אבל אשמים אנחנו - מיר קענען נאך יעצט *פיקוח נפש אפיל*

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די שולן וואס גיין נאך אן זענען פון אויבער חכמים, דריי קעפ וואס נארמאלע טשארטס העלפט נישט פאר זיי. אפשר מסביר זיין אז די רוסן זוכן צו באגראבן אידען דורך די וויירוס וועט העלפן, איך ווייס נישט.

אבער נאך א נקודה איז יעצט ממש נייטיג. עס קומט יו״ט באלד און ווער וויל אריין גיין צו א יו״ט אן א טבילה? דער שאגת אריה איז דאך מצדד אז עס איז א דאורייתא..... מ׳דארף שוין מעורר זיין די רבנים ארויס צו געבן א באפויל אז מקוואות מוזן בלייבן פארמאכט, אויסצורופן אז זיי אליין גיין מוותר זיין אויף א די טבילה, אפילו טאמער פערעזנליך קענען זיי זיך געבן אן עצה אין א פריוואטע מקוה, נאר מעורר צו זיין די ציבור גיין זיי מוותר זיין דערויף. מ׳קען ראטעווען פיל מענטשן.

נאכ׳ן זיך באטייליגן אין די זום לוויה פון א באקאנטער מיינער, איינער פון די גרעסטע עסקנים אין לעיקוואד, וואס האט אין אנהייב גערעדט פון אויבישטערס וכדו׳, בין איך נאך מער נתעורר עפעס מפרסם צו זיין דערוועגן.

ביטע לייגט ארויף טלפון נומערן און לאמיר קלינגן און טון.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
זעקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

אבל אשמים אנחנו - מיר קענען נאך יעצט *פיקוח נפש אפיל*

שליחה דורך זעקעל »

קטלא קניא האט געשריבן:לעיקוואד, יפה דברת און מען קען זיך נישט קריגן אויף אייערע הנחות, נאר אויף אייער עצה בין איך מחולק. נישט ווייל עס איז בעצם א שלעכטע עצה נאר ווייל ס'איז נישטא מיט וועם צו האנדלען. צו די גרויסע רבי'ס און גדולים קענט איר נישט אנקומען און זיי וועלן אייך נישט אויסהערן, און רוב רבנים וועלן נישט זאגן קיין האלב ווארט, און זיכער נישט ברבים, קעגן דער 'גאס' אדער זייערע קאלעגן. פארוואס און פארווען קענען מיר רעדן אי"ה אחר יעבור זעם אבער אזוי איז היינט דער מצב.

פון די אלע קליפס וואס גיין ארום, האבן מיר געהערט הצלה לייט, און חברא קדישא לייט, און מקובלים, און סתם בעלי בתים, און ראטנבערג ודכוותיה און נאך ווי זייער גלייכן. וויפל היימישע רבנים, דיינים, מו"צ'ן רבי'ס, ראשי ישיבות וכדומה האט מען געהערט וואס האבן מסביר געווען בדרכי נועם און מיט שכל וואס דא גייט פאר, פארוואס תורה מגיני ומצלי איז פראסט שגעון און אז "מסירת נפש" פאר מנין איז פשוט מאבד עצמו ואחרים לדעת, אדער בלי דעת? נישט וואס א רב האט געזאגט פאר זיינע נאנטע, אויב איז דא אזוינע, נאר א רב א בר סמכא וואס האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ברבים (אדער וואס זאגט אפילו היינט) נאכאמאל און נאכאמאל, רבותי, ס'ברענט א פייער און שפארט אייך איין. גייט נישט אויף חתונות און שמחות און גייט נישט אין שול און מקווה עד יעבור זעם. ווער איז דאס געווען?

אונזערע פראבלעמען זענען גוט באקאנט און צו ארבעטן מיט דער שטאף און שברי כלים וואס מיר פארמאגן איז א שאד דער צייט און כוח. די פון זיי וואס ווילן אויסהערן, אדער ווייסן זיי שוין און טון גארנישט, אדער וועלן זיי אויסהערן, שמייכלען, און ווייטער גייען.

איר זענעט אבער גערעכט אז דא דרייט זיך א קוואל פון טאלאנט, און דער צייט איז געקומען אויפצושטייגן. ס'זענען דא אן א שיעור רבנים בעלי דעת אויף דער וועלט אבער אונזער עולם וויל נאר הערן פון אייגענע, און די פון אונז וואס זענען פעהיג צו פירן זענען טאקע דא. עולם, טוט אייך אויס די קינדער שיך און שטייגט אויף. די חובבי ציון בשעתם, די בעלי תורה ודרך ארץ בשעתם, אזוינע ווי ר' ישכר שלמה טייכטאל, זיי האבן זיך נישט ארומגעדרייט מיט זייערע טענות און אידעען בעילום שם נאר זיי האבן געשריבן און זענען געווען טעטיג אונטער זייער נאמען און האבן געהאט קוראז ארויסצוטרעטן בפני קהל ועדה. און זיי האבן אויסגעפירט מיט א וועלט בימינו פון הונדערטער טויזנטער אידן שומרי שבת, נושאים ונותנים באמונה און וואס זענען מקדש שם שמים ברבים וואס איז א דאנק זייער טעטיגקייט און העלדישקייט בשעתם.

מיר זענען איצט ביי אזא פרשת דרכים. איר זאגט מי לה' אלי, זאג איך האומר לאביו ולאמו לא ראיתיו ואת אחיו לא הכיר ואת בניו לא ידע כי שמרו אמרתך ובריתך ינצרו. פחד פון א געזעלשאפט וואס הרג'ט זיך בידים איז טפשות. ווי אנדערע האבן געזאגט, דאס איז דער גרעסטער דורכפאל פון אונזער פירערשאפט זייט ערב דער שואה. און ס'פארלאנגט פון אונז: וואס טון מיר דערצו?

אונז זענען נישט במקום שאין איש. קוקט נאר דער מאמר אויף דער הגדת המלבים פון [tag]אמת וצדק[/tag], קוקט אויף [tag]אבטולמוס[/tag] און זיין קאלאסישער ארבעט ארויסצוגעבן דער וועקער, און אויך די פילע שרייבער, קוקט דא אויף ק"ש די פילצאליגע ארטיקלען אנגעזאפט מיט אמת'ע חכמת, אהבת און ידיעת התורה. אונז וואס אונז האבן די קראפטן האבן אן אחריות לפעול ולהפעיל יעדער לפי יכלתו. מיר קענען מאכן א טויש און אונזער וועלט וויינט אויף א טויש. ס'איז באו מים עד נפש פשוטו כמשמעו און מיר דארפן הערן דער רוף: לך נחה את העם.

איך באהעפט א צווייטער מאל א קורצע שטיקל איך האב אפגעשריבן דעם פארגאנגענעם ערב שבת ווייל עס איז נוגע דירעקט לענינינו.

חזק ואמץ כי אתה תנחיל אותם!

ויקרא דרשה.jpg


@קטלא קניא א קליינע פראגע וויל איך ווענדן צו אייך, איך האב אדורכגעליינט אייער קונטרס ותינוק ללמדו ספר, א הערליכע ארבעט, איז צו וואס שעמט איר זיך מיט אייער נאמען, אדרבא קומט ארויס בפומבי, און מיט א התגלות, און ברענגט די גאולה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זעקעל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מיר הייבן אן טוהן למעשה
viewtopic.php?f=4&t=13683
I have a dream
Martin Luther King ~
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אפילו טאמער פערעזנליך קענען זיי זיך געבן אן עצה אין א פריוואטע מקוה,



דא ליגט דער הינט באגראבן, ווען גרויסע (כלומרשטע) לייט געבן זיך אן עצה, ווילען די קליינע מענטשן נישט פילען לעפט אוט, און ווילען אויך גיין אין מקוה, און זיי געבן זיך אן עצה. איינער ווייסט למשל צו די רעביס ר' אהרן רז"ל דאווענען טאקע נישט מיט מנין?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vHi-sf1LE0Q[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ונבנתה העיר האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vHi-sf1LE0Q[/youtube]


שרעקליך!!!

דאס האט געהאט אסאך צוטוהן מיט די נייע מענטאלעטי פון די חסידים וואס זענען אינספרירט געווארן דרוך דעם ירום הודו אז אלעס וואס אונז האבן נישט ליב איז פשוטע ״פעיק נוס״... יא יא! גאט האט אונז געוויזן פונקטליך ווער ס׳פארשפרייט פעיק נוס...

מ׳דארף אייביג אויסהערן די עקספערטן אין יענע פיעלד. יעדער וואלט געוואלט אז ער מיט זיין פאמילע זאל גיין צום ״בעסטן דאקטער״...

וואס ווייסט ר׳ חיים קאניעווסקי??? יא, ער האט ׳געדאווענט גמרא׳ זיין גאנץ לעבן... ער גייט גראד אין גן עדן אבער ער ווייסט נישט בחייכון וואס טוט זיך אויף דער וועלט, און א גרויסע בראך פאר די יהדות החרדית איז ער איז די ווארטזאגער...

ווער רעדט נאך פון דער מונקאטשער...

ווער איז אייזענבערגער???

הערטס נאר וואס די עקספערטן זאגן ווען ס׳קומט צו מעדעצין. און ווען איר ווילט הערן ״דברי תורה״ גייטס טאקע צו ר׳ חיים קאניעווסקי. און אז איר דארפט א לויער גייטס טאקע צום מונקאטשער ער איז גרויסע קרימינאל וואס קען זיך זייער גוט אויס אין די פיעלד און הלכה ביודע אז איין קרימינאל העלפט אייביג דעם צווייטען... (חוץ דעם מאכט נאך אביסל געלט אין טאש פונדעם אויך- שטייצעך...)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ייש"כ פאר'ן צוברענגען. דאס איז אבער קאונטערפראדאקטיוו דא. מיר וועלן נישט ראטעווען מענטשען דורך מאכן א מלחמה מיט די רבנים. מען דארף זיי מסביר זיין די מציאות און הלכה וואס זיי כאפן נישט און קיינער איז זיי נישט מסביר. אונזערע טענות אויף רבנים וועט מען אויסשמועסען און א יאר ארום. יעצט איז נישט דא קיין צייט פאר דעם מען דארף ראטעווען לעבנס פון אידן!
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט