עמערדזשענסי רוף: גייטס נישט צו קיינער אויף פסח!
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HMK1mSb_J6w[/youtube]
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
קאצקע ציקער האט געשריבן:אפילו די עלטערן האבן שוין דעם וויירוס?
https://www.nytimes.com/2020/04/01/opin ... vs5MWntB8m
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HMK1mSb_J6w[/youtube]
א גרויסען דאנק הרב לעיקוואד פאר דיינע שווערע ארבייט, חזק ואמץ
וידועים דברי רביה"ק בהקדמה לספרו ויואל משה וזל"ק ואם יעלה בידי שאזכה להוציא מהמבוכה בדעה הרעה הזאת אף אחד מישראל הכל כדאי עכ"ל ודון מינה ואוקי באתרה
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
קאצקע ציקער האט געשריבן:אפילו די עלטערן האבן שוין דעם וויירוס?
יא אפילו די עלטערן האבן שוין דעם וויירוס.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
קורקלענד האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:אפילו די עלטערן האבן שוין דעם וויירוס?
https://www.nytimes.com/2020/04/01/opin ... vs5MWntB8m
שיינע שפעקילאציע, א ראיה פין א יונגער מענטש אין כינע וואס איז געשטארבן פין קאראנא, מיט א סברא אז ער איז געווארען עקספאזד מער. אבער קיין ראי' איז נישטא. אין די דאקטוירים וואס שרייבן דאס איז א כעמיסט און א די.ענ.עי ספעציאליסט.
קען זיין, מוז נישט זיין.
אויך דער אנדערע ראי' וואס זיי ברענגען פין סארס צוויי, אז א אפארטמענט קאמפלעקס האט געהאט אסאך מתים פין דער מחלה, מיט א סברא אז איינער פין די מענטשן וואס האבן דארט געוואוינט האבן עס געהאט, און עס איז פארשפרייט געווארן דורך די עיר קאנדישאן סיסטעם אבער היץ סיסטעם, איז נישט זיכער צו עס איז געוועהן מחמת דעם, און נישט זיכער אז דער זאך איז אמת בכלל, און צו מען קען בכלל מדמה זיין די צוויי מחלות.
און אויך זעהט דא
“It is unlikely that higher doses that would be acquired by being exposed to multiple infected sources would make much difference to the course of disease or the outcome
https://www.sciencemediacentre.org/expe ... iral-load/
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
אן ערליכער איד, נעה נישט נאר אן ערליכער איד, אפילו א איד א קל, נעה נישט נאר א איד אפילו א גוי מיט אביסעל שכל בקדקדו, פסק'נט נישט דיני נפשות אליינס באזירט אויף סברות לב. נאר פרעגט א שאלה ביי אן ארנטליכער דאקטאר וואס פארשטייט די מצב בכללות ובפרטות און פאלגט וואס ער הייסט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2020 12:38 am
- האט שוין געלייקט: 29 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
סא, איך האב לעצטנס באמערקט, אז די וועלכע וואס פלעגן ביז נישט לאנג צוריק לאכן פון די גאנצע סיטואציע, און אוועקמאכן די דיעות פון די דאקטוירים, האבן לעצטנס אנגעפאנגען א נייע תירוץ: איך האב עס שוין געהאט מיין גאנצע משפחה האט עס שוין געהאט און מיר זענען אלע אימיאנירט.
איך וואלט געזאגט. אפילו אויב מ'וויל מיקל זיין ווען מ'האט עס שוין געהאט, (איך וויל נישט אריינגיין אין די שאלות פון מראית עין און חילול השם), איז עס נאר אויב מ'האט געטעסט פאזיטיוו און דערנאך געטעסט נעגעטיוו.
איך וואלט געזאגט. אפילו אויב מ'וויל מיקל זיין ווען מ'האט עס שוין געהאט, (איך וויל נישט אריינגיין אין די שאלות פון מראית עין און חילול השם), איז עס נאר אויב מ'האט געטעסט פאזיטיוו און דערנאך געטעסט נעגעטיוו.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
בקיצור.
א. דו ווייסט נישט זיכער דו האסט עס געהאט. אפילו טעסטס האבען גרויסע פראצענט טעותים כל שכן רוב מענטשען האבן זיך נישט געטעסט עס דאכט זיך זיי נאר.
ב. דו ווייסט נישט אויב יענער האט עס שוין טאקע געהאט אדער ער זאגט נאר אזוי ווייל עס איז עם באקוועם.
ג. דו ווייסט נישט זיכער דו האסט עס שוין נישט. אפילו טעסטס האבן גרויסע פראצענט טעותים. דא וואס זאגן אז אפילו נאכדעם איז מען נישט אימיון.
ד. אפילו מען איז אליינס אימיון קען מען עס נאכאלץ פירען פון איינער צו'ם צווייטען ווען מען איז נישט פארזיכטיג.
ה. אז יעדער איינער טרעפט א צווייטער תירוץ פארוואס עם איז נישט נוגע די הרחקות איז בטל די גאנצע מעשה. קיין שום אוטוריטעיט איז נישט ממליץ יעצט נאכלאזן פון קיין שום חומרא וויבאלד מיר ווייסען נאכנישט גענוג און יעדער זאך קען ראטעווען לעבנס.
א. דו ווייסט נישט זיכער דו האסט עס געהאט. אפילו טעסטס האבען גרויסע פראצענט טעותים כל שכן רוב מענטשען האבן זיך נישט געטעסט עס דאכט זיך זיי נאר.
ב. דו ווייסט נישט אויב יענער האט עס שוין טאקע געהאט אדער ער זאגט נאר אזוי ווייל עס איז עם באקוועם.
ג. דו ווייסט נישט זיכער דו האסט עס שוין נישט. אפילו טעסטס האבן גרויסע פראצענט טעותים. דא וואס זאגן אז אפילו נאכדעם איז מען נישט אימיון.
ד. אפילו מען איז אליינס אימיון קען מען עס נאכאלץ פירען פון איינער צו'ם צווייטען ווען מען איז נישט פארזיכטיג.
ה. אז יעדער איינער טרעפט א צווייטער תירוץ פארוואס עם איז נישט נוגע די הרחקות איז בטל די גאנצע מעשה. קיין שום אוטוריטעיט איז נישט ממליץ יעצט נאכלאזן פון קיין שום חומרא וויבאלד מיר ווייסען נאכנישט גענוג און יעדער זאך קען ראטעווען לעבנס.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:אן ערליכער איד, נעה נישט נאר אן ערליכער איד, אפילו א איד א קל, נעה נישט נאר א איד אפילו א גוי מיט אביסעל שכל בקדקדו, פסק'נט נישט דיני נפשות אליינס באזירט אויף סברות לב. נאר פרעגט א שאלה ביי אן ארנטליכער דאקטאר וואס פארשטייט די מצב בכללות ובפרטות און פאלגט וואס ער הייסט.
נו רב לעיקוואד, איך בין אייך זייער שטארק מכבד, אבער קיין דאקטאר זענט איר נישט.
און אויף דער נשמה פין דעם תגובה, דער רגע די גייסט מיט דער סארט תשובות, אז מען ברויך נישט טראכטען נאר פאלגען, קען יעדער דיר זאגן אז ער פאלגט א צווייטער דאקטאר א צווייטער רב, און דיין שרייבען אז מען זאל נישט טוהן עפעס איז מופרך מעיקרו.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:בקיצור.
א. דו ווייסט נישט זיכער דו האסט עס געהאט. אפילו טעסטס האבען גרויסע פראצענט טעותים כל שכן רוב מענטשען האבן זיך נישט געטעסט עס דאכט זיך זיי נאר.
ב. דו ווייסט נישט אויב יענער האט עס שוין טאקע געהאט אדער ער זאגט נאר אזוי ווייל עס איז עם באקוועם.
ג. דו ווייסט נישט זיכער דו האסט עס שוין נישט. אפילו טעסטס האבן גרויסע פראצענט טעותים. דא וואס זאגן אז אפילו נאכדעם איז מען נישט אימיון.
ד. אפילו מען איז אליינס אימיון קען מען עס נאכאלץ פירען פון איינער צו'ם צווייטען ווען מען איז נישט פארזיכטיג.
ה. אז יעדער איינער טרעפט א צווייטער תירוץ פארוואס עם איז נישט נוגע די הרחקות איז בטל די גאנצע מעשה. קיין שום אוטוריטעיט איז נישט ממליץ יעצט נאכלאזן פון קיין שום חומרא וויבאלד מיר ווייסען נאכנישט גענוג און יעדער זאך קען ראטעווען לעבנס.
דאס איז אלץ נוגע ווען עס איז דא א מקום לחשוש, טאמער איז איינער א אינגער געזונטער קאפל, און זייער חתונה געהאַטער קינד קומט אויף א סדר מיט א בעיבי, און אלע קינדער זענען געזונט אהן קיין פרי קאנדישענס, דארף מען נישט קיין דאקטאר זאל זאגן אז מען מעג, מען דארף נאר נוצען דער שכל.
מאכען א תקנת חכמים אז קיינער זאל נישט נישט ווייל דעמאלטס יעדער, וואלט געוועהן אפשר א גוטער זאך, אבער למעשה איז נישט דא קיין תקנת חכמים אויף דער נוסח.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
עס איז דאך בוודאי יא דא אזא תקנת חכמים, דאס הייסט די שטאט האט געמאכט אזא תקנה מפורשת.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:אן ערליכער איד, נעה נישט נאר אן ערליכער איד, אפילו א איד א קל, נעה נישט נאר א איד אפילו א גוי מיט אביסעל שכל בקדקדו, פסק'נט נישט דיני נפשות אליינס באזירט אויף סברות לב. נאר פרעגט א שאלה ביי אן ארנטליכער דאקטאר וואס פארשטייט די מצב בכללות ובפרטות און פאלגט וואס ער הייסט.
נו רב לעיקוואד, איך בין אייך זייער שטארק מכבד, אבער קיין דאקטאר זענט איר נישט.
און אויף דער נשמה פין דעם תגובה, דער רגע די גייסט מיט דער סארט תשובות, אז מען ברויך נישט טראכטען נאר פאלגען, קען יעדער דיר זאגן אז ער פאלגט א צווייטער דאקטאר א צווייטער רב, און דיין שרייבען אז מען זאל נישט טוהן עפעס איז מופרך מעיקרו.
איך זאג דברים פשוטים וואס דער כלל וואס אלע דאקטורים געבן איבער איז און אזוי איז אויך דער שכל הפשוט. וואס איך זאג וועגן פרעגן א דאקטאר איז נאר ווען איינער קומט זאגן אבער איך בין א יוצא מן הכלל.. אויף דעם קען איך טאקע נישט פסק'נען זאל ער מברר זיין ביי דא דאקטאר לפרטי פרטים אויב מען קען טאקע מאכן א יוצא מן הכלל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
חברים אויף זאגן 'נוץ דיין שכל' דארף מען האבן שכל אויך. מיר האבען אלע ליב צו זיין אינדעפענדענט דאס איז דאך אונזער גאנצער זאך מיר טראכטן אליינס.
אבער אזויווי יעדער גוטער זאך, דארף מען דאס אליינס נוצן מיט שכל. עס איז נישטא קיין כלל וואס זאגט "דער וואס גייט אלעמאל פארקערט פון וואס מ'הייסט איז גוט" פונקט ווי עס איז נישטא קיין כלל וואס זאגט "דער וואס גייט אלעמאל מיט מיט וואס מען הייסט איז גוט". מיר דארפן אלעמאל פארשטיין לגופו של ענין.
ווי עס האלט היינט די מצב המציאות און די מצב הידיעה אונזערע אויף דעם מציאות פארשטייט יעדער בר דעת אז אין אזא מצב צו מאכן אייגענע פשעטלאך איז גוט נאר לחומרא. לקולא דארף מען זיין פון די סארט מטורפים וואס גיין דווקא אריין אין ים ווי עס שטייט א סיין אז די כוואליעס זענען מסוכן ווייל ער פארשטייט בעסער..
באופן כללי קען מען זאגן אז אין דער פאל נישט די רעגירונג און דאקורים זענען צו מחמיר נאר באופן כללי עכ"פ אין אמעריקע האבן זיי בכלל נישט גענומען גענוג ערנסט און נעמען לכאורה נאכלץ נישט גענוג ערנסט די זאך. ואין המקום להאריך כעת ראה בכל הצייטונגען. עכ"פ ממילא אונז אויבער-חכמים פאסט מחמיר זיין אסאך מער ווי די אפיציעלע גיידליינס ווייל אזוי לויטעט די מציאות אין יעצטיגער פאל.
אבער אזויווי יעדער גוטער זאך, דארף מען דאס אליינס נוצן מיט שכל. עס איז נישטא קיין כלל וואס זאגט "דער וואס גייט אלעמאל פארקערט פון וואס מ'הייסט איז גוט" פונקט ווי עס איז נישטא קיין כלל וואס זאגט "דער וואס גייט אלעמאל מיט מיט וואס מען הייסט איז גוט". מיר דארפן אלעמאל פארשטיין לגופו של ענין.
ווי עס האלט היינט די מצב המציאות און די מצב הידיעה אונזערע אויף דעם מציאות פארשטייט יעדער בר דעת אז אין אזא מצב צו מאכן אייגענע פשעטלאך איז גוט נאר לחומרא. לקולא דארף מען זיין פון די סארט מטורפים וואס גיין דווקא אריין אין ים ווי עס שטייט א סיין אז די כוואליעס זענען מסוכן ווייל ער פארשטייט בעסער..
באופן כללי קען מען זאגן אז אין דער פאל נישט די רעגירונג און דאקורים זענען צו מחמיר נאר באופן כללי עכ"פ אין אמעריקע האבן זיי בכלל נישט גענומען גענוג ערנסט און נעמען לכאורה נאכלץ נישט גענוג ערנסט די זאך. ואין המקום להאריך כעת ראה בכל הצייטונגען. עכ"פ ממילא אונז אויבער-חכמים פאסט מחמיר זיין אסאך מער ווי די אפיציעלע גיידליינס ווייל אזוי לויטעט די מציאות אין יעצטיגער פאל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
וועלכע תקנה איז דא אז "קיינער" זאל נישט גיין עסן דער סדר ביי די עלטערען?
טוסט איבערטרייבען.
אוודאי איז דאס א וויכטיגע הערה וואס זיין געבן אהן, אז עלטערען וואס וואוינען אליין זאלען נישט אננעמען קיין קינדער, און ב.ד.וו לפי ידיעתי האבן זיי טאקע אלע נישט קיין קינדער צו אייניקלעך וואס קומען.
אבער א תקנה כוללת פאר איעדעם? איז נישט דא.
דער דזשיבוי רב פין מאנטרעאל איז ארויס מיט א מחאה קעגען די מנינים אויף די פארטשעס. די האלסט אפשר אז ער איז אויך גערעכט? ער טענה'ט אז עס מאכט אהן א שנאה ביי די גוים.
