אתה בחרתנו מכל העמים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך האלט נישט אז זיי זענען גערעכט, און איך האלט אויך נישט אז זיי זענען נישט גערעכט, איך האב בכלל נישט קיין דעה אין דעם ענין, די נידון דא איז וואס דו האלטסט. דו ביזט דער וואס האט געפרעגט א קשיא, דארף מען קודם קלאר מאכן מיט וועלכע הנחה דו האסט געפרעגט די קשיא. צום שלוס, לויט דיינע ווערטער קומט אויס אז אלע פעלקער וואס האלטן אז גאט האט זיי אויסגעוועלט זענען גערעכט, אויב אזוי זענען אונז גארנישט מער פון זיי, יעצט איז שוין אלס פארענטערט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

איך האלט הונדערט פראצענט אז זיי זענען זיך טועה, און דער אייבירשטער האט אונז אויסדערוועלט, און זיי זענען אזויפיל ווערד ווי מיין קעצעלע אין גארטן.
והבדילנו מן התועים, פון אלע וואס זענען זיך טועה אז ס'אפילו דא א ספק דערין, אז ס'עקזיסטירט עפעס א חשיבות אויסער די עם התורה, די פאלק יודען, און אלעס איז באשאפן געווארן אונז צו באדינען, איי פארוואס צייגן זאכן אסאך מאל פארקערט, דאס צייגט נאך מער אז אויב האב איך געמיינט אז איך גלייב ווייל כ'פארשטיי, איז פונקט פארקערט, איך גלייב און כ'בין זוכה אביסל צו פארשטיין, און די אנדערע ספקנים מיינען זיי פארשטייען און גלייבן אין זיך אז וואס איז ביי זיי משוגע איז לעולם ולכולם משוגע.

אלץ גלויביגער יוד האב איך דערין נישט קיין שאטן פון א ספק, און ווער ס'האט יא, דארף טאקע הארעווען דערויף און 'וועלן' זיין קלאר דערין. אסאך מאל וויל מען נישט פארשטיין, אבער אויב מ'איז נישט צעשאקעלט אין די עיקרי אמונה איז עס א דבר פשוט
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פון די גאנצע טענו חיטין והודו לזכר קדשו שמועס האב איך מיך דערמאנט א זיסע מעשה. איין יאר פסח ביינאכט נאכ'ן סדר, ווען איך בין נאך געווען א קליין קינד, זעה איך ווי מיין טאטע גייט צו צום טיר וואס איז נאך געווען אויפגעשפארט פון שפוך חמתך, און פארשפארט דעם שלאס, פונקט ווי יעדע נאכט. "טאטי, פארוואס פארשפארסטו דעם טיר?" - פרעג איך מיין טאטע אינגאנצן דערשטוינט, כמעט אויפגערעגט - "מיין רבי האט געזאגט אז פסח ביינאכט לאזט מען אויפגעשפארט דעם טיר, ווייל ס'איז ליל שימורים וואס איז אפגעהיטן פון מזיקים און גנבים!" "דארפסט פארשטיין איין זאך" - ענטפערט מיר מיין טאטע - "דו און איך ווייסן טאקע אז ס'איז ליל שימורים ווייל אונז האבן געלערנט דעם מדרש, דער גנב דער גוי אויפ'ן גאס האט דאך אבער נישט געלערנט דעם מדרש..."

לעניננו, אונז לעבן טאקע אין א באבל פון אתה בחרתנו, דער גוי אבער לעבן אין גאר אן אנדערע באבל. די גאנצע אתה בחרתנו ביזנעס איז גוט ווילאנג ס'בלייבט אין אונזער באבל, איינמאל דו הייבסט אן האנדלען מיט מענטשן אינדרויסן פון דעם באבל דארפסטו די גאנצע זאך לייגן אין א זייט, אז נישט וועסטו זיך נאר אנשטויסן אין פראבלעמען. אויב איז דיין ציל צו קענען האבן באמבאסטישע טענות אויף די אנגעקלערטע חברה וועלכע שפילן נישט מיט מיט דיין אתה בחרתנו געים האסטו עס שוין עררייכט, אויב אבער ווילסטו פארשטיין וואס זיי זאגן דארפסטו זיך אריינלייגן אין זייערע שיך און פרובירן פארשטיין זייער געים. די מדובר איז נישט ווער ס'איז גערעכט, די מדובר איז צו דו ווילסט זיך קענען אויסקומען מיט מענטשן וואס האבן געלערנט אנדערע זאכן ווי דיר. זיי קלוג, נישט גערעכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

אבער איך האב שוין די ענטפער; דיין טאטע האט שוין געלאכט פונעם אתה בחרתנו געים.. און דאס איז געווען זיין מסורה פאר דיר.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גראדע נישט, מיין טאטע איז מער פאנאטיש פון מיר און דיר צוזאמען, ער האט נאר די שכל וואו עס צו נוצן און וואו נישט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גראדע נישט, מיין טאטע איז מער פאנאטיש פון מיר און דיר צוזאמען, ער האט נאר די שכל וואו עס צו נוצן און וואו נישט.

ס'איז גענוג צו מאכן אזא ווערטל, און בארויבן דאס תמימות און אמונה פון א קינד
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

אתה בחרתנו מכל העמים

שליחה דורך מי אני »

IMG_6797.jpg

פון אן עקזיסטענשאנעל מבט. במשנתו של דר. פראנז ראזענצווייג.
ער האט גראדע אויך געהאלטן אז מ׳דארף צאמשטעלן דאס ענין פון אמת וואס איז דא אין יהדות מיט׳ן ענין פון [עקזיסטענשאל] אמת וואס איז דא אין, להבדיל, נוצרות.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: אתה בחרתנו מכל העמים

שליחה דורך חתן בחור »

כרפס האט געשריבן:ס'דא וואס ווילן נישט פארשטיין, פארוואס יודען זענען העכער פון די אנדערע נאציאנען און באטיטלען עס ראסיזם. אבער דאס איז א פאקט וואס דער וואס האט באשאפן דאס גאנצע באשאף, האט באשלאסן דעם פאקט.

איינער האט טענות צו עהם? איינער קען עהם באזיגן?
כ'מיין אז אסאך וויכוחים צווישן מיינונגען צווישן אונז אזוי גערופענע אפענע קעפ, גייט אויף דעם פראגע, און ס'נישט קיין ספק בכלל, נאר סתם אויסגעווארפענע רייד.


כרפס קום אריין קלאר. צו וועמען רעדסטו דא?

די מענטשן וואס גלייבן אין תורה מן השמים קענען לייענען קלאר "אתה בחרתנו מכל העמים". די וואס גלייבן נישט גייען נישט אננעמען דיינע "פאקטן". וואספארא "פאקט" איז דאס? ווייל די גלייבסט אזוי ווערט עס א פאקט?
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דער קריסטליכער טעאלאג דר. דזשאן בּארטאן האלט (אין פ"ג) אז עס איז יתכן אז עמוס האט נישט געהאלטן פון דעם אז אונז זענען "עם הנבחר". ער זאגט אז אויב אזוי איז ער געווען (בּעיסיקעלי) דער איינציגסטער אין תנ"ך וואס האט געהאלטן אזוי.

ער זאגט ווייטער אז אויב האט עמוס יא געהאלטן אז אונז זענען דעם עם הנבחר איז עס נאר אונז צו מאכן מער קאָלפּעבּל אויף נענש צו ווערן על עוונות; דאס האלט דאך אבער די אלגעמיינע טעאלאגיע בכלל. זיין לשון איז:
[left]
For Amos, the special relationship with Yhwh does not indemnify Israel, but rather makes them all the more culpable if they sin
[/left]
האב איך געקלערט אז [tag]לעיקוואד[/tag] ברענגט דא ארויס [פון 26:00] אז די געדאנק פון "מסובב במצות" ביי חנוכה איז אויף צו ווייזן אז דאס אז מ'איז שוין ענטרענטשט אינעם לעבנסשטייגער במצות ווערט מען דאדורך אינאַקיולעיטעד און געהיטן פון שלעכטס און עונשים בסתם/אין אלגעמיין. ולכן קען עס אפשר זיין א רמז אז מ'ליינט ארום/פאר חנוכה די הפטרה פון עמוס וואס פון זיין טעאלאגיע קען אויסזעהן נישט אזוי (עכ"פ לגבי חלק ה"נבחר") וכנ"ל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט