די אנטלויף אקציע פון לב טהור'ס נעגל - וועקער 17

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
[NAMELESS]

די אנטלויף אקציע פון לב טהור'ס נעגל - וועקער 17

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב אפגעהאלטן אן אינטערוויו מיט ישראל מאיר נ"י, א ענערגישער העלד וועלכער האט מיט אסאך אנשטרענגונג, איבערגעהיפט די אייזערנע ווענט פון דעם גרויזאמען קולט און געפינט זיך יעצט אויף די פרייע וועלט.

אינטערסאנט און מערקבאר איז געווען אז א חלק פון זיין רעטונג אקציע, וועלכער האט זיך אנגעהויבן ביי אים אין קאפ, איז געווען ווען ער האט זיך באגעגנט מיט 'קאווע שטיבל' און ער איז נאך אלס דא א שטענדיגער ליינער.

ער האט מיר דערציילט די דעטאלירטע געשיכטע, און איך האב עס ברייט באשריבן אינעם נארוואס ערשינענעם 'וועקער'.

פאר סיי וועלכע קושיות אדער דיסקוסיעס איבערן ארטיקל קענט איר דא פרעגן.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איז ער שלמה מוליכו? אדער האט ער כאטש באשטעטיגט ווער דאס איז?
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

גאר א הערליכער ארטיקל פון ידידי ר' מאך זיכער. געשריבן דראמאטיש און שפאנענד. עס איז מיר אויך געווען אינטערעסאנט דער חידוש וועגן קאווע שטיבל. בשעתו זענען געווען ענדלאזע דיסקוסיעס אויב די אקאונטס זענען אמת'דיג אדער פאלש. יעצט בלייבט נאר איבער צו וויסן וועלכע דערפון איז געווען די אמת'דיגע אפיציעלע ווארטזאגער פון לב טהור, אדער מעגליך אלע? דאס בלייבט פאר קאווע שטיבל היסטאריקעק צו דערשנאפן.

איך האב זיך נאר געוואונדערט צומאל וואס דער שרייבער לייגט עס אראפ ממש ווי א שרעקליכע קולט מיט א פירער וכו', איך זע נישט מיט וואס דאס איז צופיל אנדערש ווי יעדע עקסטרעמע חסידות וואס וואשט דעם מח און האלט דעם עולם משועבד אונטער זייער קאנטראל. לפי די מעשה האט אים הלבראנץ געזאגט איך גיב דיר א טיקעט און גיי וואו דו ווילסט, דהיינו אז מען האט אים געלאזט גיין נאר פסיכאלאגיש מאניפולירט נישט צו קענען גיין, וואס איז בעצם וואס שפילט זיך אפ מעשים בכל יום אין אסאך היימישע קהילות. שוין, דאס איז אויך א אלטע דיסקוסיע, איך האב נאר ארויסגעברענגט מיין מיינונג לכבוד דעם ארטיקל פון ידידי הרב.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי ערווענט אינעם ארטיקל איז ער נישט זיכער איבער סיי וועלכע ניק וואס איז באמת אינעם קולט, אבער איך האב געמאכט מיין אייגענע ריסיורטש און געוואויר געווארן אז [פארמעקט] איז יואל העלבראנץ, שלמה'ס יונגסטער זון.

די חילוק פון לב טהור צו יעדע חסידישע קהיליה זענען ווי פאלגענד.

1) די עצם געדאנק אז יעדער איז בטל צום רבי'ן הן בעניני רוחניות והן בגשמיות דאס הייסט אז זייערע פארמעגנס זענען אויך משועבד צום רבי'ן און אז זייערע שידוכים און אינטימישע באציואונגען ווערן מאניפולירט.

2) די פסיכאלאגישע דרוק וואס מען לייגט ארויף אז אויב וועסטו אוועקגיין וועט דיר קיינער נישט אננעמען (וואס באשטייט אגב אין די היימישע פלעצער אויך אבער מיט אכציג פראצענט ווינציגער).

3) דער רבי איז דער אויסשליסליכער ווארטזאגער און קיינער טאר נישט זיך וואגן אריינזאגן אפילו נישט די טובי הקהל.

4) די פילן וואס מען גיבט טאמער איינער מאכט פראבלעמען.

5) די אראנזשירטע גיטין בלויז ווייל דער רבי וויל צייגן ווער עס איז בעה"ב.

עס זענען נאך פארהאן פיל דקות'דיגע חילוקים אבער אויבנאויף אין קורצן קען מען זאגן אז די מיינד קאנטראול וואס קומט פאר ביי חסידים און רבי'ס איז ארום זיבעציג פראצענט שוואכער ווי אין לב טהור.
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

איך האב געזען אינעם ארטיקל עטליכע סתירות
פון ווי האט ער בכלל געהאט געלט ביי זיך, צו קויפן לכתחילה א טעלעפאן, און זען און מיטהאלטן קאווע שטיבל, און זיך קויפן א פייפער, און נאך זאכן
אויב ס'איז אזוי עקסטרעם, האבן זיי צוטריט צו סאשל מידיע?
עפעס האט מיר נישט געקלעבט די געשיכטע בשלימות, קען זיין מ'האט אויסגעשניטן שטיקלעך פונם אונטרוויו, אבער עפעס פעלט צווישן די שורות פונעם גאנצן געשיכטע
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

למשל וואס פעלט? אפשר די אינפארמאציע אז מען קען האלטן געלט ביי זיך? א קלארינעט האט ער מיטגעברענגט פון ארץ ישראל.

פארגעס נישט אז ער איז למעשה געקומען פון א נארמאלע שטוב און ער האטנישט געהאט קיין מחסור אין אינפארמאציע וויאזוי און וואס צו טון.

די קאפ פון א פארמאכטע קולטיסט לויפט אנדערש ווי א בני יואל'ער נעם דאס אין אכט, די רגע וואס ער האט אויפגעהערט גלייבן אמינעם פירער זענען אלע טויערן פאר אים אפן, ער האט נישט די גילט וואס א חסיד האט ווען ער לאזט אפ רעליגיע.
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

איך דארף איבערליינען שנעל די ארטיקל כדי צו פין פוינטן וואס ס'האט געפעהלט, אבער אויבנאויף פרעג איך קודם אזוי.

אין מיין פאנטאזיע איז דאס קינד אריבער א לענגערע וועג ביז אהין צום גרופע, דאס טייטש ער איז געווען א קליין קינד, און לויט די טויש נאכאנאנדער וואס די טאטע האט געמאכט, איז דאס נישט געשען אין איין וואך צו חודש, איז לאמיר מאכן א חשבון, א קליין קינד קומט צום גרופע שוין נאכדעם וואס ביי זיי איז שורה א איבערגעטריבענע רוח פון פרומקייט, און ווען ער קומט אן צום גרופע - אין מיין פאנטאזיע - האט ער נישט רוב זאכן וואס א געהעריגע משפחה און ספעציעל קינדער האבן ביי אונז.
נישט שפילצייג נישט געלט, נישט מאגעזינען און אדווערטייזינג וואס צייגט וועלכע שפילצייג און וועלכע השגות ס'דא אויפ'ן וועלט, און דאס איז אין לויף פון זיכער צען יאר. וועסט מיר זאגן זיי האבן אינטערנעט? די בלאט די יוד די צייטונג? איך זע א גרופע אין א מדבר, וואס אויב האבן זיי יא עפעס ווערט עס קאנפיסקירט דורך די פירער. אזוי פארשטיי איך
אין די פאהר יאר פון וואו האט ער וואס ער האט ביים אנטלויפן, אויב פשוטע שיך און זייף האט ער נישט צו די האנט..
טו מיר א טובה און זיי פותר די נאוועל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בשעת זיי זענען אריבער פון קאנאדע קיין גואטאמאללא האבן אנגעהויבן נעסטיגן פראבלעמאטישע מחשבות אין די הערצער פון געוויסע אינעם קולט, אויך וועם די וואס האבן נישט געוואלט זיין אונטער נחמן'ס פירערשאפט האבן אויפגעקלערט דעם ציבור און אזוי אויך די קהליה פון גרים און גואטאמאללא האט זיי געגעבן השגות פון די סעקולארע וועלט, יעצט א רעוואלוציאנער ווי ישראל מאיר האט נישט געברויכט צופיל צו וויסן וואס ער מוז טון צו זיך באפרייען.

איך וואלט דיר געראטן צו כאפן א שמועס מיט איינער וואס קומט פון דארט אדער כאטש קוקן די דאקומענטאר פון אמנון לוי אויפן קולט צו בעסער פארשטיין די מצב.
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

איך האב עס יעצט איבערגעליינט, און כ'וויל פארשטיין עטליכע זאכן, און בכלל פארוואס ס'איז צענזורירט גאנצע חלקים דא. ס'קלאר אז ס'פעלט אינפארמאציע.

לאמיר אנהייבן על הסדר

1] ער האט פון ערגעץ באקומען א קונטרס פון חב''ד, ממילא אז ס'פונקט אנגעקומען, וואס מאכט אויך נישט קיין סענס, ווייל ווי דו שרייבסט איז דארט נישט דא קיין גמרות און נאר הלבראנצס ספרים אבער שפעטער האט ער אדורכגעלערנט אסאך ספרי חב''ד, ווי זענען זיי ארויסגעוואקסן דארט לטובתו?

2] וואס הייסט נחמן הלבראנץ האט באגעוואלדיגט מיידלעך און זיי נאכדעם חתונה געמאכט, עפעס וואס הערט זיך ווי א פעט שטיקל לשון הרע [און גאנץ מעגליך שקר] ווייל ס'נישטא קיין ראיות און עדות אויף א זאך וואס איז נעלם מעיני כל חי, און ס'דא צופיל טאטעס דארט וואס זאלן עס האבן צוגעלאזט. און ס'ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט פון ראזנער באטשי וואס ווי באקאנט איז 'ער' דער מכה בפטיש, און ער לאזט נישט יענעם עסן פון זיין טעלער.. ווי באקאנט.

3] ווי איז דאס דער 'חרם פלאץ' וואס הערט זיך ווי א שדים טרוים, עפעס א אפגעזונטערטע פלאץ ווי מ'האט נישט קיין שייכות מיט די קולטיסטן, און מ'איז אפגעזונדערט? אדער איז מען פריי? אפען צו אנטלויפן, אדער אנבינדן קשר מיט פרעמדע? כל הכתוב אומר דרשינו.

4] וויפיל צייט איז געווען פון ווען ער איז אנגעקומען צו ווערן פארשיקט אין 'חרם פעלד' ביז ער האט 'עפעס' פארשאפט א סמארטפאון.. און עפעס פונקט פונקט פונקט, געוואוסט פון גוגל און פון פייסבוק און פון לינקס וואס פירן צו קאווע שטיבל, ביז'ן קאנטאקטן זיין מומע אורית. די גאנצע זאך איז פעלערהאפטיג, ס'הערט זיך ווי מ'מישט שנעל אריבער בלעטער; עטליכע יאר שפעטער.. און ער איז א טאטע פון קינדער... ס'איז צו צויבערדיג און צופיל פונקטס און צו שנעל און הצלחה'דיג.

5] ער איז מגלה אז יואלי העלבראנץ איז פון די שרייבער אין קאווע שטיבל.. חא חא חא.. אויב אונז דא אין קאווע שטיבל ברעכן זיך שוין קאפ עטליכע יאר, צו דערגיין מי ומי ההולכים, וועט 'ער' וויסן ווער ס'שרייבט וואס? ער האט דאך נישט געוואלט מגלה זיין בכלל אז ער האט א סמארטפאון שמא יהרג, און ער ווייסט אלעס? וויאזוי???

6] ער דינגט א האטעל אין אנדערע עק שטאט. ווען וואס??? וויאזוי ווערט ער נעלם אז זיי ווייסן נישט ווי? זיי האבן דאך קאנטראל אויף עהם, זיי האבן עהם אוועקגעלאזט אנע וויסן ווי ער ווערט נעלם? און דינגן א מאטעל נעמט צייט, ביז ער האט געקענט דארט איבערשלאפן און עסן פאטעטא טשיפ וואס זיי מומע האט כלומרש'ט געטראפן אין זיין שטוב דארט.

7] טאקע דאס אליינס, אז זיי מומע זאל אריינגיין אין זיין שטוב אן רשות און טרעפן דארט פאטעטא טשיפס בעגס, איז נישט פשוט, כאילו איך וואק אריין אין מיין חבר'ס דארמעטארי שטוב?

8] שפעטער גייט אבי מאכן ווידיאוי קליפס און די פאליס שטייט אינדערויסן און ער ווערט צוביילט.. וואס גייט דא פאר??? די פאליס האבן נישט געקענט אריינגיין מיט עהם? ס'איז נישט ניו יארק, ווי מ'טוט, מ'גייט, מ'רופט פאליס, מ'כאפט ווידיאוס, ס'איז גוטאמאלע ווי ס'קיין סמארטפאונס נישט דא פונקט צו האבן און שיקן און טרעפן, און באשטעלן און ווייזן, און לויפן. און לויט די ווידיאוס וואס איז היינט דא פון דעם פליטשקין בחור דארט אין בבל, זעט מען אויך אז ס'נישט ווי ס'איז געשילדערט אין דעם ארטיקל.

חלילה צו זאגן אז דער שרייבער איז משקר, אבער זיכער צו זאגן אז ישראל מאיר איז א פיפיגער קאפ דרייער, און אונז האבן דאך דעם שיכור]פארמעקט[ ואס איז דער ערשטער נימול אינעם כת, לאמיר עהם פאנגן און ארויסקוועטשן פרטים, ווייל ראפי זאגט כאטש אמת ווי באקאנט ווער ס'קען עהם, נאר פרטים געבט ער פשוט נישט, צוליב זיין טראמא פון דארט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סדרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: וואולגאר, טראל, וכו'
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כרפס, כ'האב הנאה אז האסט דורכגעליינט די ארטיקל בעיון, אזוי כאטש ווייס איך אז מיין ארבעט איז נישט אומזיסט.

איך וועל פרעגן פון ישראל מאיר דיינע שאלות און דיר בל"נ אפשרייבן א לענגערע תירוץ.

ער איז דירעקט נישט פארבינדן מיט ראפי קעניג, הגם ער קען אים גאר גוט, אבער ער איז זיכער נישט קיין ליגנער, נאכן פארברענגען מיט אים עטליכע חודשים קען איך שים שוין און אויף אזוי ווייט קען איך דיר זאגן אז ער איז א צארטע איידעלע נפש.

א גרויסן ייש"כ פארן פרעגן, איך בין נאכנישט קיין ערפארענער אינטערוויואירער און דאס העלפט מיר ארויס אויף א קומענדיגע מאל אז די אינטערוויו זאל זיין בשלימות און ענטהאלטן מער אינפארמאציע.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מאך זיכער האט געשריבן:ווי ערווענט אינעם ארטיקל איז ער נישט זיכער איבער סיי וועלכע ניק וואס איז באמת אינעם קולט, אבער איך האב געמאכט מיין אייגענע ריסיורטש און געוואויר געווארן אז חכמת שלמה איז יואל העלבראנץ, שלמה'ס יונגסטער זון.


דא איז דא מקום להתגדד. חכמת שלמה אדער סיי וועלעכע אנדערע קאווע שטיבל נאמען, זענען שוין אן אלטע שקלא וטריא מה טובן, עיי"ש. דאס איז אבער אמת, לכאורה, אז יש דברים בגו און דער ניק האט עפעס אן אמת'ער שייכות אהין, ממילא איז נישט אפגעפרעגט צו זאגן אז דער קינד איז נישט א דובר אמת, נאר ס'איז אריינגעפאלן א טעות דא, אזוי ווי ס'געשענט פון צייט צו צייט.

עכ"פ, די אינטערוויו און ריסירטש איז א פיינע ארבעט. ס'איז גאר אינטערסאנט, און ס'זעהט אויס צו זיין קראנט. דאס איז חוץ פון דעם אז ס'איז א מילתא דעבודי לגילויי, ווייל דער בחור'ל איז א מציאות מיט וועם מ'קען רעדן, און ער רעדט טאקע, וואס דאס אליינס איז שווער צו בולשיטן פאר די ברייטע וועלט.

יישר כח [tag]מאך זיכער[/tag]
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

כרפס איז איינגעשריבן 4 טעג דא, און גלייך ווענד ער זיך צו שרייבן איבער לב טהור.

א נייע ניק, א נייע שטיק. נאך איינער טראכט וואס איך טראכט?
.I got voices in my head.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נע, ער שרייבט איבעראל.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

מאך זיכער האט געשריבן:ווי ערווענט אינעם ארטיקל איז ער נישט זיכער איבער סיי וועלכע ניק וואס איז באמת אינעם קולט, אבער איך האב געמאכט מיין אייגענע ריסיורטש און געוואויר געווארן אז **** איז ***.

דאס איז קעגן די תקנות המקום. פליז פארמעק.

זייער א שיינער ארטיקל. ייש"כ פאר דיין ארבעט. אויב איך מעג פרעגן איז ישראל אויף סאשעל מידיע ערגעץ?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זיין העבראעישער נאמען איז ישראל עמיר פאר ווער עס וויל פארשן אויפן אינטערנעט, אינסטעגרעם איז israelamirr פאר וועם עס אינטערסירט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

פאר א לענגערע צייט צוריק האב איך געזען דעם לענגערן קליפ פון ישראל מאיר'ס גאנצע היסטאריע אנגעהויבן נאך פון ארץ ישראל, לב טהור און דערנאך צוריק קיין ארץ ישראל.
אויך האט מען טאקע געזען דעם פארכאפונג, און כ'דענק ווי אלע וואס זענען אים געקומען ראטעווען זענען געווארן צעביילט און צעבלוטיגט.

אויך זעט מען דארט ווי 'אורית' רעדט צום ארטיגן פרעסע וכו'.

עס איז היפש אינטערעסאנט געווען. דענק איך אבער נישט וואו כ'האב עס געזען
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האסט עס געזען אין 'עובדה' פון אילנה דיין.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

לבי ובשרי האט געשריבן:פאר א לענגערע צייט צוריק האב איך געזען דעם לענגערן קליפ פון ישראל מאיר'ס גאנצע היסטאריע אנגעהויבן נאך פון ארץ ישראל, לב טהור און דערנאך צוריק קיין ארץ ישראל.
אויך האט מען טאקע געזען דעם פארכאפונג, און כ'דענק ווי אלע וואס זענען אים געקומען ראטעווען זענען געווארן צעביילט און צעבלוטיגט.

אויך זעט מען דארט ווי 'אורית' רעדט צום ארטיגן פרעסע וכו'.

עס איז היפש אינטערעסאנט געווען. דענק איך אבער נישט וואו כ'האב עס געזען


אה, געטראפן דעם ווידעא מיט א שנעלן אינטערנעט סוירטש

א גיעול נפש נעבעך צו זען וואס ער האט מיטגעמאכט.

אינטערסאנט, אז אלעס האט מען פילמירט...
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

אה! הער יו גאו.. כ'האב געוואטשט דעם גאנצן שפיל-דאקומענטארי, און האלב שאלות פאלן אוועק, און ס'קומען אויף די געווענליכע שאלות; פארוואס דיסטרוידט מען זיי נישט ביז שטויב.

ס'האט אוודאי געפעלט אסאך פרטים אינעם ראיון, אבער אויך אינעם דאקומענטארי ווערט נישט אלעס אויפגעדעקט, און זיי אליינס די מיטגעמאכטע וואס זענען אנטלאפן פון דארט, האלטן זיך אויך דאס מויל - ווען ס'קומט צו געוויסע פרטים.

לאמיר מאכן סדר אין הויז.

די גאנצע קולט דארט איז אין מיינע אויגן אזוי סתירות'דיג, ווייל אז אויב ער האט געקענט ארויסגיין פון דארט, און מ'זעט אויפן' פילם אז ס'טוט זיך א געגייעכטס און געקומעכטס, און אז ס'געווען מעגליך פאר עהם צו שאפן א סמטארטפאון, און אז ס'דא די מושג צו האבן אינטערנעט דארט אינסייד, און נאך פרטים וואס כ'זע און איבערצייג מיך, וואס אין מאנרא אין סקווער אין טאהש איז עס נישטא, ממילא האבן זיי דען קאנטראל?
די תירוץ קען זיין, אז די עלטערע וואס זיי האבן ביי זיך אין טאש, לאזן זיי מער לויז, און זיי העלפן זיי צו האלטן די יונגע ביים קארג, און די יונגע האבן די מעגליכקייט אזוי, צו שאפן דאס און יענס - ווי ישראל מאיר האט מצליח געווען. אבער איז דאס נישט אפגעפרעגט אין זינען פון האלטן קאנטראל? א קשיא אויף בהמות..

דאס אז ער איז געווען איזולירט אין חרם ארט, פארשטיי איך ווידער נישט, ווי און וויאזוי איז יענע ארט, אז מ'קען אפ'פיצן און זינגען ביים וואסער געזאנגן, ממש א פרייע פויגל... אבער כ'פארשטיי שוין בעסער אז וואס ער האט געטון לבסוף איז געווען אנטלאפענערהייט, און ער איז עטליכע מאל אנטלאפן און צוריקגעקומען, און זיי האבן יא געשמעקט אז ער ארבעט אונטערן רוקן, שטעלט זיך די פראגע, ווי איז זייער ריכטיגע קאנטראל? א קשיא אויף בהמות..

מיר איז קלאר, אז לב טהור איז א נארמאלע תוצאה פון די ברעסלעווע שיטה, וואס רבים חללים הפילה! ס'נישטא קיין איין נארמאלע ברעסלעווע תנועה וואס איז גאנץ נארמאל, איינער חצי נזק א צווייטער מזיק שלם, און דער דריטער צעפראסקעט פאר זיך. אבער די לב טהור גרופע איז באזירט אויפ'ן הענגער פון נחמן נתן התבודדות און נאך.

אסאך וויכטיגע פרטים ווערט צוגעגעבן אינעם פילם, ווי צום ביישפיל, אז ער האט אריינגעגעבן א קלעים קעגן זיי, און געמאכט גערידער שפעטער, וואס לכאורה האט ער געטאפט א וואנט, ווייל די קאראפציע פון שוחד איז שטערקער פון יעדע כח. און אויך בין איך געוואויר געווארן אז זיי האבן דארט באוואפענטע שומרים ביי די איינגאנג פונעם שטח, ממילא איז טאקע נישט לייכט צו קומען דארט מיט פיילען-בויגן און פייטן, די פראגע איז נאר פארוואס זענען די איזרעיליס אהינגעקומען אנע וואפן? א קשיא אויף די איסראעילי דומען...

- אדער גאר, פעלט מער אינפארמאציע אינעם קוגל דא, ווייל אויך היינט ווען דער פירער איז טויט, און עטליכע זענען אנטלאפן, די קבוצה איז צעשפליטערט מצד מה, עטליכע זיצן אין טורמע, אבער די קולט איז נאכאלץ אין קראפט, אט די פראגע שרייעט חי וקיים.
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

כרפס, האסטיך נישט געקענט איינהאלטן.. נו.. חשש גילוי...
יודע הייתי לשעבר ועכשיו ביותר..
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

cictim האט געשריבן:כרפס, האסטיך נישט געקענט איינהאלטן.. נו.. חשש גילוי...
יודע הייתי לשעבר ועכשיו ביותר..

דער וואס מיינט ער ווייסט, יענער ווייסט גארנישט
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

און דער וואס מיינט אז ער ווייסט אז יענער ווייסט גארנישט, דער ווייסט טאקע גארנישט...
פארשפארט