בִמְקוֹם שֶׁאֵין אֲנָשִׁים, הִשְׁתַּדֵּל לִהְיוֹת אִישׁ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

בִמְקוֹם שֶׁאֵין אֲנָשִׁים, הִשְׁתַּדֵּל לִהְיוֹת אִישׁ

שליחה דורך גדליה »

הייליגע ברידער און שוועסטער, אחי ורעי, ידידים און גוטע פריינט, שלומכון יסגון.


הלוואי ווען מיר קענען דא קומען פרייליך מאכן יודן, מאכן א וויץ מיט בייסיגע היומאר און ארויפברענגען א שמייכעל אויף די לעפצען. אבער ס'שמייכעלט זיך נישט, ס'לאכט זיך נישט. יודן זענען פארציטערט און פארדאגהט. צענדליגע משפחות זענען פאר'אבל'ט, אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה, און רחמנא ליצלן די טרענד גייט דערווייל נישט אראפ. הונדרעטע משפחות גייען אפרעכטען די סדר אן די ראשי המשפחה, צי ווייל ער/זי ליגט אויף א רעספערעיטער אן קאנטשעס, צי ווייל ער/זי איז שוין אין עולם שכולו טוב און רעכט אפ א סדר מיט די צדיקים וקדושי עליון.
מ'ברויך קיינעם נישט מסביר זיין. ס'איז אין בית אשר אין שם חולה או מת. יעדע חרדישע יוד וואס איך קען פארמאגט נאנטע און באקאנטע וואס ראנגלען זיך מיט'ן מלאך המוות, ס'קומט טרערן ביים שרייבן די שורות. יא, ס'איז געווען צווישען אונז וואס האבען זיך געראכטען אויף א שווערע תקופה, אבער ווייניג האבען געוויסט וואס פארא חורבן דא קומט.
מורי ורבותי, מיר ברויכען זיך צאמנעמען און זיך שטארקן. מיר גייען האבן א לאנגע צייט פון אבילות און טרויער, אבער לעת עתה בשעת די קריזיס מיז מען זיין שטארק און פעלזען פעסט. אזוי ווי ליידער האט די שרעקליכע קריזיס באטראפן די שענסטע אין די בעסטע פון עם ישראל, די זקני הדור, די פארי העדה, די רבני העיר, די חשובסטע און טייערסטע, סיי די וואס זענען באטראפן געווארן בגוף, און סיי די וואס זענען באטראפן געווארן ביים דעת, און ס'איז נישט דא ווער ס'זאל זאגען דעם דבר ה' ברמה, וועל מיר זיך אונטערגארטלען מיט'ן כח הציבור און זאגן עטליכע חיזוק ווערטער, און לאמיר טאקע אליין נתחזק ווערן.
ברידער טייערע גלייבט מיר ס'רינט מיר טרערן ביים שרייבן די שורות, מיר האבן נישט ערווארטעט דאס. ניין און ניין. כ'מיין יא, מ'האט עס ערווארטעט, אבער נישט אויף אזוי שרעקליך. מיר האבן געהאפט ביז די לעצטע מינוט אז עפעס א נס וועט דא געשען, צי מ'וועט אויפקומען מיט א ווינדער מעדעצין, צו דר'עולם וועט זיך נעמען אין די הענט אריין, צו די וויירוס וועט פארשווינדן ווערען און פארלירען איהר כח, אבער ניין, ס'האט נישט פאסירט.
וואס קענען מיר זאגען אין אזא צייט? לאמיר געבען עטליכע הדרכות, און אויב וועט דאס העלפען אפילו איינעם והיה זה שכרי.

א. הוי דן את על האדם לכף זכות. ס'איז ליידער א מצב וואס אויזער די געפאר פון די וויירוס איז דא א געפאר פון מענטשען וואס מאכען אוועק די סכנה און פשוט לאכען זיך אויס, טייל פון זיי באקאנטע פונדיטן און אפילו אנשים באיצטלא דרבנן, רחמנא ליצלן. איך ווייס נישט פון וואס זיי לאכען, איך וויין און וויין, און אין אלגעמיינע צייטען קען איך זייער גוט לאכען און חוזק מאכן און אוועקמאכען. כ'האב נישט קיין אהנונג וואס זייער חשבון איז, כ'פארשטיי עס נישט, כ'באגרייף עס נישט.
עם כל זה פראביר איך שטארק דן צו זיין לכף זכות אזעלכע יודען. אפשר קען זיין אז צוליב די צרות זענען זיי נעבעך אראפ פון זינען ל"ע, ווי מ'האט געהערט ביי די מלחמה אזאלכע מעשיות, אפשר קען זיין אז זייער מאמע האט זיי נישט אויסגעלערענט לא תרצח, כ'ווייס נישט. אבער מ'ברויך געדענקען א וויכטיגע כלל: די קענסט נישט איבערמאכן די וועלט.
יעצט איז א צייט וואס יעדע מענטש מיז טון ככל מה שביכלתו פאר זיך אין זיינע נאנטסטע, סיי פאר די וואס זענען אין געפאר, און סיי פאר די אייגענע בני בית, צאמצוהאלטן די שטוב, זיין פרייליך פאר די פאמיליע, זיך אפגעבען מיט יעדען זייערע געברויכען, און מ'קען זיך נישט לאזען אריינפירען אין מחשבות פון כעס און שנאה. יעדער דארף טון תכלית וואס ער קען אפצוראטעווען אידן פון סכנה, און צו ראטעווען די אידען וואס זענען נישט אין סכנה פון אריינצופאלן אין מרה שחורה אדער ערגערס חלילה.
רבותי! איך בעט אייך טייערע יודן, לאזט זיך נישט איבערנעמען פון קלי דעת וריקים, מ'טאר נישט ווערען צעהיצט פון יעדע נערישע וואטסאפ מעסעזש ווייל ס'ליידער דא אסאך שרעקליכע מענטשען אויף די וועלט, מענטשען ווי איך און דו וואס טרינקען קאווע יעדע צופרי און טראגן א הוט און רעקעל, וואס שפיכות דמים איז ביי זיי נישט אזא וויכטיגע זאך אויף די אזשענדע, יא ס'דא אזעלכע מענטשען, ס'איז אלץ געווען און ס'וועט אייביג זיין. ביי די מלחמה זענען געועון יודן וואס האבן אקטיוו געהאלפן פארטיליגן זייערע ברידער, ביי די חורבן ביהמ"ק זענען געווען בריונים וואס זענען געגאנגען אויף א סואיסייד מישען און גורם געוען צו די חורבן פון כלל ישראל. די בריונים זענען דא און מ'דארף וויסען ווער זיי זענען און שטיין ווייט כמטחוי קשת. חוץ איינער וואס קען האבען א השפעה ברויך רעדען צו זיי און טון וואס מען קען, אבער מ'טאר זיך נישט לאזן ווערען איבערגענומען פון זייערע רציחה'שע מעסעזשעס און צעטלעך.

ב. די תורה איז ליידער היינטיגע צייטן כאבן שאין לו הופכים. ממש הלכות פסוקות וואס די גאנצע תורה שטייט אויף דעם זענען נעלם געווארן. לאמיר איבערגיין די פשוט'ע הלכות: וחי בהם איז א חיוב מדאורייתא, א מענטש האט נישט קיין רעכט זיך צו שטעלען אין א סכנה, אפילו אזא קליינע סכנה ווי עסן פיש און פלייש צוזאמען, אדער טרינקען וואסער וואס איז נתגלה געווארן ביינאכט, כל שכן א אמת'ע סכנה. די רמבם פסקעט אז איינער שטעלט זיך אין א סכנה איז ער חייב מכת מרדות.
לא תרצח איז א לאו מדאורייתא, פון די דריי עבירות וואס א מענטש ברויך זיך מוסר נפש זיין. דעס רעכענט אריין איינער וואס איז גורם צו רציחה, כל שכן א קרוב למזיד. מ'טאר נישט אריינשטעלען א צווייטען אין א ספק סכנה, אדער אין א מחלה. אפילו די וואס לעבען עס איבער, יעדער ווייסט שוין ליידער וואס דאס מיינט אז א משפחה האט א מיטגליד וואס איז אין שפיטאל אן קאנטשעס, ווי די הערצער זענען פארצאפעלט און מ'גייט ממש אראפ פון זין ל"ע.
פיקוח נפש שטייט אין חז"ל אז מ'גייט לויט די גרעסטע חומרא, אפילו אויף א מעגליכע ספק ספיקא צל של סכנה דארף מען עוקר זיין די תורה. אפילו ס'איז דא צוויי דאקטוירים וואס זאגען אז די מענטש איז אין א סכנה, אפילו הונדערט דאקטוירים זאגען פארקערט, אפילו די מענטש אליין זאגט פארקערט, ברויך מען מחלל זיין יום הכיפורים. ס'האט גארנישט מיט די גאווערמענט. אויב א דאקטאר זאגט אז יעדע מאל צוויי מענטשען זענען צוזאמען איז א סכנה די וויירוס זאל אריבערגיין, און אזוי זאגען כמעט אלע דאקטוירים פון די גאנצע וועלט, איז דאס א חיוב גמור על פי תורה אויסצופאלגען. No ifs and buts. נישט דא קיין מנין און נישט קיין סדר נאכט מיט די משפחה און נישט קיין גארנישט.
אבער דא איז נאך מער, ס'האנדלט זיך נישט נאר פון וחי בהם, נאר ס'האנדעלט זיך פשוט פון לא תרצח. א מענטש דארף עובר זיין יעדע איינציגע עבירה אין די תורה אבי נישט צו פארגיסען א צווייטענס בלוט. יא אפילו ער איז אלט און קראנק און שוואך. אדרבה די קראנקע און עלטערע איז דא א עקסטערע חיוב זיי צו באשיצען. כל שכן ווען די וויירוס האט שוין אפגעקאסט א גרויסע צאל געזונטע און יונגע מענטשען אחינו בני ישראל ר"ל. שפיכות דמים איז פון די דריי הארבסטע עבירות וואס קיין שום אנדערע עבירה איז נישט קיין פארגלייך צו דעם. געוואלד יודן, מאי חזית דדמא דידך סמיק מחברך??!! די פשוט'ע סברא איז שטערקער פון יעדע אנדערע מצוה אין די תורה.
ברוך ה' אז מיר לעבען אין א פארגעשריטענע וועלט און מיר ווייסען ווי אזוי א וויירוס ארבעט און ווי אזוי מען קען מקיים זיין אלע מצוות פון די תורה אן דעם וואס מ'זאל שטעלען איינעמ'ס לעבען אין א סכנה. די וויירוס גייט בעיקר אריבער פון מענטש צו מענטש,בעיקר פון מויל/נאז צו מויל/נאז, במילא אז מען שטייט ווייט פון א צווייטען מענטש, אויסער די בני בית וואס מ'וואוינט צוזאמען אין איין שטוב, און ווער ס'האט א מאסק טוט אן א מאסק יעדע מאל מ'גייט אין גאס, קען מען זיין בטוח אז מ'האט חלילה נישט געווען א מזיק און א רוצח נפש בשגגה.

ג. ס'איז פסח אויף די וועלט, וויל איך בעטן אלע וואס זענען סרים למשמעתי מ'זאל אויספאלגען אלע הלכות ביעור חמץ על פי תורה, און ישראל קדושים הם זאל מען אפילו נזהר זיין אין חומרות. מ'זאל אפווישן די ווענט, און אויסקערען די ערד פאר יום טוב, אויך זאל מען וואשען די טעפ וואס מ'נוצט פאר חמץ א גאנץ יאר. קוקטס אריין אין טוש"ע וועט איר זען אז דאס איז למהדרין מן המהדרין, לויט ווי איך פארשטיי דארף עס נישט נעמען מער ווי א האלבע טאג.
טייל רבנים פון די פרומסטע קרייזען האבען גע'פסק'עט אז מ'מעג עסען קנאבעל אן קיין התרת נדרים. וויל איך זאגען אז דאס איז א פאלטשע פסק, ווייל קנאבעל העלפט נישט פאר די וויירוס, במילא יעדער וואס וויל עסען קטניות זאל מאכען התרת נדרים אויפ'ן טעלפאן, און אזוי מעג מען עסען קנאבעל באנדלען און רייז אן קיין שום פראבלעם.
אסאך אידען האבען אנגעמערקט אז די פאניק קען גורם זיין שווערע פראבלעמען, טאקע נישט בגוף, אבער בנפש קען עס מאכען שווערע פראבלעמען, במילא זע איך נישט קיין שום היתר צו מחמיר זיין אויף קיין שום א. ג. חומרות שאין להם מקור בגמרא ושו"ע, ווי למשל נישט עסען פיש, עסען געבראקטס, כידוע די אלע זאכן ברענגען א אנגעצויגענקייט און נערוועזקייט, און אין אזא צייט וואס דער מלאך המוות שפאצירט אין די גאסען איז נישט דא קיין שום היתר צו מאכען א אנגעצויגענקייט.
מ'דארף "נישט" פארקויפען די חמץ. נישט דא אזא זאך פארקויפען די חמץ, חוץ אז איר זענט א געשעפטס מאן וואס וויל האלטן חמץ אויף נאך פסח. אז איר זענט פארט נישט רואיג, טוטס די אימעיל מכירת חמץ.

ד. ס'איז א שווערע ענין אבער מיר מוזען עס ארויסברענגען.
יעדע יוד איז א מעגליכע רוצח נפש בשגגה, יא איך און דו און יעדער וואס דאווענט אין דיין שוהל. מיר האבען אלע בלא יודעים (און צומאל אפילו ביודעים ליידער) גע'הרג'עט מענטשען. אפשר דו אליין נישט, אבער דו האסט עס געגעבן ווייטער און יעדער האט עס געשיקט ווייטער און לכאורה האסטו און איך גורם געווען צו מיתת בני אדם. רבותי, דאס דארף א תשובה. כ'ווייס נישט פונקטליך די תשובה, אבער מ'דארף אריינקוקען אין די ספרים וואס רעדען וועגען דעם, און ווען די מגיפה וועט זיך אפשטעלען דארף דאס א תיקון.
דאס איז זיכער אז לעת עתה איז די בעסטע זאך תשובת המשקל. מ'בלייבט אינדערהיים. נאך קיינמאל נישט געווען אין די לעצטע הונדערט יאר אז א פשוט'ע יושב בטל איז מקיים די סאמע גרעסטע מצוות אין די תורה. וחי בהם. לא תרצח. לא תעמוד על דם רעך. ווען נישט וואס ס'איז א עת צרה וואלטען מיר געדארפט טאנצען און זינגען אשרינו מה טוב חלקנו אז מיט טון גארנישט, מיט זיצען אויף וואטסעף אינדערהיים ביי זיך אין שטוב טוט מען די גרעסטע מצוה. דאס איז זיכער א גרויסע תיקון. כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, וההיפך בהיפך.
ווי אזוי ברויכען מיר זיך אומגיין מיט די רוצחי נפש בשגגה וואס הערען די שמועות מחרידות, אבער ווילען נישט תשובה טוהן און זענען עומד במורדם, דרייען אן מנינים, לויפען אין מקוה, גייען ארום צו סדרים, שטיפען זיך אין גראסעריי, כאטש זיי האבען געהערט פון אלע אזהרות? לכאורה זענען זיי א מומר על כל התורה כולה, און מ'טאר בכלל נישט האבען א שייכות מיט זיי, נישט יעצט און נישט קיינמאל, ביז זיי טוען תשובה און זענען מפרסם ברבים זייער חרטה.

ה. והחי יתן אל לבו. טראכט אביסעל אריין וואס דאס מיינט לעבען, וואס דאס מיינט אז מ'קען אטעמען! וואס דאס מיינט א געזונטע לונג וואס לאזט די מענטש אריינעמען לופט און ארויסטראגען קארבאן דיאקסייד צו ווייסעך וואס די דאקטוירים רופען עס אן. וואס מיינט אז מ'ברויך נישט קיין מאשינען פאר די קידניס. ווען האמער אונז א געלעגנהייט צו אפרישיעיטן די לעבענס וויכטיגע גלידער? יעצט איז די צייט! אטעמט אריין און ארויס און דאנקט די רבונו של עולם פאר יעדע ברעקעל לופט.
רבותי, לאזטס נישט די קריזיס צוברעכען אייער געמיהט, ניצט עס אויס צו אפרישעיטן וואס לעבען באדייט, ווי איין מינוט אויף די צווייטע קענסטו פארלירן די שענסטע און טייערסטע. און יעצט אז דו האסט עס יא, דו האסט געזונטע לונגען און א שטארקע גוף, נוץ עס אויס. יעדע רגע איז א מתנה. דער שטערקסטער מענטש גייט אמאל קראנק ווערען און שטארבען, אז מ'קומט פנים אל פנים מיט די מלאך המוות, ברויך מען כאטש אוועקנעמען עפעס א גוטע לעקציע וואס זאל בלייבען אין די ביינער.

ו. אינפארמאציע איז קריטיש וויכטיג אין אזא צייט, במילא פסק'ן איך אז ס'איז א חיוב גמור צו האבען צוטריט צו אינטערנעט, ווייל די מקוואות זענען דאך פארשפארט במילא קיין נייעס פון דארט קען מען נישט באקומען. מ'זעהט בחוש אז די מענטשען וואס האבן צוטריט צו אינטערנעט זענען מער נזהר און פארשטייען בעסער די סכנה, במילא איז דאס א חלק פון דעם וחי בהם, צו וויסען וואס מ'האט צו טון און וואס די עקספערטן זאגען, ווייל די פאקט האט געוויזען אז די היימישע טעלעפאן ליניעס און צייטונגען זענען נישט פולקאם פארלעסליך ווייל זיי האבען מורא פון די אפיקורסים וואס לאכען אפ פון די הארבסטע עבירות שבתורה.
די אידן וואס זענען מקיל און פארמאגען נישט קיין אינטערנעט, און זיי פארלאזען זיך אז אנדערע וועלען זיי שוין זאגען, דארפן אוודאי נזהר זיין אויסצוהערן די ווערטער פון די וואס האבען יא אינטערנעט און חלילה וחלילה נישט אפלאכען, כי בנפשנו הדבר. אזוי אויך די וואס פאלגען אויס מיין פסק און האבען אינטערנעט, זענען מחוייב צו אינפארמירען אזאלכע מענטשען, און זיי צו וויסען טון די פשוט'ע זאכען וואס די מעדצינישע עקספערטען זאגען.
מ'ברויך געדענקען אז ס'איז דא יודען וואס ווייסען פשוט נישט, און ס'ליגט א פליכט זיי צו מקרב זיין און פארשטיין געבען מיט א פשוט'ע צוגעלאזענע שפראך וואס דא טוט זיך. אפילו קודם לאכט ער אפ, צום סוף וועט אפשר עפעס אריינגיין, והנסיון מוכיח אז מ'מוז רעדן און רעדן און מ'טאר זיך נישט אפשטעלן.
(כמובן אז דא רעדט מען נישט פון די נידערטרעכטיגע לצים וואס האבען יא צוטריט צו אלעם און שטעלען אן א פנים כאילו זיי ווייסען נישט און הערען נישט און נאר אלע קאנספיראציעס קענען זיי נאכזאגען, פון אזאלכע מענטשען מוז מען שטיין ווייט, אויסער די מענטשען וואס זענען באהאווענט און ווייסען ווי אזוי מ'רעדט צו אזאלכע אפיקורסימ'לעך וואס שפאצירען אויף טויטע גופים און די הארץ גיבט זיי נישט קיין שאקעל, מ'רעדט דא פון יודן וואס זענען באמת אומוויסענד).

מורי ורבותי, ס'קומט א שבת אויף דער וועלט, מיר מוזען זיך אפשטעלען. ס'קומט א שבת הגדול, א גרויסע שבת, א שבת הגדול ווייל ס'איז געשען א גרויסע נס. ליידער אין אונזער דור איז נישט דא ווער זאל קענען זאגען אז ער גייט ברענגען א נס. מיר ווייסען ניטאמאל ווי אזוי א כזית קוקט אויס, און מיר ווייסען נישט וואס דריי שטערענס באדייטן. כל שכן אז ס'איז נישט דא ווער זאל קענען זאגען ווי ר' יהושע בן חנניה אז יא, מיין תורה איז גענוג חשוב און הייליג אז ס'גייט באשיצען יעדען איינעם. נישט דא א מענטש אין די וועלט וואס קען זאגען אז יא, איך ענטפער אמן בכל כוונתי במילא גייט מיין אמן יהא שמיה רבא צורייסען די גזירות. ניין! נישט דא אזא מענטש.
ס'איז אבער יא דא מענטשען וואס טוען די השתדלות, הצלה לייט, דאקטוירים, נורסעס, וואס צערייסען זיך כדי מענטשען זאלען איבערלעבען די שווערע מחלה פון Covid-19 וואס הרג'עט די שענסטע און די בעסטע. ועל כולם, פשוט'ע מענטשען וואס פאלגען די אזהרות און זיצען אינדערהיים ווייל דאס איז יעצט די ריכטיגע זאך. דאס זענען מענטשן וואס זענען העלדען, וואס מ'דארף ארויפקוקען אויף זיי. אזוי אויך אלע מענטשען וואס טוען וואס זיי קענען צו מעורר זיין די ציבור, צו שרייען געוואלד יודען ראטעוועט, שכרם הרבה מאוד.
ס'איז א זמן וואס מיר האבען פארלוירען די כח הציבור. יעדע יחיד ויחיד דארף ביי זיך אליין, ביי זיך אין שטוב, ביי זיינע נאענטע און ידידים, טוהן דאס בעסטע וואס ער אדער זי קען, יעדע מענטש זאל טוהן וואס האלט אים אין שווערע צייטן, און אמאל דארף מען זיך פארטוהן מיט עפעס אנדערש און נישט טראכטן אזויפיל פון די מתים און חולים ל"ע. ס'קען אפילו זיין שווער זיך אפצוהאקען אבער אמאל מוז מען עס טוהן.
הייליגע יודען, זייט מקבל דעם שבת, זייט מקבל דעם יום טוב מיט שמחה און פרייליכקייט, רעכט אן דעם סדר ביי זיך אינדערהיים ווי בני חורין, אפילו מיר זענען אין גלות ברוחניות ובגשמיות. דער אמת בלייבט אמת. האלט זיך שטארק און פעסט און זייט מחזק די ארומיגע.
לאמיר שעפטשען א תפילה צום בורא כל עולמים, הייליגער באשעפער, קוק אראפ אויף דיין פאלק, האב שוין רחמנות. זעה אונזער ביטערע מצב, זע אונזער שפלות, זע אונזער פארלוירענקייט, זע אונזער צובראכענקייט, מיר זענען כצאן בלי רועה, אין נביא ואין חוזה. קרב יום אשר הוא לא יום ולא לילה, העלף שוין אונזערע פארלוירענע ברידער און שוועסטער, מאך זיי זעהן דאס ליכטיגקייט, ברענג שוין די עכטע ישועה, ומלאה הארץ דעה את ד' כמים לים מכסים.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: בִמְקוֹם שֶׁאֵין אֲנָשִׁים, הִשְׁתַּדֵּל לִהְיוֹת אִישׁ

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

הייליגע ווערטער @גדליה, ספעציעל האב איך ליב געהאט וואו דו ביזט מעורר מ'זאל זיך מתיר נדר זיין אויף קטניות, שוין די העכסטע צייט דאס מתיר צו זיין נישטא קיין שום חששות היינצוטאגס זיכער נישט, און אפילו אמאל האבן עס די ספרדים אויך נישט אנגענומען נו ווי אסור קען עס שוין זיין? מ'העט ווען געקענט אויסטיילן פיינע סושי ביים סדר, כדי די קליינע קינדער זאלן פרעגן, און די גרויסע זאלן זעטיגן.

איין גאר וויכטיגע זאך האסטו אויסגעלאזט מעורר צו זיין דעם עולם. אז אין אזא יאר ווי היי יאר, וואס דער עולם זוכט זכותים, און חומרות, זאל מען זעהן מחמיר צו זיין אויף מאשין מצות, וואס דאס איז לכולא עלמא מער מהודר'דיג און חשוב'ר ווי די האנט מצות, אפגערעדט פון די ערב פסח מצות, וואס צו מאל קוקט עס אויס ווי די הוט פונעם סטעטשו אוו ליבערטי, און דיק איז עס ווי א בעקינג טשאקאלאד, אפגערעדט אז ס'נישט קיין הדר נאר גוט איז עס אויך נישט, נאר אפילו די וואס ווערן געבאקן דורכאויס דעם ווינטער, ברויך מען אויך האבן סייעתא דשמיא אז ס'זאל קענען געהעריג ג'פראסעסט ווערן צווישן די ציינער און נישט געהאלטן ווערן אין דער מאגן פאר צו א לאנגע צייט.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:הייליגע ווערטער @גדליה, ספעציעל האב איך ליב געהאט וואו דו ביזט מעורר מ'זאל זיך מתיר נדר זיין אויף קטניות, שוין די העכסטע צייט דאס מתיר צו זיין נישטא קיין שום חששות היינצוטאגס זיכער נישט, און אפילו אמאל האבן עס די ספרדים אויך נישט אנגענומען נו ווי אסור קען עס שוין זיין? מ'העט ווען געקענט אויסטיילן פיינע סושי ביים סדר, כדי די קליינע קינדער זאלן פרעגן, און די גרויסע זאלן זעטיגן.

איין גאר וויכטיגע זאך האסטו אויסגעלאזט מעורר צו זיין דעם עולם. אז אין אזא יאר ווי היי יאר, וואס דער עולם זוכט זכותים, און חומרות, זאל מען זעהן מחמיר צו זיין אויף מאשין מצות, וואס דאס איז לכולא עלמא מער מהודר'דיג און חשוב'ר ווי די האנט מצות, אפגערעדט פון די ערב פסח מצות, וואס צו מאל קוקט עס אויס ווי די הוט פונעם סטעטשו אוו ליבערטי, און דיק איז עס ווי א בעקינג טשאקאלאד, אפגערעדט אז ס'נישט קיין הדר נאר גוט איז עס אויך נישט, נאר אפילו די וואס ווערן געבאקן דורכאויס דעם ווינטער, ברויך מען אויך האבן סייעתא דשמיא אז ס'זאל קענען געהעריג ג'פראסעסט ווערן צווישן די ציינער און נישט געהאלטן ווערן אין דער מאגן פאר צו א לאנגע צייט.


דער האט ערב פסח קאשמארן...! :?

קיינער זעט נישט, כאפ אריין שוין יעצט א פיין שטיקעל אנגעווארעמטע בראדוועי ראזעווע מצה.

יאכלו ענוים וישבעו....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: מאשין מצות, וואס דאס איז לכולא עלמא מער מהודר'דיג און חשוב'ר ווי די האנט מצות,

אויף וועלכע "עלמא" לעבט איר?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ריכטיג האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: מאשין מצות, וואס דאס איז לכולא עלמא מער מהודר'דיג און חשוב'ר ווי די האנט מצות,

אויף וועלכע "עלמא" לעבט איר?


פרעג די הייליגע בד"ץ עדה החרדית, זיי געבן א הכשר אויף דעם..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זינט ווען איז די עדה מקפיד אויף כולי עלמא?

(דו האסט עפעס א געשמאק אין ענטפערן אבי געזונט? כ'האב דאך געשטעלט א נארמאלע פראגע, ווען איינער שרייבט אויף א זאך וואס איז א באקאנטע מחלוקת אחרונים "כולי עלמא מודי" איז מיין פראגע זייער אין פלאץ)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'גארנישט אבי געזונט, עפעס ליגט מיר אין קאפ וואס די עדה האט געגעבן א הכשר אויף א האנד מצה בעקעריי וואס האט משונה'דיגע חומרות, און זיי האבן געשריבן אז ס'איז כמעט אזוי גוט ווי מאשין מצות...

כ'האב נאכנישט געטראפן קיין איין ערנסטע תלמיד חכם וואס האלט אז מאשין מצות איז חמץ ע"פ הלכה, אפשר אלס טעם הכמוס, אבער דאס האט שוין נישט מיט הלכות חמץ צוטון.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון "נישט חמץ עפ"י הלכה" ביז "לכולי עלמא מער מהודר'דיג" איז פאלג מיר א גאנג.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אקעי, ע"פ הלכה איז מאשין מצות לכו"ע כאטש אזוי גוט ווי האנד מצות, ס'דא וואס האלטן אז ס'איז אפילו מער אויסגעהאלטן (אויסער אפשר ביי מצות מצווה). דאס מעג מען יא זאגן?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ניין, ס'איז היסטאריש אומריכטיג.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מר אמר חדא ומר אמר חדא, ולא פליגי. איך רעד פון היינטיגע רבנים וועלכע קענען די מציאות, דו רעדסט פון אמאליגע רבנים וועלכע האבן קיינמאל דעם מאשין נישט געזעהן.

אז מ'רעדט שוין האב איך מיך דערמאנט פון זייער גוטע thought experiment מיט וואס איך בין אויפגעקומען מיט יארן צוריק. שטעל זיך פאר אז דו טרעפסט זיך פסח ביינאכט אויף א פארווארפענע אינזל אן קיין האנד מצות, וואלסטו געגעסן מאשין מצות אנשטאט? אויב דער ענטפער איז יא, איז דאך די גאנצע שמועס סתם ארויסגעווארפן ווערטער (וואס הייסט, ספק חמץ, איסור כרת, הא?). און אויב איז דער ענטפער אז נישט גלייב איך דיר סייווי נישט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ריכטיג האט געשריבן:זינט ווען איז די עדה מקפיד אויף כולי עלמא?

(דו האסט עפעס א געשמאק אין ענטפערן אבי געזונט? כ'האב דאך געשטעלט א נארמאלע פראגע, ווען איינער שרייבט אויף א זאך וואס איז א באקאנטע מחלוקת אחרונים "כולי עלמא מודי" איז מיין פראגע זייער אין פלאץ)


פארוואס זענט איר די איינציגסטע דא וואס שטעלט זיך דא אויף א יעדע קליינטשיג ווארט וואס קומט ארויס פון איינעמס מויל. איר קומט פאר אייביג ווי איינער וואס פילט זיך אזוי גרויס ביי זיך ווען ער צעטרעט א מוריטשקע. און דאס איז נישט די ערשטע מאל דא.

למעשה האט ער געהאט גאנץ א גוטע טענה ווייל די פוסקים וואס האבן אנגענומען אז מאשין מצות איז נישט אסור האבן אזוי געהאלטן דוקא ווייל מאשין מצות איז מער מהודר. אדרבה דער גרויסער אוסר דער צאנזער רב זי"ע וואס האט געשריבן ביי מאשין מצות א טעם הכמוס, האט געניצט א טעם וואס איז היבש א פלא. א ראיה צו דעם האב איך גענוצט די עדה החרדית וואס איז א טאפ בי"ד אז זיי געבען אויך א השגחה אויף מאשין מצות. אזוי אויך א גרויסע חלק פון די היינטיגע פרומע וועלט נוצען מאשין מצות, כל שכן די וועלט פון פאר א יעדער איז געווארן א חסידעשע יוד, ווי דער עולם האט פארגעסען, אז אסאך פון זיי שטאמען פון אשכנזי'שע יודען.

בקיצור, ער האט נישט גערעדט קיין שטותים, אפשר סך הכל מיט ניצען די ווארט "כולי עלמא" איז פארגעקומען א שטיקל לא דק, אבער זיין מהלך איז גאר פעסט און שטארק, קרוב צו כולי עלמא.

יעצט, טוה א טובה, און גאפל דיך אפ פון מיר!
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

הייליגער צדיק איר זאגט מען זאל נישט פארקויפן די חמץ, וואס מיינט איר צוזאגן, האלטן די חמץ אין שטוב אן פארקויפן? דאס גרעניצט זיך מיט אן איסור תורה, איז דען נישט בעסער צו מאכן דעם הערמה כאטש חוכא ואיטלולא'דיג אבער אז מען רעדט היי יאר פון אמת'ע חמץ זאל מען כאטש טון וואס איז שייך? יעדעס יאר פארשטיי איך אז פארקויפן חמץ שבכלים איז טיפשות אבער דאס יאר ווילן מענטשן מקיל זיין איז גיב כאטש דעם היתר עס צו מאכן ווי עס דארף צו זיין? איך פרעג באמת.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

מיימון האט געשריבן:הייליגער צדיק איר זאגט מען זאל נישט פארקויפן די חמץ, וואס מיינט איר צוזאגן, האלטן די חמץ אין שטוב אן פארקויפן? דאס גרעניצט זיך מיט אן איסור תורה, איז דען נישט בעסער צו מאכן דעם הערמה כאטש חוכא ואיטלולא'דיג אבער אז מען רעדט היי יאר פון אמת'ע חמץ זאל מען כאטש טון וואס איז שייך? יעדעס יאר פארשטיי איך אז פארקויפן חמץ שבכלים איז טיפשות אבער דאס יאר ווילן מענטשן מקיל זיין איז גיב כאטש דעם היתר עס צו מאכן ווי עס דארף צו זיין? איך פרעג באמת.

מיין טייער קינד איר פרעגט זייער גוט. לאמיר טאקע אויסשמועסען מיט א קלארקייט.
די הייליגע חכמים לערנען אונז אין א משנה וואס יעדע קינד ווייסט, אור לארבעה עשר בודקין את החמץ. דאס מיינט מ'גייט ארום די שטוב ערב פסח אויפדערנאכט מיט א לעכטל, היינט גייען מאנכע ארום מיט א פלעשלייט, און מ'קוקט דורך אלע שענקלעך און אלע פלעצער ווי מ'לייגט חמץ א גאנץ יאר, און וואסארא חמץ מ'טרעפט איז מען מבער, מ'פאברענט דאס און ס'ווערט פארלענדעט. דאס איז די הלכה פסוקה און מ'טאר נישט מקיל זיין אין דעם.
למעשה איז א מענטש דאך נאר א מענטש, ס'בלייבט איבער קליינטשיקע ברעקלעך, וכדומה, וואס א מענטש קען נישט נאכגיין איבעראל. האבן די חז"ל געהייסן מ'זאל מבטל זיין די חמץ. דאס ארבעט סאך סאך בעסער ווי מכירת חמץ, נישט קיין שום ערמה, נישט קיין שום קולא. מ'איז מבטל די פארבליבענע חמץ כעפרא דארעא. אפילו מ'טרעפט שפעטער חמץ איז עס נישט זיינס מער.
די חמץ שבכלים, שטייט אין די פוסקים מ'זאל מחמיר זיין און אויסוואשען די כלים וואס מ'קאכט די חמץ דערינען. כ'מיין ס'איז נישט קיין שווערע זאך צו טוהן. בליעות איז נישט אסור בבל יראה.
אבער דאך אז איינער איז לבו נוקפו, זאל מען מאכען די אימעיל מכירת חמץ, און מיט דעם שפירען אז אלדאס חמץ איז ארויס פון רשות.
אויב עפעס איז נישט קלאר, אדרבה פרעגט איבער.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

איך האב געמיינט אז איר באציט זיך צו די קולא וואס כ'האב געזען אויף די צעטלעך פון די רבנים פאר היי יאר (א נייע קאמפעטישאן געווארן ווער ס'קען מאכן בעסערע קולא'ס, אך, רבוש''ע פארוואס האב מיר געדארפט צוקומען צו אזא מצב כדי ענדליך צו זוכה זיין דאס צו דערלעבן), אז מ'קען פארקויפן אפילו חמץ גמור (די איינציגסטע קולא אויפ'ן צעטל, די איבריגע איז פשוט'ע הלכות פון שולחן ערוך). האב איך געקלערט אז הגם אין אלגעמיין לאך איך פון די מאדנע 'מכירה' אבער היי יאר וועל מיר מוזן זיך פארלאזן דערויף, און אז די פרומע רבנים זענען מקיל מי אנכי להחמיר. אין א מגיפה שטעלט מען נישט איין. מי יודע מה יולד יום. עס זענען פארהאן משפחות מיט קליינע קינדער, מיט חולים, מניקות ומעוברות, מ'מוז זיכער מאכן אז ס'וועט זיין וואס צו עסן לאחר הפסח. כנלע''ד.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ריכטיג האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: מאשין מצות, וואס דאס איז לכולא עלמא מער מהודר'דיג און חשוב'ר ווי די האנט מצות,

אויף וועלכע "עלמא" לעבט איר?

ריכטיג: ס'זענען געווען גדולי הפוסקים וואס האבן געהאלטן אז מאשין מצות זענען מער מהודר ווי האנט מצות. ווייל ס'ווערט שנעלער געקנעטן, געוועלגערט און גערעדלט ווי האנט מצות...! נאר דער דברי חיים, צאנזער רב האטציך געלייגט אין די לענג און די ברייט אז מאשין מצות איז חמץ גמור...!
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'האב נאכנישט געטראפן קיין איין ערנסטע תלמיד חכם וואס האלט אז מאשין מצות איז חמץ ע"פ הלכה

אינדרויסן פון יוטוב אויך נישט?
זעה דא איבער די היינטיגע מציאות
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ישעיה האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'האב נאכנישט געטראפן קיין איין ערנסטע תלמיד חכם וואס האלט אז מאשין מצות איז חמץ ע"פ הלכה

אינדרויסן פון יוטוב אויך נישט?
זעה דא איבער די היינטיגע מציאות

איך ווייס נישט פון וועלכע יוטיוב דו רעדסט, איך רעד פון די רבנים און תלמידי חכמים מיט וועלכע איך שטיי בקשר. וואס אנבאלאנגט דעם בעלזען קונטרס, איך קוק נאר אויפ'ן צווייטן בלאט ווער דער ארויסגעבער איז און איך ווייס שוין בערך וואס ער גייט זאגן, פליז, האק נישט קיין טשייניק מיט חסידישע תורות, כ'האב געפרעגט א שאלה:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: שטעל זיך פאר אז דו טרעפסט זיך פסח ביינאכט אויף א פארווארפענע אינזל אן קיין האנד מצות, וואלסטו געגעסן מאשין מצות אנשטאט?

ווילאנג די אויבערחכמים דארט וועלן נישט "פסק'נען" אז נישט איז בכלל נישט אינטערעסאנט וואס זיי האבן צו זאגן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

berlbalaguleh האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: מאשין מצות, וואס דאס איז לכולא עלמא מער מהודר'דיג און חשוב'ר ווי די האנט מצות,

אויף וועלכע "עלמא" לעבט איר?

ריכטיג: ס'זענען געווען גדולי הפוסקים וואס האבן געהאלטן אז מאשין מצות זענען מער מהודר ווי האנט מצות. ווייל ס'ווערט שנעלער געקנעטן, געוועלגערט און גערעדלט ווי האנט מצות...! נאר דער דברי חיים, צאנזער רב האטציך געלייגט אין די לענג און די ברייט אז מאשין מצות איז חמץ גמור...!

נישט די לענג און נישט די ברייט, נאר בלויז א טעם הכמוס.
די אוסרים האבען גארנישט מיט די היינטיגע מאשינן. עס איז סתם א גזירה שווה מאשין מאשין. היינטיגע האבן נישט די אלטע פראבלעמן, זיי האבן מעגליך נייע, דאס דארף מען אויסקלארן.
די עדה חרדית איז א טעם הכשר, אבער ניטש מצות און אתרוגים. דארט האבן זיי נישט די זעלבע גוטע נאמן.
קטניות האט מדיני נדר, עס איז נישט שייך מתיר צו זיין, און דעריבער איז עס נישט ארויף אויף שלחן מלכים זה דורות רבות. איין קוריאזע הערה האט מען פון ר׳ יעקב אמדין, וואס מיינט גארנישט להלכה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך קוק נאר אויפ'ן צווייטן בלאט ווער דער ארויסגעבער איז און איך ווייס שוין בערך וואס ער גייט זאגן

:like
פארשפארט