דעבאטע - קאראנא הרחקות
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
דעבאטע - קאראנא הרחקות
אקעי די וועלט איז אין קורצשלוס, מען איז פארשלאסען פארמאכט.
אין ליכט פין די קאראנא ווירוס האט די וועלטליכע גאווערנמענטס באשלאסען צו פארמאכען אלע געשעפטען חוץ גאר וויכטיגע (עסענטשעלס) כדי צו פארמיידען שייכות צווישען מענטשען און אזוי פארמינערען די מחלה. יעדער גאווערנמענט טוט עס אנדרעש, איינער שטרענגער איינער נאך שטרענגער, אבער הצד השוה שבהם אז מען נעמט צו פרייהייט פין מענטשען כדי די קאראנא וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטען.
מען הערט מודעות פין קנאקערס און קאקערס וואס זאגען אז דער עולם האט נישט קיין איינונג וואס גייט פאר, גיי צו שומרי הדת, אדער עני טשאפעל וועסטו זעהן לוויות, יעדער ווייסט פין דער און יענער וואס איז פארשלאפט געווארען פין די וויירוס און דארף גיין אין שפיטאל, אדער וויל נישט גיין, איינער איז אויף א רעספירעיטער, איינער איז כמעט אויף א רעספירעיטער, און ממילא דארף דער עולם אויפהערען מיט די מנינים'לעך וואס קומען פאר, צו די פאר יחידים וואס גייען נאך אין מקוה.
איין עקסטרעמער צד זאגט, אז די וואס פאלגען נישט די אנווייזונגען זענען רוצחים (און אזוי זעהט מען אין די נייעס אז מען האט אין סאוט אפריקא איינגעזעצט צוויי מענטשען וואס האבען נישט איינגעהאלטען די הרחקות), און א פארקערטער עקסטרעמער צד זאגט אז מען דארף נישט די אלע הרחקות בכלל. ווידער קען זיין א מיטל וועג?
וועל איך פראבירען כיד ה' הטובה עלי, אדורך ארבעטען די צדדים אין דער ענין, און זעהן איך יפול דבר. איך אליין בין גאר שטארק מסופק אין דער ענין, איך ווייס נישט וועלכע זייט איז מער גערעכט, און פארדעם שרייב איך דא דערוועגען, כדי צו ווערען קלארער אין דעם.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
צד להחמיר
איז פשוט, מען קען נישט לאזען עולם כמנהגו נוהג, די וויירוס וועט איבערנעמען אלע מענטשען מיט א שנעלקייט, און אלע מענטשען וואס וועלען קראנק ווערען וועלען נישט קענען באקומען מעדיצינישע הילף, ווייל די שפיטעלער און דאקטוירים קענען נישט באהאנדלען א גרויסע עולם מיט אמאהל.
הערה
לפי זה, איינמאל עס גייט אדורך א זמן מה, לאמיר זאגען א חודש, קען שוין יעדער צוריק גיין איבעראל, ווייל די שפיטעלער וועלען שוין קענען באהאנדלען.
הערה
לפי זה, איינמאל עס גייט אדורך א זמן מה, לאמיר זאגען א חודש, קען שוין יעדער צוריק גיין איבעראל, ווייל די שפיטעלער וועלען שוין קענען באהאנדלען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
נאך א צד להחמיר
מענטשען קענען פשוט שטארבען ווען זיי באקומען די וויירוס, פארגעס פין שפיטאל, אפילו מיט א שפיטאל וועלען זיי מן הסתם נישט איבערלעבען רח"ל, ווייל זיי האבען א שוואכע אימיאן סיסטעם. ממילא דארף מען מאכען הרחקות, אז די מענטשען זאלען קיינמאל נישט כאפען די וויירוס.
הערה
לפי זה דארף מען איינהאלטען די הרחקות לעלם ולעלמי עד, ווייל זיי טארען קיינמאל נישט כאפען די וויירוס. דער וועלט וואס אונז האבען געקענט פאר צוויי וואכען צוריק, דער פרייער וועלט מיט אלע תענוגים, איז נישטא מער. מען דארף בלייבען אין דער יעצטיגער מצב, ביז מען רעכענט אויס א וועג צו באקעמפען די וויירוס.
הערה
לפי זה דארף מען איינהאלטען די הרחקות לעלם ולעלמי עד, ווייל זיי טארען קיינמאל נישט כאפען די וויירוס. דער וועלט וואס אונז האבען געקענט פאר צוויי וואכען צוריק, דער פרייער וועלט מיט אלע תענוגים, איז נישטא מער. מען דארף בלייבען אין דער יעצטיגער מצב, ביז מען רעכענט אויס א וועג צו באקעמפען די וויירוס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אישתישבי האט געשריבן:איז פשוט, מען קען נישט לאזען עולם כמנהגו נוהג, די וויירוס וועט איבערנעמען אלע מענטשען מיט א שנעלקייט, און אלע מענטשען וואס וועלען קראנק ווערען וועלען נישט קענען באקומען מעדיצינישע הילף, ווייל די שפיטעלער און דאקטוירים קענען נישט באהאנדלען א גרויסע עולם מיט אמאהל.
הערה
לפי זה, איינמאל עס גייט אדורך א זמן מה, לאמיר זאגען א חודש, קען שוין יעדער צוריק גיין איבעראל, ווייל די שפיטעלער וועלען שוין קענען באהאנדלען.
די גוי'עשע וועלט רופט דער שיטה, פלעטענונג דער קערוו, און זיי ווייזען א שיינע גרעף, וואס מען זעהט אלע מענטשען וואס ווערען קראנק, אויס עס איז אויף איינמאל, ווערסוס אויב עס איז אויסגעשפרייט אויף א לענגערע צייט.
כאמור אויב איז דאס די גאנצע סיבה, איינמאל עס גייט אדורך א שטיקל צייט, דארף מען מבטל זיין אלע גזירות פין הרחקות.
איין פראבלעם איז דא, אז מען ווייסט נישט קיינמאל ווי מען האלט. דער מציאות איז נישט אז מען ווייסט וויפיל מענטשען גייען קראנק ווערען, וויפיל ערענסט, וויפיל געשטארבענע. ממילא גייט מען קיינמאל נישט קענען מבטל זיין די הרחקות דורך זאגען מיט א זיכערקייט אז דער קערוו האט שוין געפלעטענד. ווען איינער וועט עס זאגען, וועט א צווייטער זאגען אז נישט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 78 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
אישתישבי האט געשריבן:מענטשען קענען פשוט שטארבען ווען זיי באקומען די וויירוס, פארגעס פין שפיטאל, אפילו מיט א שפיטאל וועלען זיי מן הסתם נישט איבערלעבען רח"ל, ווייל זיי האבען א שוואכע אימיאן סיסטעם. ממילא דארף מען מאכען הרחקות, אז די מענטשען זאלען קיינמאל נישט כאפען די וויירוס.
הערה
לפי זה דארף מען איינהאלטען די הרחקות לעלם ולעלמי עד, ווייל זיי טארען קיינמאל נישט כאפען די וויירוס. דער וועלט וואס אונז האבען געקענט פאר צוויי וואכען צוריק, דער פרייער וועלט מיט אלע תענוגים, איז נישטא מער. מען דארף בלייבען אין דער יעצטיגער מצב, ביז מען רעכענט אויס א וועג צו באקעמפען די וויירוס.
אפי' לויט די צד, דארף מען נישט זאגן לעולמי עד, נאר ביז ס'איז דא א וואקסין (ווי מ'שאצט א יאר א יאר מיט א האלבן)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
צד להקל
צד להקל
ווילאנג קען מען אנגיין מיט דער יעצטיגער סדר החיים?
איך האב עס נישט ליב, אבער וואס טוט מען נישט פאר יענעם.
אבער דער אמת'ער מציאות איז, אז רובא דרובא פין דער וועלט איז ארימעלייט, מענטשן וואס דעקען דער חודש. טאמער האבן מענטשן אויף צו עסן דער חודש, וועלען זיי נישט האבן דער נעקסטע. און איך רעד שוין נישט פין רענט מארטגעדזש וכו', דאס וועט מען רעדן באלט.
ממילא וואס גייט געשעהן?
די אלע מענטשן וועלען ארויס גיין פין שטוב, און אנהייבן זוכן עסן. אדער געלט צו קויפן עסן. וועלען זיי טרעפען איז גוט, און אױב נישט, וועלען זיך אנהייבן גניבות און אלע מרעין בישין.
איז דא וואס זאגן, ברוך השם אונז וואוינען אין אמעריקע, זאל דער רייכע פעטער בארגען און געבען. אהן אריינגיין אין רעכטע און לינקע אידילאגיע, איז יעדער מודה אז דאס איז נישט קיין פלאן, ווייל אמעריקע אהן די ביזנעס איז נישט אמעריקע. טשיינע וועט נישט בארגן פאר אמעריקע. ולא עוד, אפילו דער אלטע חובות וועלן באקומען גרעסערע פראצענט, און עס וועט זיין א מלחמה צווישן טשיינע טאון אמעריקע. דאס איז נאר א מעגליכע זאך וואס קען געשעהן, אבער דער אמת איז פיל ערגער.

לגבי די תועלת פין די הרחקות.
אין די אלע אמאליגע מגיפות, ווען עס איז געוועהן א געצווינגענע גזירה אז מען מוז בלייבען אין שטוב, צו מען מוז אוועקפארען, איז געוועהן א סכנה פאר אלעמען גלייך, אינג און אלט האבען געהאט א סכנה פין שטארבען דורך די מגיפה, עס איז נישט געוועהן קיין חילוק פאר די מגיפה צו ביסט א מאן א פרוי וכו'.
דאס אין דער יעצטיגער מגיפה, ווייסען מיר אז דער סכנה איז פאר א קליינע פראצענט פין די פאפולאציע. לאמיר נעמען די נומערען פין כינע, פין בערך אכציג טויזענט מענטשען וואס האבען עס געהאט (דאס איז געטעסטיט - באמת איז דער נומער אסאך מער - טאמער דארף איך משער זיין אליין וואלט איך געזאגט לכל הפחות ווי דער יוצאי מצרים), זענען דערווייל געשטארבען 3200 מענטשען. איז דאס א גרויסע נומער? ווען איינער וואס איז גרייט נישט צו פאלגען די גזירות, און וויל יא נעמען די ריזיקע, קען איינער אים זאגען ביסט א רוצח? פארוואס?

טענה כנגד
מען הייסט מענטשען בלייבען אינדערהיים, אהן חוזק מאכען, קענען מענטשען בלייבען אינדערהיים און בלייבען נארמאל?
אזוי ווי אייביג, וועט זיך דאס ווענדען ווער. איך קען נישט זאגען קיין פראצענטען, אבער איך קען אסאך מענטשען וואס קענען נישט, וואס בלייבען אינדערהיים, און עס איז תקיף עלייהו עלמא, זיי זענען נישט געוועהן אינדערהיים ביז יעצט, זיי זענען אלץ געוועהן געוואוינט צו גיין אינדערפרי צום דאווענען, ארבעט, אינדערהיים פאר א שעה צוויי, ווידער בית המדרש, און שלאפען. מיט דער ווייב האבען זיי גערעדט אביסעל אין דער שעה צוויי, און געוועהן שיין אויף דער טעלעפאן איין צוויי מאל א טאג. יעצט, מיט א מאל זעהן זיי זיך מיט א שטוב מיט קינדער אינדערהיים, און זיי זענען דארט צוזאמען מיט דער בני בית וואס זיי קענען סובל זיין דערווייל, אבער פאר ווי לאנג נאך?
ווער איז גרייט צו נעמען די אחריות אויף אלע גיטין און שלום בית פראבלעמען וואס וועלען דא ארויסקומען? די רבנים? הצלה? די קאקערס קנאקערס וואס לאזען שארפע מודעות דורך וואטסאפ?
איז דא א הרגשה וואס מענטשען האבען. מענטשען טוהן זאכען לויט א הרגשה, זיי ווייסען אליין נישט פארוואס פארווען, אבער א הרגשה האבען זיי, אויף ענגליש רופט זיך דאס intuition, און זיי ווייסען גאנץ גוט אז דא אינדערהיים קען ער נישט זיין א גאנצע טאג, ער מוז ארויסגיין דאווענען שחרית פאר דריי שעה, אנזיצען קוליצען און וואס נישט, רעדען מיט שיכורע גוי, נישט קיין חילוק, נישט אינדערהיים. גייט ער ארויס, ער הערט שוין ווי עס איז אפען און גייט אהין. זיין שטוב איז געראטעוועט.
קען איינער זאגען בפה מלא אז ווען איינער גייט אין בית המדרש צו ראטעווען זיין לעבען איז ער א רוצח?

עס איז דא נאך זאכען צו שרייבען, וואס קען זיין איך וועל פראבירען ממשיך צו זיין מארגען.
אבער איך וויל ארויסברענגען א נקודה בנוגע אונזערע בתי מדרשים און מוסדות.
די מוסדות האבען זיך פארמאכט, ווייל עס האט געכאפט א פאניק, די ממשלה האט האלב וועגס געהייסען, און מען האט עס געטוהן. די גוים האבען קלאסען דורך ווידיא, וואס מאכט עס מער קלאסיש (סליחה פאר דער לשון), און די קינדער האבען קלאס כמעט געהעריג, אזוי איז אויך געוועהן אין כינע.
ביי אונז איז אינטערנעט אסור, ממילא קומט נישט אין באטראכט צו מאכען ווידיא, מען מעג נאר מאכען א ווידיא ביי א צדקה קאמפיין, אדער אמאהל ווען דער רבי דארף געבען א דרשה מעבר לים, אבער פאר דער רבי אין חדר צו די קינדער איז עס אסור, ווייל מען טאר דאך נישט האבען קיין אינטערנעט אין שטוב, און מען טאר נישט האבען אפילו א קאמפיוטער אין שטוב, איז ווי אזוי וועלען די קינדער מיטהאלטען? מאכט מען טעלעפאנען. דאס איז גוט פאר די קינדער אין חדר, אפשר ביז כיתה ח', איינמאל מען האנדעלט מיט בחורים, פין דרייצען, איז נישטא קיין טעלעפאן עצה.ישיבות קטנות בחורים זענען אויסגעשטעלט צו גיין ליידיג, ווייל רוב פין זייער טאג איז א שיעור, סיי אינדערפרי, סיי נאכמיטאג, און זיי גייען נישט זיצען ביי א טעלעפאן זעקס שעה א טאג. בפרט ווען אונז אלע ווייסען אז א האלבער קלאס הערט נישט אויס אפילו ווען זיי זענען דארט. עלטערע בחורים פין ישיבה גדולה, זענען סתם נישט מעגליך נישט זיך צו טרעפען מיט זייערע חברותות, וואס זאלען זיי טוהן? בלייבען אינדערהיים? לערנען מיט א חברותא אויף דער טעלעפאן? איך האב פראבירט צו לערנען מיט מיין חברותא אויף דער טעלעפאן עס איז מיר פארגאנגען דער אפיטעט נאך איינמאל. איז וואס טוהן זיי? שוין לאמיר נישט שפעקעלירען, אבער אוודאי גייט אלעס אהן תמידים כסדרם, און יעדער פארשטייט אז מען מוז מוז מען, אפאר נאראנים וועלען ווייטער לאזען דרשות וכו', אבער דאס לעבען גייט אהן. אויב זאלען די בחורים בלייבען ליידיג אינדערהיים, איז רחמנא יצילנו.

בנוגע די בתי מדרשים,
בתי מדרשים זענען אונזער סאציאלע יסוד. יעדער רעכטער חריידישע איד, האט זיך זיין בית המדרש, אמאהל פאר שבת און אינדערוואכען באזונדער, א בית המדרש ווי ער האט א שיעור חברותא וכו'. מען האט עס צוגעמאכט אין א בהלה, ענדליך צו דער מעשה פין פרעה מיט דער גאלדענער בריק. טראמפ האט גערופען זלמן לייב, און אהרן האט אויך פארמאכט. באנטש אפ בעיביס.
מען האט נישטא מבטל געוועהן תפלה בצבור, תורה דרבים. מען האט מבטל געוועהן גאנץ חריידיזים מיט איינמאל. ווער עס האט געדאווענט די לעצטע צוויי וואכען ביחידות, וועט מעיד זיין אז ער איז פארגרעבט געווארען, און טאמער זאגט ער אז נישט איז ער א ליגנער. עס איז נישט מעגליך אנדרעש.
אהן א בית המדרש ווי מען קומט יעדער נאכט אדער לכל הפחות שבת, איז נישטא ווי צו האלטען דער עולם קאנעקטעד צו דער באזע.
אוי וועלען די רבנים חרטה האבען פאר צושפארען די בתי מדרשים, עס וועט נישט העלפען קיין דרשות אז יעדער זאל זיך מתאמץ זיין און צוריק קומען צו שיעורים כסדרם, ווייל איינמאל מען איז טועם א טעם פין עולם הזה, קומט מען נישט אזוי שנעל צוריק. דער חתם סופר שרייבט שוין וועגען דעם בימיו, ווען מען האט צוגעמאכט די בתי מדרשים ווי דער עולם איז געוועהן אזוי באמאכט נאך דער מגיפה, מען האט נישט געוואלט נאכמאהל אנהייבען דאווענען.
ווען די רבנים וואלטען געוויסט וואס זיי פארלירען דא, וואלטען זיי קיינמאל נישט צוגעמאכט קיין בית המדרש.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי האט געשריבן:לגבי די תועלת פין די הרחקות.
אין די אלע אמאליגע מגיפות, ווען עס איז געוועהן א געצווינגענע גזירה אז מען מוז בלייבען אין שטוב, צו מען מוז אוועקפארען, איז געוועהן א סכנה פאר אלעמען גלייך, אינג און אלט האבען געהאט א סכנה פין שטארבען דורך די מגיפה, עס איז נישט געוועהן קיין חילוק פאר די מגיפה צו ביסט א מאן א פרוי וכו'.
דאס אין דער יעצטיגער מגיפה, ווייסען מיר אז דער סכנה איז פאר א קליינע פראצענט פין די פאפולאציע. לאמיר נעמען די נומערען פין כינע, פין בערך אכציג טויזענט מענטשען וואס האבען עס געהאט (דאס איז געטעסטיט - באמת איז דער נומער אסאך מער - טאמער דארף איך משער זיין אליין וואלט איך געזאגט לכל הפחות ווי דער יוצאי מצרים), זענען דערווייל געשטארבען 3200 מענטשען. איז דאס א גרויסע נומער? ווען איינער וואס איז גרייט נישט צו פאלגען די גזירות, און וויל יא נעמען די ריזיקע, קען איינער אים זאגען ביסט א רוצח? פארוואס?
אישתישבי: איך וועלל מיך דא באנוצן מיט א ווערטל פון א גרויסן רוצח און מאסן מערדער. דזשאסעף סטאלין, ימ"ש. ס'איז דאך באוואוסט אז ער איז געווען א קאלטבלוטיגער מערדער, וועלכער האט געהרג'עט מיליאנען מענטשן אן בלינקן מיט אן אויג. האט ער זיך אמאל אויסגעדרוקט...איין טויט פאל איז א טראגעדיע. טויזנט מענטשן איז א סטאטיסטיק...!
אונז לאמיר עס נוצן אין א פארקערטן וועג...ווען ס'שטארבן, ח"ו 3 אדער 4 מענטשן וועם דו האסט געקענט איז עס שרעקליך. כש"כ ווען ס'שטארבן, ח"ו הונדערטער און טויזנטער...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
דער פרעזידענט רעדט שוין פין פארלייכטערען די הרחקות פאר א וואך.
אבער דער גאווערנער פין נ"י רעדט שוין אויך פין צוריק עפענען, ער ווייסט אויך אז מען קען נישט אזוי לעבן פאר צו לאנג.
נאך אמאהל, עס איז נישט סאסטעיניבעל דער שטות.
אין די נייעס איז געוועהן אז צוליב דער נייעס ווילען טראקס נישט קומען דעליווערן עסן קיין נ"י, וואס מיינט דאס? יקרות. העכערע פרייזן.
די הרחקות גייען פלאצן פין זיך אליין נאך שנעלער ווי אונז האבן געמיינט.
ווי אויך ווערן געברענגט אין די נייעס אז טראמפ לאכט פין נ"י וואס זאגט אז זיי גייען דארפען 30000 ווענטילעיטערס, און גערעכט אז ער. די נאמבערס זענען נישט דא פאר אזויפיל חולאים.

- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
Re: דעבאטע - קאראנא הרחקות
חסדי השם: סופרים קאורט אורטיילט לטובת אידישע קלאגע קעגן קאומאו׳ס שוהלן צוימונגען :אגודת ישראל אמעריקע און להבדיל קאטוילישע גרופעס האבן ביז יעצט געהאט פארלוירן אין די נידעריגע ניו יארקער געריכטן איינצושטעלן אן אינזשאנקשן צו בלאקירן ניו יארק סטעיט'ס קלאסטער אינישעטיוו, וואס טוט איינצוימן געבעט הייזער צו ביז 10 מתפללים. יעצט שפעט ביינאכט איז ארויסגעקומען די סופרים קאורט אורטייל וואס האט גע'פסק'נעט לטובת אגודת ישראל אמעריקע אין א שטימע פון 5 אקעגן פיר, ווען די נייע ריכטערן בעררעט האט געשטימט מיט די קאנסערוואטיווע ריכטער, און הויפט ריכטער ראבערטס האט געשטימט מיט די דריי ליבעראלע ריכטער.
https://www.yiddish24.com/news/57/29584
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
https://www.yiddish24.com/news/57/29584
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk