פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

האלהו וואס יענער חברה ווען יענער חברה?

גדולי הפוסקים האבן געפסק'נט קלאר אז ווער עס דאווענט מיט א מנין איז א רודף און אז מען זאל עם מסר'ן פאר די רעגירונג.

און דאס איז דאך א הלכה פשוטה בלי חולק לויט די איצטיגע מציאות. פשוט בתכלית הפשטות אז מסירה וכו' איז נדחה מפני פיקוח נפש דרבים.

דאס איז די הלכה והוראה מפורשת פון די פרומסטע מערסטע קנאות'דיגע רבנים.
I have a dream
Martin Luther King ~
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ווער זענען די גדולי הפוסקים וואס האבן געהייסן מסר'ן?

אויב דו מיינסט הגר"ח (לדעת ער איז נאך ביים דעת), ער האט גערעדט פון איינער וואס דרייט זיך ארום מיט קאראנע.

און אגב, מסירה העלפט נישט. די פאליציי האט נאך קיינעם נישט פארמאכט. יעדער האט שוין געהאט מסירות...
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך אספקלריה »

לעיקוואד האט געשריבן:1621 61st St,

Brooklyn, NY 11204

איז אפען יעדער טאג פאר תפלות און דער רבי גיט דארט א שיעור אין גרויס בית מדרש יעדער טאג בערך 2 אזייגער מיטאג.

רבי: הרב מרדכי מנשה זילבער

היים נומער:
718-851-0273

אפיס נומער:
718-633-6010

דער רבי ענטפערט די טעלעפאן יעדער טאג צווישען א פערטל צו פיר און האלב נאך פיר נאכמיטאג.

דיין: הרב שמואל יהודה זילבער

נומער: ?

עסקנים מאכערס און חשובים :

אהרן זילבער
‎+1 (917) 913-6324

? שפיצער

? לעדערער

שמשון זילבער

משה יעקב זילבער

שמשון בראדט

לייבוש ליש

פאליציי האט פארמאכט
די קהילה האט נעבעך פארלוירען א טייערע לעכטיגע יונגערמאן ר׳ בנימין אבראמוויטש א יונגערמאן א עובד ד׳ און א איידעלע ליבליכע נפש,ער איז געווען א טיפע קבלה לערנער, מיט אן ערנסקייט, ירחם המרחם.
זאל דער בוכ״ע רחמנות האבען אויף זיין פארפלאגט פאלק און אונז אויסהיילען בגוף ובנפש
איינער האטסיך מיר אויסגעדריקט סאיז נעבעך נישט דא קיין צייט צו וויינען אויף אונזער טעותים און אויף אונזער פארריקטקייט, ווייל סאיז נעבעך דא איין קרבן נאכען אנדערע.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

וואלווי האט געשריבן:
והוקע אותם לה' נגד השמש וישב חרון אף ה' מישראל

נישט מער נישט ווייניגער, חסידי סטיטשין (ר' מאטל...) האבן געפונען פאר וויכטיג צו טרעטען אויף די תורה לעיני העדה, און אפען געהאלטן זייער שטיבל אין מאנסי כאילו לא היה, נישטא קיין מחלה, נישטא קיין סכנה, נישטא קיין תורה, נישטא קיין געזעץ, אדרבה זיי האבן געדאווענט בציבור גאנץ שבת, געשריגען און געברענט, נישט אויסגעלאזט קיין שטיקעל פון סידור, געזאגט א יעדע יוצר, געזינגען שטייטע און שנעלע ניגונים שלש סעודות, אלעס צו בלייבן עובדים מתוך מסירות נפש.

נישט זייער אייגען נפש חלילה, נאר יענעמ'ס, זאל יענער אויסגיין ח"ו פאר זייער באשעפער....

#רוצחיםבלעז

ככלב ששב על קיאו.

די וואך נאכאמאל כאילו לא היה.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ער האט געזעהן ווי די דזשאוק איז עם געלונגען פאריגע וואך און צוויי וואכן צוריק טוט ער עס נאכאמאל. וואס ער האט נישט געזעהן און אפילו נישט ברוח קדשו ווי זיינע חסידים לויפן ארום אין אנדערע פלעצער און טוען מעגליך אנזייען כאאס און שטעקן אן אנדערע
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

די אמת איז אז ס'כמעט אומעגליך אז ער ווייסט נישט דערפון. לולא דמסתפינא וואל איך געזאגט אז ער האט אזוי באפוילען דיירעקט אז מ'זאל זיך צוזאמקומען.

זעט אויס אז ווען מ'איז געווארן א מאסן מערדער איז עס שווער זיך אפצוגעוויינען..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביהמ''ד בריגל אין וויליאמסבורג אויף מארסיי ביי מידעלטאון איז געהעריג אפען. פולע מנינים אן קיין דיסטענסינג בכלל. אויך איז די ביהמ''ד אפען אגאנצן טאג פאר בחור'לעך צו לערנען און פארברענגען.

איינער ווייסט ווער דער רב דארט איז?
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

האט קאסאן פארשעי פארמאכט?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז דא א געוויסע תאווה פון מענטשן אויפצוזוכן אין יעדער פרשה א מענטש אויף וועמן מ׳קען גיסן די עמערס פארביסענקייט, און דערמיט צושטאפן די אויערן צו יעדער שטיק שכל.

מ׳קומט אן צו די ׳יענער חברה׳ די ׳וואטסעפפ חברה׳ וואס דאווענען קיינמאל נישט מיט מנין, צו אפשר בכלל נישט. און מ׳ווייסט פון די חברה פון שומרים קארטלעך און ראבינאוויטש פלוידעריי. און אויב אזוי זענען זיי שולדיג פאר׳ן פארמאכן בתי מדרשים, נישט די וויירוס. און דערמיט שטעלט מען איין די לעבן פון טויזענטער אידען.

אבער ניין, מ׳האט א תירוץ! עפעס וואס פרעגט אם די מעדיצין, פרעגט אפ די מאטעמאטיק, פרעגט אפ די טויט ראטע. אלס עגזיסטירט שוין נישט! פארוואס? ווייל געשעפטן זענען נאך אפן. דאס דארף זיין א ראיה אז מ׳מעג גיין אין מקוה מיט אנדערע, מ׳מעג שטיין צושטופט אין ביהמ״ד און מ׳מעג יוצא זיין מיט האלבוועגס הרחקות. מ׳קען באזוכן זי זיידעס און מ׳קען באגן ער״פ מצות בצוותא. בקיצור, מ׳דארף גארנישט נאכגעבן פאר די געזונט פון די מענטשהייט. זאלען זיי אלע אויסשטארבן, ווייל מ׳האט א ליצנות פון געשעפטן.
זיסקייט, די מציאות בייגט זיך נישט פאר ליצנות. וועסט ווייטער גיין אין שול, גיין מענטשן ווייטער שטארבן, אן לוויות, אן טהרות, אן א געהעריגע שבעה און אן א יאר קדיש זאגן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

ווילימסבורג - סאטמאר ראדני

שליחה דורך לעיקוואד »

איז געווען אפען שבת די שטיבלעך אינטען מיט מניינים געהעריג.

אויב איינער קען קלינגען דער רבי אדער דער גבאי אדער דער רב פרעגן הייתכן, אז די קהילה גיט קלאר ארויס צעטלעך צו פאלגן די הוראות און זיי פאלגן נישט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

לעיקוואד האט געשריבן:איז געווען אפען שבת די שטיבלעך אינטען מיט מניינים געהעריג.

אויב איינער קען קלינגען דער רבי אדער דער גבאי אדער דער רב פרעגן הייתכן, אז די קהילה גיט קלאר ארויס צעטלעך צו פאלגן די הוראות און זיי פאלגן נישט.

ווי? Name and address?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

וואלווי האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:איז געווען אפען שבת די שטיבלעך אינטען מיט מניינים געהעריג.

אויב איינער קען קלינגען דער רבי אדער דער גבאי אדער דער רב פרעגן הייתכן, אז די קהילה גיט קלאר ארויס צעטלעך צו פאלגן די הוראות און זיי פאלגן נישט.

ווי? Name and address?

Congregation Yetev Lev D'Satmar

152 Rodney St,
Brooklyn, NY 11211
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

קרית יואל - טאלטשעווע

שליחה דורך לעיקוואד »

7 Apta way

רב: הרב העניך מייזליש

845-783-3693

איז געווען אפען שבת געהעריג, שלשידעס איז געווען געפאקט. דער רב זיצט אביסעל אפגעזונדערט אבער דער עולם איז געהעריג פול נאנט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

וואלווי האט געשריבן:די אמת איז אז ס'כמעט אומעגליך אז ער ווייסט נישט דערפון. לולא דמסתפינא וואל איך געזאגט אז ער האט אזוי באפוילען דיירעקט אז מ'זאל זיך צוזאמקומען.

זעט אויס אז ווען מ'איז געווארן א מאסן מערדער איז עס שווער זיך אפצוגעוויינען..

ר' מאטיל זילבער און זיין שווער הרב וואלפסאן זאגן קלאר מען זאל לאזן בתי מדרשים אפען ווי לאנג די רעגירונג שפארט עס נישט צו בפירוש ובכח.

זיי זענען אויך קלאר נישט באקאנט נישט אין די מציאות הדברים און נישט וואס די רעגירונג און אלע דאקטורים בעטן.

דאס איז די פרייז פון לעבן אויף אן אנדערע וועלט.

טאמער איינער ווייסט אפשר וויאזוי זיי מסביר זיין די סכנה על פי קבלה אדער אן אנדערע עצה זאל מען זיך מודיע זיין.
I have a dream
Martin Luther King ~
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

לעיקוואד האט געשריבן:איז געווען אפען שבת די שטיבלעך אינטען מיט מניינים געהעריג.

אויב איינער קען קלינגען דער רבי אדער דער גבאי אדער דער רב פרעגן הייתכן, אז די קהילה גיט קלאר ארויס צעטלעך צו פאלגן די הוראות און זיי פאלגן נישט.

די הוראה פון סאטמאר רבי איז געווען צו זיין פארמאכט פאר צוויי וואכן, מ'האלט שוין נאכדעם.

נישט אז איך האלט אז מ'מעג שוין נאכלאזן, נאר צו ענפערן אויף דיין פראגע.
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

ומה הדם שלך עדיף מדמם של אלו? רוצה אתה שאאבד כל אומתך בגללך?
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

לעיקוואד האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:די אמת איז אז ס'כמעט אומעגליך אז ער ווייסט נישט דערפון. לולא דמסתפינא וואל איך געזאגט אז ער האט אזוי באפוילען דיירעקט אז מ'זאל זיך צוזאמקומען.

זעט אויס אז ווען מ'איז געווארן א מאסן מערדער איז עס שווער זיך אפצוגעוויינען..

ר' מאטיל זילבער און זיין שווער הרב וואלפסאן זאגן קלאר מען זאל לאזן בתי מדרשים אפען ווי לאנג די רעגירונג שפארט עס נישט צו בפירוש ובכח.

זיי זענען אויך קלאר נישט באקאנט נישט אין די מציאות הדברים און נישט וואס די רעגירונג און אלע דאקטורים בעטן.

דאס איז די פרייז פון לעבן אויף אן אנדערע וועלט.

טאמער איינער ווייסט אפשר וויאזוי זיי מסביר זיין די סכנה על פי קבלה אדער אן אנדערע עצה זאל מען זיך מודיע זיין.
כ'מיין מסביר זיין ע"פ קבלה גייט נישט העלפן ווייל מן הסתם שפירט ער אזוי ברוח קדשו און מיט א ווייטן בליק אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

צוויי געזונטע פעטש!
די קבלה וועט ער שוין צושטעלן
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

וואס זאגט די געזעץ

שליחה דורך לעיקוואד »

וויבאלד אז מאיזשהו סיבה רעדן זיך מענטשען איין אז די שטאט און דאקטורים קענען בעצם באשטיין אז בתי מדרשים זאלן בלייבען אפען ווילאנג זיי האלטן אן א"ג סושאל דיסטענסינג. און מאיזה סיבה מיינען מענטשען אז דאס איז עפעס א תירוץ פאר א איד א מאמין בה' ותורתו וואס ווייסט אז אפילו ספק פיקוח נפש איז דוחה אלעס, מכל מקום בין איך מעתיק פון א צווייטער אשכול מיין תגובה ווי איך האב ב"ה אויסגעקלארט די מציאות הדברים מיט לינקס וואס יעדער קען אליינס זעהן די מקור.

לאמיך קלאר מאכן.

דער געזעץ אין ניו יארק סטעיט בסך הכל צווינגט נישט בכח קיין שולן צו פארמאכן ווילאנג זיי היטען געוויסע גדרים (וואס כמעט קיין איין אפענע שול היט נישט! בידיעה ברורה). זיי הייסען - אבער יא פארמאכען. (אויף ענגליש איז דער לשון strongly recommended).

אויף וויפיל איך ווייס האלט קיין איין רב נישט אז די סיבה פארוואס מען דארף פאלגן די רעגירונג איז וויבאלד זיי וועלן פשוט קומען מיט פאליציי פארמאכן די שול. אויף דעם וואלט מען דאך נישט געדארפט פרעגן די רב בכלל און מען וואלט זיך אפשר געדארפט קעגנשטעלן. נאר וויבאלד זיי נעמען אן אז די הוראות והמלצות פון שטאט איז מער ווייניגער וואס מען דארף על פי המציאות, מוז מען זיי פאלגן.

ממילא איז דאס וואס די פאליציי וועט דיר נישט שלעפן מיט קייטן קיין שום תירוץ נישט צו פאלגען די אפיציעלע גיידענס פון סטעיט אז מען זאל יא פארמאכן.

די סיבות פארוואס געוויסע מקומות צווינגען מקומות תפלה צו פארמאכן און געוויסע נישט האט כפשוט צוטוהן מיט פאליטיק און גארנישט מיט די פאקט פון וויפיל סכנה עס איז. ממילא דאס וואס ניו יארק האט פונקט א פאליטישע חשבון מיט קלויסטערס און בתי מדרשים זיי נישט מכריח זיין נישט מעלה און נישט מוריד פאר אן ערליכער איד וואס וויל טוהן וואס די הלכה פאדערט וואס דאס איז לכולי עלמא צו פאלגן לפחות דאס וואס די רעגירונג הייסט.

דאס איז אלעס דער סטעיט, וואס דאס איז נוגע מאנסי אדער קרית יואל, אבער דער געזעץ אין ניו יארק סיטי הייסט בפירוש יא קלאר פאר שולן זיך צו פארמאכן אן קיין שום תירוצים. און זאגט קלאר אז אפילו אינדרויסען זאל מען נישט האלטן קיין "סערוויסעס".

אזוי אויך די סטעיט ניו דז'ערזי (ווי לעיקוואד איז) האט קלאר געהייסן פארמאכען אלע "פלעיסעס אוו ווארשיפ" אן קיין תירוצים.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין פריער געווען אין בארא פארק און כ'האב געזוכט מיט לעכט פאר צוויי שעה וואו צו פישן!

נישטא קיין אפיציעל אפענע שולן.
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

שליחה דורך נחום הסופר »

באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

מיין ברודער זאגט מיר אז ישיבה ד'מאנסי איז אפען געהעריג מיט מנינים, אן קיין שום ריסריקשענס, און די אלטע קראנקע ראש ישיבה הגאון רבי משה גרין איז זיך משתתף געהעריג דארט.

אה, און אנדערע נייעס איז היינט די לויה פון הגאון רבי משה גרין ע"ה, וואס איז אוועק היינט פון קאראנע וויירוס..
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מאך זיכער האט געשריבן:איך בין פריער געווען אין בארא פארק און כ'האב געזוכט מיט לעכט פאר צוויי שעה וואו צו פישן!

נישטא קיין אפיציעל אפענע שולן.

זוכסט נאך אלס....?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט