זיי כאטש אויפריכטיג; דו מיינסט נישט הלכה מיטן מנין!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 26, 2015 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 170 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

אז מען קוקט פון די נאנט שטעלט זיך ארויס, בדרך כלל, אז די אלע נידעריגע, עקלהאפטיגע גרוילשטיקיגע כשרע חזיר פיסלעך וועלכע זענען יעצט פייער - עד כדי הכאה מיט די 90 פריסינקט אפיצירן - פאר הלכה און שלחן ערוך וועגן מנין זענען די זעלבע וואס האבן הלכה און שלחן ערוך טיף טייער ווען ס׳קומט צו געבראקטס וואס הלכה און דער שלחן ערוך זענען מתיר לכתחילה, די זעלבע וואס זיצן און עסן אין סוכה בשעת ס׳גיסט אריין הגם הלכה און שלחן ערוך רופן אזא איינעם ״א פּראסטאַק,״ די זעלבע וואס עסן שמיני עצרת אינדרויסן פון סוכה הגם די הלכה און שלחן ערוך הייסן יא זיצן, די זעלבע וואס עסן נישט קיין רייז און בונדלעך פסח הגם הלכה און שלחן ערוך זענען עס מתיר לכתחילה, די זעלבע וואס ווארטן פינף און זיבן עקראס די באורד הגם הלכה און שלחן ערוך ווייסן נישט דערפון, די זעלבע וואס לאזן די בערד וואקסן ווי בערן הגם הלכה און שלחן ערוך זענען מתיר דאס שניידן לכתחילה, און די זעלבע וואס מאכן די נשים שניידן די האר פון קאפּ טראץ וואס הלכה און דער שלחן ערוך אסרן עס בפירוש. ביי די אלע א.ד. זענען הלכה און שלחן ערוך ״געמאכט פאר גרים״. מנין וואס איז אפילו לויטן הלכה און שלחן ערוך נישט מער ווי א גוטע הידור מצוה און איז אויף קיין פאל נישט מעכב איז יעצט ביי זיי אפילו שטערקער ווי שבת וואס איז נדחה אפילו פאר א ספק פיקוח נפש און דער שואל א שופך דמים.
אבער..העהע..הלכה..כי כי..שלחן ערוך. מינסקע גראפים.
אפּגעפליקטע, קרעציגע היפּאקריטן, ביליגע לצנים, טונקעלע באשעפענישן. ״הלכה״ ״שלחן ערוך״ זאגן זיי נאך. וואלט געווען א ריכטער וואג פאר היפּאקראציע וואלט זיך עס צעבּראכן פאר די דאזיגע.
בושנו מכל עם.
Sent from my iPhone using Tapatalk

The heart has its reasons of which reason knows nothing.
Pascal -
Pascal -
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די גאנצע קשיא פאנגט זיך נישט אן, אלע פארשטייען אליינס אז "שולחן ערוך" מיינט לאו דווקא א ספר געשריבן דורך ר' יוסף קארו. כ'מיין, קיינער האלט נישט אז פונקט ר' יוסף קארו - פון צווישן אלע אנדערע מחברי ספרי הלכה - איז מחייב אלע אידן, אפילו די מענטשן פון וועם דו רעדסט וועלן געווענליך אננעמען ר' משה איסרל'ס ענדערש ווי ר' יוסף קארו. נאר וואס דען, ס'געקומען א איד און געשריבן א הלכה ספר געבויעט אויף א געוויסע מהלך הפסק און עס א נאמען געגעבן "שולחן ערוך", און כאטש וואס שפעטער זענען געקומען אנדערע אידן און געשריבן אויף דעם ספר גאנצעטע ספרים און הגהות און אויפגעוויזן אז ער האט געגרייזט מיט פילצאליגע פסקים זיינע און מ'זאל נישט אלץ פאלגן דעם ספר, איז אבער די נאמען "שולחן ערוך" געבליבן אזא מין אלעגאריע פאר א מהלך הפסק וואס איז מחייב אלע אידן. וואס פונקטליך די מהלך הפסק איז קען מען דעבאטירן, און ביזדערווייל האב איך נאכנישט געטראפן א מהלך הפסק וואס שטימט הונדערט פראצענט. איינס פון מיינע גרעסטע אונטערהאלטונגען איז טאקע זיך אויסצו'טענה'ן מיט אידן וועלכע האבן א מהלך הפסק און זיי ווייזן ווי לעכעריג, נאריש, און מלא סתירות ס'איז. אלנספאלס, די אידן זענען איינגערעדט אז זיי האבן א מהלך הפסק וועלכע שטימט הונדערט פראצענט און זענען גרייט צו גיין דערמיט אין די וואנט אריין, זאל זיי וואויל באקומען, אשריהם ואשרי חלקם!
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
בן חכמוני האט געשריבן:אז מען קוקט פון די נאנט שטעלט זיך ארויס, בדרך כלל, אז די אלע נידעריגע, עקלהאפטיגע גרוילשטיקיגע כשרע חזיר פיסלעך וועלכע זענען יעצט פייער - עד כדי הכאה מיט די 90 פריסינקט אפיצירן - פאר הלכה און שלחן ערוך וועגן מנין זענען די זעלבע וואס האבן הלכה און שלחן ערוך טיף טייער ווען ס׳קומט צו געבראקטס וואס הלכה און דער שלחן ערוך זענען מתיר לכתחילה, די זעלבע וואס זיצן און עסן אין סוכה בשעת ס׳גיסט אריין הגם הלכה און שלחן ערוך רופן אזא איינעם ״א פּראסטאַק,״ די זעלבע וואס עסן שמיני עצרת אינדרויסן פון סוכה הגם די הלכה און שלחן ערוך הייסן יא זיצן, די זעלבע וואס עסן נישט קיין רייז און בונדלעך פסח הגם הלכה און שלחן ערוך זענען עס מתיר לכתחילה, די זעלבע וואס ווארטן פינף און זיבן עקראס די באורד הגם הלכה און שלחן ערוך ווייסן נישט דערפון, די זעלבע וואס לאזן די בערד וואקסן ווי בערן הגם הלכה און שלחן ערוך זענען מתיר דאס שניידן לכתחילה, און די זעלבע וואס מאכן די נשים שניידן די האר פון קאפּ טראץ וואס הלכה און דער שלחן ערוך אסרן עס בפירוש. ביי די אלע א.ד. זענען הלכה און שלחן ערוך ״געמאכט פאר גרים״. מנין וואס איז אפילו לויטן הלכה און שלחן ערוך נישט מער ווי א גוטע הידור מצוה און איז אויף קיין פאל נישט מעכב איז יעצט ביי זיי אפילו שטערקער ווי שבת וואס איז נדחה אפילו פאר א ספק פיקוח נפש און דער שואל א שופך דמים.
אבער..העהע..הלכה..כי כי..שלחן ערוך. מינסקע גראפים.
אפּגעפליקטע, קרעציגע היפּאקריטן, ביליגע לצנים, טונקעלע באשעפענישן. ״הלכה״ ״שלחן ערוך״ זאגן זיי נאך. וואלט געווען א ריכטער וואג פאר היפּאקראציע וואלט זיך עס צעבּראכן פאר די דאזיגע.
בושנו מכל עם.
Sent from my iPhone using Tapatalk
אקעי, נאמאר מנין.
ווי איז דא פייטס מיט פאליס?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 26, 2015 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 170 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל
Re: זיי כאטש אויפריכטיג; דו מיינסט נישט הלכה מיטן מנין!
לינטש פּארק, בשכבך ובקומך
The heart has its reasons of which reason knows nothing.
Pascal -
Pascal -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: זיי כאטש אויפריכטיג; דו מיינסט נישט הלכה מיטן מנין!
טיף אין גלותאישתישבי האט געשריבן:גיי ווייס ווי דאס איז.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
אינטערעסאנט אז אלע וואס זענען איצט פארנומען שרייען אז מען טאר נישט מבטל זיין מנין און זענען ביזי אראנדזשירן מנינים אויף די גאס, דרוקן זיך אויס זייער היציג און מיט פיינטשאפט קעגן די אידן, עסקנים, הצלה, וואס פרובירן צו אפהאלטן די אלע מנינים. איך האב געזעהן מענטשן דרוקן זיך אויס מיט אזעלכע לשונות ווי פאררעטער, קאפויס, ממש די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן.
איך וויל נישט אריינגיין אין די עצם פוינט, מי אנכי? איך בין שוין איינגעשפארט א וואך צייט אין מיין הויז, און איך זעה נישט ווי עס קומט אפילו אריין דא די טענה צו מען דארף פאלגן דעם דאקטאר אדער גאווערמענט ספעציעל ווען עס האנדעלט זיך פון פיקוח נפש ממש. אבער שוין, וואס זאל איך טוהן אז מאנכע זענען אנדערש פון מיר.
אבער אן אינטערעסאנטע פוינט וואס איך האב באמערקט אוון עס איז ווערד ארויסצוברענגען.
די אלע וואס שרייען איצט אקעגן די עסקנים ואס פארשפארן בתי מדרשים, זיי פאלגן נישט אויס די רעגולאציעס פון די דאקטורים, און די דעת תורה פון א מערהייט פון רבני דורינו, זיי זענען געווענליך דער וואס שרייען אויף די עמך אידן דורכאויס די יאר וועלכע פאלגן נישט די תקנות הקהילה ווי אינטערנעט, וואטס עפפ, וכדומה.
זעה איך אן אינטערעסאנטע זאך: די ווארט פון די רב, די תקנה פון די קהילה, איז נישט ווערד ביי קייינעם גארנישט איינמאל עס רירט אן דיין באקוועמליכקייט. ווען די רב וועט שרייען קעגן וואטס עפפ, וועט איין מחנה שרייען אז די רב ווייסט נישט וואס ער רעדט, און ער איז נישט באהאווענט. און די אנדערע מחנה וואס וועט זיך דעמעלטס אננעמען פאר די רב און שרייען ווי א באנדע מחוצפים עטס זענטס, זיי זענען יעצט די מחוצפים וואס פייפן אן די גאנצע סיסטעם, און מאכן מנינים איבעראל, און איצט זענען די וואטסעפפ׳ערס וואס שרייען אקעגן זיי.
דזשאסט א סעיעינג א פוינט. עס איז מיר אינטערעסאנט צו זעהן אז די וואס זענען אלס פארנומען מיט דעת תורה, איז ביי זיי דעת תורה אויך נישט ווערד.

היכי דמי האט געשריבן:אינטערעסאנט אז אלע וואס זענען איצט פארנומען שרייען אז מען טאר נישט מבטל זיין מנין און זענען ביזי אראנדזשירן מנינים אויף די גאס, דרוקן זיך אויס זייער היציג און מיט פיינטשאפט קעגן די אידן, עסקנים, הצלה, וואס פרובירן צו אפהאלטן די אלע מנינים. איך האב געזעהן מענטשן דרוקן זיך אויס מיט אזעלכע לשונות ווי פאררעטער, קאפויס, ממש די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן.
איך וויל נישט אריינגיין אין די עצם פוינט, מי אנכי? איך בין שוין איינגעשפארט א וואך צייט אין מיין הויז, און איך זעה נישט ווי עס קומט אפילו אריין דא די טענה צו מען דארף פאלגן דעם דאקטאר אדער גאווערמענט ספעציעל ווען עס האנדעלט זיך פון פיקוח נפש ממש. אבער שוין, וואס זאל איך טוהן אז מאנכע זענען אנדערש פון מיר.
אבער אן אינטערעסאנטע פוינט וואס איך האב באמערקט אוון עס איז ווערד ארויסצוברענגען.
די אלע וואס שרייען איצט אקעגן די עסקנים ואס פארשפארן בתי מדרשים, זיי פאלגן נישט אויס די רעגולאציעס פון די דאקטורים, און די דעת תורה פון א מערהייט פון רבני דורינו, זיי זענען געווענליך דער וואס שרייען אויף די עמך אידן דורכאויס די יאר וועלכע פאלגן נישט די תקנות הקהילה ווי אינטערנעט, וואטס עפפ, וכדומה.
זעה איך אן אינטערעסאנטע זאך: די ווארט פון די רב, די תקנה פון די קהילה, איז נישט ווערד ביי קייינעם גארנישט איינמאל עס רירט אן דיין באקוועמליכקייט. ווען די רב וועט שרייען קעגן וואטס עפפ, וועט איין מחנה שרייען אז די רב ווייסט נישט וואס ער רעדט, און ער איז נישט באהאווענט. און די אנדערע מחנה וואס וועט זיך דעמעלטס אננעמען פאר די רב און שרייען ווי א באנדע מחוצפים עטס זענטס, זיי זענען יעצט די מחוצפים וואס פייפן אן די גאנצע סיסטעם, און מאכן מנינים איבעראל, און איצט זענען די וואטסעפפ׳ערס וואס שרייען אקעגן זיי.
דזשאסט א סעיעינג א פוינט. עס איז מיר אינטערעסאנט צו זעהן אז די וואס זענען אלס פארנומען מיט דעת תורה, איז ביי זיי דעת תורה אויך נישט ווערד.
עס איז נישט ממש אזוי, ווייל קיין איין דיין איז נאכנישט ארויסגעקומען אין דער עפנטליכקייט מיט א בריוו אז עס איז אסור צו דאווענען מיט מנין, משא"כ ביי די אינטערנעט זענען אלע דיינים און רבנים ארויסגעקומען.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 94
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
- האט שוין געלייקט: 10 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
מאך זיכער האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן:אינטערעסאנט אז אלע וואס זענען איצט פארנומען שרייען אז מען טאר נישט מבטל זיין מנין און זענען ביזי אראנדזשירן מנינים אויף די גאס, דרוקן זיך אויס זייער היציג און מיט פיינטשאפט קעגן די אידן, עסקנים, הצלה, וואס פרובירן צו אפהאלטן די אלע מנינים. איך האב געזעהן מענטשן דרוקן זיך אויס מיט אזעלכע לשונות ווי פאררעטער, קאפויס, ממש די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן.
איך וויל נישט אריינגיין אין די עצם פוינט, מי אנכי? איך בין שוין איינגעשפארט א וואך צייט אין מיין הויז, און איך זעה נישט ווי עס קומט אפילו אריין דא די טענה צו מען דארף פאלגן דעם דאקטאר אדער גאווערמענט ספעציעל ווען עס האנדעלט זיך פון פיקוח נפש ממש. אבער שוין, וואס זאל איך טוהן אז מאנכע זענען אנדערש פון מיר.
אבער אן אינטערעסאנטע פוינט וואס איך האב באמערקט אוון עס איז ווערד ארויסצוברענגען.
די אלע וואס שרייען איצט אקעגן די עסקנים ואס פארשפארן בתי מדרשים, זיי פאלגן נישט אויס די רעגולאציעס פון די דאקטורים, און די דעת תורה פון א מערהייט פון רבני דורינו, זיי זענען געווענליך דער וואס שרייען אויף די עמך אידן דורכאויס די יאר וועלכע פאלגן נישט די תקנות הקהילה ווי אינטערנעט, וואטס עפפ, וכדומה.
זעה איך אן אינטערעסאנטע זאך: די ווארט פון די רב, די תקנה פון די קהילה, איז נישט ווערד ביי קייינעם גארנישט איינמאל עס רירט אן דיין באקוועמליכקייט. ווען די רב וועט שרייען קעגן וואטס עפפ, וועט איין מחנה שרייען אז די רב ווייסט נישט וואס ער רעדט, און ער איז נישט באהאווענט. און די אנדערע מחנה וואס וועט זיך דעמעלטס אננעמען פאר די רב און שרייען ווי א באנדע מחוצפים עטס זענטס, זיי זענען יעצט די מחוצפים וואס פייפן אן די גאנצע סיסטעם, און מאכן מנינים איבעראל, און איצט זענען די וואטסעפפ׳ערס וואס שרייען אקעגן זיי.
דזשאסט א סעיעינג א פוינט. עס איז מיר אינטערעסאנט צו זעהן אז די וואס זענען אלס פארנומען מיט דעת תורה, איז ביי זיי דעת תורה אויך נישט ווערד.
עס איז נישט ממש אזוי, ווייל קיין איין דיין איז נאכנישט ארויסגעקומען אין דער עפנטליכקייט מיט א בריוו אז עס איז אסור צו דאווענען מיט מנין, משא"כ ביי די אינטערנעט זענען אלע דיינים און רבנים ארויסגעקומען.
דאס איז לכאורה די פראבלעם, זיי וואלטן געדארפט זאגן אפען, 'מען טאר נישט דאווענען מיט מנין' נקודה!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
עס איז גראדע יא דא פלענטי רבנים וואס זאגען אז דאווענען מיט מנין איז נישט קיין חיוב יעצט.
זיי רעדען נישט פין דער חלק האיסור, ווייל דער איסור איז נישט מכח מנין, דער איסור איז א חיוב מכח ונשמרתם, און זיי שרייבען שוין אז מען מוז פאלגען, און אז עס איז נישטא קיין חיוב מנין, ממילא שרייבען זיי יא אז מען זאל נישט דאווענען מיט מנין.
יעדער אין זיין בית המדרש.
די בתי מדרשים וואס זענען יא אפען, זענען געפירט דורך גבאים שמשים פלעינער אידען. חוץ איין בית המדרש וואס א פראמינאנטער רב, גראדע א גרויסער תלמיד חכם, אבער אן עקסטרעמיסט, ער האלט אפען.
איך רעד נישט פין קליינער שטיבלעך וואס דער גאנצער עולם קען דער קאמבינעישען און מען מאכט א מנין.