איך וואלט געקענט פארשטיין וואס ער זאגט ווען אידן און גויים וואוינען אויסגעמישט, און אפילו דעמאלטס איז ער נישט גערעכט.
טוסט איבערטרייבען.
אוודאי איז דאס א וויכטיגע הערה וואס זיין געבן אהן, אז עלטערען וואס וואוינען אליין זאלען נישט אננעמען קיין קינדער, און ב.ד.וו לפי ידיעתי האבן זיי טאקע אלע נישט קיין קינדער צו אייניקלעך וואס קומען.
אבער א תקנה כוללת פאר איעדעם? איז נישט דא.
דער דזשיבוי רב פין מאנטרעאל איז ארויס מיט א מחאה קעגען די מנינים אויף די פארטשעס. די האלסט אפשר אז ער איז אויך גערעכט? ער טענה'ט אז עס מאכט אהן א שנאה ביי די גוים.
איך וואלט געקענט פארשטיין וואס ער זאגט ווען אידן און גויים וואוינען אויסגעמישט, און אפילו דעמאלטס איז ער נישט גערעכט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
דער אשכול איז וועגן דער סדר און יא עס איז דא אזא תקנה כללית פון שטאט עס רופט זיך א stay at home order. דאס מיינט קיינער זאל זיך נישט מישען מיט קיינער וואס ער וואוינט נישט מיט עם.
חוץ פון דעם האבען די רבנים ומורי דרך פון אלע אחריות'דיגע שטעט און קהילות ארויסגעגעבן בפירוש אזא תקנה.
אבער מסתמא ווייסטו דאס אלעס און פרעגסט נאר צו וויילען די צייט אדער סתם לקנתר.
איך האב נישט קיין צייט מסביר זיין אלעס יעדער מאל איינער פרעג א קשיא נאכאמאל. קוק איבער די בעיסיק פאקטן וואס מען ווייסט און ווי איך האב מסביר געווען אין מיין ערשטן שיעור בנושא, מען דארף אבער מיר נישט גלייבען מען קען פשוט צוריקגיין אליינס צו די יסודות המציאות איז די איינציגסטע מסקנה אז אויב וויל מען ראטעווען לעבנס דארף מען גיין ווי עקסטרעם מען קען נאר.
פשיטא אוודאי בין איך קעגן אלע פארטש מניינים, פאר אסאך סיבות. מען האט אויף דעם דן געווען און איך האב א ליסטע פון סיבות און הסכמות אבער עס איז נישט דא נוגע.
אלנפאלס, איך שפיר אז איר זענט דאס סתם זיך דינגען, נישט אמת'דיג מברר צו זיין, יעדער זאך וואס איך זאג טרעפט איר א צווייטער קשיא. נו פאר דעם האב איך נישט קיין צייט יעצט. סארי. אן אנדערע מאל. ביזדערווייל זיי מוחל און זיי אן עדאלט שרייב נישט קיין אומ'אחריות'דיגע זאכן וואס וועלן בוודאות גורם זיין טויטע אידן (און גוים).
חוץ פון דעם האבען די רבנים ומורי דרך פון אלע אחריות'דיגע שטעט און קהילות ארויסגעגעבן בפירוש אזא תקנה.
אבער מסתמא ווייסטו דאס אלעס און פרעגסט נאר צו וויילען די צייט אדער סתם לקנתר.
איך האב נישט קיין צייט מסביר זיין אלעס יעדער מאל איינער פרעג א קשיא נאכאמאל. קוק איבער די בעיסיק פאקטן וואס מען ווייסט און ווי איך האב מסביר געווען אין מיין ערשטן שיעור בנושא, מען דארף אבער מיר נישט גלייבען מען קען פשוט צוריקגיין אליינס צו די יסודות המציאות איז די איינציגסטע מסקנה אז אויב וויל מען ראטעווען לעבנס דארף מען גיין ווי עקסטרעם מען קען נאר.
פשיטא אוודאי בין איך קעגן אלע פארטש מניינים, פאר אסאך סיבות. מען האט אויף דעם דן געווען און איך האב א ליסטע פון סיבות און הסכמות אבער עס איז נישט דא נוגע.
אלנפאלס, איך שפיר אז איר זענט דאס סתם זיך דינגען, נישט אמת'דיג מברר צו זיין, יעדער זאך וואס איך זאג טרעפט איר א צווייטער קשיא. נו פאר דעם האב איך נישט קיין צייט יעצט. סארי. אן אנדערע מאל. ביזדערווייל זיי מוחל און זיי אן עדאלט שרייב נישט קיין אומ'אחריות'דיגע זאכן וואס וועלן בוודאות גורם זיין טויטע אידן (און גוים).
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
און איך שפיר אז אייך דער דער גאנצע זאך אהן ווי דער פאריעריגע שניי און ווילסט נאר אנמאכען ספיקות און פאניק אויף נישט וויכטיגע זאכן, און מענטשען זאלען פארלירען דער זעלבסט זיכערקייט פאר דיין הנאה.
און דער ראי' אז ווען מען פרעגט דיר קשיות אויף דיינע ווערטער, ענטפערט איר נישט, איר פראבירט זיך ארויסצודרייען מיט דער חוקה הוא ואין לך רשות להרהר אחריה, און איר ווערט אביסעל נישט קאמפערטעבעל, און גייט צוריק צו גזירות תקנות, נישט שכל, אלעס נישט, נאר וואס איר זאגט יא, ווערט איר מיר כמעט ווי א געהעריגע מוצ'ל פוצ'ל וואס רעדט זיך איין איך ווייס אלעס, און קיינער טאר מיר נישט פרעגן קיין קשיות.
ועל כולם, דאס איז דער גרעסטער חידוש פין אלעם, איז דיין עס האמינעם אטאקע, פין נישט ענטפערן אויף די קשיא זעלבסט, נאר גאר מיר פערזענליך אטאקירן, וואס דאס פאסט לגמרי נישט פאר אייך, נאר פאר איינער פין די יושבי חושך.
אלזא ר' לעיקוואד, צום שלום, איך פארשטיי אז איר זענט זייער זייער בדאגה אויף די לעבענס פין היימישע אידישע קינדער זאלען חלילה נישט ווערען אנגעשטעקט מיט די שרעקליכע וויירוס, אבער פונקט ווי יעדער פארשטייט אז מען קען נישט לעשען פייער מיט אויל, און ווען איינער שפריצט אויל אויף פייער איז מוכרח אז זיין כוונה איז נישט אויסצולעשן דער פייער, כמו כן, טאמער איר ווילט נישט מסביר זיין בטוב טעם ודעת אייער שטעלונג פין אייער עמוירדזשענסי רוף ווען איר ווערט געטשעלענזשד, איז א ראי' אז נישט דאס זוכט איר כמבואר למבין.
און דער ראי' אז ווען מען פרעגט דיר קשיות אויף דיינע ווערטער, ענטפערט איר נישט, איר פראבירט זיך ארויסצודרייען מיט דער חוקה הוא ואין לך רשות להרהר אחריה, און איר ווערט אביסעל נישט קאמפערטעבעל, און גייט צוריק צו גזירות תקנות, נישט שכל, אלעס נישט, נאר וואס איר זאגט יא, ווערט איר מיר כמעט ווי א געהעריגע מוצ'ל פוצ'ל וואס רעדט זיך איין איך ווייס אלעס, און קיינער טאר מיר נישט פרעגן קיין קשיות.
ועל כולם, דאס איז דער גרעסטער חידוש פין אלעם, איז דיין עס האמינעם אטאקע, פין נישט ענטפערן אויף די קשיא זעלבסט, נאר גאר מיר פערזענליך אטאקירן, וואס דאס פאסט לגמרי נישט פאר אייך, נאר פאר איינער פין די יושבי חושך.
אלזא ר' לעיקוואד, צום שלום, איך פארשטיי אז איר זענט זייער זייער בדאגה אויף די לעבענס פין היימישע אידישע קינדער זאלען חלילה נישט ווערען אנגעשטעקט מיט די שרעקליכע וויירוס, אבער פונקט ווי יעדער פארשטייט אז מען קען נישט לעשען פייער מיט אויל, און ווען איינער שפריצט אויל אויף פייער איז מוכרח אז זיין כוונה איז נישט אויסצולעשן דער פייער, כמו כן, טאמער איר ווילט נישט מסביר זיין בטוב טעם ודעת אייער שטעלונג פין אייער עמוירדזשענסי רוף ווען איר ווערט געטשעלענזשד, איז א ראי' אז נישט דאס זוכט איר כמבואר למבין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
און דאס וואס איר פאררופט זיך אויף דער תקנה פין סטעי עט האם, דער גאווערנער האט לכתחילה געמאכט דער תקנה אז ביז פופציג מעגן זיך צוזאמען קומען, און רעליגיעזע זענען געוועהן א אויסנאם, כלומר אז עס בכלל נישט אין געזעץ, שפעטער האט ער כלומרשט צוגעלייגט אז אפילו פופציג זענען אסור, און ער גייט נישט אריין אין דיטעיל וועגן גיין וויזיטען עלטערן. ווי אויך ווייסט מען נישט צו רעליגיעזע צוזאמענקומען זענען אין דער געזעץ בכלל.
עס איז זייער שווער דן צו זיין איבער דער ווערטער פין דער סטעי עט האם ארדער, ווען זיי האבן (לכאורה בכוונה) נישט געמאכט עוועיליבעל דער טעקסט פין די געזעצן.
די אלע תקנות לויפען אויס אפריל 17, און וועלען מן הסתם ווערען עקסטענדעד.
איך שיהיה ווייס איך נישט פין ווי איר נעמט צו א פשטות אז דער תקנה מיינט אז 'קיינער' זאל נישט גיין צו א סדר. יעדער פארשטייט אליין וואס מען וויל דא.
עס איז זייער שווער דן צו זיין איבער דער ווערטער פין דער סטעי עט האם ארדער, ווען זיי האבן (לכאורה בכוונה) נישט געמאכט עוועיליבעל דער טעקסט פין די געזעצן.
די אלע תקנות לויפען אויס אפריל 17, און וועלען מן הסתם ווערען עקסטענדעד.
איך שיהיה ווייס איך נישט פין ווי איר נעמט צו א פשטות אז דער תקנה מיינט אז 'קיינער' זאל נישט גיין צו א סדר. יעדער פארשטייט אליין וואס מען וויל דא.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
איש תשבי
איך זע איר ווילט ארומגיין ביים סדר טרינקעו די כוס של אליהו און איך פארשטיי אייך, איר טוהט עס יעדע יאר. אבער דאס יאר בעט איך אייך אל תצאו איש מפתח ביתו, אפילו דער איש תשבי.
וועגען אייערע ארגומענטן:
א. די וויירוס שאט אויך פאר אינגע געזונטע מענטשן. נעכטען איז אוועק א אינגערמאן פון 32 יאר. איך ווייס פון נאך יונגע מענטשען וואס ליגן פארשלאפט.
ב. די יונגע מענטש וואס גייט צו די עלטערן טאר אויך נישט באקומען די וויירוס, ווייל ער קען עס געבן ווייטער. אפילו סוועט אים נישט שאטן קען עס שאטן א צווייטע.
ג. די איינציגסטע וועג צו וויסען אז מאיז אימיון איז טאמער מהאט געטעסט פאזיטיוו און נאכדעם נעגאטיוו און סאיז דא זייער ווייניג אזאלכע מענטשן ווייל מ'סעיווט די טעסט פאר חולים.
ד. אפשר ווען איינס צוויי מענטשן מאכן א סדר איז איין זאך, אזוי ווי חתונה. אבער גאנץ כלל ישראל מאכט א סדר און ווען מרעדט סטאטיסטיש, לאמיר זאגן פאר יונגע מענטשן שאט עס נאר איינס פון טויזענט, טאמער עטליכע טויזענט אידן גייען צו סדרים גייט זיין א קאטאסטראפע. יא דו אליין וועסט דיך אפשר ארויסדרייען, אבער דיין קהילה וועט אפגעבן א קרבן ציבור.
ה. די שטאטישע גיידליינס זענען לעגאלע און פאליטישע חשבונות, אונז פאלג מיר דאקטוירים נישט פאליטיקאנטן. יעדע ספק סכנה אפילו איינס פון הונדרעט טויזענט מוז מען מחמיר זיין.
היינט ביינאכט וועט איר זיך אוודאי אנלאהנען אויף די לינקע זייט, ווייל די גמרא זאגט אז אויף די רעכטע זייט איז א סכנה שמא יקדים קנה לוושט.
ווען האט איר די לעצטע מאל געהערט אז איינער האט מקדים געווען קנה לוושט און ער איז אוועק פון דעם? אבער אז ס'קען מעגליך שאטן מוז מען נזהר זיין. כל שכן א סכנה וואס האט שוין אפגעקאסט הונדרעטער יודן אין די לעצטע דריי וואכן.

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 93
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
- האט שוין געלייקט: 67 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
איך מיין אז אישתישבי ברענגט ארויס א גילטיגע נקודה וועלכע איז נאכנישט אויסגעשמועסט געווארן דא די הצורך. ווען עס קומט צו דורכשמועסן א נושא, זענען דא צוויי סארטן סטעיטמענטס וואס מענטשן מאכן: פאזיטיווע סטעיטמענטס און נארמאטיווע סטעיטמענטס. ווען א מענטש דערקלערט "1% פון די מענטשן וואס כאפן דעם קאראנעווירוס שטארבן" אדער "מענטשן זענען שולדיג אין דער אנווארעמונג פון אונזער פלאנעט אין די לעצטע פאר יארן", מאכט ער א פאזיטיווע סטעיטמענט. ער שטעלט אוועק א פאקט. דאקעגן, ווען א מענטש זאגט "מיר דארפן זיך אלע איינשפארן אין די הייזער ביז דער פראבלעם פונעם ווירוס גייט אריבער" אדער "מיר דארפן רעדוצירן די מאס פון פאסיל פיולס וואס מיר באנוצן זיך", מאכט ער א נארמאטיווע סטעיטמענט. ער זאגט אונז וויאזוי ער האלט מיר ברויכן זיך פירן.
די ערשטע סארט סטעיטמענטס זענען סייענטיפישע סטעיטמענטס. זיי באשרייבן פאקטן. מיר קענען דורכפירן עקספערימענטן אדער סטאטיסטישע אנאליזן און זיך איבערצייגן אינעם אמת אדער שקר פון די דאזיגע סטעיטמענטס. די צווייטע סארט סטעיטמענטס אבער זאגן אונז נישט קיין פאקטן. עס זאגט אונז געפילן. עס באשרייבט וויאזוי דער ספעציפישער מענטש פילט אז מיר דארפן זיך פירן. עס קומט נישט אריין דא אמת אדער שקר, ווייל דער מענטש זאגט אונז נישט דא קיין פאקט. מיר קענען זיך דינגען מיט אים אויב מיר פילן די זעלבע ווי אים. מיר קענען אים צומאל אפילו ערקלערן אז ער איז נישט קאנסיסטענט מיט זיינע געפילן, ד.ה. אז ער אליין פירט זיך אויף אנדערש אין ענדליכע פעלער. אבער נאך אלעמען איז נישט דא קיין אביעקטיווע אמת אדער שקר. עס קען זיין אבער יא זיין ריכטיג אדער אומריכטיג לויט געוויסע עטישע אדער מאראלישע קאודס.
די ערשטע סארט סטעיטמענטס אינפארמירן מענטשן אז זיי זאלן בעסער קענען מאכן די צווייטע סארט סטעיטמענטס. איינמאל א מענטש קען בעסער די פאקטן, קען ער מאכן בעסערע באשלוסן לויט זיינע געפילן.
בנוגע אונזער יעצטיגן מצב זענען שוין דא אויסגעשמועס געווארן עטליכע פאקטן און איך וועל זיי נאכאמאל אויסרעכענען דא:
א) פאלגענד איז א ליסטע פונעם IFR (שאנס פון שטארבן אויב מען כאפט דעם ווירוס) לויטן עלטער פונעם מענטש (גענומען פון דער אימפעריאל קאלעדזש שטודיע):
0 - 9 ---- 0.002%
10 - 19 ---- 0.006%
20 - 29 ---- 0.03%
30 - 39 ---- 0.08%
40 - 49 ---- 0.15%
50 - 59 ---- 0.6%
60 - 69 ---- 2.2%
70 - 79 ---- 5.1%
80+ ---- 9.3%
ב) אויב איינער כאפט דעם ווירוס מיינט נישט אז יעדער אין זיין פאמילע האט עס שוין געכאפט. אפילו ווען זיי דרייען זיך אלע צוזאמען, איז דא גרויסע שאנסן אז געוויסע האבן נישט געכאפט דעם ווירוס.
ג) געוויסע מענטשן (ספעציעל אינגע קינדער) האבן נישט קיין שום סימפטאמען פונעם ווירוס, אדער גאר לייכטע סימפטאמען. די מענטשן זעהן אויס געזונט און שטארק אבער קענען ווייטער אינפעקטירן אנדערע מענטשן.
ד) כאטש די יעצטיגע גיידליינס זענען אז מען זאל זיך האלטן 6 פוס ווייט פון אנדערע מענטשן ווען מען מוז ארויסגיין פארזיכערט דאס נישט אז מען וועט נישט כאפן דעם ווירוס. געוויסע שטודיעס ווייזן אז דער ווירוס קען פליען אזוי ווייט ווי 26 פוס און קען בלייבן הענגן אין דער לופט פאר א וויילע. דער ווירוס קען אויך בלייבן אנגעקלעבט אויף דער אויבערפלאך פון חפצים צומאל פאר עטליכע טעג. בכלל איז נישט אייביג גרינג פאר מענטשן זיך צו האלטן צו 6 פוס ספעציעל ווען מען גייט צו געשעפטן אדער אנדערע אנגעלייגטע פלעצער. העולה מכל זה אז די גיידליינס העלפן רעדוצירן א מענטשן'ס שאנס פון כאפן דעם ווירוס אבער עס פארזיכערט אים נישט. דער איינציגער וועג פון זיך פארזיכערן איז זיך צו איזאלירן אינדערהיים און נישט אריינלאזן קיינעם.
ה) אפילו אויב מען טעסט פאזיטיוו און דערנאך נעגאטיוו מיינט נישט אז מען איז אימיונירט צום ווירוס. דער איינציגער וועג צו וויסן אויב מען איז אימיונירט איז דורכן מאכן אן אנטיבאדי טעסט. דער טעסט זוכט אויב דער מענטש האט גענוג אנטיבאדיס אין זיין בלוט צו הרג'ענען דעם ווירוס. איך האב א קרוב וואס האט געטעסט פאזיטיוו צום ווירוס און געהאט גאר שוואכע סימפטאמען. ווען ער האט גענומען דעם אנטיבאדי טעסט האט ער געפונען אז ער איז נישט אימיונירט.
ו) ביז דערווייל איז נישטא קיין שום וואקצין אדער עפעקטיווע רפואות פאר דער מחלה.
ז) מיר ווייסן נאך נישט גענוג איבערן ווירוס ווייל עס איז נאך גאר ניי. יעדן טאג קומען צו נייע פאקטן און מיר ווערן געוואויר מער איבערן ווירוס.
איינמאל מיר ווייסן די אויבנדערמאנטע פאקטן, קענען מיר בעסער ממשיך זיין צו דער צווייטער פאזע: באשלוסן וויאזוי מיר זאלן זיך פירן.
קיינער אויף דער וועלט לעבט נישט אן נעמען קיין ריזיקעס. מיר פארן אלע ארום מיט קארן כאטש מיר ווייסן אז אונזער שאנס פון שטארבן ווערט געהעכערט. מיר דרייען זיך אלע אויף די גאסן דורכאויסן יאר כאטש מיר העכערן אונזערע שאנסן פון ווערן אנגעשטעקט דורך עפעס א מחלה, ווי צום ביישפיל דער פלו. מענטשן טוהן פארשידענע ספארטס אזוי ווי שווימען, שיפלען, שפאצירן אויף בערג, סקיען וכו' וכו'. די אלע אקטיוויטעטן העכערן אונזערע שאנסן פון שטארבן און אעפ"כ ספראווען מיר זיך מיט דעם.
ווען עס קומט צום יעצטיגן מצב איז ווייטער וויכטיג צו באשלוסן וויפיל זענען מיר גרייט מקריב זיין פון אונזער לעבן כדי צו פארמינערן אונזערע שאנסן פון שטארבן. לאמיר נעמען עטליכע ביישפילן.
מרת פ. איז א פרוי אין די הויכע ניינציגערס וואס קען שוין נישט ארומגיין אן הילף, ליידט פון געוויסע שוואכקייטן אזוי רוב עלטערע מענטשן אבער איז אנדערש געזונט אין שטארק. זי איז מחליט צו גיין עסן פסח ביי איינע פון אירע קינדער. זי איז באוואוסט פון די שאנסן וואס זי נעמט. זי טענה'ט אבער אז אפשר איז דאס ממילא איר לעצטע יאר אויף דער וועלט, זאל זי כאטש הנאה האבן פון די קינדער און אייניקלעך. זי וועט זיצן אין אן עקסטערן צימער און פראבירן צו פארמינערן קאנטאקט מיט מענטשן. זי וויל אבער מיטהאלטן דעם סדר מיט איר משפחה.
מר ג. איז א איד אין די הויכע צוואנציגערס. ער האט שוין דורכגעשוויצט דעם ווירוס אבער זיין ווייב און קינדער האבן נישט געוויזן קיין שום סימפטאמען. זיינע עלטערן זענען אין די פערציגערס און האבן שוין ביידע געהאט דעם ווירוס. זיי בעטן אים אז ער זאל אריבערקומען צום סדר און זיי געבן א שמחת יום טוב. מר ג. באטראכט דעם מצב. ער רעכנט אויס די שאנסן אז זיין ווייב און קינדער אדער זיינע עלטערן ח"ו זאלן שטארבן פונעם ווירוס און ער איז מחליט אז די שאנסן זענען גענוג גוט פאר אים אז ער זאל זיך אריינציען צו זיינע עלטערן אויף פסח.
מר ק. איז א איד אין די הויכע זיבעציגערס וואס ליידט אויף דייאביטיס. יעדעס וואך קומען עטליכע פון זיינע קינדער אויף שבת. ווער רעדט נאך פון פסח? דאן פירט ער א סדר כיד המלך מיט א גרויסן חלק פון זיינע קינדער ארום אים. ער באטראכט זיינע שאנסן פון שטארבן פונעם ווירוס און ער איז מחליט אז ער איז נישט באקוועם מיט דעם. ער הייסט זיינע אידענע פארשפארן די טויערן און לאזט קיינעם נישט אריין אדער ארויס. דאס יאר וועט ער עסן פסח עלנד און אפגעזונדערט, אבער ער האפט אז דאס וועט אים געבן נאך צענדליגע יארן פון פרייליכע פסח'ס.
מיר האבן באטראכט יעצט דריי מעגליכע סצענארן וויאזוי מענטשן מאכן באשלוסן באזירט אויף די פאקטן. מען קען נישט זאגן אז זיי זענען גערעכט אדער אומגערעכט. עס קומט נישט דא אריין. ווילאנג די באשלוסן זענען באזירט אויף פאקטן און נישט אויף איינרעדענישן, דאן זענען זיי פולזיניגע ראציאנאלע באשלוסן.
דאס אלעס איז געזאגט געווארן ווען א מענטש ריזיקירט זיין אייגן לעבן. דאס הייסט אז ער גייט נישט ארויס אויף דער גאס און שטעקט אן אנדערע. ער שטעקט זיך נאר אליין אן. אויב אבער א מענטש ריזיקירט אנדערע מענטשן, דאן איז דאס א שאלה פאר זיך. וואס מעג א מענטש טוהן און ווי ריזיקאליש מעג דאס אקט זיין אויב ער העכערט אן אנדערן מענטשן'ס שאנס פון שטארבן. דאס איז אן עטישע, מאראלישע, און רעליגיעזע שאלה און יעדער געזעלשאפט דארף מחליט זיין פאר זיך וויפיל זיי זענען גרייט מקריב צו זיין פון זייער קאלעקטיוון לעבן כדי צו ראטעווען געוויסע מענטשן.
איך וויל דא קלאר מאכן אז איך נעם נישט דא קיין שום פאזיציע בנוגע די אויבנדערמאנטע שאלות. איך ברענג נאר ארויס אז זיי זענען לעגעטימע שאלות און מענטשן האבן א רעכט זיי אויסצושמועסן.
איך וועל דא ענדיגן מיט א ציטאט פון ניל פערגוסאן (דער הויפט עפעדימיאלאג וואס האט אנגעפירט די אימפעריאל קאלעדזש שטודיע):
"Agree. There is legitimate political and social debate about what the right strategy is. But scientists need to focus on what the data tells us, including the uncertainties." (פון זיין טוויטער קאנטע)

"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -