע עולם.
א. דער עולם נעמט אן די ענין מיט א גלייכגילטיקייט, מ'גייט אין שול, מקוה, שלום זכר, קדישים וכו', מורי ורבותי!! עס ברענט א פייער!! עס איז א סכנה!! אינגערלייט זאגן מיר ''ווי קען מען פארמאכן א שול?'' אדער מ'זאגט נאך פון אחד האדמורי''ם ''דאס איז א מחלה פאר די גויים'' אדער מ'זאגט נאך בשם אחד הרבנים בארץ ישראל ''די צבא האבן זיי פארמאכט? ניין אויב אזוי איז ישיבות נישט אנדערש'' טייערע אידן!!! דאס איז נישט א מחלוקת פרייער מיט פרומער אדער אידן מיט גויים און עס איז נישט קיין מלחמת דת!! דאס איז א סכנה און מיר דארפן מחמיר זיין אויף פיקוח נפש וואס איז א דאורייתא!! ווען איר פארט אויף האלידע''י טראכט איר בכלל איין מינוט צו די בית מדרש וואס איר האט איבער געלאזט אין שטאט האט א מנין? ניין!! נו, די יעצטיגע מגיפה איז נאך אזוי חמור און מיר דארפן מקיים זיין ונשמרתם!!!
ב. טייערע אידן עס קומט יעצט די יום טוב פסח און די עולם איז אנגעצויגן און פארשטענדליך, מיט אלע קינדער אינדערהיים, אן קיין הכנסה, לאמיר אבער מעורר זיין איין נקודה. מ'דארף טוישן די פערספעקטיוו!! על דרך משל: שטעלט אייך פאר א משפחה וואס די ראש המשפחה האט ליידער יענע מעשה און ער מוז זיין אין שפיטאל פסח ביינאכט, ווי אזוי גרייט ער זיך צום סדר? און ווי אזוי גרייטן זיך די קינדער? פארשטנעדליך אז מ'איז מסביר פאר די קינדער אז די יאר ווייל טאטי איז אין שפיטאל גייט פסח זיין אנדערש ווי אלע יארן, אוודאי פראבירט מען צו אנגיין ווי אלעמאל אבער די ארומיגע טוישן דעם פערספעקטיוו. טייערער ברידער די יאר זענען מיר אלע אין די זעלבע מצב און מיר ברויכן טוישן אונזער בליק אויף ווי אזוי די יאר פסח גייט אויסזעהן וכבר פסק גאב''ד אנטווערפן שליט''א אז די יאר זאל מען נישט אזוי מחמיר זיין ווי פריעדיגער יארן, טוישן פערספעקטיוו איז א שווערע זאך אבער דאס איז יעצט אונזער עבודה. און נישט פארגעסן אז עס איז נישטא פאר וועמען צו ווייזען די מעטשינ''ג קליידער פון אונזער זיסע קינדער ווייל מיר ברויכן זיין איננגעשפארט.
ג. מאנכע פרעגן ''די רבנים האבן למעשה נישט געהייסן פארמאכן די שולן'' טייערע אידן! ווען א קינד פאלט אראפ און צוברעכט זיך די קאפ רופט איר אן אייערע רב אדער הצלה? ווען איינער דארף אן אפערעשאן ווער אפערירט אייך די רב אדער די דאקטער??? טייערע אידן אלע דאקטורים און חברי הצלה זאגן אז מען זאל נישט גיין אין שול! הערט צו זייערע געשריי!! מנעו מגיפה מנחלתיכם!!!!! אה! אויף וואס דארף מען יא די רבנים?? מען דארף די רבנים זאלן צוזאמען נעמען די גבירים אין שטאט און אלע וואס מאכן געלט פון די עסן אינדערסטרי אז יעצט לאור המצב וואס רוב עולם האט נישט קיין הכנסה זאלן זיי אביסל אראפלאזן די פרייזן פון די עסן פראדוקטן און פארדינען אביסל ווייניגער ווי יעדע יאר...
ד. לשבחם פון די חשובע ארגאניזאציעס וואס זענען מפרסם אז זיי זענען גרייט צו העלפן און דיליווערען פאר די וואס דארפן! אשריכם ישראל!
והשם יצילנו מן כל עקא ומן כל מרעין בישין
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

