אפסעמיטיזם וועט אונז דער דערהאלטן!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

אפסעמיטיזם וועט אונז דער דערהאלטן!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]עס איז נישטא וואס ס'רעדן ס'איז א גרויסע צרה, מיר לעבן אצינד אין א שרעקליכע מגיפה, יונג און אלט שטארבן אוועק אין שרעקליכע פיין ה''י. דער צושטאנד איז הילפלאז, קיינער ווייסט נישט וואס דער מארגנדיגער טאג וועט ברענגן! מען פראבירט צו האפן אויפן בעסטן. אלעמענס אויגן זענען געוואנדן צום טאטן אין הימל אז ער זאל זיך שוין דעבארעמען אויף זיין וועלטעל - און ערוועקן זיין רחמנות אויף זיינע שווער-געפלאגטע באשעפענישן.

אין אלגעמיין ווען עס איז דא צרות הכלל זענען זיך מענטשן מחזק איינער מיטן צווייטן, מ'טרעף זיך אינאיינעם און מען שמיעסט אינאיינעם, מען טרינקט אינאיינען מען עסט אינאיינעם, מען האלט זיך אונטער אינאיינעם מיט געשמאק. דאס פארטרייבט עטוואס די פארכמורעטקייט און די קאלעמוטנע. געמיינזאמשאפט און געזעלטשאפט זענען פון די גרעסטע היילונגן פאר דעפרעסיע, און אפגעזונדערטקייט און אייגזאמקייט זענען פון די גרעסטע גרונטן פאר דעפערעסיע.
מיר געפונען זיך אצינד אין א אויסנאמליכער שווערן צושטאנד. מיר קענען זיך נישט מחזק זיין ווי אין אלגעמיין מיט געמיינזאמשאפט. לויטן געזעץ פון לאנד זענען מיר פארפליכטעט צו זיצן אינדערהיים איזאלירט מיט די ווייב און קינדער אויפן קאפ. דאס איז טאקע פאר אונזער טובה וועגן. פארט, מיר זענען באזארגט צי מיר זענען נישט זעלבסט אנגעשטעקט, יעדעם דאכט זיך אז ער האט די סימפטאמען. מיר שפירן זיך אייגזאם און עלענד, אונזערע שולן און אינסטעטוציעס זענען הערמעטיש פארשלאסן מיט שלאס און ריגל. מיר ווייסן נישט ווען און ווי אזוי די זאך וועט זיך אויסשפילן מ'לעבט אין א געוויסען זין אין די פינצטערניש, עס פעלט אונז די געזעלטשאפט און די געמיינזאמשאפט. און דאס קען מען אראפליינען פון יעדעם איינעמס געזיכטער!
יעדער וועט איינשטומען אז פאזעטיווקייט איז דער הויפט שליסל איבערצולעבן די דאזיגע פארכמורעטע טעג. אבער ליידער איז דאס נישט אזוי!

מאנכע זענען ביי די מיינונג אז דער באדייט פון קליגשאפט איז צו זיין וואס מער פעסעמיסטיש. מאנכע וועלכע ווילן אונז באווירקן אז זיי זענען קליגע לייט - זענען אין די דאזיגע טעג פארנומען איבערצושטייגן איינעם דעם צווייטן ווער ס'קען זיין מער פעסעמיסטיש, זיי מיינען אז וואס מער שווארצער מען קען אראפגעבן די מצב איז מען מער קליגער און אויפגעקלערט. יעדער שמויגער מאכט אריין האפטלאזע וואסעפ זענדונגן וועלכע פארן ארום - און זייען אן כאאס און פעסעמיסטישקייט צווישן אונז. זייט וויסן אז עס העלפט נישט מיט גארנישט צו צום מצב. עס ברענגט בלויז מער פארכמורעטקייט און דעפערעסיע.

פרעזידענט רוזעוועלט האט געזאגט: מיר האבן נישט מורא פון גארנישט נאר פאר מורא זעלבסט. לאמיר זאגן פאר די אלע אנגעבליכע עסקנים, נערנים, וויכטיג מאכער, וועלט פארזאגערס, וכל שום וחניכא דאית ליה. הערט אויף מיט אייערע פעסעמיסטישע זענדונגן. מען דארף בלויז צוהערן וואס די רעגירונגס באאמטע און פראפעסאנאלע מעדיצינשע באאמטע האבן צו זאגן, און ערליך אויספאלגן אלע רעגולאציעס פון די געזונטהייט מיניסטעריום. און וואס אנדערע בהימות האבן צו זאגן איז נישט מאסגעבנד פאר קיינעם.

מיר וועלן איבערלעבן די שרעקליכע מגיפה, און מיר וועלן אין פריידן פארציילן פאר אונזערע אייניקליך ווי אזוי מיר האבן דאס באוויזן איבערצולעבן! געדענקט בלויז אפסעמיסטישקייט וועט אונז דער דערהאלטן אינעם צושטאנס אין וועלכע מיר געפונען זיך אצינד![/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: פעסעמיסטישקייט וועט אונז דער דערהאלטן!

שליחה דורך מי אני »

דאס קען גיבן א נייע באדייט צו דעם אז וועגן די קאראנעוויירוס האלט די וועלט אפשר פאר א גלאבאלע [עקאנאמישע] ״דעפּרעשאן״...

אוי! דאס אליין ברענגט דעפּרעסיע...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]א שטיקל לימוד זכות אויף די דאזיגע וואס זוכן נאך ארום מנינים. זיי זענען נעבאך אויסן זיך צו שטילן זייער פארכמורעטקייט דורך געמיינזאמשאפט און געזעלטשאפט! זיי מיינען באשיינפערליך נישט ג-ט! און זיי זוכן זיכער נישט צו פארשפרייטן די מגיפה. מענטשן וועלכע זענען געוואוינט צו א געזעלטשאפטליכער לעבן גייען ליידער ניסלעך אין די דאזיגע טעג! מ'טאר זיי נישט ריכטן. מ'דארף זיי פשוט מחזק זיין און אויפלעבן, און אנווייזן די ריכטיגע וועג ווי אזוי בייצוקומען אייגזאמקייט! בלויז דאס וועט אפשטעלן די קעגן-הלכה'דיגע מנינים געיעג.
ס'לאזט זיך זאגן אז נאך די מגיפה גייען מאנכע אריינפאלן אין א שרעקליכע דעפרעסיע! מענטשן זענען פשוט נישט געוואוינט צו לעבן איזאליאירט. לאמיר אויסנוצן די הייליגע טעכנעלאגיע וואס דער באשעפער מיט זיין גרויס גענאדע האט אונז געשאנקן, און אויפלעבן איינעם דעם צווייטן. מ'קען אין די דאזיגע טעג זיך איינקויפן גאנצע וועלטן. לאמיר פארשפרייטן אפסעמיטיזם לאמיר קעמפן אינאיינעם קעגן פעסעמיזם! מיר וועלן דאס בעזר השם אדורכלעבן![/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

וואס מיר לערנען אצינד ארויס איז: פאר איד איז דאס בית מדרש ווי פאר א גוי זיין שענק.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: אפסעמיטיזם וועט אונז דער דערהאלטן!

שליחה דורך מי אני »

קאך_לעפל האט געשריבן:וואס מיר לערנען אצינד ארויס איז: פאר איד איז דאס בית מדרש ווי פאר א גוי זיין שענק.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=444577#p444577
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

די שלאכטן וועלן זיך באנייען.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]נישט אין די ווייטע פארגאנגנהייט - האבן מיר אין די טעג פון אייר און סיון מיטגעלעבט דראמאטישע ספעקטאלן אין אלע שוהלן. מענטשן וועלכע זענען אין אלגעמיין געווען רואיגע און פיינע מענטשען זענען איבערנאכט פארוואנדלט געווארן צו אייפערדיגע קעמפער. זיי האבן געקעמפ ווי לייבן, און אין פולע פעלער האבן זיי זיך אויך באנוצט מיט פיזישע געוואלטאטן ווען נויטיג. אין יענע טעג זענען פליענדע פעטש אין די באגלייטונג פון זאפטיגע אונגארישע שעלטערייען אינגאנצן נישט געווען קיין זעלטענע ערשיינונג. אויף וואס זענען געווען די מורא'דיגע קאמפן? עס הערט זיך עטוואס קאמיש, ווארים די שלאכט זענען געווען אויף א ברעטל... אויף אן עליה... אד''ג.

אין די טעג פון אייר און סיון זענען מערסטייל פונעם אונגארישען אידענטום דעפּאָרטירט געווארן צו די פארניכטונג לאגערן – הויפזעכליך קיין אוישוויץ. מערסטייל פון זיי זענען באלד גענומען געווארן צו די גאז קרימאטאריומס און פון דארט באלד צו די קאלך אויווענעס וואו זייער אויסגעלייטערטע הייליגע נשמות זענען ארויפגעפלויגן מיט שטורם ביז אונטער די פליגל פון די הייליגע שכינה... אין רעזולטאט האט כמעט יעדע אונגארישער קריג-איבערלעבער געהאט יארצייט נאך די טאטע, מאמע, ברודער,שוועסטער, ווייב, זון, און טאכטער... און אלעס אין די סאמע זעלבע צוויי מאנאטן.

די שמשים זענען געווען פארנומען ביז צום איבערן קאפ צו שליכטן דיפערענצן און אויסארבייטן קאָמפּראָמיסן. פארט זענען יערליך אוועק געגאנגען פארוואודערטע. און צענדליגע זענען פארבליבן געשוואוירענע שונאים ביז צום לעצטען אטעם פון זייער לעבן. און אלעס צוליב א ברעטל, אן עליה, אד''ג. ביי די פארצייטישע אונגארישע אידן האט א יארצייט געמיינט אלעס אויף דער וועלט...

לאמיר זיך פארשטעלן ווי אזוי דער חודש ניסן גייט אויסקוקן דאס קומענדיגע יאר! עס כאפט גאר א שוידער אין די בייינער. עס גייט דאן אויסגעפאלן די יארצייטן פון די מיתי הקאראנא וועלכע ווערן אצינד טראגיש פארשניטן פון אונז. די ברעטל-שלאכן וועלכע מ'זעט שוין נישט היינט אזוי גייען זיך צום באדויערן צוריק באנייען. די נאכפאלגן פון די פארשאלטענע מגיפה וועט זיך שפירן אויף לאנגע יארן... זאל משיח אוודאי פריער קומען.[/justify]
פארשפארט