וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איך קען דאס נישט פארשטיין אין דער צייט וואס מען זעהט קלאר אז טראמפ איז א אומקאמפעטענט פירער א בעיבי און א לאזער און דער צייט וואס די וועלט האט געפלאקערט טשיינע איראן איטאליע זענען מאסן געשטארבן איז די פרעזידענט געווען פארנימען אפצולאכן פונעם וויירוס און עס באצייכענט פאר א מידיע האקס און גארנישט געטון ספעיציעל צו פארמיידן אז די וויירוס זאל אנקימען ביי עים אין לאנד נאר געווען ביזי קאלט מאכן די געפאר ביים המון עם.

וואלט איך פארשטאנען אז די היימישע חסידים דעי וואס דינען די עבודה זרה וואס הייסט טראמפ זאלן אביסל נאכלאזן זייער מיינוגענן און איינזעהן אז דער מענטש באלאנגט נישט אין ווייסן הויז און גארנישט מפטירין כדאתמול זיי ווערן נאך מער פארברענט און פארענטפערן עים

איינער פארשטייט?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר יָצַר אֶת הָאָדָם בְּחָכְמָה וּבָרָא בוֹ נְקָבִים נְקָבִים חֲלוּלִים חֲלוּלִים. גָּלוּי וְיָדוּעַ לִפְנֵי כִסֵּא כְבוֹדֶךָ, שֶׁאִם יִפָּתֵחַ אֶחָד מֵהֶם אוֹ יִסָּתֵם אֶחָד מֵהֶם, אִי אֶפְשַׁר לְהִתְקַיֵּם וְלַעֲמוֹד לְפָנֶיךָ אֲפִילוּ שָׁעָה אֶחָת. בָּרוּךְ אַתָּה ה' רוֹפֵא כָל בָּשָׂר וּמַפְלִיא לַעֲשׁוֹת.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יא יא, ווען מען האט צ**ה ביי זיך קומט אסאך אשר יצר'ס...

טראגטס ווייטער באמפער סטיקערס, פאוסט ווייטער סטעטוס פון דער אימווערדיגע בריאה, דער ביליגסטע פרעזידענט מאז היתה אמעריקע לגוי
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

שליחה דורך מי אני »

דער ט״ז אין יו״ד סימן מג (ס״ק ב) בנוגע טריפות בהטחול זאגט אז עפעס קען נישט גערופן ווערן א ״נקב״ טאמער מ׳איז באשאפן געווארן דערמיט ע״ש. דער דגול מרבבה דארט פרעגט דערויף פונ׳ם ברכת אשר יצר וואו מ׳זאגט ״וברא בו נקבים נקבים״ ע״ש.

און ווי באקאנט (ברכות סא:) אז די טחול איז שוחק... איין גרויסע דזשויק...
יענץ געלעכטער :(

(ווי אויך טרעפן מיר ביי די ברכה (לעיל ס:) אז מ׳דארף זיך רעכענען מיט א צווייטן׳ס דעה און עס נישט אוועקמאכן, מיט דעם אז רב פפא האט געמאכט א השוואה און כולל געווען ביידע דעות אין די ברכה ע״ש. דאס איז עפעס וואס מ׳קען טענה׳ן פעהלט ביי טראמפ.

ועיין בבני יששכר (מאמרי חודש ניסן מאמר א אות ה) עפ״י ספר יצירה אז חודש אדר איז כנגד הטחול וויבאלד עס איז כנגד השחוק ע״ש. און דאס האט זיך אנגעפאנגען דא אין חודש אדר.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איך האב נישט קיין כח, געדולד און צייט אריינצוגיין אין אלע פרטים. אה''נ אז טראמפ האט פארזען געוויסע גאר וויכטיגע זאכן וואס האט גורם געווען צום חורבן. אבער פונקט אזוי האבן אלע זיינע קעגנער אויך פארזעהן דאס זעלבע.

אין בנוגע די עקסטערע חורבן דא לאקאל אין ניו יארק, איז עס פיל מער צו פארדאנקען קאומאו ווי טראמפ. ועוד חזון למועד ווען מער און מער אינפֿאָרמאַציע וועט אנהייבן ארויסקומען.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

קאצקע ציקער האט געשריבן: איז די פרעזידענט געווען פארנימען אפצולאכן פונעם וויירוס און עס באצייכענט פאר א מידיע האקס

וואס הייסט? דער פרעזידענט האט געזאגט פונקט וואס ער האט געליינט אין די מידיע...
Screenshot_20200403-121850_WhatsApp.jpg
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קאצקע ציקער האט געשריבן:איך קען דאס נישט פארשטיין אין דער צייט וואס מען זעהט קלאר אז טראמפ איז א אומקאמפעטענט פירער א בעיבי און א לאזער און דער צייט וואס די וועלט האט געפלאקערט טשיינע איראן איטאליע זענען מאסן געשטארבן איז די פרעזידענט געווען פארנימען אפצולאכן פונעם וויירוס און עס באצייכענט פאר א מידיע האקס און גארנישט געטון ספעיציעל צו פארמיידן אז די וויירוס זאל אנקימען ביי עים אין לאנד נאר געווען ביזי קאלט מאכן די געפאר ביים המון עם.

וואלט איך פארשטאנען אז די היימישע חסידים דעי וואס דינען די עבודה זרה וואס הייסט טראמפ זאלן אביסל נאכלאזן זייער מיינוגענן און איינזעהן אז דער מענטש באלאנגט נישט אין ווייסן הויז און גארנישט מפטירין כדאתמול זיי ווערן נאך מער פארברענט און פארענטפערן עים

איינער פארשטייט?

עס איז לייכטער אפצונארן א מענטש ווי אים איבערצייגן אז ער איז געווארען אפגענארט.

איך נישטער ארום אביסל אויף די אינטערנט, און די תשובה וואס רוב טראמפ שטיצערס האבען איז "זעסט דאך, ער האט פון אנהייב פארמאכט פאר כינעזער בירגער, און מ'האט אים גאר אנגערופן א ראסיסט דערפאר!"

די טענה איז דאך נישט ווערד קיין תשובה, עס באהאנדעלט בכלל נישט די טענה. אבער וויבאלד זיי קענען זיך בארעכטיגן מיט דעם אז מ'האט אים אנגערופן א ראסיסט, ווערן אלע טענות בטל כעפרא דארעא. עס איז א גרויסע ווייטאג ווי דער עם חכם ונבון פאלגט אריין אין אזא גרוב, אבער פארפאלן.

פון אנהייב האבען מיר געשריגען אז אזא איינער קען נישט זיצען אין אזא אמט, ווייל אזא וויכטיגע פאסטן מוז האבען אן ערנסטע מענטש, א דענקער וואס קען אריין נעמען אינפארמאציע און ארבעטן דערמיט, נישט קיין פלעינע האקער אין מקוה. קוק אין פה-סח פון תשע"ו ווי איך האב גענוי דאס געשריבן. א גאנצע צייט האט ער זיך פארנומען מיט זאכען וואס מ'זעט נישט די תוצאות דערפון גלייך, ממילא איז עס נישט איבערגעצייגט געווארען גלייך. יעצט זעט מען פארוואס די טענה איז אזוי ריכטיג. שטעל זיך פאר מ'וואלט איינגעזען די נויט פאר ווענטילעיטארס שוין אין יאנואר, עס וואלט געווען גענוג אז מ'דארף נישט ארויסווארפן מענטשן פון שפיטאל צו שטארבן, ווי מ'טוט היינט. שטעל זיך פאר מ'וואלט געבעטן פון דער WHO די אלע טעסטס אין אנהייב, אדער וואלט מען גלייך פאבריצירט אייגענע, מ'וואלט געקענט האלטן אן אויג אויף ווער איז אנגעשטעקט, און געקענט היטן דער באפעלקערונג. מ'וואלט נישט געפאטשקעט צייט אויף די שטות וואקסינס, מענטשן וואלטן עס גענומען ערנסט וואכען פריער, און עלטערע מענטשן וואלטן נישט געווארן אנגעשטעקט דורך נאכלעסיגקייט. און דעמאלס וואלטן מיר געוואוסט ווער איז שוין אנגעשטעקט געווארען, און אזוי וואלטן יענע חברה געקענט גיין ארבעטן וכו' און די עקאנאמישע צושטאנד וואלט נישט געווען אזוי הארב.

דעו כי בנפשינו הוא, לאז נישט לאזונגען פון drain their swamp פארפירן.

צוויי שטיצערס האקן, און מ'זעט שוין די זינלאזע תירוצים פון די בלינדע שטיצערס. ער קען באשולדיגן קאומו, ממילא וואס? זאל טראמפ בלייבן פרעזידענט? וואספארא שכל איז דאס? פארוואס פטר'ט דאס טראמפ פון זיין מסוכנ'דיגע פלוידעריי?

און ווען מענטשן רעדן אזעלכע זינלאזע רייד, אזוי ווי "די מידיא האט אויך אזוי געזאגט", זעט מען ווי ווייט זייער שכל גייט. ובפרט אז מ'קוקט אביסל ווער איז 'די מידיא' זעט מען די דאטום פון זייער רייד און וואס פארא צייטונגען זיי זענען (כמעט אלע נישטיגע קליין שטעטליגע, מיט א ליינערשאפט ווי דער דבר יום ביומו), זעט מען די טפשות בתוך הטפשות פון דער גלויבונג.

וע"ז אמר החכם, אז מ'קען נישט נוצן שכל צו טוישן א מיינונג וואס איז קיינמאל נישט געווען געבויט אויף שכל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

וואלווי האט געשריבן:יא יא, ווען מען האט צ**ה ביי זיך קומט אסאך אשר יצר'ס...

טראגטס ווייטער באמפער סטיקערס, פאוסט ווייטער סטעטוס פון דער אימווערדיגע בריאה, דער ביליגסטע פרעזידענט מאז היתה אמעריקע לגוי
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר יָצַר אֶת הָאָדָם בְּחָכְמָה וּבָרָא בוֹ נְקָבִים נְקָבִים חֲלוּלִים חֲלוּלִים. גָּלוּי וְיָדוּעַ לִפְנֵי כִסֵּא כְבוֹדֶךָ, שֶׁאִם יִפָּתֵחַ אֶחָד מֵהֶם אוֹ יִסָּתֵם אֶחָד מֵהֶם, אִי אֶפְשַׁר לְהִתְקַיֵּם וְלַעֲמוֹד לְפָנֶיךָ אֲפִילוּ שָׁעָה אֶחָת. בָּרוּךְ אַתָּה ה' רוֹפֵא כָל בָּשָׂר וּמַפְלִיא לַעֲשׁוֹת.


דאס זאג איך ווען איך לייען נאר איין שורה פון דיין שטירען אפפאל געמויזאכץ...

ר' אהרן מיט טראמפ- צוויי שלעכטע עקעלדיגע מענטשען. צוויי מענטשן וואס פארשטיין נאר זיך און נישט יענעם.
צוויי מענטשען וואס מיינען נאר זיך - זייער כבוד, געלט און רייכטום, זיי זענען נישט קיין פירער, זיי האבן נישט קיין שום קוואלעטיס פון קיין פירער. צוקריגן זיך מיט יעדעם איינעם וועגן זייער כבוד...

גרויליג!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

פארוואס ענטפערסטו אים בכלל? ער איז נישט ווערד מען זאל אים ענטפערן... אזא גרויליגע תגובה, נאכדעם וואס איך לייג פאר מיין צד אזוי קריסטל קלאר!

יא איך ווייס, די טראמפיסטען האבן נישט וואס צו ענטפערן חוץ פון אזוי גרויליג צו ענטפערן אדער זאגן "דו ביסט אנגעפיקוועט פון די מידיע".
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די אלע קריטיקירער ווייסן אצינד וואס ער וואלט געדארפט וויסן דעמאלט.. וואו זענען זיי געווען דעמאלסט?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

קורקלענד האט געשריבן:די אלע קריטיקירער ווייסן אצינד וואס ער וואלט געדארפט וויסן דעמאלט.. וואו זענען זיי געווען דעמאלסט?

איך האב מיך טאקע געווינדערט דעמאלטס בעליוו מי
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער דזשאב פון פרעזידענט איז צו וויסען פאראויס. אויף נישט צו וויסען קען ער בלייבן א פעילד ריעל עסטעיט דעוועלאפער. די עקספערטן רעדן דאך מיט אים, טאמער ער הערט זיי אויס. און עקספערטן האבען אים געווארענט, נאר ער האט נישט געוואלט גלויבן. דעריבער האבען סתם מענטשן אויך נישט געגלויבט. עס מאכט נישט קיין שום סענס צו פאדערן אז די באפעלקערונג זאלען פירען, און די פירער זאלען זיך פארלאזען אויף זיי. עס דארף זיין פארקערט, און דאס איז אזוי פשוט אז עס איז שווער צו פארשטיין פארוואס מ׳דארף עס אויסרעדן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער ערשטער אשכול וואס בארואיגט מיר.

כ'זוך שוין לאנג וואו כ'זאל קענען אויסגעבן מיין כעס און ווייטאג אויף דעם וואנזיניגן פרעזידענט וואס עקלט דאס מענטשהייט און פארשעמט דעם נאמען פון די וואוילטעטיגע אמעריקע און פרובירט איר צו מאכן אויסזען ווי א פארצייטישער שבט.

קוקט ווי ער ענטפערט אפ יעדעס מאל ווען די מידיא פרעגט אים א לייטישע פראגע, ער פארקנייטשט זיך דאס געזיכט, פארצט ארויס א פליק אדער א שטאך, צומאל קען עס זיין געוואנדן צו יענעם דירעקט (אויף זיין/איר קליידונג אדער זיין/איר נאז) און... פטור! ער האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן!

איינע פון די סימנים אויף א גולם איז דער וואס האקט איבער שמועסן, טראמפ איז דער גולם גולמי הגולמים וואס פון ווען עס גולמ'ט זיך האט זיך נאכנישט גע'גולמ'ט אזא גולם, א נאאיווער מענטש פונקט ווי דער 'בראוקער פון וויליאמסבורג וואס טוט עמעזאן און ריעל עסטעיט' איז זיכער אז ער קען פירן א לאנד, אזוי איז דער פאררוקטער טראמפ זיכער אז ער קען.

א בושה פאר אמעריקע אז אזא נידריגע מענטש שטייט אין איר פירערשאפט און מיר אלע ווארטן אויף נאוועמבער זיך נישט צו ווידערזען...
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

קאצקע ציקער האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:די אלע קריטיקירער ווייסן אצינד וואס ער וואלט געדארפט וויסן דעמאלט.. וואו זענען זיי געווען דעמאלסט?

איך האב מיך טאקע געווינדערט דעמאלטס בעליוו מי

ס'גייט מיר נישט אן וואס איר האט זיך געוואונדערט. ס'לויפן אדער בעסער געזאגט ס'זענען געלאפן קעגען א גאנצע ברייטע סטאדע, און קיינער האט נישט געווארענט דעראויף. אזוי אויך נישט די פירער פון קאנגרעס, סענאט, און אלע אנדערע פון די פרעזידענט'ס גוטע פריינט

נאכדעם צו קומען און וויסן וואס מ'האט פארדעם געקענט טוהן איז נישט קיין קונץ.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. די פרעזידענט failed
Next
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

שליחה דורך חתן בחור »

איך קען ענק זאגן נאר איין זאך. נאך א מזל ביידען איז נישט פרעזידענט יעצט.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

קאצקע ציקער האט געשריבן:איך קען דאס נישט פארשטיין אין דער צייט וואס מען זעהט קלאר אז טראמפ איז א אומקאמפעטענט פירער א בעיבי און א לאזער און דער צייט וואס די וועלט האט געפלאקערט טשיינע איראן איטאליע זענען מאסן געשטארבן איז די פרעזידענט געווען פארנימען אפצולאכן פונעם וויירוס און עס באצייכענט פאר א מידיע האקס און גארנישט געטון ספעיציעל צו פארמיידן אז די וויירוס זאל אנקימען ביי עים אין לאנד נאר געווען ביזי קאלט מאכן די געפאר ביים המון עם.

וואלט איך פארשטאנען אז די היימישע חסידים דעי וואס דינען די עבודה זרה וואס הייסט טראמפ זאלן אביסל נאכלאזן זייער מיינוגענן און איינזעהן אז דער מענטש באלאנגט נישט אין ווייסן הויז און גארנישט מפטירין כדאתמול זיי ווערן נאך מער פארברענט און פארענטפערן עים

איינער פארשטייט?


אפשר ביזטו מיר מסביר וואס פונקטליך דער האט געקענט טוהן?
פון די ערשטע מינוט -נאך ווען ער האט גערעדט לייכטזיניג כמנהגו- איז ער געווען פארנומען שאפן נאך טעסט קיטס, שיקן געלט פארן עולם אז מען זאל קענען בלייבן אינדערהיים ועוד, די אלע וואס רעדן זיך אפ אויף אים קוקן נאר אויף זיין רעדן און נישט אויף זיין טוהן... בעיסיקלי ווי אלע טענות אויף אים די לעצטע דריי יאר.

BTW לאמיר זעהן וואס די דעמאקראטישע גאווערנארס פון ניו יארק, וואשינגטאן, און קאליפארניע האבן געטוהן יענע צייט, און א גאווערנאר האט פיל מער אחריות אויף דאמעסטיק אישוס
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

חתן בחור האט געשריבן:איך קען ענק זאגן נאר איין זאך. נאך א מזל ביידען איז נישט פרעזידענט יעצט.

ביידען וואלט געראקט ער וואלט געמאכט זיכער אז ס'קימט נישט אן אהער!!!
עקטשעלי נישט דוקא ביידען נאר עני נארמאלע עדאלט וואלט געמאכט זיכער אז ס'קימט נישט אן אהער און נישט געווען ביזי מאכן ליצינות דערפון
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איסר האטלקי האט געשריבן:איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?

עגעין האבן די איבעריגע פרעזידענטען אוועקגעמאכט די געפאר ?
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

שליחה דורך חתן בחור »

די "נעווער טראמפערס" הייבן נישט אן צו פארשטיין וויאזוי א גאווערמענט ארבעט. זיי שפרינגן ארויף אויף יעדע קלייניקייט וואס טראמפ האט חוטא געווען, כאילו דאס מאל האט מען אים געכאפט! יעצט וועט יעדער מוזן מודה זיין וואספארא שוטה ער איז!

די גאווערמענט איז קיינמאל נישט אינטערעסירט אונעם יחיד! אלע החלטות ווערן געמאכט לויט וואס איז בעסער פארן רבים. ווען סיי וואספארא איבערקערעניש קומט, זאל זיין א מלחמה אדער נאטורליכע קאטאסטראפעס, מגיפה'ס א.ד.ג. ווייסן אלע באאמטע פונעם שטאט צו בארואיגן די איינוואוינער און האלטן ארדענונג אין שטאט. דאס ערגסטע איז ווען א קאטאסטראפע ברעכט אויס און די מענטשן ווערן ציווילדעוועט, און ס'ברענגט צו געוואלדטאטן גניבות, און רציחות און ס'הערשט אן איבערקערעניש. די פאליציי קען זיך ניטאמאל קיין עצה געבן ווען אלע מענטשן זענען אויפגערעגט און ציווילדעוועט, מ'וועט דארפן אריינרופן די ארמיי. וועגן דעם איז אייביג שגור בפיו פון די רעגירונג באאמטע צו זאגן "סטעי קאאם". דאס איז זייער דשאב.

יעדע בר דעת האט פארשטאנען אז ווען טראמפ האט אוועקגעמאכט די וויירוס, איז עס געוועהן צו בארואיגן די מאסן. אפילו ס'קען צוברענגן אז אפאר הונדערט מענטשן גייען שטארבן, איז עס אייביג בעסער ווי די לאנד זאל אויסברעכן כאאס ווי מיליאנען קענען שטארבן. די מידיע האט געהאלטן אין איין אויפקומען מיט סענזאציאנעלע העדליינס ווי מענטשן שטארבן ווי פליגען מיט כל מיני עקספערטן וואס זאגן אז די וועלט גייט אונטערגיין. טראמפ האט זייער ריכטיג געטון מיטן אראפשפילן דעם מצב. די איינציגסטע סיבה פארוואס מענטשן האלטן פארקערט איז וועגן ער איז א ריפאבליקען און די מידיע קומט אויף יעדן טאג מיט פרישע קלאגעס קעגן אים. ווען ער וואלט געוועהן א דעמאקראט וואלט די מידיע אים אויסגעלויבט יעדן טאג פארן אראפשפילן דעם מצב, און וויפיל לעבנס ער האט געשפארט דורך דעם.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דו ווייסט פון וועם דו דערמאנסט מיר [tag]חתן בחור[/tag]? ווען מיין רבי אין חדר האט מיר געפרעגט פארוואס איך האב נישט געטייטלט און איך שוטה האב נאך צוריקגעענטפערט, פאר'ן נישט טייטלען אליינס וואלט איך נאך אפשר נישט באקומען אזעלכע קלינגעדיגע פעטש ווי פאר'ן ענטפערן. "און ער ענטפערט נאך!" פראסק "דו מיינסט איך דארף דיין ענטפער?!" פראסק. שוין עמער גיין כאפן א טבילה פאר ס'ווערט צו שפעט, גוט שבת.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט