די הייליגע טעג - א פרעשור?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
רבותי ס׳שטייט ועניתם את נפשותיכם..
טאקע נישט א גאנצע חודש, אבער יום כיפור יא.
מיין חבר האט זיך מיר אויסגערעדט אז ער פארנעמט נישט די פרעשער פין די הייליגע טעג.
כ׳האב עם געזאגט טריי אויס איין יאר נעם עס איזי, מאך נישט קיין מצב.
אויב וועסטו זען דיין יאר גייט אריבער אזוי ווי אלע יארן וואס דו האסט יא געמאכט פרעשער וועסטו וויסן פאר אייביג.
למעשה איז שוין צוויי יאר וואס ער איז רילעקסד ימים נוראים, און ביז דערווייל איז גארנישט ערגער ווי די יארן וואס ער האט יא געשריגן ביי נתנה תוקף.

- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:איך רעד פון די טעראר וואס אינז זענען אויפגעוואקסען מיט
אין גראדע מיין ווייב שמעקט אויך נישט ווען איך גיי שלאפען. אבער איך גיי....
זאג איר זי זאל נישט גיין אין ביה"כ אין ראש השנה, דאס קען גורם זיין מ'זאל האבן א פארקא*קטע מזל.
אשפגתנו
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
פארוואס פיל איך נישט אזוי?
פון אלס קינד, פלעג איך אזוי ליב האבן די ראש השנה און יו"כ, אונז זעמיר אויפגעצויגן מיט אן אטמאספער, ווי געשמאק אידישקייט איז, איך פלעג זיך בעטן ביי מיין טאטן, ער זאל מיר לאזן קומען אין ביהמ"ד צו סליחות, אדער ער זאל מיר אויך אויפוועקן ביים עלות, ווי אויך ביז מיין בר מצוה האט מיר מיין טאטע נישט געלאזט, זאגן תיקוני זוהר פון ר"ח אלול, הערשט נאך מיין בר מצוה האט ער מיר אנגעהויבן לאזן.
[לעצטענס האט ער מיר מסביר געוען, אז ער לאזט נישט זיינע קינדער נאכטוהן זיינע חומרות און זאכן, אויב דו ווילסט עס באמת טוהן, איז נאר נאך די חתונה, אדער נאך די בר מצוה, יעדע זאך ווי אזוי עס קומט.]
די הייליגע טעג, דאווען איך אין א ביהמ"ד, וואס דאס ווארעמקייט צו אידישקייט איז דארט א גאנץ יאר אויף גאר א שטארקען פארנעם, דאס זיסקייט, וואס דער עולם דארט האט, איז גאר געשמאק.
א גאנץ יאר בענקט מיר צו די תפילות, צום אוחילה לקל אחלה פניו, אשאלה ממנו מענה לשון, ווי אזוי דער בעל תפילה בעט פונעם באשעפער מענה לשון, פילט זיך עס ממש כבן המתחטא לפני האב.
אדער די קדוש אתה ונורא שמך, פילט זיך די יראת התרוממות מורא'דיג.
די על חטא'ס יו"כ מיט אזא ווארימע ניגון, האט מיר איינער געזאגט דארט, עס לוינט זיך צו זינדיגן פאר אזא על חטא.
די אבינו מלכנו'ס, די נוסח ווי אזוי מען זאגט דאס ביי אונז און ביהמ"ד, איז נישט אזוי ווי די וועלטס נוסח, וואס ציהט און טרעט מיט שוך וואס האט נעגל פון אונטן, אבי-י- ינו מא-א-א-אלכנו וכו', נאר מיט א געשמאקע נוסח, וואס מען קען באשטיין צו בלייבן דאווענען א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט.
שוין צופיל זיך צולאזט, אבער מיינע געפילן האבן זיך ארויסגעלאזט.

מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:דער אתרוג איינקויפן איז מיר אן אפקומענישט.
און וואס מיינט פארשטייסט דיך מיט'ן אייבירשטן אויפ'ן ווינק...? עלעבארעט אביסעלע ביטע
איך גלייב נישט אז ער דארף מיין פארקוועטשטקייט אדער אנגעצויגענקייט, איך בעט עם שיינערהייט פאר א גוט יאר, מ'דארף נישט שרייען ער זאל הערען.
מען דערציילט אז דער בית ישראל פון גור איז אמאל אריבערגעגאנגען דעם קארלינער בית המדרש (וואו מען שרייט ביים דאווענען), האט ער זיך אנגערופן "מען האט שוין פראבירט מיט גיטנס?"
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:איך רעד פון די טעראר וואס אינז זענען אויפגעוואקסען מיט
אין גראדע מיין ווייב שמעקט אויך נישט ווען איך גיי שלאפען. אבער איך גיי....
מען דערציילט אויף א גרויסע רבי, וואס האט געהאט א רביצין מיט אויעררינגלעך, וואס האט זיך אראפגעלייגט ראש השנה נאכמיטאג. ווען זי איז געקומען שרייען געוואלד, מען טאר נישט שלאפן, האט איר דער רבי געזאגט, אז א טאטע וואס קומט אהיים און ברענגט מתנות, און איין קינד שלאפט, לייגט ער אוועק פאר יענעם קינד דאס בעסטע מתנה.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
לגופו של ענין:
מען קען קיינמאל נישט מוצא זיין די גאנצע וועלט. פאראן מענטשן וואס ווילן דוקא ווארעמקייט און "א מצב" פון זיין אויף נעכט און טאנצן אין די רוחות אריין. אנדערע האבן ליב רואיגקייט און געשמאק.
דער עולם שרייט אז מען דארף טון אנדערש ווי די טאטע'ס און אזוי וועט זיין געשמאק. איר כאפט אבער נישט אז טייל קינדער וועלן וויינען "מיין טאטע איז געווען א קאלטער פערד אין די ימים נוראים", און אז אויב וויל מען אז די קומענדיגע דור זאל האבן ווארעמקייט, דארף מען נעמען די ימים נוראים מער ערנסט.
יעדע מענטש איז אנדערש און יעדער טראכט אנדערש. הערט אויף דאס אנצולייגן אויף אייערע עלטערן, און רעדט זיך נישט איין אז איר זענט קליגער.
יעדער דארף טון ווי אזוי עס איז אים געשמאק, און האפן אויף די בעסטע פאר זיינע קינדער.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:39 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
איך בין עס האט געשריבן:איך האלט מען דארף נעמען א פיינע בית המדרש. איך וואק יעדע שבת און יום טוב א האלבע שעה. איך פלעג ביז יעצט גיין אין א שול וואס איך פלעג נישט ליב האבן, אבער יעצט גיי איך אין א פיינע שול וואס איז געשמאק צו זיין א יוד.
איך פלעג ביז יעצט פיינט האבן צו דאווענען, אבער יעצט איז עס געשמאק.
שלום עליכם, דא אין קאווע שטיבל קענסטו זיכער זיך באקוועם מאכען...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
ולא אותי קראת יעקב כי בי יגעת ישראל
Torah sais do a succcah from pesoles (garbage) But you need a fancy succah and blame. Blow Once Shofar, you need no less than 100. Halacha recommends you sit in shul till midday, you stay till night and blame. כך הסביר המגיד מדובנא את פסוקנו: "ולא אותי קראת יעקב כי יגעת בי ישראל" -אם עבודת ה´ אצלך היא יגיעה עמל ועול, אין זו עבודת ה´ שלי. כי עבודת ה´ האמיתית אמורה להיות מתוך שמחה ותענוג. "ומאשר יגעת בי ישראל הוא לאות כי לא אותי קראת יעקב" .
כהרגלו, מתבל המגיד את דבריו במשל. סוחר יהלומים מגיע לעיר בערב שבת, הוא ממהר לביתו ושולח את נערו להביא את מזוודתו. הלה מגיע נושם נושף ומזיע, ומודיע שמילא את שליחותו. אוי, אומר הסוחר, אם המזוודה כל כך כבדה - אין היא שלי, שלי מלאה יהלומים והיא קלה ונעימה למשא.
"ולא אותי קראת יעקב - כי יגעת בי ישראל", כי דרכיה של תורת אמת - דרכי נועם, ופקודי ה´ ישרים משמחי לב.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
הרב diff
שרייב עס אריין אין מיין אשכול "ווי אזוי מאכט מען א זיסע אידישקייט".
viewtopic.php?p=14022#p14022
שרייב עס אריין אין מיין אשכול "ווי אזוי מאכט מען א זיסע אידישקייט".
viewtopic.php?p=14022#p14022
וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו משכיל
משכיל האט געשריבן:אן עצה צו אפקילען די פרעשער איז נעמען א מסכת למשל מסכת ביצה אין לערנען דף נאך דף ווי לאנג מען זינגט מכלכל חיים און ביי די הויכע שמונה עשרה אין ווען מען האט צייט און מען האפט אז ביז נאך די הקפות וועט מען מאכען א סיום, דאס איז די בעסטע מעדעצין, מען פילט אפילו נישט ווי די צייט גייט פארביי,י
איך האב נאך א בעסערע עצה. מען זאל נישט זאגן א יעדעס שטיקל יוצר. ביי אונז אין ביהמ"ד לאזט מען אויס זייער א סאך יוצרות. אפילו וואו ס'שטייט נישט "בקצת קהילות אין אומרים זה".
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Reply to dןff.
You are not offering the right translation to the term "Pesoles". It is not "Garbage", as you stated. Rather, it translates to "Residue". The Torah would not tell us to Put garbage on top of your Succah".
אתה לא מתרגם את המילה "פסולת" נכון. ה' לא מצוה לעם ישראל לשים זבל על הגגון של הסוכה. אני חושב ש'המילה הנכונה היא "נשר"
אתה לא מתרגם את המילה "פסולת" נכון. ה' לא מצוה לעם ישראל לשים זבל על הגגון של הסוכה. אני חושב ש'המילה הנכונה היא "נשר"
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו טעפל
טעפל האט געשריבן:איך בין עס האט געשריבן:איך האלט מען דארף נעמען א פיינע בית המדרש. איך וואק יעדע שבת און יום טוב א האלבע שעה. איך פלעג ביז יעצט גיין אין א שול וואס איך פלעג נישט ליב האבן, אבער יעצט גיי איך אין א פיינע שול וואס איז געשמאק צו זיין א יוד.
איך פלעג ביז יעצט פיינט האבן צו דאווענען, אבער יעצט איז עס געשמאק.
שלום עליכם, דא אין קאווע שטיבל קענסטו זיכער זיך באקוועם מאכען...
אבער דא אין קאווע שטיבל קענסטו נישט דאווענען. נישט ווייל ס'איז נישט דא מנין. נאר ווייל דער קאמפיוטער איז מוקצה שבת און יו"ט.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
דער רמב"ם איז טאקע מסביר די סיבה פארוואס די תורה האט געהייסן נעמען די ד' מינים און מאכן א סוכה פון פסולת גורן ויקב אלס די טעם ווייל דאס איז געווען מצוי און גרינג צו טרעפן. דאס ווייזט אז די תורה איז אריגינעל געמאכט געווארן צו זיין גרינג און געשמאק פארן מענטש. נאר מ'האט צוגעלייגט אזויפיל איבעריגע חומרות און קפידות ביז עס ווערט א פרעשור. דארף מען וויסן וואס איז א חיוב און וואס איז נאר א רעקאמאנדאציע אדער א מנהג טוב וואס איז גוט נאר טאמער ברענגט עס צו חיות, טאמער פארקערט איז מה הועילו חכמים בתקנתם ויצא שכרו בהפסדו.
למשל וועם עס איז נישט געשמאק צו דאווענען די הייליגע טעג ביז פינף אזייגער נאכמיטאג איז מחוייב ע"פ תורה צו גיין דאווענען אין א שוהל וואס מען ענדיגט צוועלף איינס אזייגער, וחי בהם ולא שימות בהם.
למשל וועם עס איז נישט געשמאק צו דאווענען די הייליגע טעג ביז פינף אזייגער נאכמיטאג איז מחוייב ע"פ תורה צו גיין דאווענען אין א שוהל וואס מען ענדיגט צוועלף איינס אזייגער, וחי בהם ולא שימות בהם.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:למשל וועם עס איז נישט געשמאק צו דאווענען די הייליגע טעג ביז פינף אזייגער נאכמיטאג איז מחוייב ע"פ תורה צו גיין דאווענען אין א שוהל וואס מען ענדיגט צוועלף איינס אזייגער
ע"פ שולחן ערוך דארף מען טאקע דאווענען נאר ביז חצות, נישט לענגער.
נאר די חסידים זענען מחמיר און דאווענען ביז שפעט.
(כ'האב אמאל געהערט אז דאס איז א תיקון אויף יעדן שבת ויו"ט צופרי ווען חסידים פארשפעטיגן דעם זמן תפלה.....)
וירח ה' את ריח הניחוח