Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סאנטיאגא האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:איין אקטיאר מיט וועם איך בין אביסל באקאנט פערזענליך וואס אויף אים איז שווער אריבערצופירן ביקורת איז משה לעפקאוויטש (מוישע).

זיין נאמען איז ווילבושעוויץ, א רוסישע משפחה פון מאנטשעסטער וועלכע האט זיך גוט אריינגעבלענדט אין די סאטמארע-ברסלב'ע קהילה אין שטאט, ער שפילט אויס די סאטמארע טשילערס איינס אין די וועלט, סיי מיט די דביקות ביי קברי צדיקים און סיי מיט די נידריגע עדיקשנס ווי חאזעריי און געמבלינג...

די דירעקטאר זאגט ער איז פון מאה שערים

זיי האבן געוואוינט א שטיק צייט אין ירושלים, אבער שוין איבער צוואנציג יאר וואס זיי זענען אין מאנטשעסטער.
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

כרפס האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:
כרפס האט געשריבן:אסאך זאכן זענען נישט צום גלויבן, און טאמער מ'מאכט א פילם נישט מיט'ן ציל צו טשעפען, נאר צו אויפטון, טוט מען פארמיידן די קליינע פראבלעמען

ווי למשל?

נאכאמאל רעדן פון פאזיטיווע זאכן איז דא גענוג געלעגענהייטן פאר די קאמיוניטי אויב זיי ווילן שטארק, זייט ווען דארפן פרעמדע מענטשן זיך זארגן פאר דיין אימעדזש? די פראבלעם איז דאך די זאכן וואס מ'שפילט געווענליך אפ ווערן קיינמאל נישט אדרעסירט. hypocrisy#

ריכטיג, אבער ס'דא אזא זאך ווי פעיק נויז, אז מ'מאכט א פילם און מ'בלאזט אויף א מעשה, וואס אמת אז ס'דא א פראבלעם, אבער א שיינע טייל פונעם פראבלעם איז גאר אינעם גיבור המעשה - וואס האט פראדוצירט דעם מעשה.
וואס איך זאג איז, אז א מענטש פארציילט א מעשה אין א פילם, פשוט לייגט ארויס פאקטן וואס האבן פאסירט, און זיין ציל איז מער ווייניגער צו פארציילן זיי מעשה, און אפשר אויך צו טוישן עפעס וועגן דעם.
אבער טאמער זאל מען מאכן א פילם - אזויווי וואן אף אס - וואס איז פשוט געוויזן פאר יעדן, קוק וואס איך האב געבראכן נעכטן.. האט עס נישט קיין גוטע ציל, און ס'האט אויף די לאנג ראנג קיין הצלחה אויך נישט. די נעגאטיווע שפייעכטץ איז גוט פאר שנעלע נייעס, פאר פעסעמיסטן, אבער נישט פאר אינטערטעינמענט אין די מאווי האנדל

כ'כאפ נישט דיין הערה אויף וואן אף אס געבראכן? וואס?
בנוגע פאלשע נייעס, כ'בין נישט מחולק מיט דיר כ'ענדיג יעצט נאך א ריוויא אויף Unorthodox ווי איך ענטפער אביסל די געדאנק פון די נישט אמת'ע חלקים. און בנוגע וואן אף אס, כ'כאפ נישט ווי ס'קומט דא אריין, וואן אף אס איז א דאקומענטרי - דאס איז פיקציע סעריע בעיסד אויף פאקטן, ס'איז נישט ווי מ'טאר נישט אויפבלאזן ווייל ס'איז נאך אלס פיקציע, איין ענליכקייט האט עס יא, די דריי מעשיות אין וואן אף אס איז אייגנטליך פארגעקומען מיט מענטשן פון די קאמיוניטי, די זעלבע דא די מעשה איז דבורה פעלדמאן'ס שטורמישע journey פון די קאמיוניטי, מער ווייניגער, סא דארף מען ליינען די בוך און זעהן וואס זי שרייבט, זיי זאגן אליינס אז די חלקים פון בערלין האבן זיי צוגעלייגט פשוט נישט אריינצוגראבן אין אסתי'ס לעבן אין בערלין ווי זי וואוינט היינט, און פארן הערן דעם אנעקדאט האב איך געפילט א דיסקאנעקט אין די געשיכטע אין בערלין, ספעציעל ביי די לעצטע עפיסאוד ווי אלע קערעקטערס קומען זיך צאם. די חלק איז די קריעטיוויטי פון א דירעקטאר איך האב עס פערצופאל נישט געגליכן ווייל ס'איז פון א גויאישע קאפ און ס'שטימט נישט, באט דעס מיינט נאכנישט אז כ'קען נישט אנעמען די אמת'ע חלקים דערין. פארשטענדליך?

באט one of us איז איז נישט קיין פילם "אויף" די געמיינדע ס'איז דריי געשיכטעס פון מענטשן וואס לאזן "איבער" די געמיינדע און וויאזוי זייער לעבן גייט צו איבערלאזנדיג און פון דארט און ווייטער, נעגעטיוו? יא ס'איז ריל לייף סטאריס און מענטשן זענען אין פעין, קענסט שעלטן דערויף אדער קענסטו זעהן מ'זאל נישט דארפן דיר אזוי אראפמאלן, חסידים זענען דאך שטארק באקאנט מיט חסד און אמור מעט ועשה הרבה, נא טוה עפעס. און one of us איז נאמינירט געווארן פאר עטליכע אווארדס, און אידן פון אלע קרייזן האבן עס געזעהן אדער געפילעוועט דערמיט, סא הצלחה פון וועמענס פערספעקטיוו? ווילסט זעהן א שיינע פעיריטעיל איבער חסידים? קוק A Life Apart: Hasidim in America
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

די וועלט זאגט א ווערטל, ווען מ'שמייכלט שמייכלט יעדער מיט דיר, ווען דו וויינסט, וויינסטו אליינס..
געבראכן מיין איך צו זאגן, יא, ס'איז ווייטאגליך, צו מ'איז גערעכט צו נישט, אבער די סך הכל איז נישט קיין מוסר השכל, און נישט קיין גבורה, בלויז ווייטאג. נו וואס ווילסטו פונקטליך? זאגן אז דו האסט געהאט א שווערע לעבן? ווער האט נישט קיין מסכתא אין לעבן? דאס איז נישט קיין חידוש אין פילעם, און נישט אין היסטאריע, און נישט אין קיין שום הינזיכט, אויסער צוגעבן צום פארטיי פון באשמוצן פון ווי דו קומסט.
ס'פארקויפט גארנישט.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.

שליחה דורך moneyminded »

זע איך יעצט בילדער פון פריידא וויזעל'ס ברודער , ווערט א טרענסזשענדער און גייט שוין אנגעטין ווי א פרוי

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ווען איז די נעקסטע עפיסאד?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קאצקע ציקער האט געשריבן:איך האלט זיי האבן געמאכט א גיטע זאב , אבער לייגן אראפ אסתי גאר שוואך כמעט וואס זי רעדט נישט כמעט וואס זי געבט א שמייכל זי קיקט אויס ווי אן אטיסטיק זיבען יעריגע מיידל

אגב איז אינטערסאנט צו וויסן אז דעברע פעלדמאן איז געווען שטארק אינוואלווד אין דעם פראיעקט

די סיבה פארוואס אסתי איז אזוי טריקן איז א חלק פון די מעשה. זי רעפרעזענט דבורה וואס איז באמת געווען פארביסן אויף איר עבר, מילא שפילט דאס דוקא יא אפ איר קאראקטער דורך נישט שמייכעלען, ס'נישט קיין פערזענליכע אגענדע מיט א קאמיוניטי, ס'איז סך הכל אן עקט בעיסד אויף א בוך.

די עצם מעשה איז זייער גוט אפגישפילט. מ'דארף נעמען אין אכט אז אויף פילם איז עס א נאוועל בעיסד אויף אמת'ע פאקטן, מילא איז נישט שייך צו זאגען ניץ יא האס אדער נישט, ס'דארף דאך אפשפילן א בילד און פערספעקטיוו, נישט קיין חילוק וואס דאס איז.

אבער אויב מ'שרייבט א רעוויו אויף די ביך זעלבסט קען מען טאקע פילן די ציפ פון אן אנגעווייטיגטע מיידל-ווייבל, וואס שיסט האס אויף די חרד'ישע קאמיונעטיס. ווי אויך דעקט זי דארט אויף פערזענליכע לעבן צווישען איר און איר מאן, עכטע שלאף צימער מעשיות, וואס איז זייער א געמיינע זאך צו טוהן, ווען זי ווייסט אז אין דע קאמיונעטי וואס איר מאן געפונט זיך איז דאס זייער געמיין. אז מען טוט אזוי אין א מאוווי מילא, ס'איז סך הכל ענטערטעינמענט, אפילו ס'איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, אבער אין א בוך וואס איז א בייאגרעפי איז דאס א סימן פון א שרייבערין א פארדארבענע מענטש, וואס איז נעבעך אויפגעוואקסען אין א צובראכענע שטוב.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

מאך זיכער האט געשריבן:פריידא וויזעל'ס איבערזיכט איז א מוז פאר יעדער וואס וויל גוט פארשטיין די חסרונות פון דעם שאו.

איין אקטיאר מיט וועם איך בין אביסל באקאנט פערזענליך וואס אויף אים איז שווער אריבערצופירן ביקורת איז משה לעפקאוויטש (מוישע).

זיין נאמען איז ווילבושעוויץ, א רוסישע משפחה פון מאנטשעסטער וועלכע האט זיך גוט אריינגעבלענדט אין די סאטמארע-ברסלב'ע קהילה אין שטאט, ער שפילט אויס די סאטמארע טשילערס איינס אין די וועלט, סיי מיט די דביקות ביי קברי צדיקים און סיי מיט די נידריגע עדיקשנס ווי חאזעריי און געמבלינג...

די טיווי שאו איז היבש פארנאגראפיש, מען קען זען דערויף די פריוואטע חלקים סיי פון אסתי און סיי פון מושי, איך וואלט נישט געראטן פאר איינער וואס וויל נישט זען פארנאגראפיע צו זען די שאו, ווען איך ווייס ווען וואלט איך עס נישט געקוקט, פאר מיינע מאראלישע צוועקן.

נאר וואס געענדיגט אלע פיר עפיזאדן; מיט'ן ביהיינד דע סינס.
מרת וויזל זאל מיר אנטשולדיגן, אבער די סעריע איז א מעסטער פיס!
ס'אלץ דא פלאץ פאר קריטיק, און פארבעסערונג, אבער אוינבאויף, איז דאס א גוטע ארבעט.
נאר וואס דען, מיר שטערט שטארק די פארנאגראפישע חלקים דערפון, סיי די נאקעטע מקוה סצענע, און די אנדערע כלה אנווייזונגען.

שטיל גערעדט, קיין דדים האט זי נישט קיין פאסיגע לויט איר עלטער, און איר חן? מהיכי תיתי...
ס'מיר דאך א חידוש אז זיי זאלן צייגן ווי זי טשעקט אין טוילעט אירע לעכער, און דאס גלייכן, ווי כאילו א ספיי קעמערע אין א כינעזע סקול טוילעט..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כרפס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

כרפס האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:פריידא וויזעל'ס איבערזיכט איז א מוז פאר יעדער וואס וויל גוט פארשטיין די חסרונות פון דעם שאו.

איין אקטיאר מיט וועם איך בין אביסל באקאנט פערזענליך וואס אויף אים איז שווער אריבערצופירן ביקורת איז משה לעפקאוויטש (מוישע).

זיין נאמען איז ווילבושעוויץ, א רוסישע משפחה פון מאנטשעסטער וועלכע האט זיך גוט אריינגעבלענדט אין די סאטמארע-ברסלב'ע קהילה אין שטאט, ער שפילט אויס די סאטמארע טשילערס איינס אין די וועלט, סיי מיט די דביקות ביי קברי צדיקים און סיי מיט די נידריגע עדיקשנס ווי חאזעריי און געמבלינג...

די טיווי שאו איז היבש פארנאגראפיש, מען קען זען דערויף די פריוואטע חלקים סיי פון אסתי און סיי פון מושי, איך וואלט נישט געראטן פאר איינער וואס וויל נישט זען פארנאגראפיע צו זען די שאו, ווען איך ווייס ווען וואלט איך עס נישט געקוקט, פאר מיינע מאראלישע צוועקן.

נאר וואס געענדיגט אלע פיר עפיזאדן; מיט'ן ביהיינד דע סינס.
מרת וויזל זאל מיר אנטשולדיגן, אבער די סעריע איז א מעסטער פיס!
ס'אלץ דא פלאץ פאר קריטיק, און פארבעסערונג, אבער אוינבאויף, איז דאס א גוטע ארבעט.
נאר וואס דען, מיר שטערט שטארק די פארנאגראפישע חלקים דערפון, סיי די נאקעטע מקוה סצענע, און די אנדערע כלה אנווייזונגען.

כ'פרוביר צו פארשטיין. אז איינעם שטערט פארנאגראפיע פארוואס זאל ער נישט טוהן וואס אונזער זיידע'ס האבן געטוהן?

זיי האבן אויף געמאכט א ריזיגע סלאוויטע גמרא מסכת בבא מציעא מיט די דיקע העווי פאפיר און ארימגעפלויגען אין סוגיא פון תקפו כהן.

אבער סארי פאר די לעטדאון. אזוי קומט ענטערטעינמענט היינט, ס'וועט אייביג זיין אביסל פארנאגראפיע, ווערטס צוגעוואוינט און ס'וועט ענק גרינגער ווערן אויפ'ן הארץ.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

א לענגערן איבערבליק אויף Unorthodox
spoiler alert

כ'בין אין ליב מיט די כאראקטער פון די פארביסענע מומע מלכה, זי איז די epitome פון אלע איגנארענס וואס גייט פאר צווישן היימישע משפחות... זי האט געהאט פון וועם זיך צו לערנען, איר מאמע איז דאך גארנישט בעסער... די סין אין די חתן כלה דירה ווי אסתי האט א פריוואטע שמועס מיט איר איז גאלד! מ'קען שרייבן בלעטער איבער יענע פאר ליינס אהין און צוריק, גאנצעטע סיזנס קען מען מאכן דערפון!!

אין איין ווארט: ס'איז דא א פראבלעם; יעדער איז פאדראסן און אנשטאטס האנדלען דערמיט ווי א נארמאלע מענטש געט די פארסמ'טע זרש אלע סארט אירעלעווענט עצות און הגהות אנשטאטס א טראפעלע סימפאטיע.. יענע צוויי מינוט אין די מעשה איז איינס פון אסאך חלקים וואס איז אזוי אמת!!!! sadly enough

ווי למשל; די מה יאמרו הבריות קארד, וואס ווילסטו פון דיינע צובראכענע אור עלטערן ס'זאל זיי צוטרעטן צום געזונט? הער אויף מיט דיינע פראגרעסיווע געדאנקען, ווען דיין זיידע באבע האבן חתונה געהאט אין די מלחמה האבן זיי נישט געוויסט בעסער, מילא דארפסטו היינטיגע צייטן אויך נישט וויסן בעסער... אלעס נאר נישט א גלעט, כ'פיל מיט מיט דיר, כ'וועל דיר זעהן צו העלפן וכו' נאך א זיסע פארט, די שמועס מיט די מחות'נסטע (יאנקי'ס מאמע) קודם שפילט זי שיין צו איר "שלעפ נישט זיי זיך נישט מטריח..." ווייל ס'קומט אזוי, מ'ווייזט א שיינע געזיכט, נאכדעם בארעדט מען יענעם אונטערן רוקן - די סימבאל פון א אידישע שטוב - ווי נאר די שוויגער זאגט איין קרום ווארט קומט ארויס די מומע מלכי'ס עכטע פרצוף, און זי זאגט אפן איר מיינונג אין פנים אריין, בכלליות איר גאנצע כאראקטער שפיגלט אפ א toxic being וואס אפעקטירט יעדעם ארום איר.

אגב, א סתירה אין אסתי'ס כאראקטער, א עריע ווי מ'איז געגאנגען צו ווייט מיטן איר מאכן פאר א תם; אויב איז זי אזוי אומוויסנד אז זי האט נישט די ערשטע מושג וויאזוי מ'נוצט גוגל, דאן פון ווי איז די הוה אמינא ארויסגעוואקסן פריער אין די מעשה, אז אויף יוטוב קען מען טרעפן **** קאוטשינג? אסאך זאכן זענען איבערגעטריבן אדער אומרעאליסטיש, וועלכע מיידל ווייסט נישט וואס זי האט? זכרים זענען אפשר מער אויפגעקלערט אבער מיידלעך זענען נישט קיין קליינע קינדער... ווער טראגט א לאנגע נאכט העמד מיט ציצית א יעדע נאכט? און זי מיט די robe אויף די night gown אין שלאף צימער... וועלכע חסיד וואלט זיך איינגעהאלטן א יאר? (כ'האב נאכנישט געליינט די בוק איז די חלק אמת?)
אסתי'ס כאראקטער האט א טוץ פון מענטל אישאוס כ'בין נישט קיין עקספערט אבער מ'זעהט עס אין איר, כ'גיי נישט יעצט מאריך זיין דערויף ווייל ס'איז דא מערערע. כ'האב מורא'דיג גענאסן פון דעם שטיקל ווען זי קומט אן קיין בערלין מיט די אפענע אויגן, ווי זי נעמט אריין די טריפה'נע גאס און יעדע ריר איז איר ניי און exploratory, זי זוכט זיך אליינס, זי איז אומזיכער וואס מ'זאגט יא, וואס מ'זאגט נישט אא"וו, מיט דעם האב איך שטארק קענעקטעד. די גאנצע צוגאנג פון טרעפן נייע חברים און זיך נאכשלעפן האב איך זייער געגליכן, און מ'טשעפעט איר אפאר מאל פאר די נישטיגקייט, סתם ווייל זי איז נאך א גרינע, און ווייסט נישט וואס און וועם צו גלייבן, די גאנצע וועג וויאזוי זי טרעפט זיי האט געפילט שטארק נאטירליך.

זי איז אזוי נישט אהין נישט אהער, פון איין זייט האט זי די עקסייטמענט פון אנהייבן א נייע לעבן, פון די אנדערע זייט האט זי נאך די גילט פארן אנטלויפן, און אויך איז זי נאך אומבאקאנט מיט הלכות secular lifestyle ביי די ביטש שטייט זי אינגאנצן פארלוירן און פארקווענקלט אלעס נעמט איר צייט, ווי א פינף יעריג'ס וואס גייט די ערשטע מאל שווימען… בעת ווען די אנדערע צולויפן זיך ווי פרייע פויגל מאכן א לעבן, ווייסן נישט פון קיין דאגות און טראמא, דאס האט מיר מורא'דיג בארירט, כ'קען עס נישט שילדערן אבער ס'איז עפעס א צודרייטע טיפע צענע.

ס'איז דא א זאך וואס הייסט introvert דאס הייסט א מענטש וואס איז מער א נחבא אל הכלים, האט מער ליב צו זיין אליינס ווי מיט פריינד, עוואוידן גרויסע קראודס, רעדט נישט הויעך, א צוריקגעצויגענער. איר קענט דא ליינען נאך symptoms
https://introvertdear.com/news/introver ... ble-signs/

אסתי איז א introvert און כ'פיל ווי דא ליגט א טיפע פוינט, זייער אסאך מענטשן, לאו דוקא, אבער בפרט ביי אונז, שעצן נישט diversity דאס איז א פאקט קלאר ווי טאג, און מ'זעהט אין די שאו ווי זי ליידט נאר פארן זיין א ביישן, פארן זיין אנדערש, אפטמאל איז עס פארבינדן מיט זיין קריעטיוו, און ס'איז כדאי מ'זאל זיך פארבעסערן אין דעם. ביי אונז מוז יעדער פיטן א געוויסע מאלד, צו ס'איז מיט ישיבות, צו ס'איז מיט טוהן שידוכים, די סטאנדארט פון חתונה מאכן, און וויפיל געלט מ'מעג מאכן וואספארא סארט דזשאב מ'מעג האבן און נאך פילע אזוינע זאכן.

יאנקי איז סתם א אפגעריסענער יוקל א טיפיקל פאפרומט'ע ישיבה בחור וואס האלט נאך סאאאאך פארן חתונה האבן, ער דארף נאך אפאר יאר טעראפי פאר זיין IED און ווי צו'חושט ער איז, איז ער לכבוד דעם מער דיפענדענט אויף זיין מאמע... אזא גרויסן טעות, רעד מיט א קאונסלער, רעד מיט א סעקסאלידזיסט, איינער וואס אפערט פראפעשינעל עדווייס, מיין מאמע האלט מיין מאמע זאגט... ווער האט איר געפרעגט? אזא פנים האט עס ווען מ'איז נישט גרייט חתונה צו האבן מ'טראכט דאך נישט פון די פראבלעמען וואס קען און וועט זיך מאכן... נעבעך גענומען צוויי אומסטאבילע פארשוינען און חתונה געמאכט. דזשאסט לייק דעט.

די צענע ווי יאנקי כאפט אוועק מוישע'ס סמארטפאון איז זיס באט אביסל איבער די טאפ, אויב איז ער אזוי נאאיוו, שטימט נישט די גאנצע ענד, אבער ער איז גאנץ א פיינער עקטער, היבש א טשעלענדזשינג פארט אראפצושפילן אויך. בדרך הלצה; זיי זענען א גוטע מעטש ווייל ביידע זענען נייגעריג צו עקספלאורן...

מוישע (Jeff Wilbusch) איז אייזן גוט, ער איז פון איין זייט דער טו פעיסער וואס שפילט ביידע זייטן א מינוט דעם הייליגן שליח לדבר מצוה, און א מינוט דער פראסטער קלאב גייער/געמבלער... כ'האב ליב זיין פלינקייט, מ'האט קוים אריינגעטשעקט אין האטעל ער איז שוין אפן פאון מיט זיינע קאנעקשענס... די גלעזל מיט די באנאנע שיריים אין די מאמע'ס הויז האט מיר געקאסט א טיפן געלעכטער, זיין קערעקטער איז א געמיש פון badass געוואגטקייט, גרייט אויף אלעס, זייער tranquil און מיסטעריע איבער זיין עבר, מ'ווייסט נישט פונקטליך וואס זיין גיין די ערשטע מאל האט געמיינט פאר אים, צו ער האט גענצליך חרטה געהאט צו ער האט נאך second thoughts און ווען דעס איז אלעס פאריבער צו וועט ער זיך אפשר באקלערן צו מאכן א בואי בשלום און זיך צוריקדרייען קיין בערלין, מ'ווייסט נישט. וואס מ'זעהט אבער יא איז ווי ער שרעקט אן אסתי מיט אלע סארט שפיזיגע און דערנידערנדע לאזונגען, ווייל ער איז שוין "דארט" געווען ווי גלייך 2 מעשיות זענען די זעלבע, ער רעדט אזוי עקסטרעם דארט ס'קען זיך דאכטן צו ס'קומט נישט פון קנאה, ער גיסט פשוט איבער זיין גילט צו אסתי, אלנפאלס ער נעמט די מהלך ווי רוב עסקנים און פאמיליע מיטגלידער, אין א פארזוך צוריקצוברענגען דעם פארוואגלטע נשמה וואס מאכן יענעם נאך מער מיזרעבול, מיט שטותים און אירעלעווענט מלחמה ב"ש היסטאריע חזר'ט זיך איבער בלא בלא בלא...

די מאמע איז אויך גאנץ א פיינע עקטרעס, זי האט אסאך דורכגעמאכט און זי האט טאקע אסאך העיט אויף די קאמיוניטי, פארט וויל זי נאך אלס די בעסטע פאר איר קינד, איר ווייב איז סתם נישט אריינגעקומען כ'האב פיינט ווען מ'זעהט א עקטאר פאר 2 מינוט וואס טוט נישט גארנישט געב איר ליינס עטליסט. די וואן נייט סטענד איז אריינגעקומען ווי די קאץ איבערן וואסער, מ'רעדט נישט דערפון נאכדעם ס'הערשט א awkwardness כ'האב ערווארטעט ס'זאל זיך שפינען עפעס דערפון, גארנישט.. אויך ס'מאכט אויסזעהן ווי יעדע זכר העלפט נאר ארויס אנצוקומען צו טוהן מעשים טובים...

נאך א זאך וואס האט מיך אויפגערעגט, די צענע ווי זי לויפט אוועק פון דארמיטארי צו קאלן די באבע וואס אין די וועלט האט דעס געדארפט צו מיינען? און די באבע כאפט א הארץ אטאקע סיריעסלי? פארוואס האט זי נישט צוריקגענטפערט? און אז די באבע איז אומסימפאטיש ווי מ'זעהט א גאנצן צייט, פארוואס אין די נאמען פון זלמן לייב פילאפף האט איר אסתי ליב געהאט אין די פורסט פלעיס?? זייער פארנעפלט. די טאטע איז סתם געווען עקלדיג אפילו אויב די טאטע איז טאקע געווען א אלקעהאליק וואלט עס געקענט בעסער ווערן אפגעשפילט ווי היינטיגע צייטן נישט ווי 200 יאר צוריק

לגבי די אוועראול פראדאקשען מ'דארף פארשטיין א זאך: עטס זעהטס דאך אז איך קען אביסל די פילם וועלט, אלעס איז פארבינדן מיט טעכנישע דעטאלן ס'איז נישט דא קיין ריזיגן אויסוואל פון אקטיארן אויף די זאכן, די זעלבע גייט אויף לאקאציעס, און די זעלבע אויף קליידונג אפציעס, ווי א געווענליכע האליוואד פראדאקשען ווי געלט איז נישט קיין עיקר, און די לימיטס וואס ס'איז דא ביים אפשפילן אויטענטיש חסידים, מילא מוז מען אפטמאל ארבעטן מיט וואס מ'האט יא. כ'בין געווען נישט לאנג צוריק ביי פידלער אויפן דאך אויף בראדוועי, געמאכט אין אידיש, כ'האב געכאפט א שמועס מיט עטליכע אקטיארן, איינער איז א יידישיסט גראדע, אבער דער טעביע און די אנדערע מעין עקטערס זענען געהעריג געגאנגען שטודירן אידיש א יאר צייט פאר דעם!
און כ'גלייב דא איז געווען ענליך, ווען דו ליינסט א סקריפט אין אידיש זאגסט עס אפ ווי אשרי, זיי געט מען א אידישע סקריפט געשריבן אין ענגליש... קודם לערן די נקודות, פראסטע אלף בית, יעצט גיי און ארבעט אויס די דיאלעקט… און דאס אלעס דארפסטו אינזין האבן ביים עקטן ווען די קאפ איז אקופירט פון וואס מ'דארף טראכטן צוצוקומען צו זיין "אין קערעקטער" פוינט איז, ווען דו עקסט אין א שפראך וואס דו קענסט פון שלאף, ביזטו אטאמאטיש מער קאנפידענט (טאקע ווי משה און די רבי)

סא נאכאמאל דו קענסט די לעבנסשטייגער ווייל דו לעבסט עס, אבער פאר א דרויסנדיגער צו קומען און נאכמאכן אזוי גוט, כ'עדמייער וויפיל ער האט "יא" עספייעט אויפצוכאפן! א שפראך צו לערנען איז בכלל נישט אזוי גרינג... אלס די מעשה געב איך עס א 5 אלס די עקטן א 7 און אלס די פראדאקשען א 6.5

אז כ'בין שוין דעוויל'ס אדוואקאט אויף א מינוט, וויל איך נאר צולייגן זייער אסאך מענטשן גייען זעהן דעם שאו און וועלן גלייך ארויסהייבן די אומרעאליסטישע פארטס, און כ'זאג נישט ס'איז נישט דא, און ס'קריכט מיך אויך, איז אבער כדאי צו אין באטראכט נעמען אז נישט יעדע זאך אין א מאווי וועט זיין הונדערט פראצענט אמת, און בכוונה אזוי, איז יעדע דעטאל אין די מאווי טיטאניק אמת ויציב? יעדע צווייטע מאווי באזירט אויף אמת'ע פאקטן פארמאגט אויך פיקטיווע חלקים,

יא ס'איז געווען א שיף וואס האט אנגעקלאפט אין א אייזבארג, איינגעזינקען, און טויזנטער פאסאדזשירן זענען דערטראנקן געווארן און אויסגעגאנגען פון קעלט, וואר אז ס'איז געווען א מאנגל אין רעטונגס שיפלעך וואס וואלט געקענט יעדעם ראטעווען, איז אמת אז ס'געווען א דזשעק און ראוז וואס זענען געפאלן אין ליב אויפן שיף און געמאכט א לעבן, מיט עפעס א ראמאנטישע מאלעריי? אויסגעזויגן פון פינגער! נאר וואס'זשע דען? ווי נישט ווי איז דאך עס נאר א פילם, און מ'מוז דאך עס מאכן אינטערסאנט, און מענטשן ערווארטן א געוויסע קלישעי סטרוקטור קוקנדיג אויפן סקרין, אזוי ווי מענטשן ערווארטן ליבע שמוץ און שרעקעדיגע חלקים ס'איז א דבר פשוט, ווי אויך איז דא די חלק אז דער פראדוסער וויל זיך אויסגעבן זיינע פאנטאזיעס דערביי קאלירט מען ארויס פון די ליניע און מ'פיצט צו זאכן ארויף און אראפ, אמאל לויט נגיעות אמאל לויט נגיעות פון די טיווי נעטווארק, אמאל לויט דער וואס פאנדט דעם פראעיקט, און אמאל פארוואס נישט פאר די אייגענע טאלאנט לאווי דאווי זיסע דמיונות ראמאנטישע שורות וד"ל און... בביאת גואל צדק במהרה… די ענד..

די זעלבע זאך דא, ארויסגעבן אייגענע ווערק צו די וועלט איז א פריוויליגע, א זאך וואס אסאך ווילן טוהן, און ווען מ'האט א געלעגענהייט עס צו טוהן וויל מען עס טוהן אין די אייגנארטיגע וועג, דאס איז א סימן פון א ארטיסט, ממילא מ'דארף דאס פארשטיין פאר מ'נעמט עס פערסאנל, אפשר ליגט עפעס אונטער דעם don't get me wrong איך האלט נישט אז ס'איז געטוהן צו די זאך, פארדרייען פון די אמת פאר דיין בייעס צו ווייל פאר עפעס א סיבה עקש'נסט דיך צו לאזן דיינע פינגער אפדרוקן אבי אן א הסבר, צו ווייל דו ווילסט גיין אין שפאן פון געווענליכע ראמענטיק מאוויס, מיט דעם אלעם פארשטיי איך דעם דירעקטאר'ס פערספעקטיוו, די גאנצע אויספיר פון די שאו די קאנעקשן מיט די מי בן שיח און די ראמאנטישע שפאציר פון אסתי און יאנקי, די צאמפלעכטן שורות וואס איז געזאגט געווארן אנפאנג, דאס זענען זאכן וואס מ'זעהט אסאך אין פילם, ס'איז א פארמיולע די רייזע קומט צו א ענדע, מיט א געוויסע דערלייכטערונג, גראדע מיט די ספעציפישע מעשה האט עס נישט געשטימט איך זאג נאר אזויפיל אז כ'פארשטיי פון ווי זיי קומען.

אגב אז איך רעד שוין, איך פערזענליך גלייך בדרך כלל סאך מער א טרויעריגע ענדע, פאר 2 סיבות: קודם כל ס'געבט נאך א טשאנס פארן דירעקטאר צו קאנסידערן א part 2 אינעם עתיד, און פשוט ווען מ'ענדיגט עס וואטשן שפירט זיך נישט דעם gap פונעם סקרין ביז ריל לייף, אדרבא ס'איז מער עכט טאקע ווייל ס'ענדיגט מיט א ציפ, מ'פילט עס בעסער, ווייל אין עכטן לעבן ענדיגן זיך נישט אלע מעשיות גוט, פונקט געזעהן א גוטע קוואוט
"Happy endings are stories that haven't finished yet"

נאך דא אסאך צו רעדן. אויב דו ווילסט נאך סחורה, ביטע לייק בבחינת זה נהנה וזה לא חסר ס'געט מיר חיזוק צו שרייבן נאך.
אויף דערווייל האטס מיר א כשר'ן פרייליכען קווארענטין
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סאנטיאגא: איך האב דיר געגעבן א לייק. כאטש דו האסט נישט גערעדט צו מיר. (מ'רעדט (כמעט) קיינמאל נישט צו מיר. ווען איך זאלל ווארטן ביז מ'רעדט צו מיר וואלט איך שןין אראפגעפאללן פונ'ם בענקל...!
והשנית. בדרך כלל האביך נישט קיין געדולד אדורכצוליינען לאנגע מאמרים.סאו איך האב געליינט דיין היקף'דיגן ריוויו בסקירה אחת. או.קעי. בשלוש סקירות. (וואטעווער דהאט מיענס.). לויט וואו דו לייגסט עס אראפ לויפט דא א טעמע פון שילדערן דעם טאטן ווי א שיכור און א לא יוצלח. די דאזיגע השפעה איז געקומען פון די עקל'דיגע, אומגליקליכע מויד דעברא פעלדמאן. זי האט פיינט איהר טאטן. און זי שילדערט איהם אייביג, אין א יעדן פאבליק פארום אלס א מענטל קעיס. (וואס ער איז נישט). איך האב איהר אמאל געהערט אויף א רעדיא סטעישן ווען זי האט געשילדערט איהר טאטן און מאמע אלס מענטללי דיפעקטיוו. האט איהר דער האוסט (א איד) געפרעגט. אויב איהר טאטע און איהר מאמע זענען מענטל, דאמאלס מוז זי אויך זיין...לאל...און זי האט א שטארקע, אקטיווע און ברענענדיגע שנאה צו איהר משפחה און צו איהר רעליגיע. א סאך מער ווי פרידא וויזעלל...! און דאס ווערט רעפלעקטירט אין די גאנצע פראדוקשן...!
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

איך וועל זאגן א הערה. איך קען רוב עקטערס דא, און זיי האבן בעסער אראפגעשפילט א מצב, אסאך בעסער ווי די אמת'ע מענטשן מיט וועמען ס'איז געשען. און כ'קען דבורי'ס טאטע, און כ'קען דער עקטער-טאטע, דבורי'ס טאטע איז נעבעך צובראכן האט ער זיך גענומען טרונקן, און דער עקטער איז א רוסישער וואס קען טאקע טרונקן... און איז א אויסערגעווענליכע אקטיאר, אדרבה קוקטס זיינע אלטע שאוי'ס.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

סאנטיאגא האט געשריבן:אז כ'בין שוין דעוויל'ס אדוואקאט אויף א מינוט, וויל איך נאר צולייגן זייער אסאך מענטשן גייען זעהן דעם שאו און וועלן גלייך ארויסהייבן די אומרעאליסטישע פארטס, און כ'זאג נישט ס'איז נישט דא, און ס'קריכט מיך אויך, איז אבער כדאי צו אין באטראכט נעמען אז נישט יעדע זאך אין א מאווי וועט זיין הונדערט פראצענט אמת, און בכוונה אזוי, איז יעדע דעטאל אין די מאווי טיטאניק אמת ויציב? יעדע צווייטע מאווי באזירט אויף אמת'ע פאקטן פארמאגט אויך פיקטיווע חלקים,

דעי מאווי איז ניטאמאל "באזירט אויף אמתע פאקטן" סאיז "אינספירירט ביי" וואס כידוע איז based on true events און inspired by צוויי דרגות מיט די שפעטערע ווייניגער אמת. ווי אויך שטימט עס ניטאמאל מיט די בוק.
אבער למען האמת, איך בין נאכאלס צומישט, ווען און וויפיל פאלשקייט איז אקצעפטירבאר? לויט ווי כאב געליינט פון וויזעל אין [tag]צמח[/tag]'ס ארטיקל דארף אזא מאווי יא שפילן ווי מער אמת און טאקע מיט די זייטייגע קלייניקייטן איז וואס שפילט א ראלע. וויזעל איז טאקע היפש קריטיקעל אויף איר בלאג. איז וואס איז פשט?

די מעשה מיט יוטוב שטימט נישט מיט נאך עפעס. זי האט חתונה געהאט אין 2003-2004 און יוטוב איז ערשינען אין 2005-2006
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ביבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כרפס: אויב דו קענסט טאקע איהר טאטע קענסטו פארשטיין פארוואס איהרע ווערטער נעמען מיך ארויס פון די כלים. ווייל אין אנהייב האטצי פארקויפט אז ער איז מענטל. און ער איז נישט. איך קען איהם פערזענליך. ווייל איך בין א מחותן מיט די משפחה. (נישט מיט איהם פערזענליך.). נאר ס'זעהט אויס אז אויפ'ן פילם איז בעסער ווען זי זאגט אז ער איז א שיכור. ) .
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

ביבער האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:אז כ'בין שוין דעוויל'ס אדוואקאט אויף א מינוט, וויל איך נאר צולייגן זייער אסאך מענטשן גייען זעהן דעם שאו און וועלן גלייך ארויסהייבן די אומרעאליסטישע פארטס, און כ'זאג נישט ס'איז נישט דא, און ס'קריכט מיך אויך, איז אבער כדאי צו אין באטראכט נעמען אז נישט יעדע זאך אין א מאווי וועט זיין הונדערט פראצענט אמת, און בכוונה אזוי, איז יעדע דעטאל אין די מאווי טיטאניק אמת ויציב? יעדע צווייטע מאווי באזירט אויף אמת'ע פאקטן פארמאגט אויך פיקטיווע חלקים,

דעי מאווי איז ניטאמאל "באזירט אויף אמתע פאקטן" סאיז "אינספירירט ביי" וואס כידוע איז based on true events און inspired by צוויי דרגות מיט די שפעטערע ווייניגער אמת. ווי אויך שטימט עס ניטאמאל מיט די בוק.
אבער למען האמת, איך בין נאכאלס צומישט, ווען און וויפיל פאלשקייט איז אקצעפטירבאר? לויט ווי כאב געליינט פון וויזעל אין [tag]צמח[/tag]'ס ארטיקל דארף אזא מאווי יא שפילן ווי מער אמת און טאקע מיט די זייטייגע קלייניקייטן איז וואס שפילט א ראלע. וויזעל איז טאקע היפש קריטיקעל אויף איר בלאג. איז וואס איז פשט?

די מעשה מיט יוטוב שטימט נישט מיט נאך עפעס. זי האט חתונה געהאט אין 2003-2004 און יוטוב איז ערשינען אין 2005-2006

אקעי, פארוואס וויזעל איז מלא קריטיק ווייס איך שוין.
ווייל מ'האט איר נישט געפרעגט ווען מ'האט געפילמט אין ווילי, דאס האב איך געהערט ממקור ראשון, אבער ווען מ'זאל הערן אירע הערות פון איינעם אנע נגיעות וואלט איך אנגענומען קליינע הערות.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

berlbalaguleh האט געשריבן:כרפס: אויב דו קענסט טאקע איהר טאטע קענסטו פארשטיין פארוואס איהרע ווערטער נעמען מיך ארויס פון די כלים. ווייל אין אנהייב האטצי פארקויפט אז ער איז מענטל. און ער איז נישט. איך קען איהם פערזענליך. ווייל איך בין א מחותן מיט די משפחה. (נישט מיט איהם פערזענליך.). נאר ס'זעהט אויס אז אויפ'ן פילם איז בעסער ווען זי זאגט אז ער איז א שיכור. ) .

ער איז נישט?...וואס...?
דו ביסט זיכער אז דו קענסט עים?
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

קאצקע ציקער האט געשריבן:

ס'דא א אונטערשייד פון איינער וואס ווערט א אלקאהאליק פון זיין גוטן ווילן, און איינער וואס האט א ביטערע לעבן און פארזיסט זיך מיט דעם
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

סאנטיאגא האט געשריבן:אז כ'בין שוין דעוויל'ס אדוואקאט אויף א מינוט, וויל איך נאר צולייגן זייער אסאך מענטשן גייען זעהן דעם שאו און וועלן גלייך ארויסהייבן די אומרעאליסטישע פארטס, און כ'זאג נישט ס'איז נישט דא, און ס'קריכט מיך אויך, איז אבער כדאי צו אין באטראכט נעמען אז נישט יעדע זאך אין א מאווי וועט זיין הונדערט פראצענט אמת, און בכוונה אזוי, איז יעדע דעטאל אין די מאווי טיטאניק אמת ויציב? יעדע צווייטע מאווי באזירט אויף אמת'ע פאקטן פארמאגט אויך פיקטיווע חלקים,

יא ס'איז געווען א שיף וואס האט אנגעקלאפט אין א אייזבארג, איינגעזינקען, און טויזנטער פאסאדזשירן זענען דערטראנקן געווארן און אויסגעגאנגען פון קעלט, וואר אז ס'איז געווען א מאנגל אין רעטונגס שיפלעך וואס וואלט געקענט יעדעם ראטעווען, איז אמת אז ס'געווען א דזשעק און ראוז וואס זענען געפאלן אין ליב אויפן שיף און געמאכט א לעבן, מיט עפעס א ראמאנטישע מאלעריי? אויסגעזויגן פון פינגער! נאר וואס'זשע דען? ווי נישט ווי איז דאך עס נאר א פילם, און מ'מוז דאך עס מאכן אינטערסאנט, און מענטשן ערווארטן א געוויסע קלישעי סטרוקטור קוקנדיג אויפן סקרין, אזוי ווי מענטשן ערווארטן ליבע שמוץ און שרעקעדיגע חלקים ס'איז א דבר פשוט, ווי אויך איז דא די חלק אז דער פראדוסער וויל זיך אויסגעבן זיינע פאנטאזיעס דערביי קאלירט מען ארויס פון די ליניע און מ'פיצט צו זאכן ארויף און אראפ, אמאל לויט נגיעות אמאל לויט נגיעות פון די טיווי נעטווארק, אמאל לויט דער וואס פאנדט דעם פראעיקט, און אמאל פארוואס נישט פאר די אייגענע טאלאנט לאווי דאווי זיסע דמיונות ראמאנטישע שורות וד"ל און... בביאת גואל צדק במהרה… די ענד..

אז מ'רעדט שוין פונעם טיטאניק, דאס הייסט שוין פון די מערסטע פאפולערע פילמען, און מיט דעם אלעמען איז עס געווען געבויעט אויף ריזיגע plot holes פון אנפאנג ביז'ן סוף. איין plot hole וואס די ארטיקל ערווענט נישט, וואס אויסער די ענדע האט דאס מיר בשעתו דאס מערסטע געשטערט. נאכדעם וואס ראוז איז אנטלאפן מיט דשעק און איבערגעלאזט א בריוו אז זי האקט אפ די engagement, פארוואס פאר א שווארץ יאר זענען זיי צוריקגעקומען?! ווי נאריש דארף מען זיין?! וואס וויל איך ארויסברענגען? אז דאס איז שוין א גאר אינוועסטירטע און פרעסטיזשפולע פילם, ואם בארזים נפלה שלהבת, מה יענו אזובי הקיר.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

די מוח פון א פילם, איז די ציל און מוח פונעם סקריפט שרייבער, און פונעם דירעקטאר.
למשל דאס. https://g.co/kgs/tHmajA איז עפעס וואס א פרייע האט געזוכט צו מאכן מיט היימישע אבער נאכאלץ געוואלט ערפילן 'זיין' חלום.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאצקע ציקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:כרפס: אויב דו קענסט טאקע איהר טאטע קענסטו פארשטיין פארוואס איהרע ווערטער נעמען מיך ארויס פון די כלים. ווייל אין אנהייב האטצי פארקויפט אז ער איז מענטל. און ער איז נישט. איך קען איהם פערזענליך. ווייל איך בין א מחותן מיט די משפחה. (נישט מיט איהם פערזענליך.). נאר ס'זעהט אויס אז אויפ'ן פילם איז בעסער ווען זי זאגט אז ער איז א שיכור. ) .

ער איז נישט?...וואס...?
דו ביסט זיכער אז דו קענסט עים?

קאצקע ציקער: כ'האב קלאר ארויסגעשריבן אז איך קען איהם פערזענליך זייער גוט. איכ'ל דיר זאגן נישט אין פובליק. פונקטליך וויאזוי.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ר'בערל וד"ל
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

כרפס האט געשריבן:ס'דא איין עצה טייערע ברודערלעך.
לאמיר נישט זיין פון די צוקוקער און קריטיקירער, נאר עמטליך אנהייבן מאכן פילמען, אויף א פראפעשנעל קאליווער, און מיט אונזערע מאטיוון.
ס'שוין העכסט צייט, און ס'איז א היבשע גבורה ווער ס'קען דאס באווייזן.
איך האב געמיינט אז נאך די מנשה פילם, וועט זיין א היץ אין די גאסן, אזויווי ווען אברומי קארפן האט שפאצירט מיט נאטאלי פארטמאן. אבער ס'שא שטיל
נו אויב די צייט איז רייף, פארוואס קלאצן מיר? פארוואס עסן מיר דזשאנק פוד, ווי א שטייגער די אונטערנס און יענס גלייכן, וואס איז גוט פאר חדר יונגלעך. לאמיר זיך ארויסרוקן פון די שמאלע שיכלעך.

געזונטערהייט אדרבה, האסט א פופציג אלפים אין די זייט? כ'קום עקטן פאר דיר
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

מאך זיכער האט געשריבן:ברענג אריבער גרואווייס...

דו ביזט פאני.
אייגנטליך אין די פיילאט עפיסאוד פון שטיסל זעהט מען די חבד'סקער לץ פון חבל"ש לאל מיכאל וויגל ער שפילט דער מנהל
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

כרפס האט געשריבן:די וועלט זאגט א ווערטל, ווען מ'שמייכלט שמייכלט יעדער מיט דיר, ווען דו וויינסט, וויינסטו אליינס..
געבראכן מיין איך צו זאגן, יא, ס'איז ווייטאגליך, צו מ'איז גערעכט צו נישט, אבער די סך הכל איז נישט קיין מוסר השכל, און נישט קיין גבורה,

אפשר ביי א יוסף חיים גרינוואלד שיעור, אבער אין פילם איז נישט דא די כללים, א דאקומענטרי איז א פאוערפול ביקס וואס קען אסאך אויפטוהן פארשטייט זיך אויב מ'נוצט עס אויס ריכטיג. נעם עס נישט פערזענליך אבער דאס שטאמט פון חסידישע ignorance ס'איז א סטיגמע זיך אויסצורעדן און ווייזן מיט די פינגער פלוני האט מיך אביוזט, צו וואטעווער די קעיס איז, און ווען איינער טוט עס זאגט מען עה ער איז אנגעווייטאגט, ווען די מציאות איז אז ער איז brave פארן עס טוהן בפרט ביי אונז וואס מ'האט אויסצושטיין ווילדע אטאקעס און בזיונות.

Not to mention אומצאליגע פון די apologists האבן אליינס פעק פון יסורים, זיי האבן פשוט נישט די גאטס ארויסצוקומען סא יעדעס מאל איינער קומט און טייטלט מיט די פינגער איז עס א טריגער פאר זיי.
כרפס האט געשריבן:בלויז ווייטאג. נו וואס ווילסטו פונקטליך? זאגן אז דו האסט געהאט א שווערע לעבן? ווער האט נישט קיין מסכתא אין לעבן? דאס איז נישט קיין חידוש אין פילעם, און נישט אין היסטאריע, און נישט אין קיין שום הינזיכט, אויסער צוגעבן צום פארטיי פון באשמוצן פון ווי דו קומסט.
ס'פארקויפט גארנישט.

אינטערסאנט אז מיט וועם איך רעד וועגן די שאו שפרינגט גלייך צו דעם; "אה סא דו ביזט אויך אדורך דאס וואס זי איז דורך? ביזט אויך פון די רעבילס די פארביטערטע..." כ'רעד פון קילע יונגעלייט בכלל נישט קיין פאפרומטע צו חסידישע, וואס זיי פארזעהן איז אז אנשטאטס פארשטיין יענעם זעהן זיי נאר ווי מ'פארשווארצט זיי... מה נפשך, אויב איז עס אמת נו פארוואס טאקע טוט מען נישט? און אויב איז עס נישט וואס קימערסט דיך דערמיט, לאך דיך אויס ווי דער נאר וואס זאל ארויס פון מקוה. אה ס'איז יא דא וואס צו פארעכטן, ס'שמעקט דיר נאר נישט ווען מ'נוצט געווער אקעגן דיר, נאנא כ'הער
וואס זאלסט טוהן? האב אביסעלע מיטלייד, דאס אלעס רייס נישט ארונטער אויף פעיסבוק אז פלוני איז אנגעגעסן און זאל זיך גיין פון דא און נישט צוריקוקומען מיט קאפלעינטס ווייל דעס העלפט זיכער נישט ענדערש הייב אן אריינקלערן צו ס'איז פארהאן א מעגליכקייט אז נישט אלעס וואס מיר טוען איז ריכטיג, מאראל און הלכה'דיג