ויקרא אל משה - דברי חיזוק פון ר' קטלא
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
ויקרא אל משה - דברי חיזוק פון ר' קטלא
אדם, א מענטש, כי יקריב, אז ער וועט גענענטן, מכם, פון אייך, קרבן, א קרבן, לה', צו דער אייבישטער. ווער עס איז אמאל געווען אין חדר קלונגען אים נאך די טענער אין די אויערן.
דאס איז דער סדרה פון די קינדער'ס אריינפיר צו א לעבן פון תורה און אידישקייט. נאר די יאר איז פרשת ויקרא זייער אריינפיר צו א לעבן פון פחד און שרעק, ווען אלע זענען פארשלאסן אינדערהיים, עלטערן זארגן זיך אויף פרנסה און איבעראל ארום אונז רייסט א מגפה אוועק קרבנות וואס משפחות, קהלות, שטעט און לענדער זענען אלע מקריב. צו וועם מען איז דאס מקריב ווייס איך נישט, אבער פון וואס זעען מיר אלע.
עלטערע אידן, זקנים זה שקנו חכמה, די וואס האבן אונז געגעבן אונזער מסורה, די וועגווייזערס פון אן עלטערער דור ווערן פון אונז צו פרי אוועקגעריסן. אין א סך פעלער זענען זיי פון א דור וואס מען האט שוין איין מאל אויסגעריסן. אזויווי אין מצרים, קומט איצט אויף זיי א פרישע מכה ויאכל את כל עשב הארץ את כל אשר השאיר הברד, וואס די ערשטער מכה האט איבערגעלאזט עסט אויף די איציטיגע מארד.
עם ה' חזקו ונתחזקה! מיר דארפן זיך שטארקן! די אויבן-אנ'ס ווערן אויסגעווארצלט פאר אונזערע אויגן און ס'קומט שנעל דער צייט ווען מיר וועלן זיך דארפן ארויפריקן. נישט פאר כבוד און פאסטנס נאר אויף פירערשאפט פאר דער עתיד פון אונזערע הייליגע פקדונות, אונזערע טייערע קינדער.
ויקרא אל משה, דאס איז דער רוף צו אונזער דור, מאהל מועד, פון א העכערער פלאץ. אדם כי יקריב מכם. מיר דארפן זיך אלע מקריב זיין. יעדער איטליך מיט זיינער אדער אירע כשרונות, טאלאנטן און קראפטן האט א חוב קדוש אנצופילן דעם חלל וואס שאפט זיך דא אין דער לופט וואס מיר אטעמען. אז ביז היינט האבן מיר זיך פארלאזט אויף די וואס זענען עלטער פון אונז צו ווייזן דעם וועג קומט דיא ברירה ליידער צו א סוף שנעלער ווי מיר האבן געמיינט. אויף אונז פאלט דער לאסט און חלילה אז מיר זאלן זיך דערפון אפשאקלען.
ויקרא אל משה. משה רבינו האט זיך אויך געדאכט אז ער קען נישט און ער טויג נישט דערצו, נאר אז ער האט זיך אונטערגענומען האט ער באוויזן יציאת מצרים, קריעת ים-סוף און קבלת התורה. די צייטן זענען שווער אבער זיי וועלן זיך בייטן אויף בעסער און מיר דארפן זיין גרייט.
די וואך שטייט אויך ונפש כי תקריב, און יעדער ווייסט די רש"י, אז פארן אייבישטער איז חשוב דעם פשוט'ן מעל-קרבן פון אן ארעמאן כאילו הקריב את נפשו. יעדער איינער באזונדער האט עפעס יוניקאל וואס ער קען צוגעבן אויף אויפצוטון און אפצוהיטן אונזער מסורה און לעבנסשטייגער מיט שכל און פארשטאנד.
דערציילט אייערע קינדער ארום דער שבת טיש וויאזוי אייערע ויקרא האט אויסגעזען ווען איר זענט געגאנגען צום ערשטן מאל אין חדר, טיילט זיך מיט זיי שיינע איבערלעבונגען פון חיזוק וואס די אידן פון אן עלטערער דור האבן אונז איבערגעבען. פארזיכערט זיי מיט אמונה אז עס קומט עפעס בעסערס. זאגט זיי צו ביים ווארעמקייט פון א סעודת שבת אז איר וועט זיי איבערגעבן אונזער מסורה בשלימות אז זיי זאלן קענען ווייטער טראגן דעם פלאם אויף קומענדיגע דורות.
אונז זענען די וועכטער זיכער צו מאכן אז כי לא תשכח מפי זרענו מעתה ועד עולם.
גוט שבת!
קטלא קניא
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: ויקרא אל משה - דברי חיזוק פון ר' קטלא
און אזוי ווי דר. ווענדי זיערלער ברענגט ארויס איז דאס מנתח זיין דעם קרבן אן עיקר אספּעקט פונ׳ם קרבן וואס נאר דאדורך קומט מען דערנאך צו צום ״תמימות״ און ״צוריקצאמגעשטעלטע גאנצקייט״ ענין פונ׳ם קרבן; צוריק צום גאנצקייט און פּערפעקשאן גראד נאכ׳ן בריאה.
דאס איז ענליך צו וואס [tag]קטלא קניא[/tag] ברענגט ארויס. דהיינו, אז ס׳קומט אויס אז ס׳איז ענליך צו וואס מ׳איז מנתח און ס׳ווערט דיקאַנסטראָקטעד די פעבריק (והנהלה) פון אונזער געזעלשאפט. אבער, אזוי ווי ביי א קרבן, איז דאס די ענין פון נאכדעם דאדורך אנצוקומען צום ענין פון תמימות ושלימות.
ובפרט, אזוי ווי זי צייכענט צו בשם דר. מערי דאָגלעס, איז די ״תמימות״ [וממילא נתיחה וואס דאדורך קומט מען צו דערצו כנ״ל] פונ׳ם קרבן מקושר צום תמימות והעדר מום בהכהנים. די כהנים זענען אין תקופת הקרבנות געווען די רעליגיעזע פירער פון כלל ישראל. דאס גייט ווייטער צוזאמען מיט [tag]קטלא קניא[/tag]׳ס טעזע בענין זה און די היינטיגע רעליגיעזע פירערשאפט.
די פיוט וואס זי ברענגט אראפ איז, לפענ״ד, אויך גאר פיין און לוינט זיך צו ליינען. (דאס ״אינני יודע מילים מהן נולדת תפילה״ קען גיין אין איינקלאנג מיט׳ן מו״נ אין ח״א פנ״ט אז אונז קענען נישט משיג זיין דאס ענין ופּערפעקשאן של הקב״ה כלל וכלל, וממילא לך דומיה תהלה [דער פייטן דערמאנט ״אלמות״ ביים אנהויב און סוף], וואס דאס וואס ער בעהט אויף איז דאס ענין פון פּערפעקשאן אין די וועלט. דאס גייט אויך צוזאמען מיט וואס דער מורה זאגט שפעטער אין ח״ג פי״ב בענין הוה והפסד בהעולם וואס פון דעם קומען די רעות, אויף וואס דער פייטן בעהט געראטעוועט צו ווערן [״אל נא תרע״], וואס דאס איז די דרך פון להגיע אל התמימות וככל הנ״ל.)