חוקר ודורש האט געשריבן:א גוטן רבי בערל בעל עגלה, צו זאגען אז איר זענט די מערסטע איגנארירטע ניק איז ווייט פון אמת, געב נאר א קוק ווי סאך תגובות (אפי׳ גוטע) האבען נישט קיין שום לייקס אדער תגובות, און אין ראנג פון לייקס שטייסטו פון די העכסטע פון אלע ניקס, גראדע האב איך געקוקט וואס די האסט געשריבען נעכטען נאכט, איין תגובה באשטייט פון צוויי שורות, אין די צווייטע שרייבסטו אז אין רוסלאנד הערט מען נישט פון קיין טויטע ציליב די ווייריס אקעי פיין, דערנאך שרייבסטו א קאנספיראסי לגבי צפון קארעא וואס איז זיכער נישט אמת. אבער על פי רוב זענען דיינע תגובות זייער באטעמט און זאפטיג און איך מיין אז די באקומסט יא לייקס און די עולם האט הנאה געב נאר א קוק וואס איינער האט געשריבען אויף אייך פאריגע מוצ״ש.
און פאר דיר @דולה ומשקה זאג איך אז די האסט עפעס גוט צו זאגען, זאג! און די עולם האט הנאה.
יא. ר' חוקר ודורש: קודם א יישר כח פאר זיך יעצט אנרופן. אויסער דעם ליגט מיר אין קאפ עטליכע יישר כח'ס וואס דו האסט מייר געגעבן אויף תגובות...!
דיין ניק האט זייער א שיינעם הדרת פנים. די שיינע לעכטיגע צורה רופט ארויס גרויס רעספעקט. וואס דו זאגסט איז שוין נישט אזוי אינטרעסאנט...לאל...!אבער ס'קען זיין אז דא ליגט דער הונט באגראבן. ווי מיין רבי אין חדר פלעגט צו זאגן...! פאר א פערד און וואגן און זיין טרייבער האט קיינער נישט קיין גרויס דרך ארץ...לאל...!