דא האט איר די אריגינאל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך פארשטיי נישט פונקט וואס דא שטייט!
יעדעס מאל ווואס הצלה הייסט אייך אריינגיין אין שפיטאל גייט איר אריין?
איר ווייסט נישט פון די מציאות אז הצלה \ דאקטורים טרייבען איבער יעדער ענין וועלענדיג זיין אויף די סעיף זייט?
די געשעפטען שפארט מען נישט ווייל עס חיי נפש , דהיינו - אז גאר וויכטיגע זאכען פארשטייסטו אויכעט אז מדארף לאזען אפען , אפשר איז א שול אויך א וויכטיגע זאך? און ווער איז קובע די וויכטיקייט פון א שול די רב אדער אדאקטאר?
איז וואס פרעגסטו פארוואס מפרעגט די רבנים?
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

שליחה דורך גראף »

אונזער שול מיט חדר, ישיבה, סקול וכו' האט מען צוגעמאכט. דער רבי שליט''א האט געצעגערט אבער האט למעשה מסכים געווען מיט די דאקטורים און רעגירונג.
יעצט וואס איז דיין פראבלעם? די רבנים מיט דאקטורים האבן געהייסן פארמאכן. די איינציגסטע וואס פארשטייען נאך אלץ נישט זענען די וואס לויפן נאך בשתיקה אין מקוה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביי דיר גייט עס לפי- דבריך - אז דער וואס געווינט פשט אז ער איז גערעכט?
טא וואס שרייסטו ?
די וואס גייען אין מקוה זענען אזוי אומגערעכט?
א מקוה איז מער אנשטעקיג ווי א קאר סערוויס\באס געשעפט שמועסן אין הויף וכו'?
נעמט אין אכט אז די מקוה איז היצטערט כמעט ליידיג!
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:נעמט אין אכט אז די מקוה איז היצטערט כמעט ליידיג!

וואס איז טאקע פשט?! כהאב מיר טאקע געוואונדערט.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

שליחה דורך גראף »

אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:ביי דיר גייט עס לפי- דבריך - אז דער וואס געווינט פשט אז ער איז גערעכט?
טא וואס שרייסטו ?
די וואס גייען אין מקוה זענען אזוי אומגערעכט?
א מקוה איז מער אנשטעקיג ווי א קאר סערוויס\באס געשעפט שמועסן אין הויף וכו'?
נעמט אין אכט אז די מקוה איז היצטערט כמעט ליידיג!

ניין, נישט ווייל דער וואס געווינט איז ער גערעכט נאר דער רוב האט אויסגעפירט ווייל זיי זענען גערעכט. דער וואס גיבט אכטונג אויף זיין געזונט גייט טאקע נישט אויף דער באס און שמועסט נישט הויף וכו'. פארוואס איז עס בכלל א טעמע צו ווערן דעבעיטעד דורך מקוה ווייקערס? אויב רבנים יר''ש זאגן אז מען זאל פארשליסן דעמאלסט ווער פרעגט דער מיעוט המצוי? דער גאנצע כלל פרובירט זיך צו צושטעלן און מען דארף א מנין שוטים וואס זאלן ווייטער פארשפרייטן די וויירוס און געבן פאר אונז חרדים אומגעבעטענע מידיע דעקונג.

איך בטבע בין אויך א שטיקל רעבעל און מוז טראכטן אז דער עולם גולם גייט אין שפאן אבער דא זעט מען פאר די אויגן וואס עס זענען די תוצאות. און סתם אזוי וועלכע דאקטער אדער העלט פראפעשענעל האלט אז מען זאל אפן לאזן די מקוואות?
פארשפארט