אוהב ספרים האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:א בית מדרש וואס מאכט יא סאשעל דיסטאנסינג איז אויך א עוולה?
ניין. לאז דיך נישט פון די מתיוונים דא.
די רעגירונג פארמאכט נישט קיין בתי מדרשים וואס פאלגן די כללים. פאקט!
איך ווייס בתי מדרשים וואס האבן טעגליך באזוכען, פון די שעריף, פאליציי, FDNY, בילדונג דעפט. און מען לאזט ווייטער אפען.
די רעגירונג הייסט בפירוש פארמאכן אלע בתי מדרשים. אזוי זאגט אויך יעדער נארמאלער רב.
עס איז בלי ספק א סכנה יעדער זאך וואס איז אפען, יא אויך גראסעריס. וואס מען מוז בלית ברירה מוז מען מיט די גרעסטע זהירות אבער וואס מען מוז נישט מוז מען נישט.
עס איז נישט קיין שום ספק בהלכה ובהשקפה אז תפלה בציבור איז נישט דוחה אפילו א ספק ספיקא פון א מיעוטא דמעוטא פון פיקוח נפש.
בפועל איז נאך דא בתי מדרשים וואס זענען אפען. יא אויך אין מאנסי.
די פאליציי פארמאכט נישט בפועל אלעס גלייך פאר פארשידענע סיבות, צוביסלעך פארמאכן זיי יא. ווען עס איז מער סעיף רעלאטיוו האלטן זיי נישט ביי זיך שלאגן מיט מענטשען. אדער אנדערע פאליטישע און לעגאלע חשבונות וואז זיי האבן. דאס זאג איך בידיעה איך האב מברר געווען.
דער פאקט אז פאליציי פארמאכט נישט אמאל איז נישט קיין ראיה נישט אויף די געזעץ, נישט אויף די הוראות פון רפואה און רעגירונג, און נישט אויף די הלכה.
אדרבה עס ווייזט דאס וואס יעדער ווייסט אז די פאליציי גייט באמת נישט אן אידישע לעבנס. מאכן זיי זיערע חשבונות וואס עס לוינט זיך זיי צו טוהן.
עס איז נישטא קיין שום געזעץ אדער הוראה וויאזוי עס איז סעיף א בית מדרש זאל זיין אפען. עס איז נישט!
איך שרייב נישט צו די וואס זענען בידיים שופכי דמים נאר פאר מיינע חברים לדעה וואס ווילן וויסען די תירוץ צו די שאלה שראיתי כמה שואלים.
דער שקר מתיוונים איז סתם שטותים אדער חסרון ידיעה. איך שטיי בקשר יעדער פאר מינוט מיט חסידיש'ע היימישע רבנים און דיינים און אלעס וואס איך שרייב און טוה איז בהסכמתם און על דעתם.