א שיעור און מקורות קלאר מאכן מציאות און הלכה - קורונה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

א שיעור און מקורות קלאר מאכן מציאות און הלכה - קורונה

שליחה דורך לעיקוואד »

איינער פון די פראבלעמען וואס מיר שטויסען זיך אן כסדר דא בבית רבינו אין די וועד להצלת כלל ישראל, איז אז מענטשען זענען נישט קלאר נישט אין די מציאות און נישט וויאזוי די קלארע הלכה זאגט אז מען דארף זיך מתייחס זיין צו דער מציאות.

דאס מיין איך:
* סיי אזעלכע מענטשען וואס לעבן מצומצם און זענען נישט באקאנט ממש אין די מציאות ווייסען נאר וואס מען שמועס אין בית מדרש ביי זיי.
* סיי מענטשען וואס האלטן זיך אפען, אבער ליינען נאר געוויסע צייטונגען אדער ראדיא. און די צייטונגען מאכן נישט קיין גוטע דז'אב קלאר צו מאכן די פשוטע פאקטן און עיקר הדרכה, זייענדיג פארנומען זיכען 'סטאריס' און פאליטיק.
* סיי מענטשען כליבי ודעתי וואס פארשטיין און זענען מסכים, אבער טרעפן נישט די ווערטער מסכם צו זיין די עיקר נקודה, צו ווייל עס איז נישט קלאר ביי זיי אדער ווייל עס איז שווער מסביר זיין און כאפן וואס יענער פארשטייט נישט.

גלייבענדיג אז קלאר מסביר זיין און פארענטפערן יענער'ס קשיות איז אלעמאל בעסער ווי שרייען און שעלטען, האב איך זיך גענומען די צייט מסדר זיין א שיעור וואס זאל קלאר מאכן די עיקר זאכן וואס מען דארף וויסען במציאות ובהלכה, און ספעציעל אנרירען די שאלות וואס איך זעה אז מענטשען האבען.

איך האב אויך צאמגעלייגט א רייע מקורות פון פוסקים ראשונים ואחרונים וואס רעדן קלאר וואס די הלכה איז אין אזא פאל.

עס איז כדאי מדגיש זיין אז יעדער ווארט וואס איך זאג דא איז וואס איז מוסכם לכולי עלמא למעלה מכל ספק, הן בחלק המציאות והן בחלק ההלכה.

ביטע נעמט די צייט דאס אויסצוהערן און פארשפרייטן.

אודיו

https://drive.google.com/file/d/1sMd84J ... GHtYk/view

ווידאו

https://youtu.be/fcdIqDa2Xk0

ווידאו - נישט יוטוב

https://photos.app.goo.gl/kmHXouodNUy88ErK6

מקורות ומראי מקומות

https://yitzchoklowy.com/beis-medrash-i ... s-halacha/
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

.
I have a dream
Martin Luther King ~
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך תחכמוני »

זייער שיין ארויסגעברענגט.

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אפילו אויב מיר האלטן זיך אלע צו די רעגולאציעס פון יעצט און ווייטער, זענען שוין ליידער דא הונדערטער מענטשן וואס זענען שוין אנגעשטעקט געווארן מיט דער ביטערער מחלה און ליגן אין ICU. אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערעם אשכול, ווייזט דער מציאות אז 50% פון די קריטיש קראנקע שטארבן ליידער צום סוף. דאס מיינט אז אין די קומענדיגע וואכן גייען ליידער שטארבן נאך אסאך אידן.

רבותי נעמט דאס נישט לייכט! ווארט נישט ביז איר זעהט הויפענעס פון מתים אינדרויסן אייער טיר. קוקט זיך אים אין ICU. אייערע מתים פון קומענדיגע וואך ליגן יעצט דארט.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך הער וואס איר זאגט, אבער וואס ווילט איר איינער זאל טוהן וועגן די וואס גייען שטארבן? קויפען א לייף פאליסי איז שוין אויך צו שפעט.

איך כשלעצמי האט מער מורא פין וואס וועט קומען נאך קאראנא ווי יעצט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך תחכמוני »

אישתישבי האט געשריבן:איך הער וואס איר זאגט, אבער וואס ווילט איר איינער זאל טוהן וועגן די וואס גייען שטארבן? קויפען א לייף פאליסי איז שוין אויך צו שפעט.

איך כשלעצמי האט מער מורא פין וואס וועט קומען נאך קאראנא ווי יעצט.


איך בין נאר מעורר אז עס זענען דא מענטשן וואס זענען נאך אלס נישט גענוג איבערצייגט אין דער סכנה פונעם ווירוס. זיי ווארטן צו זעהן נאך טויטע. צו זיי זאג איך, די טויטע זענען שוין אויפן וועג. ווארט נישט ביז זיי קומען אן.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך תחכמוני »

אזוי ווי לעיקוואד רעדט ארום אביסל צו מען מעג ארויסגיין אין גראסערי אין די צייטן, וויל איך דא מודיע זיין אז עס זענען דא עטליכע גראסעריס ווי מען קען באשטעלן (אויפן טעלעפאן, אויף אימעיל אדער אויפן געוועב) און זיי דעליווערן. איך ווייס נישט דעם מצב אין יעדן שטאט, אבער מען זאל זיך נאכפרעגן ביי די גראסעריס צו זעהן אויב איינער פון זיי דעליווערט. אני כשלעצמי בין שוין כלוא בבית זייט פורים און אלע מיינע גראסעריס ווערן דעליווערט. די מענטשן וואס האבן סימפטאמען פונעם ווירוס דארפן ספעציעל זיין נזהר אין דעם און זאלן פרובירן צו באשטעלן זייערע גראסעריס אדער כאטש בעטן א צווייטן דאס אפצונעמען.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
פארשפארט