טראמפ מיט זיינע חסידישע טראמפייטערס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

וואלווי האט געשריבן:Health care is an undisputable human right.

די רגע וואס די הייבסט עס אן צו פאליטיזרן שפילסט זיך מיט די סוגיא פון מענטשען רעכטן. קענסט האבן א פאליטישע חשבון אדער א פיינענשאל חשבון, און קענסט גאר גערעכט זיין מיט דיינע נאמבערס און מיט דיין אידיאלאגיע, דאך האסטו דענייד דיינע אייגענע סיטיזענס פון א בעסיק ציווילע רעכט וואס אין רוב מאדערנע לענדער שטעלט מען דאס צו, און דוקא אין אמעריקא, די "פרייע" אמעריקע, איז דאס אן אויסגעבלוזענע חלום.

Shame on you America וואס איז אפיציעל געגרינדעט "for the people "

חלמא טבא חזיתא...

וואס הייסט עס איז א Right ?! דער קראנקער האט א רעכט צו צווינגען דעם דאקטאר עם אויסצוהיילן ? ער האט א רעכט צו גאנבענען געלט פון א צווייטן צו באצאלן זיין דאקטאר ?
וואס פונקטליך איז די "רעכט" פון Healthcare לויט די לינקע ?
(רעכטן פון די קאנסטיטוציע איז זאכן וואס דו "קענסט נישט צונעמען" פון איינעם, אבער ווי קענסטו גיבן א פאזיטיווע רעכט ? ווער דארף דאס צושטעלן ?)
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

וואלווי האט געשריבן:די פלעק פון געווינערס...

האסט אמאל געהערט פון might makes right?

מיט דעם "סברא" האבן די ווייסע אייראפעאישע "געסט " אויס געשחט'ען און באגנב'עט די אמעריקען-אינדיענס.

אמת, ס'דא רציחות איבעראל, אבער קיינער פארקויפט זיך נישט ווי איידעלע אינטעליגענטע מענטשען אזוי ווי די ווייסע, אין די זעלבע צייט וואס אין היסטאריע זענען זיי פון גרעסטע "אידיעלאגישע" רוצחים וואס באנוצען זיך מיט אלע תירוצים און התירים.

יא די ווייסע האבן זיך אויפגעפירט די "בעסטע" צו דו ווילסט אדער נישט... ווען נישט זיי וואלסטו געהאט היינט אזויפיל רעכטן ווי דער אלגעמיינער בירגער 500 יאר צוריק אדער ווי דער אלגעמיינער אפריקנער אין אסאך אפריקאנע מדינות היינט.. יא ליידער ליידער האבן די ווייסע ארויסגעגעבן די Enlightenment וכו וכו
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: טראמפ מיט זיינע חסידישע טראמפייטערס

שליחה דורך אונטער חכם »

וואלווי האט געשריבן:די פלעק פון געווינערס...

האסט אמאל געהערט פון might makes right?

מיט דעם "סברא" האבן די ווייסע אייראפעאישע "געסט " אויס געשחט'ען און באגנב'עט די אמעריקען-אינדיענס.

אמת, ס'דא רציחות איבעראל, אבער קיינער פארקויפט זיך נישט ווי איידעלע אינטעליגענטע מענטשען אזוי ווי די ווייסע, אין די זעלבע צייט וואס אין היסטאריע זענען זיי פון גרעסטע "אידיעלאגישע" רוצחים וואס באנוצען זיך מיט אלע תירוצים און התירים.
וואס קען מען טון אז אונטער די עקסקלוסיווע פירערשאפט פון די "ווייסע" איז ארויסגעוואקסן די גאנצע ליבעראלע וועלט וואס מיר האבן היינט.
חוץ אויב דו האלטסט אז די וועלט היינט שטייט נישט בעסער ווי 500 יאר צוריק.

ביידיוועי, ווייסט פארוואס טראמפ, און די רעכטע האבן איגנארירט קאוראונע? ווייל עס אפעקטירט בעיקר פרויען, רוב פון די וואס פארלירן א ספאוס צו קאוראונע זענען פרויען.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אונטער חכם האט געשריבן:

מיר זעהט עס אויס פארקערט. אז despite די עקסקלוסיו ווייסע פירערשאפט, דאך איז ארויסגעוואקסען א פרייע ליבעראלע מאוומענט. הגם די פאונדינג טאטעס האבן גע'טענה'ט אל מען אר קריעיטעד איקאל, דאך האבן זיי געהאט אסאך ראסיסטישקייט מיט די גרינדינג פון די לאנד. עס האט גענומען אסאך יאר, און עגענסט אלל אדס, האבן די פראגרעסיווס פאראכטן די אומרעכטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

און באמת האבן די פראגרעסיווס נאכאלץ נישט געווינען, כ'מיין אין צוויי הונדערט יאר ארום ווען ס'וועט זיין אומלגעגאל צו שחט'ן בהמות און מ'וועט עסן lab grown meat, און מ'וועט צוריקקוקן אויף היינט און מ'וועט זעהן א בילד וואו בערני סענדערס עסט א שטיקל סטעיק וועט מען וועלן די דעמאלטסדיגע פראגרעסיווס גיין קטנ'ען אויף זיין קבר. פארשטייסט, די זאכן זענען א פראסעס וואס געדויערט יארן, פאר זייערע צייטן מיין איך זענען די ווייסע אייראפעער געווען די מערסטע צום זאך, און ביזן היינטיגן טאג זענען די ווייסע אייראפעער (יא, בערני סענדערס איז אויך פון די) מיט דורות פאראויס פון די אפריקאנע בארבארן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און באמת האבן די פראגרעסיווס נאכאלץ נישט געווינען, כ'מיין אין צוויי הונדערט יאר ארום ווען ס'וועט זיין אומלגעגאל צו שחט'ן בהמות און מ'וועט עסן lab grown meat, און מ'וועט צוריקקוקן אויף היינט און מ'וועט זעהן א בילד וואו בערני סענדערס עסט א שטיקל סטעיק וועט מען וועלן די דעמאלטסדיגע פראגרעסיווס גיין קטנ'ען אויף זיין קבר. פארשטייסט, די זאכן זענען א פראסעס וואס געדויערט יארן, פאר זייערע צייטן מיין איך זענען די ווייסע אייראפעער געווען די מערסטע צום זאך, און ביזן היינטיגן טאג זענען די ווייסע אייראפעער (יא, בערני סענדערס איז אויך פון די) מיט דורות פאראויס פון די אפריקאנע בארבארן.

אין מיר זענען אויך פון די ווייסע, מיר עסען סטעיק שבת ויו"ט ווייל אין שמחה "אלא" בבשר. (און אמאל זאגט מען ויין משמח לבב אנוש...גיי פארשטיי...), כ"ש אויב מהרה יבנה המקדש, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים. למעשה, איז מען אויפגעקומען (אונזערע חכמים...) מיט א ריינערע מהלך, אז מצה איז במקום אפיקומן פלייש. איז דען פארהאן א בעסערע ביישפיל פון push comes to shove...? אלא מאי ס'ארבעט גוט פאר יעצט, אפשר וועט עס "מעגן" אזוי בלייבן. אזוי גייט די וועלט, אמאל האט די תורה געהייסן הרגענען רעכטס אין לינוקס, האסט געקענט שרייען פודינו ומצלינו, אבער אדאנק פראגרעסיווס אזוי ווי בערני סענדערס, צוביסליך, הערט זיך אויף די אומרעכטן. מעגסט עם שיקען א יישר כח, ווייל און הונדערט יאר ארום וועט מען צירוק קוקען און זעהן אז וועגען מענטשען ווי עם איז די וועלט א בעסערע פלאץ.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: טראמפ מיט זיינע חסידישע טראמפייטערס

שליחה דורך מי אני »

וואלווי האט געשריבן:אין מיר זענען אויך פון די ווייסע, מיר עסען סטעיק שבת ויו"ט ווייל אין שמחה "אלא" בבשר. (און אמאל זאגט מען ויין משמח לבב אנוש...גיי פארשטיי...)
נישט אוועקצודרייען די שמועס, אבער דער מ״א זאגט (או״ח סימן רמט ס״ק ו) אז דאס וואס די גמרא זאגט (פסחים קט.) אז בזמן המקדש אין שמחה אלא בבשר ובזה״ז אין שמחה אלא ביין, מיינט אז מ׳האט צוגעלייגט יין צו בשר ע״ש (וואו ער דינגט זיך אויפ׳ן עולת שבת וואס האלט יא אזוי אז ס׳איז היינט צוטאגס נאר יין).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב באמת געמיינט אז איך וועל אלס זיין דער איינציגסטער אידיש רעדנדער חסיד וואס ווערט צוגעצויגן צו בערני סענדערס און צו זיינע אנשויאונגען.

ווער איך אציד געוואויר אז עס זענען פארהאן נאך פילע נארמאלע מענטשן מיט א מח און הארץ וועלכע זענען אייניג אין שטענדיגן באנוץ וועלכע שעמען זיך עס נישט ארויסצושרייבן.

א דאנק דיר קאווע שטיבל!

צו פארשרייבן בערני'ס עיקרים און זיי פארגלייכן און ווייזן ווי עס איז אזוי מער אויסגעהאלטן צו די ריינע מענטשליכע און אפילו תורה'דיגע וועג פון טראכטן, קען מען ווענדן עטליכע אשכולות, אבער אפילו מיר וועלן דאס נישט טון וועט עס נאכאלס בלייבן דאס וואס איז ריכטיג.

א טראמפיסט איז נישט איינער וואס גייט שטימען פאר טראמפ, א טראמפיסט איז א געוויסע מין מענטש וואס איז אן אויבער חכם, האלט זיך פאר דער קלוגסטער, קען נישט הערן קיין חידוש, און זייער אסאך פון וואס עס גייט יעצט פאר אין די היימישע קרייזן מיט די וויירוס איז צוליב די טראמפיסטישע געדאנקענגאנג פון 'זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן/זיי האבן אגענדע'ס' און קוקט וואו מיר האלטן.

מענטשן ווילן זיך נישט גיין טעסטן ווייל זיי האבן נישט קיין העלטקעיר, מענטשן ווילן נישט פיילן פאר אנעמפלוימענט ווייל זיי גייען פארלירן זייער געלט, מענטשן קענען נישט זיצן אינדערהיים ווי עס פאסט זיך יעצט צו טאן ווייל די אמעריקאנע געזעץ גיבט זייער ווייניג סיק דעיס.

און דאס איז אלס א טיפה מן הים פון די לעכעריגע אמעריקאנע אפעראציע וואס טראמפ פירט אן.

א מין אנשיקעניש.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אישתישבי האט געשריבן:מען גיבט נישט קיין טריליאנען.

און למען האמת, יעדעס דאלאר וואס מען גיבט איז א עבירה, אמאהל ווען מען האט געהאט עקסטרע געלט, מיילא, היינט ווען אונז לעבען יעדעס יאר אויף געלט וואס מען בארגט, מאכט נישט קיין סענס צו בארגן געלט און מיט דעם געבען צדקה.

אמעריקע איז היינט אפשר דער רייכסטע מדינה אויף דער וועלט, אבער אונזער מהלך פין לעבען און ספענדען מאכט נישט קיין טראפ סענס.

והיינו טעמא פין העלטקעיר, אזוי ווי עס איז קאסט עס אמעריקע איבער טריליאן פאר מעדיקעיד און מעדיקעיר, דאס אינקלאד נישט אבאמא קעיר. טאמער לייגסט די צו וואס די ווילסט, מיינט עס בארגען נאך טריליאן דאלאר, וואס ווי עס זעהט אויס, מיט אזעלכע מענטשען ווי דיר גייט זיך עס נישט אנהייבן באצאלען בקרוב, און סך הכל בארגט מען געלט פאר דיין געזונט.

און רב שבת'ל, איך האב נייעס פאר אייך, נישטא נאך א מדינה אין דער וועלט וואס ספענד אזויפיל געלט ווי אמעריקע אויף העלטקעיר. און העי, פאר די זאגסט אז דאס איז ווייל אמעריקע האט מער מענטשן, ניין זאג איר דיר, איך לויט די מענטשן, אמעריקע ספענד די מערסטע אויף דער וועלט אויף העלטקעיר.

ווילסטו געלט בחינם? גיי טאקע קיין סלאוועניע, גיי קיין קאנאדע קיין בריטאניע, און די וועסט האבן ערגערע העלטקעיר ווי מיימאנידיס געבט דיר בחינם אויב גייסטו דארט אריין. ווער ווייסט, אפשר וועלען זיי אייך אנקוקען און זיך אנקלערען אז די ביסט נישט גענוג פראדוקטיוו, און זיי וועלען חלילה פסק'נען א די ענ אר.

הער אויף מיט דיינע סאציאלע שטותים, און די גרעסטע ראי' איז פין אמעריקע אליין, אז עס איז פשוט נישטא גענוג געלט צו קענען באצאלן די אלע פראגראמען וואס מען באצאלט יעצט.

איך האב געזאגט איך וויל געלט בחינם??? דו נער איינער!!!

איך נעם נישט קיין פיאסטער פון די גאווערמענט שוין כמעט צוואנציג יאהר!!!

איך וויל אז מיינע טעקסעס זאלן גייען פאר די ארימלייט!! נישט פאר קיין נישטיגע מלחמות

אמעריקע געט נישט קיין טריליאנען??? שקר! במשך מיין לייף טיים האבן זיי געשפענט טריליאנען פאר שטותים!!!

איך וויל די רייכעסטע לאנד אויף די וועלט זאל כאטש זיין ווי סלאוויניע! זיי האבן געלט צוגעבן פאר ״אנדערע לענדער״ און זיי ווילן אראפווארפן די ״אמריקאנער בירגער״ פון העלטה קעיר??? כהאב געמיינט ״אמעריקע פירסט???״

ווי זאל איך זאל גיין פונקטליך???? איך בין דא געבוירן געווארן, כבין דא אויפגעוואקסן געווארן, דא וואוינט מיין גאנצע משפחה - פארוואס זאל איך זיין א אימגראנט אין א אנדערע לאנד??
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך זאל אויפהערן מיט מיינע סאציאליסטישע שטותים???

זאג איש?

פארוואס ווען ס׳קומט אויסצובעילן די ״גרויסע פישן״ איז עס נישט קיין סאציאליזים???

דארט פארשטייען זיי אז מ׳מוז!!! ווייל זיי זענען אין פעקל!!! דעמאלטס ווערט פלוצלינג סאציאליזם כשר?? אבער ווען ס׳קומט צו א קינד מיט קענסער וואס האט נישט קייו טאטע און מאמע דעמאלטס האלטן די רעכטע אז ער זאל שטארבן???

איך זאל גיין קיין סלאוויניע???

האהא
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דאס איז וויאזוי די רעכטע ארבעטן:

אמעריקע האט ניטאמאל געהאט דאס געלט צו גיין אין אלע מלחמות!!! זיי האבן געבארגט געלט אויף שווערע ריבות וואס גייט סוכ״ס קאסטן פאר די אמעריקאנער בירגער אין די טריליאנען בלי שום גוזמא!!!

פארדעם האבן זיי נישט קיין שום פראבלעם צוגיין בארגן געלט!!! פארן אטאקירן א לאנד וואס האט זיי קיינמאל נישט אטאקירט און קיינמאל קיין שלעכטס נישט געטוהן!!!

אבער פאר אונזערע בירגער האבן זיי די ווייניגסטע געלט פון אלע אנדערע ציוויליזירטע לענדער!!!
ווייניגער ווי קאנאדא און אלע אנדערע נארמאלע לענדער!!!

די רעפובליקאנער האבן דאס אפיעלט נאכמאל און נאכמאל (איבער הונדערט מאל) זיי האבן אויסגענוצט טויזנטער שעות טעג און וואכן, איבערגעדרייט אלעס. טייערע צייט וואס אונזער געזעצגעבער האבן געדארפט צו ארבעטן פאר ״אמתע פראבלעמען״ זיי וואלטן אין די צייט געקענט אויפטוהן עפעס פאר אמעריקע!!!

אנטשולדיגט מיר איך עגרי מיט נועם כאמסקי אויף די איין זאך ״די אמעריקאנער רעכטע קאנסערוועטיוון זענען די מערסטע dangerous פאר די מענטשהייט פון אלע גרופעס און פאליטישע פארטייען אויף די וועלט״

פריער האט איינער געשריבן דא אז אמעריקע איז געבויעט אויף “Individual freedom”
סאיז ליידער נישטא קיין גרעסטע געלעכטער ווי דעם!

איך גיי בלי נדר שרייבן א לאנגע ארטיקל בנוגע די נושא.
ווי פונקטליך איז די Individual freedom ווען סאיז געקומען צו מאריוואנע- א דראג אביסל שטערקער ווי א קאווע און א טיילענאל???
זייער “war on drugs“ וואס האט זיך אנגעהויבן דורך די פארשאלטענע ניקסאן אדמינסטראציע ווי זיי האבן גענומען נאר די ארימע און מינארטיס און זיי אריינגעשליידערט אין תפיסה פאר יאהרן לאנג- און געוויסע פעללער פאר לייף!!! סאיז נאך היינט צוטאגס דא מענטשען אין די רעכטע שטאטן וואס זיצן נאכאלץ דערפאר!!! פאר פשוטע מאריוואנע! אפילו סאיז שוין לעגאל אין א גרויס חלק אין אמעריקע!!!!
אזוי האבן די רשעותדיגע רעיגען און ניקסאן אדמינסטראציעס קאנטראלירט אז די שווארצע און ספאנישע זאלן זיך נישט הייבן די קעפ!!
זיי האבן חרוב געמאכט מיליאנען מענטשען׳ס לעבן פאר גארנישט! בשעת זיי האבן צוגעמאכט די אויג אז אלע עליטע און רייכע וואס איז באוואוסט אז די רייכע זענען אויף קאוקעין טאג און נאכט, זיי האט מען געלאזט לעבן, אבער די מינארטיס האבן זיי אריינגעשליידערט אין תפיסה און זיי צוגענומען אלע רעכטן און זיי גענוצט פאר “Slave labor”

און ס׳גייט נאך ווייטער:

ווי איז די
“individual freedom“ פאר די מענטשען וואס זיצן אין תפיסה???

איינער וואס טוט א קלייניקייט פארלירט שוין אלע זיינע מינאמלע רעכטן???

מיין קאזין ווען ער איז געגעאנגען זיצן פאר א נישטקייט, א זאך וואס דער ריכטער האט געוואוסט אז ער האט קיינמאל געמאכט איין פרוטה פון די געשעפט, סאיז געוועהן א איינאמליגע ארבעט אז ער האט אויסגעשטעלט אסאך ״טעקס ריטורענס״ פאר סאמעט.
מ׳האט אים געגעבן אכצן חדשים און זיין טעלעפאן ביל אהיימצוקאלן האט געקאסט אפאר טויזנט דאללער א חודש!!!

ווייל ער זיצט אין תפיסה מעג מען אים באגענבאנען???
היינטיגע צייטן קאסט גארנישט צורעדן אויף קיין טעלעפאן ס׳איז ממש בחינם?
וויאזוי האבן זיי א רעכט צונעמען ״פריוואטע קאמפעניס״ וואס געבן שוחד פאר פאליטשאנס אז מ׳זאל מעגן באגנבנן די מענשטען וואס זיצן אין תפיסה און זיי בעטן זעקס דאללער א מינוט צורעדן אויפן טעלעפאן?

ער איז א קרימינאל? פיין! פארדעם זיצט ער שוין אין תפיסה! פארוואס באשטראפסטו אים נאכמאל????

מיין באבע Individual freedom

ווי איז די individual freedom ביי די רעכטע ווען איינער איז גימ״ל, אבאורשען, דאווענען אין פובליק סקולס???
זיי ווילן מיר צווינגן אז מיין קינד זאל מוזן דאווענען אין פובליק סקול צו יוזל???

כ׳האלט נישט דערביי! כהאב געמיינט אז סאיז freedom of religion ???

ענק ווייסן וואס זיי מיינען ווען זיי זאגןindividual freedom???
אז זיי די ווייסע עקסטרעמיסטן זאלן מעגן ארומגיין מיט הונדערטער וואפן, און אז די גאווערמענט זאל זיי אלעס צושטעלן בחנם אן דעם וואס זיי זאלן דארפן עפעס באצאלן דערפאר!!!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

מאך זיכער האט געשריבן:איך האב באמת געמיינט אז איך וועל אלס זיין דער איינציגסטער אידיש רעדנדער חסיד וואס ווערט צוגעצויגן צו בערני סענדערס און צו זיינע אנשויאונגען.

ווער איך אציד געוואויר אז עס זענען פארהאן נאך פילע נארמאלע מענטשן מיט א מח און הארץ וועלכע זענען אייניג אין שטענדיגן באנוץ וועלכע שעמען זיך עס נישט ארויסצושרייבן.

א דאנק דיר קאווע שטיבל!

צו פארשרייבן בערני'ס עיקרים און זיי פארגלייכן און ווייזן ווי עס איז אזוי מער אויסגעהאלטן צו די ריינע מענטשליכע און אפילו תורה'דיגע וועג פון טראכטן, קען מען ווענדן עטליכע אשכולות, אבער אפילו מיר וועלן דאס נישט טון וועט עס נאכאלס בלייבן דאס וואס איז ריכטיג.

א טראמפיסט איז נישט איינער וואס גייט שטימען פאר טראמפ, א טראמפיסט איז א געוויסע מין מענטש וואס איז אן אויבער חכם, האלט זיך פאר דער קלוגסטער, קען נישט הערן קיין חידוש, און זייער אסאך פון וואס עס גייט יעצט פאר אין די היימישע קרייזן מיט די וויירוס איז צוליב די טראמפיסטישע געדאנקענגאנג פון 'זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן/זיי האבן אגענדע'ס' און קוקט וואו מיר האלטן.

מענטשן ווילן זיך נישט גיין טעסטן ווייל זיי האבן נישט קיין העלטקעיר, מענטשן ווילן נישט פיילן פאר אנעמפלוימענט ווייל זיי גייען פארלירן זייער געלט, מענטשן קענען נישט זיצן אינדערהיים ווי עס פאסט זיך יעצט צו טאן ווייל די אמעריקאנע געזעץ גיבט זייער ווייניג סיק דעיס.

און דאס איז אלס א טיפה מן הים פון די לעכעריגע אמעריקאנע אפעראציע וואס טראמפ פירט אן.

א מין אנשיקעניש.

אינטערסאנט ווייל איך האב אלס געמיינט אז אויף קאווע שטיבל ווי די שטימונג איז פיל מער ליבעראל זענען אלע מיטגעפאלן מיט די Post modernists, ווער איך איצטערט געוואר אז ס'איז פאראן דא גענוג "קלאסישע" ליבעראלן, וואס Live and let live און אנטי ראסיזם איז א עכטער חלק פון זייער השקפה..

און בנוגע בערני מיט זיין שיטה,
דאס וואס בערני זאגט אמאל ריכטיגע דיבורים מאכט נישט זיין "שיטה" ריכטיג...
דער אלטער איז "נישט" מחשיב דעם יחיד'ס פרייהייט ווען עס קומט צו די עקאנאמיע, און זיינע שטיצערס זענען נישט מחשיב דעם יחיד'ס פרייהייט אפילו ווען עס קומט צו פרייהייט פון אויסדרוק וכו'
זיינע חברה זענען אין אלגעמיין געהעריגע ראסיסטן ווען עס קומט צו די נישט ריכטיגע ראסע (ווייסע) ועוד ועוד, די חברה זענען געהעריג אויפן וועג צוריק צום מיטל אלטער.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האקסט אין קאפ, וואס גייט דא ווערן ענליך צום מיטלאלטער?

אויב עפעס פארקערט, טראמפ איז אן אומגעלערנטע פריץ און ער פירט אמעריקע ווי זיין פריוואטע גיט, פייערט מענטשן פונקט ווי די פריערדיגע פריצים פלעגן הענגען...

די איידיע פון זיך זארגן פארן יחיד איז נאר פון ווען די וועלט האט אנגעהויבן ווערן ליבעראל, אמאל פלעגן מענטשן שטארבן פון הונגער טעגליך איבער די גאנצע וועלט.

סאצעאליזם ארבעט נאר מיט א טיעם, דאס מיינט אז יעדער איז געטריי צו די געדאנק, און ווער עס איז נישט איינשטימיג וועט זיך מוזן בייגן אויב דער רוב וויל אזוי, פונקט ווי יעצט זענען די סאצעאליסטן און די מיטל קלאס מענטשן נישט אנגעקוקט אין אמעריקע.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת אחים: סיי וועלכע געזעץ וואס באצוימט דעם יחיד צו טוהן עפעס וואס איז נישט נוגע א צווייטן איז אן עוולה (אריינגערעכנט דרייווער סיט בעלט, און מאריוואנא געזעצן..),
די פאקט אז יעדע אדמיניסטראציע פרובירט צו מאכן אזעלכע געזעצן ווען ס'לוינט זיי, איז בס"ה א ראיה פארוואס מיר ברויכן The most Limited government possible, און דאס איז צו וואס די Founding fathers האבן געשטרעבט (פעדעראל פעיפערס ועוד), אויב האלסטו אויך אזוי באלאנגסטו Unfortunately צו די "היינטיגע רעכטע-אמאליגע קלאסישער ליבעראלן" גרופע..
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליב צו וויסן האט געשריבן:און בנוגע בערני מיט זיין שיטה,
א) דאס וואס בערני זאגט אמאל ריכטיגע דיבורים מאכט נישט זיין "שיטה" ריכטיג...
ב) דער אלטער איז "נישט" מחשיב דעם יחיד'ס פרייהייט ווען עס קומט צו די עקאנאמיע, און זיינע שטיצערס זענען נישט מחשיב דעם יחיד'ס פרייהייט אפילו ווען עס קומט צו פרייהייט פון אויסדרוק וכו'
ג) זיינע חברה זענען אין אלגעמיין געהעריגע ראסיסטן ווען עס קומט צו די נישט ריכטיגע ראסע (ווייסע) ד) ועוד ועוד, די חברה זענען געהעריג אויפן וועג צוריק צום מיטל אלטער.

א) ווייל דאס וואס טראמפ זאגט אייביג ריכטיגע דיבורים מאכט זיין שיטה אייביג ריכטיג...

ב) דער אלטער איז דער איינצוגסטער וואס קעמפט באמת פאר ערענסטע מינימום וועידזש העכערונג. דאך, פרייהייט פונ'ם יחיד קומט פון טראמפ...

ג) אפענע ראסיסטען. די טראמפ נאציאנעליסטן זענען נאר קלאסעט ראסיסטען...

ד) די מיטל אלטער. דארט ווי אלע פשוטע פויערען מיט מינאריטיס האבן געהאט פולע רעכטען...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליב צו וויסן האט געשריבן:שבת אחים: סיי וועלכע געזעץ וואס באצוימט דעם יחיד צו טוהן עפעס וואס איז נישט נוגע א צווייטן איז אן עוולה (אריינגערעכנט דרייווער סיט בעלט, און מאריוואנא געזעצן..),
די פאקט אז יעדע אדמיניסטראציע פרובירט צו מאכן אזעלכע געזעצן ווען ס'לוינט זיי, איז בס"ה א ראיה פארוואס מיר ברויכן The most Limited government possible, און דאס איז צו וואס די Founding fathers האבן געשטרעבט (פעדעראל פעיפערס ועוד), אויב האלסטו אויך אזוי באלאנגסטו Unfortunately צו די "היינטיגע רעכטע-אמאליגע קלאסישער ליבעראלן" גרופע..

כהאב אסאך צו צולייגן צו דעם תגובה.

כהאב נאר נישט קיין נערווען צו שרייבן.

בקיצור

דו כאפסט נישט אפילו די עוולה

ביסט גערעכט ״אז סיי וועלכע געזעץ וואס באצוימט דעם יחיד צו טוהן עפעס וואס איז נישט נוגע א צווייטן איז אן עוולה״

אבער דא איז דא עוולה טאפעלט!!!

וועמען האט מען ארעסטירט פאר דראגס? די אויבערשטע פונעם שטייסל? ניין זיי האבן געצילט צובאגראבן די מינארעטיס!!!!
דאס איז א הימלגעשריי!!!

זיי האבן געלאזט די רייכע פריצים געוועלטיגן אויף די ארימע! זיי האבן געמאכט שווערע ביליאנען פון זייער ״ביליגע ארבעט״ אין תפיסה און פון זיי באגנאבענן אויף טריט און שריט!!! פארוואס קאסט א טעלעפאן קאל פון תפיסה 6000 פראצענט העכער ווי א מענטש וואס איז פריי???
ווען די גאווערמענט מאכט ניטאמאל די געלט נאר פריוואטע-גראבע אנגעפרעסענע רעפובליקאנער פריצים?!

קום מיר נישט נאכדעם פרעדיגן מיט ״אונזער פרייהייט״- ‏ “Individual freedom”

דריי נישט קיין קאפ!!!

סאיז לעצטענס ארויסגעקומען אפאר שטודיעס ווי מ׳האט אויסגעפרעגט אסאך מענטשען אויף די וועלט ״וועלכע לאנד איז די גרעסטע שטער פאר וועלטס-שלום?״

אין די תירוץ וואס רוב מענטשען האבן געגעבן איז די פאראייניגטע שטאטן...

דאס איז אונזער אימעדזש אין די וועלט- נישט נארט קארעא, רוסלאנד, כינע, איראן, אפגאניסטאן. נאר די ״מלכות של חסד״

מיר האבן ערליך פארדינט די טיטל- צו פארדאנקען די רעכטע רעפובליקאנער warmongers
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אישתישבי האט געשריבן:גיי טאקע צו סלאוויניע

הער אויף מיט דיינע סאציאלע שטותים, די גרעסטע ראי׳ איז מיימאנדיס שפיטאל

.

וואס הייסט אז איך זאל אויפהערן מיט מיינע סאציאליסטישע שטותים???
הא???

איך האלט נישט דערביי! דא איז א free Contry, ס׳הערשט דא פרידאם אף ספיטש לעסט טיים איי טשעקט...

איך האלט אז דעמאקראטישע סאציאליזם איז די בעסטע סיסטעם דערוייל אויף דער וועלט- והא ראי׳

די ערשטע בעסטע צעהן לענדער אויף די וועלט זענען סאציאליסטן...

דו גייסט מיר זאגן אז איך זאל גיין קיין סלאוויניע???
פ**ק יו! איך וויל דא שטיין אין פראנט פון די statue of liberty און איר שפייען אין פנים אריין!

האסטו געהערט א מעשה!!!?

איך וויל דא בלייבן אין אמעריקע און פאר יעדעם וועמען איך קען פארציילן אז אמעריקע אז איין גרויסע ״אייסעס טעראר גרופע״
און זענען פונקט אזעלכע רוצחים ווי זיי! איך וויל דא בלייבן אין אמעריקע און פאר יעדעם אויפדעקן וואס פארא ליגענער און רויבער די רעכטע זענען!!!

טייל מיר נישט איין וואס צוזאגן און וואס צוטוהן! איך ארבעט נישט פאר דיר!!!

פונקט ווי די רעכטע האבן א רעכט צופארשפרייטן זייערע שיטות האב איך א רעכט צו פארשפרייטן מיינע שיטות!!!

אמעריקע איז נישט קיין דיקטעטארשיפ! אט פונקטליך דאס איז פאלטיקס!!!!יעדער שרייט זיינע שיטות!

דיין גרעסטע ראי׳ אז סאציאליזים ארבעט נישט איז מיימאנעדיס האספיטאל??? אר יו קידינג מי???

האסט שוין אמאל באזוכט א לאנד וואס איז דעמקראטיש-סאציאליסט געשטימט?

האסט געקוקט אויף די דאטא ווער ס׳האט מעהר האומלעיס? וועלכע לענדער איז דא מעהר opportunity? פראספערעטי???

שעמסט זיך אפילו נישט אויסצוגרעבצען דיינע שטותים אין פובליק???

מיימאנדיס שפיטאל יוכיח!!! האהא.... :P :lol: :)
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

וואלווי האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:און בנוגע בערני מיט זיין שיטה,
א) דאס וואס בערני זאגט אמאל ריכטיגע דיבורים מאכט נישט זיין "שיטה" ריכטיג...
ב) דער אלטער איז "נישט" מחשיב דעם יחיד'ס פרייהייט ווען עס קומט צו די עקאנאמיע, און זיינע שטיצערס זענען נישט מחשיב דעם יחיד'ס פרייהייט אפילו ווען עס קומט צו פרייהייט פון אויסדרוק וכו'
ג) זיינע חברה זענען אין אלגעמיין געהעריגע ראסיסטן ווען עס קומט צו די נישט ריכטיגע ראסע (ווייסע) ד) ועוד ועוד, די חברה זענען געהעריג אויפן וועג צוריק צום מיטל אלטער.

א) ווייל דאס וואס טראמפ זאגט אייביג ריכטיגע דיבורים מאכט זיין שיטה אייביג ריכטיג...

ב) דער אלטער איז דער איינצוגסטער וואס קעמפט באמת פאר ערענסטע מינימום וועידזש העכערונג. דאך, פרייהייט פונ'ם יחיד קומט פון טראמפ...

ג) אפענע ראסיסטען. די טראמפ נאציאנעליסטן זענען נאר קלאסעט ראסיסטען...

ד) די מיטל אלטער. דארט ווי אלע פשוטע פויערען מיט מינאריטיס האבן געהאט פולע רעכטען...

1) רוב רובם פון די קאנסערוואטיוון/ליבערטעריענס וואס שטיצן טראמפ (ואני בתוכם) שטיצן נישט טראמפ צוליב זיין שיטה (איך בין נישט זיכער ער האט אויף אלעס ..) נאר צוליב זיינע מעשים,

2) צווינגען געוויסע מענטשן צו העכערן געהאלטן פון אנדערע איז ריין טעראר, (אונז זעמיר אלע דערביי אז די קאנסומערס זאלן לייגן דריק אויף קאמפאניעס צו צאלן מער פאר זייערע ארבעטערס)

3) דו באציעסט זיך צו גרופעס וואס האבן קיין שום שייכות מיט די היינטיגע קאנסערוועטיוו/ליבערטעריען מאוומענט, משא"כ בערניע איז עמטליך ארום גענומען און שטיצט די לינקע ראדיקאלן

4) פון די הויפט חידושים פון די מערב וועלט וואס האט געברענגט פרייהייט פארן אלגעמיינעם בירגער איז געווען אז א יחיד האט געוויסע רעכטן וואס קיינער קען נישט צונעמען פון אים (אריינגערעכנט די רבים),
און אדרבה זיי זיך מסביר ווי האלסטו שטעלט זיך אפ די רעכטן פונעם רבים כלפי דעם יחיד
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליב צו וויסן האט געשריבן:

ווי למשל???

שפענדן ביליאנען צו בויען א נערישע וואנט מיט א תירוץ אז דארט פירט מען דורך אלע דראגס ווען בשעת אלע ערענסטע דראגס האט מען דורכגעפירט דורך “sophisticated tunnels“???

זינט ער איז אויפן בענקל איז דא די מערסטע אנטיסעמיטיזם און ראסיזים! דאס איז א טרוקענער פאקט!

ענק נעמען קרעדיט אז ער איז גוט פאר די עקאנאמיע??? און ביי דעם זענט איר שטול!!!

וואס האט ער געטוהן???

ער האט אנגעפילט די אלע אמעריקאנער געריכט הייזער און די סופרים קאורט מיט רעכטע- צוריקגעשטאנענע-קאנסערוועטיווע ריכטער?
בשעת רוב לאנד איז קעגן זייערע פאליטיקס????
מיט יעדער אישו האבן די דעמאקראטן די מערהייט פון די מענטשען.
ענווייערמענט, גאנס, טויט שטראף, אימיגראנטן, אבאארשען, גימל- יעדער קען עס אליינס אויפקוקן!

וויל ער ארויפצווינגען די קאנסערוועטיווע פארדרייטע שיטות אויף רוב אמעריקאנער???
דאס הייסט א פרייע לאנד???

מוראדיג פריי! די פאונדיג פאטערס זענען געוועהן אזעלכע חכמים אז זיי האבן פארזעהן אז 51 פראצענט פון די סענאט ווערט אריינגעוועהלט דורך 15 פראצענט פון אמעריקע!!!!

מוראדיג!!

וואס האט טראמפ געטוהן? חוץ חרוב געמאכט די ענווייערמענט, זיך צוקריגט מיט אלע אונזערע allies און געפייניגט שפאנישע און מינארטיס???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@ליב צו וויסן:

קייסט איבער א גאנצן צייט די זעלבע שטירן אפפאל און ס'טחס קענטיג אז עס פעלט דיר אסאך היסטאריע בכלל און זיכער איבער די Western Civilization
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

צוליב זיינע מעשים!!!
אריינגערעכנט אז ער האט צוגעשטאפט די אויער ווען אמעריקע׳ס אינטעל האט אים אין January געווארענט וועגן קראנא וויירוס אין כינע?

אנשטאט צו צוגרייטן אמעריקע האט ער געשריגן אז עס איז נאך א אימפישטמענט און פעיק נוס!!!

פארדעם שפענדן מיר ביליאנען אויף אינטעל???

א מוראדיג פרעזידענט! ער גייט אונז לייגן באנקראט פונקט ווי ער האט געלייגט אלע זיינע ביזנעסער... אין דער ערד אריין!

ער קען נישט זיין קיין פירער, וואס ער רירט אן פארהארגעט ער אלעס און צוקריגט זיך מיט יעדען...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליב צו וויסן האט געשריבן:4) פון די הויפט חידושים פון די מערב וועלט וואס האט געברענגט פרייהייט פארן אלגעמיינעם בירגער איז געווען אז א יחיד האט געוויסע רעכטן וואס קיינער קען נישט צונעמען פון אים (אריינגערעכנט די רבים),
און אדרבה זיי זיך מסביר ווי האלסטו שטעלט זיך אפ די רעכטן פונעם רבים כלפי דעם יחיד

Gay marriage. דארט האט זיך אפגשטעלט די רעכטן פונ'ם רבים כלפי די יחיד.

שכויעח אייך, קאנסערוועטיווע אידיאלאגען פאר'ן העלפען פארזיכערען די רעכטען פונ'ם יחיד. א דאנק.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

אזוי ווי מען קומט כסדר צוריק צו געוויסע פאליסיס אדער פערזענליכקייטן העמיר ארויסלייגן מיין ס"ה און דערנאך גיין באזוכן אנדערע אשכולות...
די נקודה וואס איך ברענג ארויס איז:
1) טראמפ'ס חסידישע (און אלגעמיינע) שטיצער שטיצן אים נישט "ווייל ער האט א ווילדע שפראך" וכדומה, זיי שטיצן אים ווייל "ער ניצט זיין ווילדע שפראך צו האמערן די לינקע", און זיינע שטיצער זענען על פי רוב געווען אויף די רעכטע זייט בעפאר טראמפ איז דארט געווען..
2) זיין אויף די רעכטע זייט (בפרט פאר פשוטי עם) קומט על פי רוב פון מחשיב זיין דעם יחיד'ס רעכטן,
3) די לינקע (בפרט לינקע Millennials) זענען "נישט" מחשיב דעם יחיד'ס רעכט אפילו ווען עס קומט צו Freedom of speech וכדומה, נאר זענען ענדערש אויף די זייט פונעם קאלעקטיוו,
4) די מערב ציוויליזאציע האט זיך אנטוויקלט א דאנק די אנערקענונג אז דער יחיד האט געוויסע רעכטן וואס אפילו א שטארקע רבים קען פון אים נישט צונעמען
5) מענטשן זענען נישט פערפעקט און האבן פארשידענע נגיעות צו שטיצן צומאל פאליסיס וואס זענען "גרעי" לויט זייער קוק ווינקל (בפרט פארטייען, וואס זייער ציל איז בלויז גרעסער צו מאכן זייער פארטיי...)
פארשפארט